בלאט 2 פון 8
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 7:52 am
דורך פלעין יודיש
מאראנצןזאפט האט געשריבן:הרב אהרן קאהן
א כהן, פון מאנטרעאל. ער זאגט היסטאריע. איך האב אים איינמאל געהערט זאגן א שיעור חול המועד אין ביהמ"ד מיט עטליכע יאר צוריק. ער איז נאך דאן געווען גאר שוואך און ס'האט אויסגעזען ווי ער ליינט ארויס פון מנחם מענדל'ס דאן קארלוס ביכלעך. זיי זאגן ער האט זיך שוין שטארק צוגעלערנט זינט דעמאלט.
[/i]
וואוינט שוין אפאר יאר אין ירושלים עיה''ק
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 8:11 am
דורך [NAMELESS]
פלעין יודיש האט געשריבן:ווען מאראנצען זאפט ווערט פארשווינדען פאר א וואך, ווייסט מען אז ס'קימט א גיטס
דאס איז נישט ארבעט פון א וואך. מינימום א חודש!!
גאר גאר שיין.
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 8:46 am
דורך יידל
מאראנצןזאפט, ס'קומט זיך דיר א מעדאל, האסט באוויזן דאס אוממעגליכס, נעמען א סוביעקט וואס וואלט קיינמאל נישט באשריבן געווארן פראפעסיאנאל און געמאכט דערפון מטעמים אויף א ניווא וואס איז מערקעוודיג אפילו אין די אלגעמיינע מידיע! כה לחי!
א קורצער אנעקדאט איבער דעם איבערנעמענדן איינפלוס וואס קולמבשר האט אויפן חסידישן ציבור. נאך דער צניעות אסיפה פאראנגענעם וואך, האט מען גערעדט אז די רבנים זאלן רעדן איבער דעם נושא איבער שבת. למעשה איז כמעט קיין איין רב נישט אינפארמירט געווארן איבער דעם הצעה, די עסקנים'ס חשבון איז געווען אז מ'וועט עס מעלדן אויף קול מבשר און די רבנים וועלן שוין וויסן וואס זיי האבן צו טון. וכך הווה... אז אייער רב האט נישט גערעדט פון צניעות דעם שבת, זייט וויסן אז ער איז פון די געציילטע וואס הערן נאכנישט זלמן.
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 9:17 am
דורך שמערל
איש עברי האט געשריבן:זלמן דו הערסט??????
זלמן הערט נישט. ער קוקט אויף די צאל צוהערער אויף איעדע אפטיילונג, און אזוי דעסיידט ער וועם צוהאלטן.
יונה כהן, איז ליידער די ווייניגסטע פאפולער, הערשל פרידמאן איז אביסל מער. און יצחק קלאר דו מערסטע.
פארוואס דאס איז אזוי, פארלאנגט זיך אפשר נאך אן אשכול צו קלאגן אויפן סיסטעם. אבער דאס זענען די טריקענע פאקטן.
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 9:25 am
דורך ברסלבער
[tag]מאראנצןזאפט[/tag], איך מוז אריינכאפן צו שרייבן א דאנק פאר די ארטיקל פאר עס לויפט אויס פון דאנק אויסדרוקן.
אן ארטיקל איינס אין די וועלט! אזוי שיין זאפטיג און קלאר אראפגעשריבן!
אזוי ווי קול מבשר, ברענגסטו אויך אראפ די היימישע צייטונגען. פארוואס זאלן די צייטונגען נישט פארמאגן יעדע וואך אזעלכע געלונגענע ארטיקלען ווי דיינס?
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 9:47 am
דורך לאליפאפ
עעעההה... מאראנצן לאמעך זיך נאך מיטכאפן צום וואגן פון קאמפלימענטן צוזאמען מיט ברסלב'ער.
די פראבלעם איז אז ס'איז בעצם נישטא א ווארט אויף מאמע לשון וואס קען ארויסברענגען די הוקרה צו דיין ארטיקל.. פרעצעדענטלאז? נאופ ס'איז עפעס טרוקן. אפשר חד אפס.. דאך נישט אידיש.. בקיצור א עמעיזינג פאנטאסטישן ארבעט.
און לאמיר נישט פארגעסן שכוח פאר אלע עלייס דארט אונטן.
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 11:19 am
דורך רויטע וואנצעס
אין אנדערע נייעס ווערט באריכטעט, פון NYPD אינערליכע קוועלער, אז 56% פראצענט פון סעלפאן טיקעטס אין די זיפקאדס, 11219, 11211, 11204 און 11206, איז צוליב רופן צום קול מבשר האטליין.
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 12:29 pm
דורך גיבור
wowow
יעצט גענדיגט לייענן, געליינט אין איין צו!
זעהר קלאר און גיט געשריבן ............keep it up
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 12:57 pm
דורך ברסלבער
מאראנצןזאפט, איינעם האסטו פארגעסן צו באשרייבן, דער וואס מאכט די אדוועטייזמענטס פאר קול מבשר. איך ווייס נישט ווער עס איז אבער ער האט זייער געלונגענע איידיעס יעדע מאל.
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 1:39 pm
דורך איש עברי
חנוכה איז געוועהן עמיציר וואס האט אינטערוויוד מוזיקאנטן און זינגערס, געטוהן זייער א געלונגענע ארבעט
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 1:44 pm
דורך מ. גליקמאן
אה עם דזשי!!!
דאס איז די איינציגסטע אויסדרוק וואס כ'האב געטראפן! מאראנצןזאפט, עפעס אויסערגעווענליך גוט און רייך אראפגעשריבן!!
דאס לייגט אין שאטן אלע וויקיפידיע בלעטער אויף עני קאמפעני אדער מענטש. א געהעריגע קאפידיע.
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 1:45 pm
דורך שפתים ישק
שפתים קישאקTM!
WOW
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 1:57 pm
דורך לך לך
שוין לאנג נישט געזעהן אזא תוכן'פולע שרייב ווערק!!
לך בכוחך זה...
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 2:07 pm
דורך שפתים ישק
.
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 2:46 pm
דורך לאליפאפ
ברסלבער האט געשריבן:מאראנצןזאפט, איינעם האסטו פארגעסן צו באשרייבן, דער וואס מאכט די אדוועטייזמענטס פאר קול מבשר. איך ווייס נישט ווער עס איז אבער ער האט זייער געלונגענע איידיעס יעדע מאל.
דאכצעך מוישי קרויס פון מאנראו, MK Studios
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 3:35 pm
דורך פלעין יודיש
אחרים
מען דארף שוין צילייגען נאך אפאר סטארס אויפן לייק פאנעל
קיקטס ווי מאראנצען ברעכט היסטאריע
54 לייקס
!!!!WOW
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 3:57 pm
דורך מאראנצןזאפט
שפתים ישק האט געשריבן:[tag]מאראנצןזאפט[/tag],
שפתים קישאקTM!
בדוק ומנוסה כמה פעמים מיט מיכאל'ס קוועטש!
ער לייגט דיך אריין אין יעדנס מויל.
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 4:23 pm
דורך ממרום שלח אש
כאטש איך האלט נישט פון באשרייבן יחידים, מוז איך לייקן די אומנות הכתיבה. אויסערגעווענליכע ארבעט!
ביי די וועי, אזויווי דער רך הנימול דא זלמן ווידער און זיינע מיטארבעטער האט מאראנצן זאפט געהאט א שטארקע תכלית מיט די צייט, ער איז אלץ גוט געוען, אבער ער האט זיך ארויפגעדראפעט צו א ניווא פון ממש אין כדוגמתו אין די היימישע וועלט און אפילו קאמפעירד צו די אלגעמיינע וועלט איז עס טאפ קוואליטעט.
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 4:35 pm
דורך סאשי פיש
אפאר הגהות
ער פארפאסט קיינמאל נישט קיין נייעס אפילו אינמיטן דער נאכט. ער קען אנגיין נעכט אן שלאף. נישטא ביי אים קיין וואקעישאנס, (כ'געדענק איין זומערדיגן פרייטאג האט די נייעס געקראצט ווייל ער האט גערעדט פון א סעלפאן, אבער דאס געשעט זייער זעלטן) ער איז אן דע גאו מוצאי פורים ווי מוצאי יום כיפור. ער איז אלעמאל אין דינסט, טווענטי פאר סעווען ועד בכלל.
פורים נאכמיטאג איז די איינציגסטע מאל א יאר וואס ער רעד נישט ווייל ער איז שיכור.
הערשל מייזליש
ער האט געמאכט ממש א מהפיכה אין דער אידישער גאס, און אריינגעברענגט אן אויפמערקזאמקייט צו אכט געבן אויף דעם געזונט, וואס איז געווען א פרעמדער מושג פאר א היימישן איד ביז לעצטנס, און היינט איז שוין יעדער איבערצייגט אז האקן סעסעמי טשיקן נאכט נאך נאכט ביי טי פארטיס איז נישט קיין סגולה פאר אריכות ימים.
ער האט געטוישט די אידישע מארק און די אלע זערא טראנס פעט סטיקערס איז אים צו פארדאנקען. עס איז נישט קיין ספק אז זיין פאפולעריטעט איז צו פארדאנקען אויסדרוקלעך פאר קול מבשר.
סאשי פיש האט שוין געווידמעט איבער אים א לענגערן הערליכן אשכול, ומשם תדרשנו לטובה
שכוח [tag]מאראנצןזאפט[/tag] פארען דערמאנען מיין אשכול,
איך האב דיך נאך קיינמאל נישט באדאנקט ברבים אבער וויסען זאלט איר אז מאראנצן האט צוגעהאלפען צו מיין ארטיקעל,
אויב איינער האט עס נאכנישט געליינט מגיב געווען
קליק דאאיך פארשטיי אז נאכען ליינען אזא ארטיקעל איז מיין ארטיקעל א שפיי אין ים אדער כזבוב לפני הפיל - אבער איין טרייסט האב איך אז מאראנצן זאגט אז עס איז א הערליכע ארטיקעל!
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 5:36 pm
דורך געפילטע פיש
אוי מיי האשעם! הגם דו שרייבסט אליינס וויפיל קולמעוואסער אינטערעסירט מיר, איז די ארטיקל עפעס מורא'דיג שיין און אינפארמאטיוו. (שיין און אינפארמאטיוו, ד'גאנצע וואס דו געסט מיר? העי, זיי נישט אזוי סעלף קריטיקאל!)
מאראנצןזאפט האט געשריבן:פאר אזעלכע אידן ווי אונזער געפילטע פיש, מיט א קלוגן טעלעפאן און ג'וגל א'לס א' פ'ריינט, האט זלמן גארנישט (כמעט) וואס צו אפפערן (גראדע האט ער זיך מיט דעם קליענטעל אויך אן עצה געגעבן, ער האט די טרעפיק באריכטן יעדן זומער...).
מיינען האב איך געמיינט אז ווען מאראנצן פרעגט מיר וואס איך האלט וועגן קול מבשר האט ער געוואלט מיין input, אה, נישט מיניה, און נישט מקצתיה, פונקט פארקערט, ער האט געוואלט מיין אי-אינפוט... אז חוץ פון טרעפיק האב איך נישט קיין נוצן פון עם. נו'שוין.
מאראנצןזאפט האט געשריבן: און ווער עס האט נאכנישט געהערט זיין טייטש אויף אתה הראת לדעת, דעם האט נאך וועלוול קיינמאל נישט געפרעגט אויב איר וואוינט אפשר אין בארא פארק.
לול, סאו וואס איז געבליבן, ווער איז אתה?
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 5:39 pm
דורך פלעין יודיש
לאמיר דאנקען מאראנצען זאפט
וואס האט אינז אזא פארגעניגען פארשאפט
אזוי שיין באשריבען דעם קול מבשר
מיט יעדע פרט גארנישט געווארען נתחסר
דעם זלמן ווידער אויפען טיש אוסגעטין אינגאנצען
ממש ווי אפגעשיילטע מאראנצען
קול מבשר איז מיט דעם ארטיקעל אויפן סטאק מארקעט געשטיגען אפאר פראצענט
און קאווע שטיבעל האט פארדינט אפאר נייע געסט צווישען איר ווענט
די עולם האט הנאה געהאט און די שפייעכטס פון די מיילער טיען נאך רינען
דארף מען בעטן פון מאראנצען זאפט ער זאל אינז כסדר האבען אינזענען
און מיר בעטן א תפילה אז שלא יבוש המעין
אז פון זיין פענע זאל זיך שטענדיג גיסען פעריל ווערטער און קענען אלעמאל אינז דערפרייען
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 5:42 pm
דורך פלעין יודיש
טאקע וועגן דעם קען ער נישט מאכן א אינטערוויאו מער ווי איינמאל א טאג אויב נישט צוויי טאג
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 6:28 pm
דורך לעיקוואד
[justify]פותחין בשבח, א יישר כח הרב מיץ תפוזים פאר אזא אינטרעסאנטער אינהאלטסרייכער און אינפארמאטיווער ארטיקל. עס איז ניכר אז עס איז אריין אין דעם אסאך צייט דורכצופארשען און נאכצוגיין די אלע אנפארמאציע. א שטיקל שאד ער טיילט עס אויס אויף קאווע שטיבל פאר בחינם, אפשר דארף מען פועל'ן ביי ווידער זאל עם באצאלען פאר די עדווערטייזמענט..
יעצט, האבען אבער חז"ל שוין אויסגעלערנט, שמתוך שבחו וכו'', וויל איך א משהו אויסרעדען די פראבלעם וואס איך האב מיט קול מבשר, וואס איז אפשר טאקע דער צווייטער זייט פון אט די נקודות און מעלות וואס מען האט דא אויסגעשמועסט. און איך קלער עס איז א חוב קדוש אז יעדער ארטיקל זאל ארויסברענגען די מיימינים און משמאילים, כדין אבדזשעקטיוו זשורנאליזם המסורה לנו מרבותינו, ודלא כפורצי גדר בזה.
איך קלער אסאך ווייסען שוין דא וואס איך גיי זאגען, אכשר דרא, צענזור, וכו'. איך פארשטיי און בין מסכים צו וואס מאראנצענזאפט האט געשריבען אז סוף כל סוף קען מען נישט האבען קיין טענות אויף ר' זלמנ'ן, בסך הכל איז דאס זיין פריוואטער ביזנעס, ער איז נישט געבעקט ביי קיין שום פארטיי, און ער האט יעדער סיבה גשמית צו זיין פארזיכטיג און זיך נישט אריינלאזען אין קיין פראבלעם. איז טאקע דאס א פראבלעם, עס נעמט אבער נישט אוועק די פראבלעם פון דער גאנצער מושג קול מבשר. דאס איז נישט די איינציגסטע אכשר דרא משוגעת וואס איז באמת נשיט מער ווי א ביזנעס וואס א היימישער איד האט זיך אנגעכאפט דערצו, און דערנאך קומט למעשה ארויס פון דעם א קלקול עצום.
א משל וואס איך האב אמאל ערגעץ געגעבן איז "מצווה קינדער". אן אומשולדיגער שפיל וואס א היימישער יונגערמאן וואס האט זיך געכאפט אויף די געדאנק האט אהערגעשטעלט אז קינדער זאלען שפילען מיט היימישע פענימער און מענטשעלעך. איך בין זיכער אז דער מחבר דערפון מיינט לויטער ביזנעס, און אז ער האט פשוט געזעהן דא א ביזנעס געלעגנהייט אז עס איז קעיה"ר דא א גרויסער היימישער ציבור וואס וועט זיך צוכאפען צו דעם. די תוצאה אבער פון דעם איז ביטער. אויב ביז היינט האט א קינד נאך געהאט א מושג אז חוץ פון טאטעס מיט שטריימלאך און מאמעס מיט טיכלעך אדער שייטלעך זענען דא נאך אפאר מענטשען אויף די וועלט, ווייל ער האט זיך געשפיעלט מיט פישער פרייס מענטשעלעך, איז דער נייער סארט שפיל עם אינגאנצען מצמצם זיין וועלט, ער זעהט נישט מער ווי מענטשען וואס קוקען אויס פונקט ווי די וואס ער טרעפט זיך אין זיין נאנטע סביבה, און וואקסט אויף אין אזא קליינער עולם הבאבעלס. (דאס איז חוץ די אומצאליגע סטיריאטייפס וואס די סארט מענטשעלעך טוהן ענפארסירען, א זאך וואס ביי די גוישע מענטשעלעך האט מען שוין לאנג געכאפט און מען מאכט אלעמאל דווקא פון אפאר קאלירען וכו' ואכמ"ל).
יעצט צו'ם חתן דינן. איינער פון די מערסטע וויכטיגסטע זאכען פאר א פרייער געזעהלשאפט, פאר א אפענער געזעהלשאפט וואס ווערט נשיט געפירט דורך אפאר עסקנים ואינשי דלא מעלי, איז א פרייער פרעסע. א פרעסע וואס באריכט מער ווייניגער אקוראט וואס עס טוהט זיך אויפ'ן וועלט, און גיט א מקום פאר פארשידענע קוק ווינקלען און מיינונגען. דער ערשטער טריט פון יעדער דיקטאטאר איז נעמען קאנטראל פון די מידיע. יעצט איך וועל נישט אפילו טענה'ן דא אז איש הישר בעיניו יעשה, אוודאי א איד טאר נישט אלעס טראכטען און חירות המחשבה בלי גבול איז נישט קיין וועג ווי מען קען פירען א אידישע קהילה. איז רעד איך נישט דא וועגן מיינונגען נאר וועגן פאקטן, א חלק פון זיין א מענטש אויף די וועלט איז וויסען וואס עס טוהט זיך אויף דער וועלט, און איינער וועם עס פעלט פשוטע ידיעות וואס איז די מציאות האט נישט קיין מעגליכקייט צו זיין א נארמאלער מענטש בין הבריות און זיין שיקול הדעת איז נישט ווערט קיין סאך.
ווי מאראנצנזאפט האט ארויסגעברענגט, פאר נישט צו לאנג צוריק האבען די אידישע צייטונגען בכלל נישט געקוקט אלץ זייער פליכט צוצושטעלען די נייעס פאר'ן עולם, נאר בעיקר איבערגעבען זייער השקפה. יעצט אויף די השקפה פונקט קען מען זיך דינגען, אבער יעדער השקפה וואס דארף זיך ספראווען מיט דער מציאות, און יעדרע בעל דרשן וואס וויסיט אז דער ציבור צו וועם ער רעדט איז אינפארמירט מיט די וועלטליכער מציאות, מוז זיך לכה"פ ארויסברענגען גענוג קלאר און מיט גענוג גוטע טענות און רעטאריק עס זאל זיין א דבר הנשמע אין דער מציאות. ברגע אבער וואס דער בעל ההשקפה איז מחליט, וואס דארף איך זיך מוטשען מסביר זיין דער עולם וויאזוי זיך מתייחס זיין למשל צו דאס וואס אין דער וועלט קוקט מען אן פופציג טויזנט מענטשען וואס נעמען זיך צאם מוחה זיין אויף אזא פשוטע'ר חלק פון לעבן ווי אינטערנעט ווי פון לבנה אראפגעפאלען, איך קען דאך זיי פשוט נישט פארציילען בכלל אז עס איז פארהאן א וועלט, און איך בין פטור פון זיך בכלל מסביר זיין. און אויב בטעות וועט איינער ליינען א דרויסענדער צייטונג, איז יענער צייטונג אן אנטיסעמיט פשוט פאר'ן פארציילען די פאקטען.
קול מבשר, מיט דעם וואס ער האט צוגעשטעלט אן אלטערנעטיוו צו ראדיא וכדומה, האט אפגעשניטען א גרויסער חלק פון דער חרדישער ציבור פון זיין א חלק פון די נארמאלער וועלט. יעצט אוודאי איז דא א מקום פאר א נייעס קוואל גענויגט לויט די היימישער טעם, הן סתם היימישקייט והן עס זאל נישט זיין שמוציג וכדומה, אבער וויבאלד עס מוז זיין אזא סארט קוואל וואס געט נאר איבער די פאקטען וואס שטימען מיט די פארטיי ליניע, און שניידט אפ זיין עולם בכלל פון באקומען די פאקטן פון די וועלט, ווייס איך נישט אויב דער קיום זיינע לויט זיך בכלל.
אויב אמאל איז די היימישער החלטות פאסן ביי די גדולים ומנהיגים געווען אפגערוקט איין טריט פון מציאות, וויבאלד אלע פאקטן וואס די מנהיגים האבען קומט צו זיי דורך פארמיטלער, ווי דער גבאי וואס שניידט ארויס שטיקער פון צייטונג און ברענגט עס צו'ם רעבי'ן. איז עס מיט קול מבשר (און המודיע יתד המבשר און אלע אנדערע היימישע נייעס אגענטורען) אפגערוקט נאך א שטאפל פון די מציאות, דער גבאי ברענגט היינט פאר'ן רעבין ציטירן צענזורירט פון קול מבשר. דער איינציגסטער זאך וואס דאס איז גורם איז אז גרויסע קלוגע ערליכע אידען זאלן לאזן פאלן סטעיטמענטס וואס א תינוק דלא חכים ולא טיפש זאגט נישט , און קיינער זאגט עם נישט אפילו ווי צודרייט דאס הערט זיך ווייל זיי הערען אויך נאר קול מבשר.
איך קען און געדענק א דור אידען וואס האבען ערליך געליינט די ניו יארק טיימס יעדער צופרי, און אויסגעהערט סי בי עס יעדער שעה פאר די נייעס, (אסאך פון זיי זענעו טאקע אריבער צו היימישע צייטונגען און קול מבשר לעצטנס), און די אידישקייט און השקפת היהדות איז ביי זיי פילפאכיג שטערקער און טיפער ווי ביי טיפישע היינטיגע יונגעלייט וואס הערען אויס קול מבשר, טאקע וויבאלד זיי האבען זיך געדארפט אויספארמען א אמונה והשקפה וואס איז מפרש דער מציאות, וואס מעסט ריכטיג אן דער מציאות ווי א איד דארף אנקוקען, נישט וואס שניידט פשוט אוועק די חלקים פון מציאות וואס זענען שווערער מסביר זיין און באטראכטן.
אמת קול מבשר איז א פריוואטער ביזנעס און אז ער פאלגט מיר פארמאכט ער זיך מארגען.. איז א פראבלעם. איך ווייס נישט וואס די תשובה אויף דעם איז. אבער איין נקודה דארף מען וויסען א מוסד וואס איז בעצם א ציבורישע מוסד וואס האט אזא השפעה אויפ'ן ציבור ווייס איך נישט וויפיל רעכט ער האט זיך צו פארענטפערן בשם דעם וואס ער איז א פריוואטער ביזנעס. צופיל עוולות און עיוותים טוהן זיך ביי אונז בשם דער תירוץ איך בין א פריוואטער ביזנעס. רעביס זענען א פריוואטער ביזנעס רבנים זענען א פריוואטער ביזנעס מוסדות איז א פריוואטער ביזנעס כשרות איז א פריוואטער ביזנעס וואס איז די שיעור? איז נישט דא ערגעצוו אן אחריות אויף איינער וואס פירט אן א זאך וואס איז נוגע צום ציבור האט א פליכט זיך צו רעכנען מיט צרכי הציבור און נישט נאר מיט זיין בינעס. און אויב מ'קען נישט, אפשר קען מען טאקע נישט, איך ווייס באמת נישט וואס איז די עצה, זאל נישט זיין קיין היימישע ראדיא סטאנציע.
עניוועיס, שכויעח מאראנצזאפט פאר די שיינע ארטיקל, וממנו ילמדו וכן יעשו..[/justify]