בלאט 2 פון 2
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 7:46 am
דורך דריידל
קאווע טרינקער האט געשריבן:טעיתי.
טמא מת מותר לעלות להר הבית אחר טבילה.
טבילה העלפט נישט פאר טמא מת, נאר פרה אדומה
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 8:25 am
דורך קאווע טרינקער
דריידל האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:טעיתי.
טמא מת מותר לעלות להר הבית אחר טבילה.
טבילה העלפט נישט פאר טמא מת, נאר פרה אדומה
ריכטיג, אויף אריינצוגיין אין בית המקדש.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 8:46 am
דורך פלעין יודיש
לאליפאפ האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:טעיתי.
טמא מת מותר לעלות להר הבית אחר טבילה.
זיי זענען טאקע מקפיד מ'זאל זיך טובל'ען גלייך פאר מ'גייט ארויף. (געליינט זייערס א גליון)
סמיילי האט געשריבן:א בעלזע יונגערמאן מיט זיינע קינדער זענען ארויף אויף די הר הבית
אויף יוטוב איז דא א קליפ
דאס איז אויך די עלבוים'ס.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Bew7Wzio-Vg[/youtube]
א חוץ פון התגרות באומות וואס האט עטס דא אנגעמאכט משפחת אלבוים?
איז דיר נישט געניג גיט צו שטיין אינטען ביים כותל המערבי און זיך אויסבעטן דארפס דווקא ארויפגיין דארט אויבן און אנרייצן די ציהיצטע אראבערס
און בכלל קיקט דארט אויס ווי עטס לויפטס אהין און אהער ווען עטס אנלויפסט פון זיי און עטס טרעפסט נישט די וועג ארויס האבן ענק טאקע געוואטשט ביז ווי ענק טארן אפילו לשיטתכם גיין אדער איינמאל מ'איז שוין אויבן איז אלעס מותר
די עיקר שרייטס און קוויטשעטס
זה המקום שלנו אוי וויי
שועלים הילכו בו
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 8:52 am
דורך פלעין יודיש
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=B7VBi4tojR8[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 10:22 am
דורך געפילטע פיש
פלעין יודיש האט געשריבן:א חוץ פון התגרות באומות וואס האט עטס דא אנגעמאכט משפחת אלבוים?
איז דיר נישט געניג גיט צו שטיין אינטען ביים כותל המערבי און זיך אויסבעטן דארפס דווקא ארויפגיין דארט אויבן און אנרייצן די ציהיצטע אראבערס
און בכלל קיקט דארט אויס ווי עטס לויפטס אהין און אהער ווען עטס אנלויפסט פון זיי און עטס טרעפסט נישט די וועג ארויס האבן ענק טאקע געוואטשט ביז ווי ענק טארן אפילו לשיטתכם גיין אדער איינמאל מ'איז שוין אויבן איז אלעס מותר
די עיקר שרייטס און קוויטשעטס זה המקום שלנו אוי וויי
כ'בין געגאנגען אין פארק חאלעמויעד, און פאר א גרופע יוגענטליכע איז עס נישט געפאלן, זיי האבן אנגעהויבן שרייען אז אונז זאלן ארויסגיין. האב איך צוריק געשריגן אז ס'איז מיין פארק פונקט ווי זייער'ס, און זיי האבן נישט קיין רעכט מיר ארויסצושיקן פון א פובליק פלאץ. איז געשטאנען דארט א סאטמארע איינגעקנייטשט אידל, און ער האלט מיר פאר, וואס הייסט? התגרות באומות? אז דו לאזט זיך נישט ארויסטרייבן דורך אפאר אנגעהיצטע יוגענטליכע ביזטו דאך מורד באומות! מיר האבן מקובל מדור דורות פון גלות אידן אז ווען מ'הייסט גיין אין געטוי גייט מען אן קיין טענות, ווען מ'הייסט גיין אין גאז קאמער גייט מען אן צו שטעלן א ווידערשטאנד, קוק נאר וואס ס'איז געשען מיט די אלע וואס האבן פראבירט צו ווייזן ווידערשטאנד, גארנישט געבליבן פון זיי, אויסער עפעס א קליין לענדל אין ווייטן מזרח איז פון זיי קיין שריד ופליט נישט געבליבן. אבער די וואס האבן געזינגען לעשות רצונך ביים אריינטאנצן אין מאסן גרוב און נאכגעפאלגט אנווייזונגען וויאזוי אונטערדרוקט צו ווערן, זיי לעבן אן אין אונזער מעשה ביכלעך עד סוף כל הדורות.
ווען דער איד האט געזען אז איך הער זיך נישט צו צו עם, איז ער געגאנגען צו די גרופע יוגענטליכע און זיי געזאגט אז ער האלט מיט מיט זיי, און אז איך האב טאקע נישט קיין רעכט צו פארברענגען אין פארק ווייל מיר אידן האבן א געבאט וואס לאזט נישט זיך מתגרה זיין באומות, אבער דאס איז שוין א מעשה פאר א צווייט מאל.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 10:31 am
דורך שרייבער
א שיינע מעשה, די שאלה איז נאר וואס פונקט האבן זיי זיך פארלייגט אויף דיר און נישט אויף דעם צוקוועטשן אידל
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 10:36 am
דורך עפל סיידער
ווי קומט צו א חסידישע אינגערמאן אזא התנהגות?
די חסידות איז נישט בייז אויף אים.?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 10:48 am
דורך געפילטע פיש
שרייבער האט געשריבן:א שיינע מעשה, די שאלה איז נאר וואס פונקט האבן זיי זיך פארלייגט אויף דיר און נישט אויף דעם צוקוועטשן אידל
דער צוקוועטשטע איד איז געגאנגען מיטן קאפ אראפגעבויגן, אזויווי א איד ברויך צו גיין אין פארק.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 1:21 pm
דורך דריידל
קאווע טרינקער האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:טעיתי.
טמא מת מותר לעלות להר הבית אחר טבילה.
טבילה העלפט נישט פאר טמא מת, נאר פרה אדומה
ריכטיג, אויף אריינצוגיין אין בית המקדש.
אויב א טמא מת מעג ארויף גיין אויפ'ן הר הבית, קען עס זיין אן טבילה אויכעט. טבילה העלפט גארנישט פאר טמא מת, נאר צוזאמען מיט פרה אדומה.
טבילה דארף מען זיך מטהר צי זיין פון אנדערע טומאות
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 1:25 pm
דורך עפל סיידער
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 1:41 pm
דורך לית דין בר נש
געפילטע פיש האט געשריבן: האב איך צוריק געשריגן אז ס'איז מיין פארק פונקט ווי זייער'ס, און זיי האבן נישט קיין רעכט מיר ארויסצושיקן פון א פובליק פלאץ.
אויף דער נקודה איז דער צוקוועטשטע אידל גירעכט
עס איז נישט דיינס פונקט ווי זייערס!!! עס איז זייערס! ווייל אונז זענען ביי זיי אין גלות אבער די מעגסט דוירט גיין אין איגנארירן ווען זיי שרייען.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 1:54 pm
דורך שעפטל
צו מ'מעג צו נישט איז א אנדערע אישו, די משפחה דארפן אבער צו זיין פערדן דורי דורות פארן נעמען זייערע קליינע קינדער און פארוואנדלן אין א צירקוס טראץ זייער מורא און געוויין.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 1:57 pm
דורך עפל סיידער
שעפטל האט געשריבן:, די משפחה דארפן אבער צו זיין פערדן דורי דורות פארן נעמען זייערע קליינע קינדער און פארוואנדלן אין א צירקוס .
וואס זענען זיינע עלטער זיידעס שולדיג אז די געסט זיי אזעלכע
שיינע טיטלען