בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 12:29 pm
דורך ישובניק
צי איז נישט נאר אלס א פראגע, נאר אויך בניחותא, מיט'ן באדייט פון "אויב" און "אדער".

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 12:44 pm
דורך ישובניק
ביי ווערטער וואס זענען בל' הוה/עתיד מיט א יוד און בל' עבר מיט א וואו, זענען געווענליך די כללים אזוי:

ווען מ'רעדט פונעם ווערב אלס א זאכווארט איז עס מיט א וואו.
דער/דעם קלונג, א קלונג, און אויך מיט הילפס-ווערבן "טון" און "געבן": א קלונג טון.

ווען מ'רעדט פונעם ווערב אלס שם-דבר, אדער מיט "דאס", אדער "צו", אדער מיט "טון" און "געבן" (הילפס-ווערבן), איז עס מיט א יוד.
קלינגען
דאס קלינגען
צו קלינגען

ווען מ'רעדט פון א באפעל איז עס מיט א יוד.
קלינג!

ווען מ'רעדט בל' הוה/עתיד איז עס מיט א יוד.
מיר/זיי קלינגען
איך קלינג
דו קלינגסט
ער/זי/איר קלינגט
קלינגענדיג

ווען מ'רעדט בל' עבר איז עס מיט א וואו.
געקלונגען


נאך א כלל:
ווען בל' עבר ענדיגט זיך דער ווערב מיט א טית, איז געווענליך (ס'זענען דא אויסנאמען) נישטא קיין חילוק צווישן הוה/עתיד/עבר און ס'איז אלעמאל מיט א יוד אדער וואו.

פוצן, געפוצט
צופן, געצופט
רוקן, גערוקט
פירן, געפירט
שיקן, געשיקט

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 12:28 am
דורך שרגא
אפשר קומט דאס אין א באזונדערע אשכול, אבער נאך עפעס וואו עס איז דא א שטיקל ערבוביא און ווערן אומריכטיג פארמישט, איז דער ו' מיט'ן ע', ביי אזעלכע ווערטער ווי:
צולייגן (א פלייצע; אויפ'ן בעט), צעלייגן (דעם ענין)
צולויפן (צום חבר), צעלויפן (אויף אלע עקן)
צוטרעטן (צום עמוד), צעטרעטן (די מוראשקע)
צוטיילן (אן אויסצייכענונג), צעטיילן (פונעם ווייב ל"ע)
צולאזן (אזא עולה?), צעלאזן (די אייז)
צעפארן (אומארגאניזירט), צופארן (צום כינוס)

בקיצור, איר כאפט? ביים צוזאמברענגען איז "צו", ביים צעשפרייטן אדער פונאנדערטיילן איז "צע".
"צי" שטימט?

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 1:32 am
דורך ישובניק
א גרויסן דאנק פאר'ן שרייבן דאס און מסביר זיין אזוי ריכטיג.
אויף דייטש, דוכט זיך, זאגט מען "צער-" אנשטאט "צע-", און דאס ווייזט ווידער אז ס'איז אן אנדער סארט צוגאב.
עס זענען דא נאך פארשידענע חילוקים. צום ביישפיל, אז די ווערטער פון "צו-" קען מען צעטיילן: (פארן צו, ער לייגט זיך צו, וכדו') און אריינלייגן אפילו א ווארט אינצווישן (פארן שנעל צו...), אדער עפעס אינמיטן ווארט בל' עבר: "צוגעפארן". אויך קען מען צוגעבן נאך א "צו" אין זעלבן ווארט (צוצולייגן). דאס אלץ איז נישט שייך ביי "צע". נאך א חילוק: ביי "צו-" איז דער קוועטש אויפ'ן "צו", בעת ביי "צע-" איז דער אקצענט אויפ'ן איבעריגן טייל ווארט.