בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 12:04 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: ייש"כ פאר די דברי אמת. זיי זענען כמים קרים על נפש עייפה. איך האב איין קליינע הערה. נאר צו פארברייטערן דעם שמועס איבער חינוך דורך שלאגן, בכלליות. אזוי ווי אייביג איז דער דרך הממוצע די בעסטע. נישט אזוי ווי א סאך מלמדים פון אמאל, וועלכע האבן, א חוץ ארויסגעיבן זייער אכזריות דורך געיבן מכות רצח פאר די קינדער, האבן זיי נאך באגאסן די קינדער מיט "ווערבאל עביוז". און דער צווייטער עקסטרים, פון קיינמאל שלאגן קינדער. ס'שטייט אפילו אין מוסר ספרים (כ'מיין פלא יועץ.) אז ווען מ'שלאגט זאל עס נישט זיין מתוך כעס. און מ'זאל אויך זאגן פאר'ן קינד פארוואס מ'האט איהם געשלאגן. פון מיין עקספיריענס אויפ'ן באס. ווען איך האב געהאט א יונגל פון א משפחה, וועלכער האט געהאט עי.די.עיטש.די.. א חוץ פון די טריטמענט און מעדיצינען וועלכע ער האט גענומען, האט א פעטשל (נישט קיין פשעטל) אדער א הבטחה פון פעטש , ווען ער איז געוועין ארויס פון קאנטראל, אייביג געהאלפן... :? 8-) :roll: :twisted: :evil: :x :P :oops: :( ;) :o

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 3:17 pm
דורך ברסלבער
דעם מאנאט (תמוז) שרייבט די מעלות אינעם "א געלעכעטער אין א זייט" אפטיילונג, עפעס וועגן קאווע שטיבל. ווער עס האט עס צו די האנט איז מכובד עס אריין צו סקענען. ייש"כ.

נשלח: זונטאג יוני 29, 2014 4:00 pm
דורך טאמבל סאס
אינעם דע מה שתשיב:
מיין בחור איז אהיימגעקומען זאגן אז ער האט געלייענט אין קאווע שטיבל ווי מ'האקט אויף די סיסטעם קריטיקירער. אבי מ'מאכט אוועק קאווע שטיבל.
האט מיין מאמע זיך אנגערופן אז ס'קומט פון די מעלות..
האט מיין טאטע געזאגט אז אלע דארט זענען געוועזענע מעלות לייענער.. חחח