בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 1:17 pm
דורך smartinof
נושא ונותן האט געשריבן:גערעכט שילדיג איז נישט די ריכטיגער ווארט . ער האט זיך אליינס אנגעמאכט זיין מצב
ער קוקט מיר צו זיין א שנה ראשונה יונגערמאן, לויפט נאך סאפער צום שוויגער, גייט ארום שנארען די באבע טיפס, ער האט שוין לכאורה געטוהן עפעס זאכליך, געמאכט ווירידיען, און פאדרייט דעם קאפ פון יעדן עובר ושב, וואס מאכסטו מיט'ן צונג פארן וויסען די פאקטען, יא עס זענען פארהאנען מענטשען, וואס טוען כל מה שביכולתם לעשות און דעקן זיך נישט, איך פארשטיי נישט דעם עגאיסטישען מהלך פון ווייזען דעם באשולדיגונגס פינגער פאר דעם עני, אלס נאר ווייל דיר גייט גוט
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 1:26 pm
דורך smartinof
לכאורה איז צער העוני א גרעסערע צער ווי קינדערלאז, ואמשיל לכם משל, נעמט צוויי יידן ביי די האלאקאוסט, איינעם האט מען אים אוועק געפירט צוו א צווייט פלאץ, און דארט באקומט ער א שמועה אז זיין זון האט מען געהארגעט, און א צווייטען, ער בלייבט מיט'ן זוהן אויף איין פלאץ, איין שיינעם טאג, קומט דער דייטש, און קלויבט דעם צווייטענס זוהן, און ער רופט אויס אז מען גייט דעם יונגעל הארגענען, און ער שיסט אים אויפן פלאץ, כמיין יעדער וועט פארשטיין אליינס, אז דער צווייטער וועט האבען א גרעסערען צער ווי דער ערשטע, ווייל העדר, וועט אלעמאל זיין אויף שוואכערע דרגה ווי חיובי, די זעלבע איז צער העוני vs. צער הערירי, ווי א גרויסער צער קינדערלאז זאל נאר נישט זיין, די מקור און סיבה פאר דער צער איז וועט אלס בלייבען א צער פון העדר, משא"כ נסיון העוני, על אף, אז אולי דער מקור פון צער העוני איז אויך פון העדר [אויך נישט קלאר] אבער די תוצאה וועט זיין א חיובית'דיגע, מיינענדיג, זעהו ווי קינדער הונגערען, זיך שטעלן קעגן די בלאסע געזיכטלעך פון די קליינטשיגע, וכו' וכו'
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 2:30 pm
דורך נושא ונותן
smartinof האט געשריבן: ער קוקט מיר צו זיין א שנה ראשונה יונגערמאן, לויפט נאך סאפער צום שוויגער, גייט ארום שנארען די באבע טיפס, ער האט שוין לכאורה געטוהן עפעס זאכליך, געמאכט ווירידיען, און פאדרייט דעם קאפ פון יעדן עובר ושב, וואס מאכסטו מיט'ן צונג פארן וויסען די פאקטען, יא עס זענען פארהאנען מענטשען, וואס טוען כל מה שביכולתם לעשות און דעקן זיך נישט, איך פארשטיי נישט דעם עגאיסטישען מהלך פון ווייזען דעם באשולדיגונגס פינגער פאר דעם עני, אלס נאר ווייל דיר גייט גוט
די קענסט מיר נישט אין די מטכסט הנחות. איך קיינמאל נישט געזאגט אז דער עני איז שילדיג פאר נישט האבן געלט, מזוני איז במזלא, אבער ער האט זיך אליינס אריינגעלייגט אין די מצב פין האבן צוועלעף קינדער, אין אמת יעצט האט ער זיי שוין אין וואס קען ער טוהן, די רחמנות איז טאקע זייער גרויס אבער דאס צישטעלען צי איינער וואס האט נישט קיין קינדער אין ער קען זיך נישט אליינעס העלפען איז נישט ריכטיג.
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 2:35 pm
דורך smartinof
פארוואס איז עס נישט ריכטיג?
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 2:41 pm
דורך נושא ונותן
וויחל אינו דומה ווען איינער לייג זיך אליינס אריין אין א צרה צי איינער וואס באפאלט אים א צרה פין זיך אליינס
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 2:47 pm
דורך smartinof
ער האט זיך געברענגט עניות? און דאס נערישע טענה אז ער האט נישט געדארפט האבען אזויפיל קינדער, וואס מען האט שוין כמה פעמין דא און שטיבעל דן געווען די אומאויסגעהאלטענקייט פון אפהאלטען ואכמ"ל, ועוד אז האבען אסאך קינדער איז נישט קיין דיירעקטע עפעקט אויף עניות, איז דער טענה סתם אוזי נישט שכל'דיג, אבער זיי מסביר וויבאלד איינער לייגט זיך אריין איז דאס א קלענערע 'ווייטאג', אפשר ביסטו מסביר פארוואס? איז נישט
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 3:28 pm
דורך נושא ונותן
נישט קיין קלענערע ווייטאג, עס איז מעורר ווייניגער רחמנות
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 3:36 pm
דורך הוגה
smartinof האט געשריבן:האבען אסאך קינדער איז נישט קיין דיירעקטע עפעקט אויף עניות, איז דער טענה סתם אוזי נישט שכל'דיג
אפשר גיבסטו אונז דיין מאטעמאטישע חשבון, וויאזוי ביזט אנגעקומען צו דער מסכנה.
smartinof האט געשריבן:דאס נערישע טענה אז ער האט נישט געדארפט האבען אזויפיל קינדער, וואס מען האט שוין כמה פעמין דא און שטיבעל דן געווען די אומאויסגעהאלטענקייט פון אפהאלטען
אזוי! וואו האט מען דאס דן געווען???
.
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 5:11 pm
דורך ראש הישיבה
הוגה האט געשריבן:smartinof האט געשריבן:האבען אסאך קינדער איז נישט קיין דיירעקטע עפעקט אויף עניות, איז דער טענה סתם אוזי נישט שכל'דיג
אפשר גיבסטו אונז דיין מאטעמאטישע חשבון, וויאזוי ביזט אנגעקומען צו דער מסכנה.
smartinof האט געשריבן:דאס נערישע טענה אז ער האט נישט געדארפט האבען אזויפיל קינדער, וואס מען האט שוין כמה פעמין דא און שטיבעל דן געווען די אומאויסגעהאלטענקייט פון אפהאלטען
אזוי! וואו האט מען דאס דן געווען???
.
מיר האבן שוין מברר געוועהן די אזויגערופענע '
הארבקייט' פון מניעת הריון דא:
טעמע: די רבנישע scam פון מניעת הריוןאגב רבי משה האלט אז מען זאל אריין נעמן די פינאנציעלע מצב פון א מענטש און חשבון בנוגע ב"ק.
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 6:29 pm
דורך smartinof
הוגה האט געשריבן:smartinof האט געשריבן:האבען אסאך קינדער איז נישט קיין דיירעקטע עפעקט אויף עניות, איז דער טענה סתם אוזי נישט שכל'דיג
אפשר גיבסטו אונז דיין מאטעמאטישע חשבון, וויאזוי ביזט אנגעקומען צו דער מסכנה.
smartinof האט געשריבן:דאס נערישע טענה אז ער האט נישט געדארפט האבען אזויפיל קינדער, וואס מען האט שוין כמה פעמין דא און שטיבעל דן געווען די אומאויסגעהאלטענקייט פון אפהאלטען
אזוי! וואו האט מען דאס דן געווען???
.
איך זעה נישט וואס די פארשטייסט נישט, האבען אסאך קינדער מיט עניות איז נישט געבינדען, א עני וואס און צוגאב פון זיין עניות מאכט דאס דער עניות, נאך שווערער, איז דאס נישט קיין שכל'דיגער טענה צו מחליט זיין אז עניות איז ווייניגער צער ווי ערירות, מען איז דן אויף דער עצם צער, ופשוט, אבער כבר הוכחתי, אז אפילו נניח אז ער האט זיך דאס געברענגט מאכט עס נאך נישט קלענער אדער גרעסער די ווייטאג
און
דא האט מען שוין געשמועסט פון דעם
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 6:32 pm
דורך smartinof
נושא ונותן האט געשריבן:נישט קיין קלענערע ווייטאג, עס איז מעורר ווייניגער רחמנות
אפשר די וואס
דארפסט לויפען צום שאנק צו וויסען וואס צו פילען איז עס אזוי, אבער ביי מענטשעליכע געפילען, איז אז די צער איז גרעסער, מיינט אז יענעמס ווייטאג איז גרעסער, און אז יענעמס ווייטאג איז גרעסער, איז ווען איך שפיר יענעמס צער שפיר איך עס אויך גרעסער, אבער כמיין אז מען איז דן דא אויף דער עצם צער
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 6:46 pm
דורך הוגה
סמארטינאף, איך האלט אויך אז ס'טוישט נישט די צער אויב ער איז יא שולדיג אדער נישט. דו האסט אבער געזאגט צוויי סטעיטמענטס וואס זענען מעורר תמיהה.
1) מער קינדער קאסט מער געלט, וממילא אויב האט ער געברענגט 12 קינדער אויפן וועלט אן א חשבון פון וואו ער וועט זיי מפרנס זיין, האט ער געברענגט עניות אויף זיך. מיר האבן שוין ערגעץ אין ק"ש אראפ געברענגט דעם ערוך השולחן וואס זאגט אז איינער וואס האט מקיים געווען פו"ר, דארף א היתר צו מעגן האבן נאך קינדער, אויב ער האט נישט קיין פרנסה פאר זיי.
2) מען האט אויף עטליכע ערטער מברר געווען דא אין ק"ש אז מניעת הריון איז א נושא פשוטה מאוד מאוד! עס איז קלאר אז מען מעג טון פעמעלי פלענינג! איז וואס פארדרייסטו א קאפ וועגן "אומאויסגעהאלטן"?
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 7:06 pm
דורך smartinof
הוגה האט געשריבן:סמארטינאף, איך האלט אויך אז ס'טוישט נישט די צער אויב ער איז יא שולדיג אדער נישט. דו האסט אבער געזאגט צוויי סטעיטמענטס וואס זענען מעורר תמיהה.
1) מער קינדער קאסט מער געלט, וממילא אויב האט ער געברענגט 12 קינדער אויפן וועלט אן א חשבון פון וואו ער וועט זיי מפרנס זיין, האט ער געברענגט עניות אויף זיך. מיר האבן שוין ערגעץ אין ק"ש אראפ געברענגט דעם ערוך השולחן וואס זאגט אז איינער וואס האט מקיים געווען פו"ר, דארף א היתר צו מעגן האבן נאך קינדער, אויב ער האט נישט קיין פרנסה פאר זיי.
2) מען האט אויף עטליכע ערטער מברר געווען דא אין ק"ש אז מניעת הריון איז א נושא פשוטה מאוד מאוד! עס איז קלאר אז מען מעג טון פעמעלי פלענינג! איז וואס פארדרייסטו א קאפ וועגן "אומאויסגעהאלטן"?
אז די ביסט מודה איז דאך גוט
אויסגעהאלטען און נישט אויסגעהאלטען ביי מיר מיינט נישט נאר אזאך וואס זי ווערט מותר אדער אסור און פיר גרויסע בענדערדיגע שלחן ערוך, אומאויסגעהאלטען ביי מיר מיינט אויך אזאך וואס מענטשליכער מאראל, וואס דער נאטור זאגט אז עס איז אומאויסגעהאלטען, און איך האב שוין אוסגעשומעסט מיין דיעה איבער דעם, ברענגסטו מיר עפעס א ערוך השלחן וואס האט געדארפט לויפען צום שאפע זעהן וואס ער דארף פילען וכ', אומאויסגעהאלטען האט ביי מיר געמיינט, מאראלישע נאטור'ישע טירעם, בנוגע לענין האשכול ביסט דאך מודה, קען מען זיך שפארען אויף צווייט פלאץ איבער דעם,
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 7:23 pm
דורך נושא ונותן
אויב מאראליש, איז קלאר אז ברענגען קינדער אן קיין שום חשבון איז א פשיעה. הלכה'דיג, האט מען דאך שוין געשמיעסט אז עס איז נישט דא קיין חיוב נאר אפשר גאר אן עוולה.
ווייטער וועלכע צער איז בעצם גרעסע,ר איז נישט שייך צי מעסטען יעדער איינער ווען עפס קוועטשט אים גאר גאר שטארק איז ער משוכנע אז עס איז די ערגסטע ווייטאג וואס קען נאר זיין, לגבי וואס מען האט געזאגט אז מען דארף זיי העלפען פונקט אין אפשר מער ווי די קינדערלאזע, אויף דעם האב איך געזאגט אז איינער וואס שנייט זיך אליינס די הענט איז א רחמנות אבער די רחמנות איז גרעסער אויף איינעם וואס מען האט אפגעהאקט זיין הענט בניגוד לרצונו.
נשלח: מאנטאג יולי 07, 2014 10:43 pm
דורך smartinof
א הא גופא קען מען דן זיין אויב אוממראלישקייט כדי זיך צו האלטען צו די מאראל, איז לעגעטים, כמדומה אז מען האט דאס שוין אמאל לועס געווען דא
וכבר אמרתי לעיל שהדיון פה הוא בעיצומו של הצער מה גדול ממה, ואם יוכיח על גדלות האחד הרחמנות נופל על זה יותר מהשני ועי"ש
נשלח: דינסטאג יולי 08, 2014 4:04 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מזל טוב.
דער אשכול האט זיך גע׳עפענט פרייטאג מיט עלעף קינדער, און ביז דינסטיג איז שוין דא א צוועלעפטער!
לגופו של דבר, אין מיין לעבען האב איך געהאט שווערער געלט תקופות און ווייניגער שווערער תקופות (רייך בין איך נאך נישט געווען) און למעשה ווען ס׳איז לייכטער פיל איך אביסל חסר. די תפלות בשעת הדחק זענען פארט אנדעריש, און ס׳בענקט זיך נאכ׳ן קורבה לה׳.
איך פערזענליך האב געהאט אינטרעסאנטע הצלחות מיט׳ן זאגען פרשת המן מיט רש׳׳י. אלס בחור בין איך געווען אין ישיבה ווייט פון הויף און הייב און ס׳האט זיך אויסגעלאזט דאס געלט ביז איך האב נישט געקענט קויפען אפילו א טעלעפאן קארטל אהיים צו קלינגען בעטען געלט. נאך מנחה האב איך געזאגט פרשת המן שמו׳׳ת מיט רש׳׳י. איך האב אויפגעהויבען מיין קאפ נאכ׳ן ענדיגען און איך זעה דער מנהל פונ׳ם ישיבה רעדט מיט א בחור. ער האט גלייך גע׳ענדיגט און פון נייגער האב איך געפרעגט ׳נו, וואס האט ער געוואלט? ׳ ענטפערט יענער ׳אפשר קענסטו העלפען. א מאמע האט געקלינגען בעטען א בחור לערנען מיט איהר צוועלף יעריג קינד פאר געלט׳איך ווייס אבער נישט דער געפיל פון אט דער יונגערמאן, אבער סתם געזאגט אפאר ווערטער וועגען עוני.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 7:35 pm
דורך שמעקעדיג
בנוגע צו פארגלייכן דעם עינוי פון ארעמקייט צו נישט האבן קינדער,
עס איז פאראן (צווישן אזויפיל אנדערע...) 2 סארטן פלאגענישן פאר א מענטש, איין סארט איז בינו לבין עצמו, ער האט מיט קיינעם נישט צו טון, ער פילט נישט שלעכט פאר קיינעם, עס האט גארנישט איינגעשטויסן מיט א צווייטן, נישט בא'עוולה'ט קיינעם אויף דער וועלט. אזא סארט צער, ווי גרויס עס זאל נאר נישט זיין (השם ישמר) איז אין א געוויסע וועג רואיגער פאר א מענטש אריבערצוטראגן, ער קען רואיג ארויסגיין אויפן גאס און זיך טרעפן מיט אנדערע מענטשן, ער האט נישט קיין כסדר'דיגע פרעשור נאכצוקומען געוויסע דאטומ'ס (DUE DATES), בדרך שאלה קען מען עס אנרופן א צער "בין אדם למקום", וואס איינער וואס האט נישט זוכה געווען צו קיין קינדער איז אין די בחינה פון צער, ווי אויך איינער וואס איז פשוט נישט געזונט וכדומה.
ווידעראום דער צווייטער סארט צער, נסיון העוני, איימיצער וואס בלייבט שולדיג געלט פאר מענטשן/קאמפאניס/מוסדות/בעלי חובות, דער דרייעט זיך ארום מיט א אומבאשרייבליכן שווערן געפיל, חוץ וואס ער געפינט זיך נישט דאס פלאץ אין ביהמ"ד/גראסערי/ אדער סיי וואו אין גאס, אויב האט ער א שטיקל הארץ און געפיל, שפירט ער גאר שלעכט פאר די אלע וועלכע האבן אים געבארגט און ער האט צוגעזאגט, אדער שפירט ער שלעכט פאר זיינע קינדער אז ער קען זיי נישט נאכגעבן די מינימום הצטרכות וואס אלע אנדערע קינדער באקומען, בקיצור, אסאך אנדערע מענטשן זענען פארמישט אין זיין צער, ער האנדלט זיך איין שונאים, מענטשן לייגן פרעשור און עס הייבט זיך זיין בלוט דרוק, דאס איז א צער "שבין אדם לחבירו", אזוי אויך אויב האט ער איינעם שאדן געמאכט בגופו או בממונו או באיזה אופן שהוא, טראגט מען זיך ארום מיט שולד געפילן וואס הרג'עט א מענטש.
פון די 2 בחינות איז לכאורה דער צווייטער שטארקער און קשה מנשוא.
סתם געטראכט.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 7:42 pm
דורך יאיר
און איך גאראנטיר דיר אז דער וואס איז שוין צוואנציג יאר קינדערלאז וויינט זיך צום אויבערשטן "איך בין גרייט צו ווערן דער גרעסטער ארימאן, אבי גיב מיר נאר אן אויסגעבעטן קינד!"
דער אמת איז אז מען דארף רעכענען דעם חשבון אנדערש. קיין איין מענטש איז דאך נישט ארים מיום הולדו. נאר פשט איז, אז דער מענטש האט אסאך פארלאנגען, זאכן וואס ער וויל האבן און זאכן וואס ער דארף האבן, און ווען ער קען זיי נישט נאכקומען דאן ווערט ער באטיטלט אלס ארימאן. היינטיגע צייטן זענען מיר אין א מצב וואס רוב מענטשן וועלן נישט בלייבן אן ברויט צו עסן אדער א דאך איבער'ן קאפ פאר זיך און די קינדער. נאר אויף חתונה מאכן פאר זעכציג טויזנט דאלער איז נישטא קיין געלט און דאס מאכט אים פאר אן ארימאן.
ממילא, ענדערש רעכן אויס, וואס איז ענדערש, נישט האבן קינדער, אדער האבן קינדער און לעבן אויף א גאר נידריגער בודזשעט?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 8:56 pm
דורך שמעקעדיג
איך רעד נישט פון היינטיגע צייטן כלפי אמאל, מאך נישט קיין נמשלים, איך רעד נאר אין טעאריע דעם חילוק פון איינס ביזן צווייטן.
דאס וואס דער קינדערלאזער וועט וויינען איז נישט ווייל ער מיינט עס אמת'דיג, יעדער מיינט אז זיין שוועריגקייט איז די שווערסטע און וועט שטענדיג זאגן אז ער איז גרייט ארויסצושפרינגען פונעם הייסן פענדל אריין אינעם פייער, עס איז נישט ווייל ער האט אויספרובירט ביידע סארטן צער און ער האט באשלאסן מיט א קלארן דעת אז איינס איז בעסער ווי דאס צווייטע, ער רעדט מרוב צערו ואין אדם נתפס על צערו.
בכלל זאג איך נישט אז א מענטש זאל ענדערש זיין קינדערלאז ווי איידער ארעם; איך האב באטאנט אז עס איז נאר איין חלק עמאנג אדערס, עס זענען דא מער סיבות צו טראכטן פארקערט, א ארעמאן קען זיך טרייסטן אז לא לעולם יזנח ה', ער וועט נאך באצאלן זיינע חובות, ער וועט שנארן, משא"כ דער קינדערלאזער האט א צער עולמית בזה ובבא, א.א.וו. עכ"פ נאר מיט דעם איינעם חלק איז דער נסיון העוני שווערער אריבערצוטראגן.
אין הכי נמי מיר טרעפן אסאך מעשיות ווי צדיקים האבן מבטיח געווען הייליגע קינדער פאר פשוט'ע מענטשן בתנאי זיי געבן אויף זייער פארמעגן און זיי האבן נישט בלויז מסכים געוען בדיעבד, נאר זיך צוגעכאפט דערצו, אודאי איז קינדער וויכטיגער ווי געלט (ניטעמאל א פארגלייך איז עס), זרענו וכספנו... קודם זרענו, דאס איז דאס וויכטיגסטע, נאכדעם וכספינו, ודלא כדקאווע טרינקער במקום אחר שפירש להיפך. אבער איך האב גערעדט בשעת די 2 ליידענדע לייגן זייער ווייטאג אויף דעם סארט וואגשאל, וועט די ארימקייט אריבערוועגן די קינדערלאזיגקייט.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 10:32 pm
דורך יאיר
מיין פוינט איז אז עס איז נישטא אזא זאך ווי "נסיון העוני". עס איז דא א נסיון פון נישט האבן געלט צו עסן אדער צו שלאפן אדער צו האבן א דאך איבער'ן קאפ, אדער צו וואוינען אין ברוקלין, אדער חתונה מאכן קינדער, אדער נישט האבן א קינד בכלל, נאכדעם איז דא דער נסיון פון זיין שולדיג געלט פאר מענטשן (און אויף דעם איז טאקע מעגליך אז דאס איז שווערער טאג טעגליך ווי נישט האבן קינדער, הגם איך בין בכלל נישט זיכער דערין, און בכל אופן קען דאס נאר געזאגט ווערן דורך איינעם וואס האט שוין געהאט ביידע נסיונות). אבער אויב איינער האט צער פשוט פון נישט האבן פאפירענע דאלארן (און ס'איז דא אזעלכע) איז ער סתם א רחמנות.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 7:11 pm
דורך שמעקעדיג
כ'רעד זיך סתם אפ. מקיים צו זיין דעם ישיחנה.
עס קומט א ניי יאר, קע"ה א שטוב מיט קינדער, די מוסדות שיקן אויף די פאסט גראבע ענוועלאפס, פאפירן מיט אפליקאציעס, מאנען איין די אלטע שכר לימוד חובות, הייסן ארויסשיקן העד טשעקס פאר די נייע, פלוס פילע טשארדזשעס פאר אינשורענס, רעגיסטראציע, טראנספארטאציע, גרוילעאציע, שמאלעפאציע, א.א.וו... כ'קען זיך קוים באקראצן מיט די הויכשטאפלדיגע שפראך, ואני אנה אני בא, כ'האלט נאך אינמיטן דרייען מיט חובות פון די קעמפס, אבער די קינדער טאנצן שוין טאטי מען דארף נייע קליידער, וואכן/שבת, שיכלעך לרחצה, נייע בריפקעיס, די אלטע איז קליין און צעריסן, ס'קוקט מיר עפעס אויס ווי דער עולם האט זיך ערנסט פארלייגט אויף מיין ארימע זעקל ביינער און מיינע אויסגעקארגטע פאר גראשן, זיי שרייען זבל פרדותיו של שמעקעדיג ולא המיליאנען של ביל געיטס, [tag]קפנדריא[/tag] ביסט מכובד צו גיין פתיחה אויף א נייע אשכול, די קעמפ סעזאן האסטו פיין אראפגעלייגט, יעצט לייג אראפ דעם נייעם סקול יאר, סאמהאו קומט עס צו לאכן ווען איינער לייגט אראפ דעם מצב כמו שכתוב מיט זאלץ און פעפער, כאטש כ'פארשטיי נישט וואס איז דער געלעכטער? מען וואלט געדארפט פארגיין אין א ביטערן געוויין.
עניוועי, טענק יוא לל פאר ליסענינג, איי פיל מאטש בעדער נאו.