בלאט 2 פון 5
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 3:05 pm
דורך שבת אחים
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:כ'רעדט וועגען איבעראל, נאר כ'האב באקומען אין אישית פון כמה ניקן אז נישט אייביג איז עס וועגען די תקנות וואס מ'האלט נישט, נאר וועגען סתם רשעות, ממילא האב איך אויסגעפיהרט רוב מוסדות.
על אף כ'האב שוין געהערט טאטע'ס ארום לויפן דערציילן רשעותדיגע מעשות פון הנהלה, אבער אז מ'טוט אביסעל האום'ווערק ווערט מען געוואר ס'גארנישט אזוי גלאט,
דו רעדסט וועגן "איבעראל" אבער ביזט אליינס מודה :
כ׳קען נישט רעדן פאר יעדער חסידות, אבער עכ״פ דארט ווי איך געהער
?????????????????????????????????????????????????????
!!!c'mon make up your mind
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 3:14 pm
דורך שטילע אינגערמאן
כהאב שוין גענטפערט פריער אויף דער ריזיגע סתירה ווי די כאפסט מיך ביים ווארט,
ליין אדורך געמיטלעך פאר די באווארפסט מיך מיט דיינע שרעקעדיגע קוועסטשענ מארקס, כ'האב מורא דערפון,
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 3:35 pm
דורך שבת אחים
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:כהאב שוין גענטפערט פריער אויף דער ריזיגע סתירה ווי די כאפסט מיך ביים ווארט,
ליין אדורך געמיטלעך פאר די באווארפסט מיך מיט דיינע שרעקעדיגע קוועסטשענ מארקס, כ'האב מורא דערפון,
ווייסט פארוואס די מוסדות זענען טויזענט פראצענט גערעכט ???
ווייל זיי האבן אסאך אזעלכע נאַיוויע קיצונים ווי דיר וואס טאנצען זיי נאך בלינדערהייט!!!
טויש דער קעפל צו : ״
מיין חסידות און
מיין פארטיי איז טויזענט פראצענט גערעכט ״ ווייל למעשה קענסטו נישט יעדע מוסדות אין יעדע אינצידאנט און דו האסט עס אליינס מודה געוועהן !
און סאיז למעשה דא טויזענטער עלטערין וואס בליטיגען און האבן נישט ווי צו שיקן זייערע בחורים ווייל זיי זענען נישט פון די ״מצוינים״ און זיי פארציילן גאר א אנדערע מעשה ווי דיר און די היינטיגע מצב אויף די גאס מיט הונדערטער בחורים וואס דרייען זיך ליידיג פאר לא דבר איז א דירעקטע סתירה צו דיין קעפל
מוסדות זענען טויזענט פראצענט גערעכט
ובזה יצא ידי חובתי !
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 3:39 pm
דורך הוגה
[justify]
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:על אף כ'האב שוין געהערט טאטע'ס ארום לויפן דערציילן רשעותדיגע מעשות פון הנהלה, אבער אז מ'טוט אביסעל האום'ווערק ווערט מען געוואר ס'גארנישט אזוי גלאט.
ווילסט טון האמומווארק? לאמיך דא פארציילן א פרשה פון מיין קהלה און מיין רבי, וואס איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן און זייט איר אליין די שופט אויפן מעשה. (דיסקלעימער 1. איך 'באלאנג' נישט צו דער קהלה, איך בין אפיליעיטעד. דיסקלעימער 2. איך האב נישט ממש מיטגעהאלטן די מעשה, כ'האב נאר מיטגעהאלטן די אויפברויז און איבערקערעניש אין בית המדרש בשעת די מעשה האט זיך אפגעשפילט.)
א יונגערמאן פון מיין חסידות האט זיך אריבער געצויגן קיין עירמאנט/מאנסי. אנקומענדיג דארטן האט מען אים מודיע געווען אז ער זאל זיך גיין זוכן אנדערע מוסדות און מען נעמט אים נישט אן. עס האט נישט געהאלפן קיין טענות ומענות, די מאנסי'ער עסקנים (ב.ר. און ש.ב.) האבן מחליט געווען אז דער איז נישט גענוג ערליך פאר זייער מוסד. די יונגערמאן, זיין פאטער און נאך משפחה מיטגלידער האבן געזעהן אז ביי די הנהלת המוסד קען מען נישט פועל'ן, האבן זיי זיך געקערט צום רבינ'ס שטוב מיט די האפענונג אז ער וועט זיי קענען העלפן. דערווייל האבן זיך אנגעשטויסן אין א שטיינערנע וואנט. א יעדע טאג מיט פרישע תירוצים אבער מען קען נישט אריין גיין, די רב איז צו ביזי, ער פילט זיך נישט גוט וכו' וכו'. ביני לביני זענען די קינדער אפגעזעצן א שיינע פאר וואכן אין דער היים, בשעת ווען די גאנצע וועלט איז אין חדר. קוים מיט צרות האט מען מיט שווערע השתדלות און שווערע געלטער (פון הנגיד ד.ב.) אריינגערוקט זיינע קינדער אויף דערווייל אין בית דוד.
איך האב גארנישט געוואוסט פון די גאנצע מעשה ביז איך בין איין טאג געקומען אין בית מדרש און געזעהן אז עס קאכט זיך א קעסל. נאכן געוואר ווערן פונקטליך וואס דא קומט פאר איז מיר שווער געווארן א קשיא. איך ווייס אז דער יונגערמאן איז נישט עפעס ספעציעל חסידיש, זיין ווייב איז היבש מאדערן, זי גייט מיט א לאנגע שייטל, מעיקאפ וכדומה, דער יונגערמאן גייט נישט מיט א הוט און רעקל ביי די ארבייט, נו מה כל הרעש? זייט ווען האט מען ביי אונז מקפיד געווען אויף אזאנע זאכן? זיין טאטע און מאמע זענען אויך אזוי געווען און די גאנצע משפחה האבן געלערנט אן קיין שום פראבלעם אין אונזערע מוסדות. דער יונגערמאן זעלבסט האט וואוינענדיג אין בארא פארק אויך געשוקט ביי אונז די קינדער. איז וואס איז דא פלוצלינג געשעהן? א נייע פאליסי? מילא די מאנסי'ער עסקנים, זיי זענען טאקע פרומער ווי אלע, אבער וואס איז געשעהן מיט די רב? זייט ווען פארלייגן מיר זיך אויף אזעלכע זאכן?
נאך אביסל חקירות ודרישות ביי מיינע חברים אין די הויכע פענסטער, האב איך באקומען דריי תשובות. 1) דער יונגערמאן האט נישט אפגעשוירן זיין קינד ביים רב. 2) ער איז נישט אריין אל הקודש פנימה פרעגן אויב ער זאל מופען וואוינען לעבן זיין שווער אין מאנסי. 3) ער איז געפארן אויף אומאן אויף ראש השנה. אונטערשטע שורה איז, ער איז נישט קיין חסיד נאמן וממילא זענען מיר אים גארנישט שולדיג. איך מוז זאגן אז איך בין געווען צוויי מאל שאקירט. איך בין נישט געווען שאקירט פון דער ספעציפישע הנהגה, ווייל דאס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס מיר זעהן דאס צו. איך בין אבער געווען שאקירט צו זעהן אז לכה"פ האלב פון די עולם האט געגעבען בארעכטיגקייט פאר די הנהגה בבית רבינו, נאך אלעם איז דאך יענער נישט קיין "עכטע חסיד". אויך בין איך געווען שאקירט אז א האלב פון די עולם האט נישט מורא געהאט ארויס צו זאגן זייער מיינונג ברבים אז זיי זענען פאראיבלט פון אזא הנהגה. איך האב נישט געגלייבט אז עס איז נאך דא אזויפיל בעלי שכל, און עס האט מיר געגעבן האפענונג.
למעשה הייסט יעצט אז אויף קומענדיגע יאר נעמט מען זיינע קינדער יא אריין אין די מוסדות. זעהט אויס אז מען האט אים שוין געלערנט לקח, און ער ווייסט שוין אז ער מוז זיין אן "עכטע חסיד", קיינמאל פארן קיין אומאן וכדומה. אבער
פאר 3-4 וואכן איז א טאטע, מאמע און קינדער פארוואגעלט געווארן אונטער אומבאשרייבליכע יסורי נפש, אלץ ווייל ער איז נישט קיין "עכטע חסיד".גיב א קוק. איך בין נישט זיכער אויב דאס איז טאקע די רצון פון מיין רב, אויב ער האט געוואוסט פונקטליך וואס דא גייט פאר אדער נישט. עס קען זיין אז דאס איז געווען די ארבייט פון זיינע שטוב מענטשן. אפילו אויב דאס איז יא מיין רבינ'ס פערזענליכע ארבייט, נעמט עס נאך אלץ נישט אוועק פון זיינע אנדערע קוואליטעטן. אבער לאמיר צוריקגיין צו די פותח האשכל דידן. דו האלטסט אז אפילו אזא מין הנהגה איז "טויזנט פראצענט גערעכט" ווייל עס איז זיינע מוסדות.
האט די רבי די רעכט דאס צו טון? יא זאג איך דיר!
קומט דאס פון לויטער רשעות און פארדארבנקייט? יא זאג איך דיר!
וואלט זיין הייליגע טאטע אמאל צוגעלאזט אזא מין הנהגה? ניין זאג איך דיר!
אבער איך, הוגה בן שמויגער זאג, "מיט אזעלכע מנהיגים, וואס קען מען ערווארטען אויסצואוואקסן פון די קומענדע דור?".[/justify]
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 4:02 pm
דורך אפטעמיסט
הוגה האט געשריבן:הוגה בן שמויגער
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 4:03 pm
דורך ראש הישיבה
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:ראש הישיבה, כ'האלט אנדריש, כ'האלט יא אז א רבי מעג מאכן תקנות וואס זענען פאני, אין וואס רוב עולם האלט נישט דערביי, ס'זאנץ א מוסדות ער שאפט די געלט, צו זיינע מענטשן שאפן די געלט, ער מעג טוען וואס ער וויל, ס'גארנישט אנדריש ווי ביי דיך אינדערהיים
האסט א פראבלעם? פיץ אפ, ווער בעהט דיך דא צו זיין
אין רוב תקנות וואס כהאב מיט געהאלטען זענען גאהץ פארשטענדליך, פארשטייט זיך כ'קען נישט רעדן פאר יעדער חסידות, אבער עכ''פ דארט ווי איך געהער
ניין דו האסט מחנך געוועהן דעם אינגערמאן. דער רבי האט אין געסנדקט, געמאכט פיאות, געלערנט א ב, חומש רש"י גמרא תוס, געלייגט תפילין, אין רביןס ישיבה האט ער געהאדעוועט,און... סאיז נישט געלונגען, דער אינגערמען איז נישט פונקט ווי דער רבי האט געוואלט
נו וועגן דעם איז וואס?
האסט א פראבלעם? פיץ אפ, ווער בעהט דיך דא צו זייןאין דער רבי וויל זיין גערעכט?
ער איז רשע
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 5:00 pm
דורך smartinof
איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר, [tag]הוגה[/tag] דיין גאנצע דרשה איז זייער נישט רעלעווענט, ווייל ווי איך פאר פארשטיי האט דער פותח האשכול אנגעהויבען מיט גאר אן אנדערע ענין ווי די, סאיז דא כמה סיבות פארוואס מען וויל נישט אנעמען א קינד און א מוסד א טייל זענען לעגעטים און טייל איז פאלנע רשעות, פון וואס די רעדסט, איז בלויז רשעות, אבער יעצט א מינוט מחשבה, וועגן איינעם וואס וויל אפיציעל נישט זיין קיין סאטמערע סטאנדערט, כלשון הפותח, איז האלסטו דארף סאטמאר אים אנעמען?, און אויב יא, אן עקספלענעשין פליז, און פלי מיר נישט צוריק צו מעשות פון זעכציג יאר צוריק, וואס דעמאלטס איז געווען איין מוסד פאר יעדע פינעף שטעט, און נישט אנעמען, האט געמיינט פשוטו כמשמעו גאסען יונגען, היינט איז דאס בלויז סעלפישיזעם פון די עלטערן, זיי קענען שיקען צו א ים אנדערע מוסדות, וואס ווילסטו פון די פרומע, גיי אויף א פלאץ וואס איז דיר גרייט צו סערווירען פונקט וויאזוי די ווילסט אויסשטעלן דיין שטוב, פונקט ווי א יונגערמאן מיט שווארצע ווייסע ברילען, און שווארצע זאקען אינדערוואכען, וועט קומען צו עפעס א פלעטבושער מוסד, וועט מען אים פרעגן יו יאנט טו בי יו, אר יו יונט טו בי אוס, און אויב זיין ענטפער וועט זיין איי יונט טו בי מי, וועט מען אים אנכאפען [מיט א נעפקין] ביים אויער און ווייזען דעם טיר, און דאס איז יושר'דיג הונדערט פראצענט, אז ער האט א ים מוסדות וואס שטעלן אים צו פונקטליך וואס ער דארף, איז נישט שכל'דיג צו זאגען פאר א מוסד מיזט אים אנעמען,
[tag]לעיקוואד[/tag] במחילת כבודך דיין טענה איז אביסעל א נערישער, ואיך האב דיר שוין אנגעפרעגט די גדר, און ב' אז קיינער איז נישט געבינדען צו שיקען און קיין שום פלאץ, איז נישט גילטיג דיין גאנצע טענה, וג' און מיט דעם משל וואס איך האב גברענגט וואס זאגסטו, זיי דארפען זיך אויך לערנען מוסר? אז איך קטן דיר אויפן קאפ ארויף, קען איך דיר אויך זאגען גיי לערן מוסר, קלאר דיך אויס
[tag]שטילע אינגערמאן[/tag] ניין א מוסד האט נישט קיינע רעכטן צו מאכען זינלאזע תקנות, אז קינד וואס איז נישט גרייט ווישען דעם רבי'נס אחוריים אדעיר אויסטרינקען דעם רבי'נס מי רגלים, דארף זיך דרייען און די גאסען, און עס איז א רשעות
איך פערזענליך, האב מיטגעהאלטען און מיט געארבייט מיט דריי משפחות, וואס מען האט זיי נישט געוואלט נעמען און די מסודות, סארי און א סעפעציפישע מוסד, איינס, וואס די פרוי איז במקורה גאנץ א תמימותדיגע, דער מאן א צווילדעוויטער צאפ, טוט כל מה שעולה על רוחו כפשוטו וד"ל, ער האט געצווינגען דעם ווייב זיך אנטוהן ווי א פלעטבוש מאמע, און מען האט נישט געוואלט אנעמען איר קינד און א פרומע מוסד, די מאמע האט געהאט נישט איין אפציע נאר פיר פינעף וואס זענען איר געווען גרייט צו נעמען בשתי ידים, אבער זי איז פארעקשנט איי יונט מיי קידס טו העוו די ..... ווארעמקייט, און איר מאן שרייט די רשעות'דיגע מוסודות, די פערד די האסט מער מוסדות ווי צו שיקען ווי דער פרומער האט, איז דאס נישט סעלפעשיזעם? ועוד חזון
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 5:04 pm
דורך ראש הישיבה
און איך האב מיטגעהאלטן עטליכע פרשיות ווי מען האט נישט געהאט קיין אנדערע אפציעס, און קינדער זענען געבליבן אינדערהיים
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 5:07 pm
דורך smartinof
ראש הישיבה האט געשריבן:און איך האב מיטגעהאלטן עטליכע פרשיות ווי מען האט נישט געהאט קיין אנדערע אפציעס, און קינדער זענען געבליבן אינדערהיים
וואס האקסטו און קאפ נישט געווען קיין אנדערע אפציעס, חוץ אז די רעדסט פון קר"י, אויך נישט עק וועלט עס איז טאקע פארהאנען וואס שיקען אויף מאנסי, וואס מאכסטו מיטן צונג סאיז נישט געווען, די עלטערן האבען נאר געוואלט די ווארעמקייט איז דארף דער מוסד ליידען
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 5:08 pm
דורך הוגה
[justify]
smartinof האט געשריבן:פלי מיר נישט צוריק צו מעשות פון זעכציג יאר צוריק, וואס דעמאלטס איז געווען איין מוסד פאר יעדע פינעף שטעט, און נישט אנעמען, האט געמיינט פשוטו כמשמעו גאסען יונגען, היינט איז דאס בלויז סעלפישיזעם פון די עלטערן, זיי קענען שיקען צו א ים אנדערע מוסדות, וואס ווילסטו פון די פרומע, גיי אויף א פלאץ וואס איז דיר גרייט צו סערווירען פונקט וויאזוי די ווילסט אויסשטעלן דיין שטוב
אזוי ענטפערט אן ערליכע איד אין תשע"ד, נישט זעכציג יאר צוריק!וליתר תוקף וועל איך מעתיק זיין וואס איך האב געשריבן צו איינעם אין אישי:
דאכציך אז איך קען אים נישט. איך שטעל מיך פאר אז דו פרעגסט מיר מן הסתם איז ער אן "עכטע באם". להוי ידוע אז איך שרעק מיך נישט פון קיין באמס מיט דזשינס הויזן און קורצע קליידער. ביי מיר איז דא א כלל, אויב קומט א יונגערמאן און ער פארשטייט קלאר וואס פאר א סארט חינוך מען גיבט אין דער ספעציפישע מוסד, און ער זאגט קלאר אז ער וויל אז זיינע קינדער זאלן באקומען טאקע אזא חינוך און ער וועט טון וואס ער קען דאס צו צו העלפן, דאן אפילו אויב זיין ווייב גייט מיט הויזן און ער גייט מיט קורצע הויזן זאל מען אקצעפטירן דאס קינד, ספעציעל ווען דער יונגערמאן געהער צו די חסידות, דארט איז ער אויסגעוואקסן און דארט דרייט ער זיך.
.[/justify]
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 5:11 pm
דורך smartinof
קומסט מיר נאכזאגען פון ערליכע אידען, און וואס האט דער ריבניצער געזאגט?
איך האב דיר שוין געבעטען אן עקספלנעשין פליז, און דאס וואס איך האב געמאכט און באלט, טוישט די גאנצע מעשה, מען רעדט דאך נישט אויף דעם בין איך מודה, אבער להוי ידוע רובא וואס בלייבען מיט די קינדער אינדערהיים, ווילען זיך נישט צו שטעלן, דאס האב איך מיטגעהאלטען פרעזענליך
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 5:13 pm
דורך הוגה
קומסט נישט אריבער קלאר. זיי ביטע רואיג מסביר וואס דו פארשטייסט נישט.
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 5:16 pm
דורך smartinof
הוגה טייערע איך האב געשריבען אלס וואס איך האלט און מיין פריערדיגע תגובה ברענגסטו מיר די אפיניען פון אן ערלכיע ייד, וואס דאס איז נישט מבאר סזאגט נאר א פסק, קענסטו מיר דאס מבאר זיין,ווילסט וויסען וואס איך פארשטיי נישט קוק וואס כהאב געשריבען, קעי?
נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 6:44 pm
דורך לעיקוואד
שטילע טייערער די ענטפער איז ניין ער האט נישט קיין שום רעכט, אין קיין שום משל וואס דו ביסט ממשיל אדער מצייר. אויב ווילסטו מחנך זיין אין דיין מוסד אויף א געוויסע וועג זאלסטו זיין געזונט און אזוי טוהן, ברענג אריין גוטע מלמדים מיט א גוטע הסברה און פעדאגאגיע און זיי מחנך די קינדער ווי פרום די ווילסט. קיין שום זאך גיט דיר נישט קיין רשות אפצוזאגען עלטערען וואס ווילען שיקען די קינדער אין דיין מוסד. פלעין און סימפל.
דאס איז אחוץ פון דעם וואס די גאנצער זאך מאכט בכלל נישט קיין סענס און איז צביעות ורשעות לשמה. אויב ברענט דיר טאקע מנחיל צו זיין דיין הייליגע און ריינע חינוך פאר אידישע קינדער דארפסטו זיך דאך פרייען אויף יעדער קינד וואס שרייבט זיך איין ביי דיר. און אויב זיין טאטע איז א באם דארפסטו זיך נאך מער פרייען סיי אז אפילו אזא באם נעבאך וויל ער דאך די בעסטע חסידישע חינוך פאר זיינע קינדער און סיי אז דא האסטו א געלעגענהייט באמת משפיע זיין און אויפטוהן פאר אידישקייט. דאס נישט וועלן אננעמען צייגט אז גאר עפעס אנדערש איז דיין מטרה. און ניין, שליטה אלימות און עקסטארשין אויף די מענטשען וואס האלטען דיר אויס איז נישט קיין רעכט פון קיינער קיינמאל.
נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 2:51 pm
דורך איינגעמיירעט
איך פארשטיי אינגאנצען נישט דיין פוינט [tag]לעיקוואד[/tag][tag]הוגה[/tag]
אויב סעפענט זיך א מוסד פאר ארטאדאקס יודען, מוזען זיי ארייננעמען קאנסערוועטיוע אדער רעפארם יודען, אוודאי ניין סאיז אן אנדערע סארט קולטור און סאיז נישט און פלאץ אויסצומישען דיע צוויי סארט קולטורס.
און די חרדישע קאממיונוטי האלט זיך אינמיטען דעוועלעפען א נייע סארט קולטור, רוף עס מאדערן האסידיק קולטור.
משום איזה סיבה שיהיה האט זיך דיע קולטור נאכנישט געהעריג דעוועלאפט, דיע חברה נעמען זיך עפעס נישט געהעריג צאם, זיי מאכען נישט קיין אייגענע מוסדות און זיי זענען נאכנישט זעכיר וויאזוי פונקטליך צו אויסשטעלן זייער לייפסטייל.
אדהכי והכי דיע מוסדות וואס זענען אויסגעשטעלט פאר די אולטרו האסידיק קולטור, וויל נישט עקסעפטען די מאדערן האסידיקס.
Am I missing something
די ראיה פון די גדולים פון 40 יאר צוריק איז קיין ראיה
יענע צייטען האבען עלטערען געשיקט זייער קינדער און א מוסד ווייל זיי האבען געוואלט אז זייער קינדער זאלען וואקסען אנדערש ווי זיי, זיי האבען געטוהן א שטארקייט און נישט געשיקט און קאלעידזש ווייל זיי האבען געוואלט איבער געבן אן אנדערע סארט חינוך פאר זייער קינדער ווי זיי זענען אליינס,
משא״כ היינט זיצט דיע טאטעס אויף קאווע שטיבעל, און שעלטען די סיסטעם פארוואס זייער קינדער זענען נישט און קאלעידזש, און נאכדעם ווען ער באקומט א לא נתקבל צעטיל פון דיע זעלבע מוסדות וואס ער האט שוין אויסגעשאלטען מאה פעמים ואחד, רעגט ער זיך.
גיי זיי מסביר.
נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:18 pm
דורך Yossy
איך מיין אז רוב וואס קאמענטירען האבען נאכנישט געהאנדעלט מיט קיין ראש ישיבה אין האבען נישט קיין בחור אין ישיבה.
די זלזול אין דיסריספעקט וויאזוי מען טריט עלטערען איז עקעלדיג , אין מיינט נישט אז איינמאל מען איז אנגענומען האסטי א פרי רייד, אויב האט דיך דער אייבערשטער געהאלפען מיט א געשמאקע בחור וואס איז ענערגיש אין האט נישט קיין געדולד צי זיצען 14 שעה אויף איין פלאץ , ביזטו אין טראבעל. די סיסטעם איז דיזיינד פאר שעפעלעך וואס מען הייסט עם זיץ רצופות 4 שעה פאלגט ער,, שובבים זעקס שעה רצופות מיט א תענית הדיבור פאלגט ער , דע מינע בחורים דארפען זיי ..
רוב ישיבות האבען פארטאגס מיט נאכט סדר you do the math וויפל שעות די בחורים דארפען זיצען אויף איין פלאץ אין די רגע איינער מאכט אמאל א ביסעל טראבעל טרעפסטו זיך אויפען גאס , מרעדט פון ערליכע בחורים , בחורים פון גיטע שטיבער וואס מען ווארפעד זיך ארום מיט זיי.
נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:54 pm
דורך יאיר
דער נושא איז שוין אויסגעדראשן פון אלע זייטן, בעיסיקלי איז שוין אלעס פרעדיקטעבל, יעדער ניק אויף וועלכער זייט ער וועט שטיין. מצד אחד זענען די קאנסערוואטיוון (בדחן ע"ה ודומיהן) וואס האלטן אז די קינדער פון באמישע יונגעלייט זענען באמת שעדליך, מצד שני זענען דא די ליבערטעריענס וואס האלטן אז יעדער קען טון מה שלבו חפץ אזוי לאנג ווי ס'איז לעגאל (שמעקעדיג וחביריו), ומצד שלישי זענען די ליבעראלן וואס זענען מוחה אויף דיסקרימינאציע און פרובירן צו קעמפן פאר ציווילע רעכטן (הוגה וסייעתו).
איך וועל האלטן פאר א סוד אויף וועלכע זייט איך שטעל זיך
אבער איך וועל מאכן עטליכע אבזערוואציעס אויף דעם שמועס. קודם איז אינטערעסאנט אז קיינער דערמאנט דא נישט וואס איז דער דין על פי תורה, דער איינציגער נידון איז איבער וואס איז מער ליבעראל, לאזן די מוסדות זיך ווארפן מיט קינדער אדער ארייננעמען קינדער פון יעדן בעקגראונד. א שיינע מחזה צוצוקוקן.
די צווייטע זאך, דער גאנצער פראבלעם צייגט אויף די מאדנע פענאמענען פון חרדים און ווי שווער ס'איז ארויסצוהאבן די דינאמיקס דערפון. אנשטאט אלע וואס ווערן מאדערן זאלן שיקן אין מאדערנע מוסדות, אדער עפענען אייגענע מוסדות וואו מען וועט אננעמען ככל העולה על רוחם, רייסט זיך יעדער דוקא צו שיקן אין די פרומע, דוקא זיך אריינצוכאפן אין די מוסדות וואו מען טאר באמת נישט האבן א סעלפאן מיט אינטערנעט, נאר ער כאפט זיך אריין ווייל ער האט א רייכער פעטער, סאו איז אים געלונגען צו שיקן זיין יונגל דארט. ער שמוגלט אפילו אריין פון צייט צו צייט א הארטע קאפל אויף זיין קינד'ס קאפ, אבי ער גייט אבער אין קלאס מיט קינדער וואס האבן ווייכע קאפלעך. עפעס א מין מאדנע פאלק.
לויט דעם קלער איך אז פילייכט האבן די מוסדות יא א מאראלישע רעכט זיך צו ווארפן מיט עלטערן, ווייל ברגע דער טאטע וויל שיקן אין אזא מוסד האט ער מגלה דעת געווען אז ער איז בעד דיסקרימינאציע, און ס'איז יתכן אז ווען ער אליין וואלט פערצופאל געקומען פון א נארמאלע שטוב און ער וואלט נישט געהאט דיסלעקסיע וואלט ער אויך אנגעטון א ווייכע קאפל פאר זיין זון, ממילא קען ער מער נישט ארויסנעמען דעם דיסקרימינאציע טענה פון זיין טאשקע, ווייל ער האט איר שוין ארויסגעווארפן.
נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 11:02 pm
דורך לעיקוואד
איינגעמיירעט האט געשריבן:איך פארשטיי אינגאנצען נישט דיין פוינט [tag]לעיקוואד[/tag][tag]הוגה[/tag]
אויב סעפענט זיך א מוסד פאר ארטאדאקס יודען, מוזען זיי ארייננעמען קאנסערוועטיוע אדער רעפארם יודען, אוודאי ניין סאיז אן אנדערע סארט קולטור און סאיז נישט און פלאץ אויסצומישען דיע צוויי סארט קולטורס.
און די חרדישע קאממיונוטי האלט זיך אינמיטען דעוועלעפען א נייע סארט קולטור, רוף עס מאדערן האסידיק קולטור.
משום איזה סיבה שיהיה האט זיך דיע קולטור נאכנישט געהעריג דעוועלאפט, דיע חברה נעמען זיך עפעס נישט געהעריג צאם, זיי מאכען נישט קיין אייגענע מוסדות און זיי זענען נאכנישט זעכיר וויאזוי פונקטליך צו אויסשטעלן זייער לייפסטייל.
אדהכי והכי דיע מוסדות וואס זענען אויסגעשטעלט פאר די אולטרו האסידיק קולטור, וויל נישט עקסעפטען די מאדערן האסידיקס.
אייער הסטאריע איז פאלש און פארפירענד.
1. עס איז נישט אמאל געווען אן ,אולטרא-חרדישע, קולטור ובאו פריצים קאווע שטיבל שרייבער און פיר סלייס קאפל טראגערס און האבען זיך געמאכט א נייע רעליגיע. להד"ם. פונקט פארקערט. עס האט זיך אוועקגעשטעלט קהילות און מוסדות וואס האבען געקענט סובל זיין אין זיך מחוטב עציך עד שואב מימיך, פון אידען אן בערד ביז אידען מיט ווייסע זאקען. און מנהיגים וואס האבען געאווסט זייער אחריות כלפי זייער ציבור און צוגעשטעלט פאר יעדער איינער א חינוך כפי דרכו ומקומו. אין די לעצטע יארען באו אחריהם ילדים אשר לא קראו ולא שנו ולא שימשו, רעבישע און רבנישע קינדער וואס האבען געירשנט מלוכות אויף א זילבערנע טאץ, און וועלענדיג קאנסאלדיטירען זייער שליטה האבען זיי מחליט געווען ארויסצוווארפען די אלע וואס האבען נישט קיין וויסע זאקען פון זייערע קהילות און מוסדות און בלייבן נאר מיט די חסידים נאמנים וואס טאנצען נאך יעדער לאקשן ואוס זיי טיילען און יעדער אכשר דרא וואס פאלט זיי ביי. דער וואס איז משנה און מאכט נייע טיילונגען אין די קהילות איז די "מוסדות", נישט די "מאדערנע חסידים".
2. די אפשאקלונג פון די רבנים און מנהיגים פון זיין בכלל מנהיגים און געבן הדרכה צו דער עולם, און אנשטאטס דער קוק אז דער ציבור איז זיי גאר שולדיג, מיט די רשעות'דיגע און עגאיסטישע טענה אז "די מוסדות זענען זיייער פריוואטע נכסים", דהיינו די מענטשען באלאנגען פאר זיי, איז טאקע גורם אז מער און מער מענטשען זאלן זיך מצרף זיין צו די מאדערן חסידיזם באוועגונג. דאס איז ברובם נישט קיין מענטשען וואס ווילען דווקא גיין קעגן די סיסטעם דאס איז פשוט אידען וואס פילען אז דער רב רבי דיין וואס מען שטעלט זיי צו רעדט בכלל נישט צו זיי און גיט זיי נישט קיין הדרכה בכלל אין לעבן. די הצלחה פון אזעלכע משפיעים ווי ר' מוטה פראנק ר' גמליאל רבינוביץ און נאך דווקא ביי דער מאדערן חסידיזם עולם איז א הוכחה אז דאס זענען דווקא אזעלכע וואס פרייען זיך צו איינער וואס גיט זיי הדרכה און א טעם און אידישקייט און אפילו קנאות ומוסר, עס דארף נאר זיין איינער וואס זאל זיין אפען צו זיי און זיי מדריך זיין, נישט זיי אנקוען פאר זיינע נכסים.
3. דאס איז די סיבה פארוואס דער עולם ברובו מאכט זיך נישט קיין אייגענע מוסדות דערווייל. דא רעדט מען נישט פון אויסגעשפראכענע מחוצפים ווי לעיקוואד וואס האקען אויף כל הקדוש דרייסטערהייט און קענען באשטיין זיך אליינס קרוינען מנהיג פאר זיך. דא רעדט מען פון המון עם, פון אידען וואס ווילען פשוט זיין אידען, זיי ווילען נישט א מוסד וואס זאל מחנך זיין דווקא גיין פיר סלייס קאפלעך. זיי זוכען א מוסד וואס זאל מחנך זיין צו אידישקייט. די מאדערן חסידיקיס זענען נישט קיין רבנים און זיי ווייסען דאס, זיי רעדן זיך גארנישט איין אז זיי קענען איבערנעמן די רוחניו'תדיגע הדרכה פון רבנים ומנהיגים פאר זיך. און אז עס קומט צו גיין אזא רב ווי ר' בנימין אייזענבערג וכדומה וואס קען רעדן צו זיי זענען זיי גרייט אפילו עם צו געבן קוויטלעך, און אויב וועט אזא רב עפענען מוסדות וועט מען שיקען דארט, נאר דערווייל זענען דא צו ווייניג אזוינע רבנים.
נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 11:18 pm
דורך שמעקעדיג
יאיר האט געשריבן:מצד שני זענען דא די ליבערטעריענס וואס האלטן אז יעדער קען טון מה שלבו חפץ אזוי לאנג ווי ס'איז לעגאל (שמעקעדיג וחביריו).
הא? מהיכן דנתני? מהיכי תיתי?
נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 11:43 pm
דורך יואב
שמעקעדיג האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:מצד שני זענען דא די ליבערטעריענס וואס האלטן אז יעדער קען טון מה שלבו חפץ אזוי לאנג ווי ס'איז לעגאל (שמעקעדיג וחביריו).
הא? מהיכן דנתני? מהיכי תיתי?
שמעקעדיג א ליבערטעריען? נע! א מעסיג-רעכטער. פרא-עסטעבלישמענט, אבער אנערקענט מ׳ברויך האבן א רעפארם.
בד״וו, ווער זענען זיינע חברים? גיב ארויס ביטע
נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 11:45 pm
דורך שמעקעדיג
יואב ביסט א גראפאלאג אדער וואס???..
נשלח: פרייטאג יולי 11, 2014 1:52 am
דורך מאטי
נישט אריינגייענדיג אינעם גאנצן נידון צו זיי האבן יא רעכט צו נישט, צו ס'איז רשעות/ אומעטיש, אדער גאר א גדר זיך צו האלטן אידיש. וואלט איך מציע געווען פאר א יעדן רעכטדענקיגן מענטש זיך אפשטעלן און אביסעלע אריינטראכטן ווי פאלגענד:
ווי אזוי קען זיין אז מיר האבן זיך דערקייקלט צו א מצב וואס אונזער חינוך הענגט אויף א האר! יא א חוט השערה ממש! א קליין אינגל קען מיט איינע שלעכט ווארט אפ'הרג'ען יארן ארבייט וואס א מלמד פרעגלט אריין.
מיר דארפן זיך פרעגן:
ווילן מיר זיין א חלק פון א חינוך סיסטעם וואס מוז בע"כ - ע"פ חוקי סטטיסטיקות - אויסשפייען א גרויסע פראצענט מעמבערס וואס שטעלן זיך נישט צו צום פונקטליכן פארעם וואס דער חינוך סיסטעם שטעלט אוועק.
נאכאמאהל, מ'רעדט נישט דא פון אידן וואס ווילן נישט היטן די תורה, אפילו לויט די ווארפער'ס סטאנדארטן. די זענען קוואט אן קוואט "נישט געאייגנט פאר 'מיין' קרייז" .... אויב דער מנהל ווערט למשל געוואויר אז דעם ארויסגעווארפענרס פאטער איז א משגיח ביי גאלדן פלאו. וואס מיינט איר? וועט דער מנהל נישט זיפן זיין קאווע דעם קומענדיגע צופרי מיטן זעלבן געשמאק...
אלזא, דאס אלעס זאגט אונז גאר אסאך! אויב א סיסטעם קען זיך נאר האלטן אויף דאס בלוט פון א פיפטן קאלום, אזא סיסטעם איז מופרך מעיקרא, ומאי חזי דדמי דידך סומקא מדידי. ווער זאגט אז גאט וויל א קליין הייפעלע "היימישע" איבער א גרעסערן ציבור "אידישע". אויב איז וויכטיג אוועקצונעמן דעם מעגליכקייט פון א טייל צו בלייבן אידיש, בלויז פאר די איבעריגע זיך צו האלטן אידיש, און אזוי "מוז" זיין, ווייל טאמער נישט! איז צרות.... איז דאס די גרעסטע באווייז אז ס'איז אן אומאויסגעהאלטענער וועג.
וועלן מאנכע פרעגן: "נו האסט עפעס א בעסערן מהלך?"
יא! זאג איך דיר... פוק חזי מאי עמא דבר.
ס'איז דא צענדליגער הונדערטער געגענטער וואו " אומ-היימישע" אידן וואוינען, און מ'נעמט אן איעדעס קינד וואס דער פאטער וויל געבן א אידיש חינוך, און ס'איז בכלל נישט קיין קאטאסטראפע.
"ווי אזוי איז דאס מעגליך?" ווילט איר אודאי שרייען.
די תירוץ איז גאנץ א פשוט'ע:
אז אידישקייט קען ווערן אויסגעלערנט צו זיין געשמאקער ווי א חבר'ס אנשויאונגען. מ'קען אויסלערנען א קינד צו זיין שטאלץ מיט זיין אייגענם אידענטיטעט, זיין אינדיאווידיאליטעט!
אז מיין שכן, איז מיין שכן, און איך בין איך! (-- ווי גייט נאר דעם ניגון? --)
אז צו זיין א איד איז "באמת" א גוטע וועג צו לעבן.
אז תורה עם דרך ארץ איז "באמת" העכער קורצ-טערמיניגע הנאות, און דאס איז נישט סתם געזאגט פאר "מאמינים בני מאמינים....".
אז אפילו מ'איז אמאל דורכגעפאלן איז נישט פארפאלן די נעקסטע זיבעציג יאר!
אז יענער איז - מיט רעכט - בלויז "אנדערש" ווי מיר, און נישט ח"ו "ערגער" פון מיר! קיין איינער איז קיינמאל נישט די זעלבע, יעדער קומט פון אן אנדערע דירעקציע און איז דא צו שטייגן אויף זיין מדריגה.
אבער אז דו לערנסט אים נישט אויס צו שווימען קעגן די הויכע וואלן. נאר אנשטאט נעמסטו אים פשוט אוועק די מעגליכקייט פון אויסוואקסן אנדערש. דו צוברעכסט זיינע פליגלן כדי ער זאל נישט קענן פליען. דו מאנעווירסט אזוי אז ער "מוז" זיך צושטעלן, ווייל ער האט נישט קיין צוויי ברירות. דאן בלייבט ער א איד, פשוט ווייל ער "קען" נישט זיין קיין גוי! נישט ווייל ער "וויל" נישט. און ווילאנג ער שטייט אויס צו פארלירן זיין מוסד/ווייב/משפחה/קאמיוניטי, לוינט פשוט צו בלייבן א איד.. אפילו א "גוי" וואלט געבליבן א איד אין אזעלכע אומשטענדן.... וויפיל מאל הערן מיר דעם אויסדרוק; "די בעסטע זאך איז צו זיין א גרוש אנע קינדער" אודאי אזוי! ווייל דאן זענען אלע קייטן וואס פארבינדן אים צו זיין קולטור קעגן זיין ווילן, אויפגעבראכן...
אודאי קען איינע שלעכט ווארט אפהארגענן דורות!
געוואלד! הזאת נעמי? דאס איז אידיאל אידישקייט? ווי לאנג מיינט איר קען אזא מאלפונקציענירענדן באן זיך שלעפן? ווילאנג קען מען דען שעלטערן א קינד פון די דרויסענדע וועלט? אך און וויי אויב ער גייט ארויס אזוי אין מלחמה אנע כלי זיין..... ווען וועלט איז ווען וועלט וואלטן מיר אנטלאפן פון אזא סיסטעם כהרף עין! זיכער נישט איר געשטיצט און פארענטפערט.
איך וועל מסיים זיין מיט א מאמר וואס כ'האב לעצטנס געטראפן אין א געוויסן ספר.
שטייט דארט אזוי:
כִּי הַמִּצְוָה הַזֹּאת, אֲשֶׁר אָנֹכִי מְצַוְּךָ הַיּוֹם--לֹא-נִפְלֵאת הִוא מִמְּךָ, וְלֹא רְחֹקָה הִוא. יב לֹא בַשָּׁמַיִם, הִוא: לֵאמֹר, מִי יַעֲלֶה-לָּנוּ הַשָּׁמַיְמָה וְיִקָּחֶהָ לָּנוּ, וְיַשְׁמִעֵנוּ אֹתָהּ, וְנַעֲשֶׂנָּה. יג וְלֹא-מֵעֵבֶר לַיָּם, הִוא: לֵאמֹר, מִי יַעֲבָר-לָנוּ אֶל-עֵבֶר הַיָּם וְיִקָּחֶהָ לָּנוּ, וְיַשְׁמִעֵנוּ אֹתָהּ, וְנַעֲשֶׂנָּה. יד כִּי-קָרוֹב אֵלֶיךָ הַדָּבָר, מְאֹד: בְּפִיךָ וּבִלְבָבְךָ, לַעֲשֹׂתו
ֹ
אינטערעסאנט! ווער איז דער מחבר? ער גיט נישט אן קיין שום תנאים כדי צו קענען לערנען תורה, סך הכל דארפסטו זיין "א איד" וואס וויל לערנען תורה.
מסתם געווען אן אויפגעקלערטער...
נשלח: פרייטאג יולי 11, 2014 3:09 am
דורך איינגעמיירעט
[tag]לעיקוואד[/tag][tag]מאטי[/tag]
בעיקרון בין איך א בעד א ישיבה לד׳ ולתורתו,און איך וואלט אפשר וועין געוואלט מיין בחור זאל וועין לערנען און YU (ווען עס זאל וועין לערנען דארטען בחורים פון אלע שיכטען און קרייזען, למעשה איז עס אוכט פארמאכט פאר א געוויסע סארט לעוועל פון מאדערן ארטאדאקס ואכמ״ל )
מיינע קינדער לערנען נישט אונעם רעבינס מוסדות, איך שיק און די מוסדות׳ן וואס האבען די גרעסטע ווערייעטי, איך מצדי פיל אז ווי מער ווערייעטי פון טייפ שטיבער טרעפן זיך צאם און א קלאס איז אלץ מער געזונטער פאר א קינד, און אויב די שטוב פון ווי די קינד קומט האט א בעיס און א קראנטקייט וועט די קינד ארויסקומען נאך שטערקער ווי ווען ער זאל וועין לערנען און א מוסדות וואס האט נאר קינדער פון זיין סארט.
למעשה די סיבה פארוואס סאטמער,סקווער, פאפא,בעלז,קלויזענבורג, האבען געפענט מוסדות, (און זיי האבען זיך נישט באגעניגט מיט די בית יעקב׳ס און די בית שמואל׳ס און מיט די דזשואיש דעי סקול,) איז ווייל זיי האבען געוואלט מאכען א ספעציעלע מוסדות פאר זייער קולטור,זיי האבען געוואלט אז זייער קינדער זאלען אוכט לעבען דיע סארט לייף סטייל וואס זיי האבען, און נישט ווערען אויסגעמישט מיט אנדערע קולטורעל יודען.
זיי האבען געהאלטען אנדערש ווי אונז, אונז וואלטען וועין געשיקט און בית יעקב, זיי האבען געוואלט ספעציעלע מוסדות פאר די ענגע צאל חרדים (והיינו טעמא פון זייער בויען שיכונים ווייטער די זעלבע מעשה מזאל זיך נישט מישען)
און חפץ ד בידם הצליח סאיז געווארען אויפגעבויעט דיע סארט דור וואס זיי האבען געוואלט, א דור פון מצומצם׳דיגע חרדים וואס ווילען ווייטער אנהאלטען דעם קולטור, און זיי ווילען נישט נתקרב ווערען צו די מאדערן ארטאדאקס אמעריקאנע יודושקייט.
איך האלט נישט אז סאיז די רעביס וואס מאכען דאס (והא ראיה די מוסדות וואס זענען אומפארטייעש א שטייגער ווי ,אור משה,מבקשי השם וכ״ו און אלע אומפארטייעשע ישיבות ווארפען זיך אסאך ארגער ווי די חסידישע מוסדות׳ן) סאיז די מענטשען פון אונזער קולטור וואס ווילען נישט טזשענזש און זיי האלטען אזוי ווי מהאט זיי געלערענט אז אונזער סיסטעם איז קדוש קדוש קדוש.
און איך זאג נאכאמאל אזוי ווי פארשידענע אנדערע וועם סשמעקט נישט דעם סיסטעם נעם דיך צאם מיט דיין שכן און קרוב, עפען אויף אייגענע מוסדות we all will support you