בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 12:49 am
דורך ישובניק
קינד_אן_קייט האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:איך בין נישט פון די יודעים, אבער לכאורה איז מער מסתבר 'איבערמידליכע', 'איבער' מלשון מער [איבערמידליכע כוחות].

ס׳ווענדט זיך אוודאי אויף וואס מען וויל ארויסברענגן, לכאורה איז דער כוונה אז יענער טוט למעלה מכוחותיו, וויל מען דאך ארויסברענגן זיין שבח, טא אויב אזוי איז:

איבערמידליך דער ריכטיגער אפטייטש, ווי [tag]ונבנתה העיר[/tag] האט ערווענט,

.


נישט אין אידיש.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 12:49 am
דורך ישובניק
קרעמער1 האט געשריבן:באגנוגן
באגענוגן
באגענוגען
באגענוגענען

איך נוץ בדרך כלל די צווייטע


באנוגענען פלעגט גענוצט ווערן.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 12:50 am
דורך ישובניק
שמעקעדיג האט געשריבן:עס איז לעצטנס אריין אין סטייל צו נוצן דעם ווארט פענאמען.
viewtopic.php?f=10&t=6966


שוין אן אלטער פענאמען אין אידיש.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 8:39 pm
דורך berlbalaguleh
קרעמער1 האט געשריבן:דאס ווארט קען מען טרעפן - אויף גוגל און אין דזשורנאלן - אויסגעלייגט:

1) איבערמידליכע
2) אומערמידליכע
3) אימערמידליכע
4) אונערמידליכע
5) אומדערמידליכע

וועלכע איז ריכטיג?

ליבי אומר לי: אומערמידליכע
אבער איך ברויך א הסכמה פון יודעי שפה

קרעמער 1: "אומ-ערמידליכ/ע" איז ריכטיג. פי', דער מענטש ארבעט מיט אומ-ערמידליכע כוחות. He/she worked Tirelessly...!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 8:47 pm
דורך berlbalaguleh
בשבילי! האט געשריבן:יא, אבער דו ענדלסט זייער אין דיין טאטן, קומט שוין מיט א דל''ת. אפשר דאס ברענגט דעם טעות

יא. אבער דער שם דבר איז "ענליך". נישט ענדליך....!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:16 pm
דורך petergrifin
Welsh town of Llanfairpwllgwyngyllgogerychwyrndrobwllllantysiliogogogoch

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=fHxO0UdpoxM[/youtube]

נשלח: דינסטאג יוני 21, 2016 3:57 pm
דורך לעבוד-ברצון
לאליפאפ האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:פלוצלונג איז די ריכטיגע.


איך האב אויך אזוי געהאלטן אבער דאס איז נאר אין היימיש אידיש. אין אידישע דיקשענאריס ווי אויך גוגל טרענסלעט זאגט פלוצלינג. וועגן דעם מסתמא האט עס די מערסטע רעזולטאטן אויף גוגל, צוליב די אידישסטע צייטונגען.


זיכער פלוצלינג.
פון ווי נעמט כוכב פלוצלונג ווייס איך נישט..

נשלח: דינסטאג יוני 21, 2016 3:59 pm
דורך לעבוד-ברצון
לאליפאפ האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:פלוצלונג איז די ריכטיגע.


איך האב אויך אזוי געהאלטן אבער דאס איז נאר אין היימיש אידיש. אין אידישע דיקשענאריס ווי אויך גוגל טרענסלעט זאגט פלוצלינג. וועגן דעם מסתמא האט עס די מערסטע רעזולטאטן אויף גוגל, צוליב די אידישסטע צייטונגען.


זיכער פלוצלינג.
פון ווי נעמט כוכב פלוצלונג ווייס איך נישט..


דאס איז שוין טאקע שוין אן אלטן אשכול, אבער איך האב געוואלט מיטטיילן אז "פלוצלינג" איז טאקע דער ריכטיגער ווארט, ווייל אויף דייטש איז דאס "plötzlich", געבנדיג עס א מלאפים ביים ערשטן טייל און א חיריק ביים צווייטן.