בלאט 2 פון 3

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:38 am
דורך יין שרף
איך האב עס פארשטאנען צו דעם אפעקט.
זיצט זיך א תמימות׳דיגע בחור׳ל אין ישיבה=דער יעקב איש תם.
א וואוילע מיידעלע אין שולע, ווייסט ניטאמאל אויף וואס צו האפן, פארוויינט איבערן סידור׳ל.
קוים זיי צוויי חתונה געהאט און שוין ״והנה תואמים בבטנה״.
ניטאמאל ווייסט מען אויב מ׳גייט זיך ליבן, און שוין איז מען אייגעזעקלט...


איך בין נישט שולדיג אז צום סוף פארט ער אוועק פון מיין פשט...

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 1:39 am
דורך אחד העם
כמיין אז ער איז מרמז טיפע רמזים אויף דעם ענין פון נישט אנעמען קינדער און מוסדות און בחורים ישיבות וכו" הגם ס'שטימט מיר נישט יעדעס ווארט
כוכב האט געשריבן:
בינו בוערים בעם
יאורים אדומים מדם
חרוכי חמה בני חם
ויעקב איש תם!
בוערים א כינוי אויף די קנאים און פרומע וואס ברענען כאילו פאר יידיש קייט, אבער יאורים וכו, זיי האבען שוין פארגאסען אסאך בלוט ויעקב איש תם, זיי שטעלן אן א פנים ווי א תם אז איינער וואס איז נישט פונקט געשניטען נעמט אוועק פון דעם יעקב איש תם
והיה אם בין הכות
הטרם תדע לחכות
שבלים בלעו הדקות
ועיני לא"ה רכות!
מען פייניגט די קינדער אויס פאר גארנישט, שבלים וכו איז די מנהלי המוסדות ועיני וכו לכאורה א כינוי אויף די מאמעס וואס זייערע אויגען זענען אויסגעוויינט
בינה יתירה ניתנה
סיני משם ירדה שיטנה
בבת מלכים חיתנה
והנה תומים בביטנה!

ימי בינה ימי שמונה
מתמול שלשום שונא
כ"ד שעות העונה
והוא בן אש"ה זונה!
ברענגט ער ארויס אז מען האט די קינדער פייט, און מען איז מרחק מיטן זאגען הוא בן אש"ה זונה
הבינה והברכה לח"י
התנבא כשואג מלאכי
אנכי מבקש את אחי
איך יכחיש את החי?!
דא שרייט ער אז שפעטער זוכט מען די קינדער, וויזאוי לייקענט מען די פאקט אז עס פאלען נאר שטיקער פון דעם מהלך טוט גארנישט אויף נאר אדרבה

אמרי בינה מכמורש ציר
כחלמיש כן הצור
תלתין ותלת וחדא בציר
והכרתי עזוב ועצור!

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 7:40 am
דורך פישלע העררינג
[tag]אחד העם[/tag], עפעס זאגסטו. לו יהא כדבריך פעלט נאך אביסל פיינ-טונינג, אבער ס'מאכט סענס.

Wow!! אזויפיל שיינע פירושים אויף איין איינציגע פאעזיע פון קורצע שורות מיט קלארע ווערטער!...

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 10:03 am
דורך אחד העם
פישל'ע העררינג האט געשריבן:[tag]אחד העם[/tag], עפעס זאגסטו. לו יהא כדבריך פעלט נאך אביסל פיינ-טונינג, אבער ס'מאכט סענס.

Wow!! אזויפיל שיינע פירושים אויף איין איינציגע פאעזיע פון קורצע שורות מיט קלארע ווערטער!...

איך האף שפעטער מער מסביר זיין,

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 5:18 pm
דורך הערשי
לדעתי רעדט די פאעמע פון די לעצטיגע פאליציי מארדן איבער שווארצע, וכדרך שפירש לעיקוואוד.
כ'וואלט געוואלט בעטן די 29 וויילער, אויב ס'איז נישט צו א גרויסע טרחה, וכדי לזכות עולם גולם, אויב ס'וואלט מעגליך געווען צו ערקלערן די לעצטע צוויי דריטלען. למשל וואס טייטש "מכמורש ציר", וואס אנדייטן די גענזן פיס, די נומערן, וכדו'.
אז 29 האבן געוויילט, זענען לכאורה דא דאפלט וועלכע פארשטיין. איז אחד משישים קען מיר זיכער טון א חסד.
יישר כח מראש.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 5:33 pm
דורך כוכב
איך בין שאקירט אז די פאעזיע איז נישט א פיינעליסט.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 5:34 pm
דורך פישלע העררינג
די אלע ווערטער האבן א ביאור לויט מיין אפטייטש, כמבואר למעלה בביאורי.
מכמו-רש איז א נייע ווארט, א צאמשטעל פון "ענדליך צו אן ארעמאן". לא"ה איז 36. אש"ה איז באמת אִשֵׁה/א פייעראפפער.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 5:38 pm
דורך לעיקוואד
גוגל ווייסט טאקע נישט פון דער ווארט אויזער דא אין שטיבל. א פלא.

https://www.google.com/webhp?sourceid=c ... 7%A8%D7%A9

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 5:41 pm
דורך יאיר
פישל'ע העררינג האט געשריבן:די אלע ווערטער האבן א ביאור לויט מיין אפטייטש, כמבואר למעלה בביאורי.
מכמו-רש איז א נייע ווארט, א צאמשטעל פון "ענדליך צו אן ארעמאן". לא"ה איז 36. אש"ה איז באמת אִשֵׁה/א פייעראפפער.

וואלט דאך געווען גענוג כמורש. וואס איז די איבריגע מ'? אפשר ווייל די מ' איז מרמז אויף 40.
אפילו דער תלמיד חכם וואס באהאלט זיך אין מיין אוצר החכמה ווייסט נישט צו זאגן פון דעם ווארט.
איך קלער אז דער מחבר האט זיך טועה געווען מיט מכמורת, והחליף ש' בת' בסוד חשופי ש"ת.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 5:44 pm
דורך פישלע העררינג
יאיר האט געשריבן:
פישל'ע העררינג האט געשריבן:די אלע ווערטער האבן א ביאור לויט מיין אפטייטש, כמבואר למעלה בביאורי.
מכמו-רש איז א נייע ווארט, א צאמשטעל פון "ענדליך צו אן ארעמאן". לא"ה איז 36. אש"ה איז באמת אִשֵׁה/א פייעראפפער.

וואלט דאך געווען גענוג כמורש. וואס איז די איבריגע מ'?

אין מיין ביאור איז דער "מ" אויך מסודר על אופנו.

אמרי בינה מכמורש ציר
כחלמיש כן הצור
תלתין ותלת וחדא בציר
והכרתי עזוב ועצור!

[אפילו אויב האלט מען נאכנישט דערביי למעשה] איז אבער רעדן פון דעם קלוגע יסוד אזוי ווי פאר אן ארימאן [כמו-רש] זאפט פון פיש/פלייש [ער ערלויבט זיך נישט מער ווי דעס אבער ער האט כאטש דער טעם אין מויל]
און אזוי ווי דער שטיין האט באוויזן מהפך צו זיין סדרי בראשית און געבן וואסער, אזוי זאל דער באשעפער - הצור תמים פעלו - פאר אזא איינעם מהפך זיין אלעס לטובה
אזוי בעט איך מיט'ן גאנצע הארץ [33 מינוס 1 איז ל"ב]
און איינמאהל פאר אלעמאל זאל פארשניטן ווערן די עזובת בת ציון און די עצירות אוצרות השמים!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 5:49 pm
דורך הערשי
עפעס וואס מען פארשטייט נאכן זעקסטן מאל איבערליינען איז אינטערעסאנט. עפעס וואס נאך מאה ואחד פעמים דארף מען צוקומען צו רש"י, צו חסירי מחסרא, צו אם קבלה היא נקבל, איז נישט דוקא עפעס משוגע צו ווערן.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 5:53 pm
דורך פישלע העררינג
הערשי,

גאנץ קליר האסטו אזוי נישט מיך נישט דיך פארווארפן אונטער'ן באס. ביזט א גלגול פון אבן עזרא צו וואס?...

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 5:56 pm
דורך הערשי
פישל'ע העררינג האט געשריבן:הערשי,

גאנץ קליר האסטו אזוי נישט מיך נישט דיך פארווארפן אונטער'ן באס. ביזט א גלגול פון אבן עזרא צו וואס?...


טאקע א צושטעל. דאס מיט קליר.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 6:00 pm
דורך פישלע העררינג
קליר בחייו האט אויך געהאט "מבינים" אזוי ווי דיך וואס האבן עס אוועקגעמאכט צוליב זייער קוצר המשיג. פאר'ן אבן עזרא האט געשטערט זיינע נייע ווערטער. יונגע פריצלעך פארשטייען נישט די יוצרות, אבער דער וואס קוקט זיך פאר ווי א מענטש פאר יום טוב שפרינגט פון הנאה. די איינציגע שטיקל יוצר וואס די יונגווארג פארשטייט איז די גראמעלעך אויף גאנץ מסכת פסחים שבת הגדול. מ'קען שוין מיינען. צו איין שטיקל קליר קומט עס נישט צו.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 6:04 pm
דורך הערשי
אדער קליר, אדער גראמעלעך. גארנישט אינדערמיט. די איינציגע אונטערשייד פון ימי בינה און אץ קוצץ איז צייט.
איך הער.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 6:07 pm
דורך פישלע העררינג
הא! וואס דו וואלסט בחייו געזאגט צו דעם אץ קוצץ בחייו פונעם קליר... כ'קען מיך פארשטעלן די חוזק רופן "פָּץ מוֹצֵץ"...

זעהט אויס דו האסט נישט דער געפיהל פאר אזא סארט ווערק, ס'געשעהט גארנישט.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 6:47 pm
דורך מאטי
פישעל'ע, נעם דיר נישט צום הארצן. יש אומרים אז הערשי איז גאר דער מחבר, און שפילט זיך מיט דיין מח.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:55 pm
דורך כוכב
ליינט די וואונדערליכע פאעזיע פון @פישל'ע העררינג

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 8:09 pm
דורך ישראל קאפקע
לעיקוואד האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:פישעל'ע איך ווער משוגע פאר דיר. דו דעשיפרירסט דאס באהאלטענע ווי א זקן ממרא.

די שאלה איז אויב איז מעגליך אז איינער וואס איז נישט דער מחבר אליינס וואס האט אריינגעלייגט די כוונות וואלט עס בכלל געקענט צוטרעפן עס זאל אזוי גוט שטומען ביז די לעצטע שטרעכלע.
וואס זאגט איר?
אפשר זאל א צווייטער שרייבען אן אנדערע פירוש אויף די גאנצער שיר זאל מען זעהן. איך האב גראדע עטליכע שטיקלעך פארשטאנען אנדערש פון פישעלע, אפשר זאל איך פראבירען?

איי איי, פישל.
איך האב געשטימט דעם גאונישער פאעמע אלס מיין נומער איין שטיקל (ווייניגסטנס פון די ערשטע צוועלף, נאכנישט פארגליכן מיט די איבעריגע), אבער מיט לעיקוואד'ס פירוש דווקא.

איצט פרעגט זיך די שאלה, איז דיין פירוש געווען א שפיל, (אזויווי דיין 'שפעקולאציע' אז @יאיר אדער @הערשעלע זענען די מחברים), אדער איז עס טאקע געווען די כוונה פונעם מחבר?
אויב איז @לעיקוואד'ס פירוש יא ריכטיג קענסטו פארענדיגן דעם פירוש? איך בין נאך אלס נייגעריג.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 8:14 pm
דורך לעיקוואד
מיין פירוש איז דער ריכטיגער, כמו שהסכימו כאן כל המבינים כולל פישעלע עצמו. אז דער מחבר אליינס האט דאס נישט געכאפט, נו האט ער נישט פארשטאנען, וואס האט דאס צוטוהן. און אז אפאר ווערטער שטימען נישט דערמיט, איז וואס, דארף מען מגיה זיין יענע שטיקלעך, וויאזוי פרעגט דאס אפ דער פשט וואס מזעהט קלאר אז עס איז דער פשט.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 8:25 pm
דורך פישלע העררינג
לעיקוואד'ס איז די ריכטיגע. א פולקאמע ביאור וועט נאכפאלגן אי"ה.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 8:27 pm
דורך יין שרף
ונבנתה העיר האט געשריבן:
פישל'ע העררינג האט געשריבן:אנדערע וועלן האבן אנדערע פירושים. א מחבר פון קונסט וועט אבער קיינמאהל מפרש זיין וואס ער האט געמיינט.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 8:30 pm
דורך טאמבל סאס
עפעס א נייע רול זיך געמאכט? פארוואס סתם פייניגן? ס'איז דען א שטיקל כתובים?