בלאט 2 פון 5
4
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 4:39 pm
דורך ראש הישיבה
לעיקוואד האט געשריבן:ראש הישיבה האט געשריבן:אבער אז מען געהערט צום רבש"ע, מיר זענען בטל צו אים, מיר זענען עבדים למקום, דעמאלס קומט אונז שוין יא א שטאלץ. דא גייט עבד מלך, וואס איז כמלך. מיר זענען שטאלץ צו זיין בטל צו השם יתברך.
כך נראה לי לענ"ד
[/[/r]
נאר איך פארשטיי נישט וויאזוי מ'קען זיין
שטאלץ צו זיין
בטל? עס הערט זיך א תרתי דסתרי. מדארף אין דעם שטארק נזהר זיין.
ביסט גערעכט. איך האב עס נישט גוט געשריבן
ווען דער מענטש איז שטאלץ מה יתרון לאדם. אבער ווען מען דער מענטש איז נישט ביי זיך גארנישט, זיין גאנצע עקזיסטענץ איז נאר אז ער איז אן עבד למקום, ער איז דא א חלק פון די כוונה עליונה, איז וואז אימער ער איז און ער האט, איז אלס א חלק פון די בורא.
עס איז דא געשריבן פון געוויסע צדיקים ווי זיי רעדן פון זייערע מדריגות. אין זוהר רעדט רבי שמעון בר יוחאי פון זיינע מדריגות. רבי חיים וויטאל זעהט מען אז ער ברענגט בשם די אר"י הקדוש ווי ער האט גערעדט פון זיינע געהויבענע מדריגות. אזוי אויך האט רבי נחמן גערעדט פון זיינע מדריגות. עס דאכט מיר אז איך האב אויך אמאל געזען ברענגן אז ווי דער בעש"ט האט גערעדט פון זיינע מדריגות.
פון זיין זעהט עס אויס ווי זיי זענען נישט אזוי געווען אויסגעארבעט אין מדת הענוה. אבער דער אמת איז אז זייער אייגענע מציאות און ישות האט נישט געהאט ביי זיי קיין שום תפיסת מקום. זיי אלס געווען א בטל ומבטל צו די באשעפער. ולכן ווען זיי האבן גערעדט וועגן זייערע מדריגות, האבן זיי געפילט ווי זיי רעדן פון מדריגות פון בורא.
לחיים לחיים
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 8:22 pm
דורך לעיקוואד
שלמה המלך האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן: האט עם דער ברעסלבער אנגעקוקט, דו פרעגסט מיר קשיות, וואס ווייס איך, איך בין א פשוט'ער איד. רעדט מיט'ן אייבערשטען פרעג עם דיינע אלע קשיות, ער איז א גרעסערע חכם.
די מעשה איז געוועהן אנדערש מיין איך - אדער איז עס אנאנדערע מעשה מיט די זעלבע בחינה...
אן אפיקורס האט אמאל געטראפען ר' נתן ברסלב'ער זצ"ל און אנגעפאנגען מסביר זיין אז עס חלילה נישטא קיין גאט! ענפערט אים ר' נתן 'וויזוי קען דאס זיין? איך האב דאך ממש פריער גערעדט צו אים'...
דערמאנסט מיר, די מעשה וואס מען דערציילט אין ברסלב איז ר' נתן האט געפלעגט זיך דינגען מיט משכילים בציווי ר נחמן. איינמאל שמועסענדיג אויב גאט עקזעסטירט האט ר נתן זיך אנגערופען וואס רעדט עטס מיט מיר פון גאט, איך זאג אייך ואראה את השם.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 11:56 pm
דורך [NAMELESS]
לעיקוואד, כ'האב נישט געוואוסט אז דאס קענסטו אויך.
אז מ'רעדט שוין אפשר ביסטו מיר מסביר
דעם שטיקל?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 12:00 am
דורך יאיר
שלמה המלך האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן: האט עם דער ברעסלבער אנגעקוקט, דו פרעגסט מיר קשיות, וואס ווייס איך, איך בין א פשוט'ער איד. רעדט מיט'ן אייבערשטען פרעג עם דיינע אלע קשיות, ער איז א גרעסערע חכם.
די מעשה איז געוועהן אנדערש מיין איך - אדער איז עס אנאנדערע מעשה מיט די זעלבע בחינה...
אן אפיקורס האט אמאל געטראפען ר' נתן ברסלב'ער זצ"ל און אנגעפאנגען מסביר זיין אז עס חלילה נישטא קיין גאט! ענפערט אים ר' נתן 'וויזוי קען דאס זיין? איך האב דאך ממש פריער גערעדט צו אים'
האט דער אפיקורס געענטפערט, לא קשיא, הא לן והא להו.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 12:03 am
דורך לעיקוואד
ריכטיג האט געשריבן:לעיקוואד, כ'האב נישט געוואוסט אז דאס קענסטו אויך.
אז מ'רעדט שוין אפשר ביסטו מיר מסביר
דעם שטיקל?
וואס איז שווער צו פארשטיין?
13
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 12:20 am
דורך לעיקוואד
ביי וועלכע נומער האלט מען דא? א מין חסידים די קאוועשטיבעלדיגע, זיי ווילען מזאל האלטען חשבון פון די נומער פון ווערטער ווען איך האלט שוין נישט חשבון וועלכע נומער לחיים מ'האלט..
ר' זלמן אהרן דער ברודער פון דער רבי רש"ב מליובאוויטש האט מען אמאל געפרעגט וואס איז דער חילוק פון חסידות ביז חקירה, ביידע זענען דאך עוסק אין דער זעלבער נושא. האט ער גענטפערט, ווען מ'לערנט חקירה טוהט מען זיך אויס דער הוט און רעקל, משא"כ ווען מ'לערנט חסידות טוהט מען זיך אן א גארטעל.
לחיים!
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 12:22 am
דורך יאיר
האט יענער זיך אויסגעטון די הוט און רעקל און געפרעגט, דאס אנטון א גארטל פארוואנדלט חקירה אין חסידות, אדער ווען מען פארוואנדלט חקירה אין חסידות טוט מען זיך אן א גארטל?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 12:28 am
דורך לעיקוואד
די משכילים צווישען חסידים האבען מסביר געווען אז דער גארטל איז נאר א משל אויף א תנועה בלב. עס איז נישט קיין חילוק צו מען גייט א גארטל בפועל אדער נישט. ווידער די עובדישע האבען זיך געדינגען און געזאגט אז ניין עס מוז זיין דווקא א גארטל וויבאלד האדם נפעל כפי פעולותיו. אלו מביאים ראיה לדבריהם פון א מעשה אז אמאל איז דער רבי געווען אויף וואקאציע און מ'האט עם געזעהן שטיין אויף א פלאץ צוועלף שעה מיט די נאכט קליידער און געטראכט חסידות. זעהט מען אז ווען מ'קען קען מען אפילו אן א גארטל. ואלו מביאים ראיה לדבריהם אז אמאל איז דער רבי געווען אין א שטעטל און האט נישט געטראפען זיין גארטל האט ער ענדערש נישט געדאווענט ווי צו דאווענען אן א גארטל. אלו ואלו מודים שיש להפסיק בין לבו לערווה.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 12:30 am
דורך petergrifin
יאיר האט געשריבן:האט יענער זיך אויסגעטון די הוט און רעקל און געפרעגט, דאס אנטון א גארטל פארוואנדלט חקירה אין חסידות, אדער ווען מען פארוואנדלט חקירה אין חסידות טוט מען זיך אן א גארטל?
װי גײט דער ניגון.
כאפטס איהם אן,
װארפטס איהם ארויס,
װײל ער איז ניט פון אונזערע.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 12:37 am
דורך יאיר
צוויי חסידים פון דעם חוזה האבן זיך אמאל ארומגע'טענה'ט. דער ערשטער האט געזאגט אז קוגל איז אזוי הייליג ווי דאווענען, דער צווייטער האט גע'טענה'ט פארקערט, אז דאווענען איז אזוי הייליג ווי קוגל. אינמיטן איז דער חוזה אריינגעקומען און ער האט געפרעגט וואס מען טענה'ט זיך דא. די חסידים האבן זיך געשעמט צו זאגן, אבער דער חוזה האט גוזר געווען אז זיי מוזן אים מגלה זיין. נישט האבנדיג קיין ברירה האבן זיי אים דערציילט. האט זיך דער חוזה צושמייכלט מיט הנאה און זיך אנגערופן: און איך זאג אז ענקער טענה'ריי איז הייליגער ווי קוגל און דאווענען צוזאמען... (מכתביו של ר' לייזערקע חסיד, הנקרא ר' לייזשער בטלן).
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 12:39 am
דורך לעיקוואד
עס איז ידוע ביי חסידים אז עס איז קלאר אז די קוגל איז העכער פונ'עם דאווענען, וויבאלד מ'עסט נאכ'ן דאווענען, און מעלין בקודש ואין מורידין.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 12:40 am
דורך ונבנתה העיר
דער רבי ריי"צ האט געזאגט: א בהמה גסה גייט שטייט מיט א רואיגקייט, עס קען זיך דאכטן אז עס קומט פון גרויס ישוב הדעת, למעשה איז עס פשוט ווייל עס האט א גרויסע אחוריים...
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 12:52 am
דורך יאיר
רב ייב"י מאוסטראה איז אמאל געזעסן ביים טיש, און איז געווען שטארק פאר'דביקה'ט. אינמיטן איז דורכגעגאנגען א דייטשל און האט געגעבן א שפיי אויף דעם פענסטער. די חסידים האבן באלד ארויסגעשפרונגען פון פענסטער און געוואלט מאכן א משכנתא אויף אים. און רב ייבי"י האט זיך געגעבן א וועק אויף און געזען וואס דא קומט פאר, האט ער געזאגט, לאזט אים אפ, ער האט דאך ממש צוגעטראפן דעם סוד פון די יריקה פון דעם יבם. די חסידים האבן אים אפגעלאזט אבער זיי האבן נישט פארשטאנען וואס דער רבי האט געזאגט. ווען דער דייטשל איז אוועקגעגאנגען האט דער רבי געזאגט מיט א שמייכל, אז אונז זענען חלוצי נעל (די חסידים זענען געגאנגען מיט האלבע שיך) און ער וויל אונז נישט מיי"בם זיין, דארף ער דאך מקיים זיין דעם וירקה בפניה... (ספר ירושת הסיפורים, זולקווא תרס"א).
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 1:14 am
דורך מאטי
יאיר האט געשריבן:האט יענער זיך אויסגעטון די הוט און רעקל און געפרעגט, דאס אנטון א גארטל פארוואנדלט חקירה אין חסידות, אדער ווען מען פארוואנדלט חקירה אין חסידות טוט מען זיך אן א גארטל?
מ'קען מאכן גלגול שלג אונטער א ווארימע דאכענע, ממלא זיין רוב תאותו בשעתן זיך קוילערן אין שניי.
מאכן התבודדות אין א פולן זאל, פארקערן מיט די גאנצע וועלט אינמיטן וואלד.
מפסיק זיין בין לבו לערוה בעירום ובחוסר, זיין מקושר בלב מיטן ערוה מיט א ברייטן געשטריקטן גארטל.
14
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 2:20 am
דורך לעיקוואד
דער ליובאויטשער רבי זי"ע פלעגט צוענדיגען אלע פארברענגענס מיט די אזהרה "נישט פארגעסן מאכען א ברכה אחרונה"
האב איך געהערט אמאל א הסבר דערויף (בנוסף צו די פשט אז ער האט געוואלט דערמאנען די חסידים צו מאכען א ברכה אחרונה..), אז נאכן רעדן טיפע הויכע חסידישע תורות, דארף מען זיך דערמאנען אז מבלייבט נאך א איד וואס דארף נאך מקפיד זיין אפילו אויף די פשוט'ע הלכות ווי מאכען די ברכה אחרונה נאכ'ן עסן.
כי בשמחה תצאו..
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 3:42 am
דורך [NAMELESS]
לעיקוואד האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:לעיקוואד, כ'האב נישט געוואוסט אז דאס קענסטו אויך.
אז מ'רעדט שוין אפשר ביסטו מיר מסביר
דעם שטיקל?
וואס איז שווער צו פארשטיין?
די צוויי טיפע חקירות זענען טאקע אמת שאין עליהם תשובה?
#ברחלבתךהקטנה
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 10:34 am
דורך כוכב
#רייכער תוכנ'פולער אשכול.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 10:57 am
דורך ירח בן יומו
אמאל איז א חסיד א בעל עבירה געקומען צו די רבי די ריי"צ און געבעטען א תיקון און א סדר תשובה, אבער היות ווי ער האט זיך געשעמט האט ער געזאגט פאר'ן רבי'ן אז זיין חבר דארף א תיקון נאר ער שעמט זיך צו קומען בעטען.
האט די ריי"צ בחכמתו גע'ענפערט "האט דאך דיין חבר געקענט קומען און זאגען אז ער האט א חבר וואס דארף א תיקון" ודפח"ח
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 10:59 am
דורך לעיקוואד
ריכטיג האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:לעיקוואד, כ'האב נישט געוואוסט אז דאס קענסטו אויך.
אז מ'רעדט שוין אפשר ביסטו מיר מסביר
דעם שטיקל?
וואס איז שווער צו פארשטיין?
די צוויי טיפע חקירות זענען טאקע אמת שאין עליהם תשובה?
#ברחלבתךהקטנה
נו אוודאי יעדער זאך קען מען מפלפל זיין לכאן ולכאן, אבער דאס שמועסט מען שוין נישט אין א חסידישע פאברענג.. ערגעץ דא איז דא אן אשכול וועגן קדמות העולם דארט געהערט עס.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 1:11 pm
דורך ראש הישיבה
ונבנתה העיר האט געשריבן:דער רבי ריי"צ האט געזאגט: א בהמה גסה גייט שטייט מיט א רואיגקייט, עס קען זיך דאכטן אז עס קומט פון גרויס ישוב הדעת, למעשה איז עס פשוט ווייל עס האט א גרויסע אחוריים...
מיט מער טעם האב איך געהערט דיע מימרא פון רבי חיים שלום דייטש שיחי'
א אינגער קעלבעל איז לעבעדיג און ווילד, ער שפרינגט און שטויסט. ווען ער ווערט עלטער וואקט ער שטאט ער איז גרעסער, עס קען זיך דאכטן אז ער זיינע מוחין זענען געווארן מער רחב, ברייטער, ער איז מער דורך געטראכט. אבער למעשה איז זיינע אחוריים געווארן מער רחב.
דער זעלבע איז אין עבודה. א אינגע בחור איז לעבעדיג. ער שפרינגט ער האט עליות און ירידות כדבעי. ער דאווענט מיט א פלאם ער זינדיגט מיט א ברען, אלעס איז לעבעדיג. ער וועט עלטער ער ווערט מער סאליד, ער דאווענט רואיג, ער זינדיגט נישט אזוי ציווילדיוועט. וואס איז געשען. עס קען זיך דאכטן אז זיינע מוחין זענען מער רחבים. אבער ביי סאך מענטשן איז עס פשוט ווייל זיינע אחוריים זענען געווארן מער רחבים!!!
לחיים לחיים
16
נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 2:32 pm
דורך א איד
ירח בן יומו האט געשריבן:אמאל איז א חסיד א בעל עבירה געקומען צו די רבי די ריי"צ און געבעטען א תיקון און א סדר תשובה, אבער היות ווי ער האט זיך געשעמט האט ער געזאגט פאר'ן רבי'ן אז זיין חבר דארף א תיקון נאר ער שעמט זיך צו קומען בעטען.
האט די ריי"צ בחכמתו גע'ענפערט "האט דאך דיין חבר געקענט קומען און זאגען אז ער האט א חבר וואס דארף א תיקון" ודפח"ח
מען זאגט עס נאך פון ראפשיצער רב זי"ע
ר"ר אלימלך און ר"ר זושא זענען געגאנגען גלות, זענען זיי אנגעקומען צו א גאסט הויז, זיי האבן זיך געוואלט אפרוהען אביסל, אבער דער באשעפער האט אנדערש גטראכט, ווי נאר זיי לייגן זיך אראפ, קומען צו א פאר שיכורים דארט, און כאפן אן ר" זוא און מען הייבט אן צו טאנצן, ר"זושא האט דאס אנגענומען בשמחה אוף דעם ווארט ער דאך שוין אזוי לאנג, אביסל זיך אויסצולייטערן דעם גוף, טאנצט ער דארט א שטיק צייט, און זיי האבן עם אפגעלאזט, ווען ער זעצט זיך אראפ, זאגט עם ר"ר אלימלך, זושא מיין ברודער, האסט דאך שוין גענוג געטנצט, געב מיר איבער דעם ברעטל אביסל, ר"ר זושא ווי א גוטער ברודער האט מסכים געווען.
גייט אריבער א פאר מינוט און די חברה אודך קומען צו און ווילן נעמען דעם ר"ר אלימלך צו טאנצן אביסל, רופט זיך אן איינער פון די פויערן, לאזט עם צורוה, ער האט שוין פריער געטאנצט, נעמטס דעם שותף זיינעם וואס שלאפט דארט אינעוויניג אזוי באקוועם, און אזוי האט ר"ר זושא געטאנצן א גאנצע צייט.
צומארגנס האט ר"ר זושא געזאגט פאר ר"ר אלימלך מיילעך קוק אז עס איז באשערט צו טאנצן העלפט נישט גארנישט, נאר מ'טאנצט.
ומלכי צבאות ידודון ידודן
נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 5:40 pm
דורך הוגה
17
[justify]די הייליגע בעש"ט האט אמאל פארציילט פאר זיינע חסידים די פאלגענדע מעשה.
א סוחר האט געהערט שמועות אז זיין ווייב זינדיגט אבער ער האט עס נישט געגלייבט. איין טאג האט ער מחליט געווען איר אויסצופרובירן. ער האט איר געשוקט מיט א "וויכטיגע שליחות" אליינס אויף א שיף אין די ים. די סוחר זעלבסט האט זיך גוט פארשטעלט אלץ די קאפיטאן פון יענע שיף. אינמיטען די רייזע האט די קאפיטאן געזאגט פארן ווייב אז אויב גייט זי נישט זינדיגען מיט אים וועט ער איר נישט געבן קיין עסן. די פרוי האט זיך פרובירט צו טענה'ן מיט אים אבער בלית ברירה האט זי געמוזט זינדיגען מיט אים א יעדעס מאל וואס זי האט געוואלט עסן.
ווען די פרווי איז אהיים געקומען איז זי געווען שבור ורצוץ. זי האט זיך אויסגעוויינט צו איר מאן און פארציילט פונקטליך וואס דארט איז פארגעגאנגן און פארוואס זי האט בלית ברירה געמוזט נעבעך זינדיגן. די מאן, זעהנדיג ווי צובראכן די ווייב איז און וויסנדיג אז זי האט עס באמת נאר געטון ווייל זי איז געווען געצוואונגען דורך אים אליין, האט זיך געפרייט און פארשטאנען אז אלע שמועות אז זיין ווייב איז א זינדיגער קענען פשוט נישט זיין אמת.
האט די בעש"ט צוגעענדיגט, "אט דאס איז די גאנצע גלות".
ווער איז די ווייב?
ווער איז די סוחר/שיפ'ס קאפיטאן?
.[/justify]
נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 5:56 pm
דורך לעיקוואד
דאכציך די משל גייט אז ער האאט ער גענומען פון איר די רינגל אירע אלץ א סימן און ווען זי איז צוריק אהיים האט ער איר געו
די נמשל איז אז אלע חטאים זענען באמת דער אייבישטער אליינס. ויש להאריך בזה לאחר עוד כמה לחיים.