בלאט 2 פון 3
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 9:52 pm
דורך shem-tov
שכח שמעקעדיג זייער שיין באשריבן
שנארן קענן די ישראלים טויזענט מאל בעסער ווי אונז אלע. רוף זיי ווילדע סעילסלייט אדער מארקעטערס. די חברה טויגן אנגעהויבן פון די פרייע אין וואשינגטאן ביזן פרומען אין וויליאמסבורג. א אמעריקאנער יונגערמאן שפאצירט מיט זיין ווייב אין גאולה געגענט קומט צו א געשמאקער איזרעלי און נעמט זיך רעדן... ממש ווי א מגילה שיסט ער אפ זיינע סטעיטמענטס. מיין ווייב איז אין הישפעטאל. נעבעך אן א שעור פראבלעמן. איך גיי פאר א כולל וואס איך אליינס האלט אויס 40 יונגעלייט. מיין טאכטער א שווערע אפעראציע ממש היינט געווען אויף די פוס. בקיצור דער יונגערמאן יאגט זיך... איך ברויך נישט גארנישט ערט מיר נאר אויס. די צרכי רפואה ממש איום ונורא. איך אליינס קען נישט ארבעטן צוליב מיינע קישקע פראבלעמן מען מאכט מיר איצט אויפן מאגן אזא עה עה עה עה אווי אייסט דאס נאר... אויך פיר איך אן א צדקה קאסע מען טיילט טויזענטער שיך באקסעס בחנם ממש יעדן חמשה עשר. אפשר קענט איר ספאנסערן א משפחה. און ער קוקט אגאנצן צייט אויפן יונגערמאנס פנים צו זעהן ביי וועלעכען פונקט ער ווערט איבערגענומען. נו גיבט מיר א טויזענטער. וואס איז שוין א טויזענטער. וואס... א צוואנציגער איר מאכט שפאס. איר זיצט אייך באקוועם אין נוי יארק און ווייסט נישט פון קיין צרות. שוין זאלט איר נישט וואוסן פון קיין שום צער. בקיצור זאגט וואס איר ווילט סאיז א פאך...
נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 12:16 am
דורך [NAMELESS]
זייער שיין!
אן אינטערסאנטע זאך האב איך באמערקט אפשר וועט איינער קענען מסביר זיין. אין אמעריקע רעכענט מען די יארגאנג פון א מענטש נאר לויט די יארן. למשל איינער איז 22 יאר און 11 חדשים זאגט מען אז ער איז 22 אן רעדן וועגן די חדשים.
אין א''י איז זייער מצוי אז מ'שמועסט אויס די חדשים און אז מ'זאגט האלבע יארן און פערטל יארן.
נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 12:37 am
דורך ונבנתה העיר
אזוי אויך איז די צווייטע שאלה: וועלכע חסיד ביסטו? אפי' אין אן אפיס פון איינע פון די ארטיגע ישיבות האט מען מיר דאס געפרעגט [מיט אן אפשען אויף 'כלל חסידי'...].
נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 10:25 am
דורך שמעקעדיג
שיינע מראות אויף די וועגן
.
נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 10:26 am
דורך שמעקעדיג
די הערליכע בערג
.
נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 1:03 pm
דורך unknown
א גרויסען יישר כח "שמעקעדיג" פאר די הערליכע ארטיקל, מיר האבן גאר שטארק הנאה געהאט עס צו ליינען.
אזוי ווי מיר גרייטען זיך צו פארן אויף ארץ ישראל פאר א 10 טאג וואקאציע, אפשר קענט איר (אדער אלע אנדערע חברים דא) מיר אביסל ארויסהעלפען מיט גוטע אינפארמאציע.
איינצושטיין: לכחילה האבן מיר געטראכט פון איינשטיין אין ירושלים דורכאויס די 10 טעג. ווי לוינט זיך זיך איינשטיין, אין א האטעל אדער ענדערשט דינגען א דירה אין היימישען געגענט? און בכלל לוינט זיך צו זיין די גאנצע אין ירושלים אדער ענדרעשט עס טיילען אויף צוויי פלעצער?
עסן: איז דארט דא עפעס טייערערע רעסטאראנטען ווי מען קען ווערן סערווירט א פיינעם מיטאג אדער נאכטמאל, (איך פאר דאך וואקאציע און מיר ווילן ווערן סערווירט ווי קעניגען) פארשטייט זיך מיט א גוטע הכשר? וואס טוט מען וועגען שבת איז דארט דא א דעלי אדער א געשעפט וואו מען אריינשפאצירען און אפקויפען די גאנצע שבת גרייט? איז דא עפעס א האטעל וואס סערווירט די גאנצע שבת מיט א גוטע הכשר?
טראנפערטאציע: לוינט זיך צו דינגען א קאר און אליינס ארומפארען מיט א GPS אדער ענדערשט נוצען טעקסי'ס און טורס אנצוקומען ווי מען וויל?
אטראקציעס: וואס איז דאס חמי טבריה, און ווי אזוי קומט מען אן דארט? און בכלל, לוינט זיך צו זיין עטליכע טעג אין טבריה? וואס נאך קען מען וויזיטען שיינע אויסגעהאלטענע פלעצער?
יישר כח למפרע
נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 1:23 pm
דורך ירח בן יומו
unknown האט געשריבן:(איך פאר דאך וואקאציע און מיין ווייב וויל ווערן סערווירט ווי א קעניגען)
איך אליין דארף גערנישט, אבער וואס זאל איך טון אז זי וויל יא.......
נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:18 pm
דורך דריידל
ער וויל א צופרידענע ווייב. נישט גענוג?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 10:02 pm
דורך א איד
האסט נישט מורא צו פארן יעצט?
נשלח: זונטאג יאנואר 11, 2015 8:51 am
דורך טעפל
שמעקעדיג געוואלדיג, אזוי גוט אראפצולייגען די זאך, מ'פיהלט זיך ממש דארט!
וועגן די מיידלעך וואס דאווענען אין גאולה, זיי בודק בעסער דאס איז געווענטליך אמריקאנע מיידלעך, נישט קיין יזראלים!
נשלח: זונטאג יאנואר 11, 2015 9:28 am
דורך קרעקער
א ישראלי האט זיך מיר אמאל אפגערעדט אז די היימישע ישראלים נעמען זייער שיין אויף אמעריקאנער געסט אבער אין חו"ל ווען מזעהט א ירושלימער אנטלויפט מען פון עם
האביך עם גענפערט אז זיי נעמען אינז שיין אויף ווייל זיי דארפען אינזער געלט, וזהו הטעם פארוואס אינז אנטלויפען פון זיי
נשלח: זונטאג יאנואר 11, 2015 12:14 pm
דורך שושן פורים
שמעקעדיג האט געשריבן:פארשידענע מנהגי המקום
דער זייגער לויפט דארט אויף 24 שעה, נישט ווי דא מיט 2 מאל 12 – AM און PM. דארטן וועט איר זעהן זמן מנחה 18:55, און א שבע ברכות בשעה 21:30. גיי ברעך זיך קאפ ווען דאס קומט אויס...
א גוטע וועג זיך אנייצע צוגעבן מיט די 24 שעהדיגע זייגער איז פשוט צו מאכן מיינוס צוויי אין סינגל דיזשיט.
למשל 18:00 מיינוס צוויי איז 16:00 דאס הייסט אז ס'איז 6:00 PM
נשלח: זונטאג יאנואר 11, 2015 12:15 pm
דורך שושן פורים
דריידל האט געשריבן:ווי האסטי געקענט פארגעסן פון שושן פורים?
?yes! how can i help you
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 12:24 am
דורך משולם שטיינפעלד
שמעקעדיג האט געשריבן:ביי א רויטן טראפיק ליכט, ווערט דער לעקטער געהל בעפאר עס ווערט גרין. א "ככר" (א "סירקל" אין אמעריקע) איז גאר אן אפטע ערשיינונג, וועלכע טוט איינשפארן טראפיק ליכט.
סיידוואלקס אויף פארנומענע גאסן האבן שטאנגען וועלכע טוען פארמיידן פון קארס אויפצופארן אויפן סיידוואלק, בפרט אין די שמאלערע גאסן ווי מאה שערים און גאולה.
די געהל פארן ווערן גרין איז צוליב וואס רוב קארס פארן מיט מעניועל טרענסמישאן, קלאט"ש בלע"ז, ממילא דארף מען וויסן א סעקונדע פאר עס ווערט גרין צו רוקן דעם קלאטש.
די טרעפיק סוירקלס איז אין אלגעמיין פארשפרייט אין אייראפע, דער טראנספארטאציע סיסטעם איז דעם אייראפעישע סיסטעם, דער געל פאר די גרין, די טרעפיק סוירקלס אנשטאט טרעפיק לייטס וכדומה.
די שטאנגען אויף די סיידוואלקס איז צוליב דעם וואס דער מוראה של מלכות איז היבש שוואך דארט, בפרט אין טרעפיק אנגעלעגענהייטן, פארן ראנג וועי אין ירושלים איז נישט מן הנמנע אויב פעלט עס אויס.... ממילא האט מען געלייגט שטאנגען אז מען זאל בפועל נישט קענען פארקן.
נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 4:37 pm
דורך געוואלדיג
איך זעה אז דעם עולם דא איז גוט באקאנט מיט א"י
איך דארך הילף מיט א גוטע ואקאציע פלאץ פאר איין טאג אין ארץ ישראל
ביטע שנעלע הילף...
נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 9:36 am
דורך ציבעלע-קיגל
פלעין יודיש האט געשריבן:גל פז איז נאכנישט פארמאכט דארט
אוי וויי, ווי איז צימערמאן?
נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 9:46 am
דורך ציבעלע-קיגל
איין גרויסע חילוק איז אז דארט אויב איינער האט נישט קיין געלט קען ער קומען קיין אמעריקא שנארען אפי' 15 - 20 מאהל... מיט די זעלבע פזמון... איך מאך חתונה. דער (לייג אריין די נומער) קינד. און זיי שעמען זיך נישט צו זאגען... איך פאר אויף אמעריקא קלייבען נדבות (שנארען בלע"ז)
דא ווען איינער מאכט א שמחה וועט קיינער וועט נישט מודה זיין אז ער האט נישט קיין געלט (די ווייבער זיכער נישט) און מען וועט זיך אריין לייגען אין חובות וואס ער וועט מסתמא קיינמאהל נישט קענען באצאלען אבי עס זאהל זיין "תצא עינך" די חברים (און חברתות) זאלען פלאצען.
נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 3:21 pm
דורך געוואלדיג
חברים איך ווארט אויף הילף, איך בין טאקע נאך א נייער דא אבער פארט
[center]העלף!!!![/center]
נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 3:39 pm
דורך yatzmachp
זאג מיר פונקטליך וואסארא הילף דו זוכסט און איך וועלכע דיר פראבירן צו העלפן. איין זאך נאר אויב דו ביסט גרייט צו ספענדן געלט.
נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 4:56 pm
דורך געוואלדיג
איך בין גרייט צו ספענדן,
אט גוטע פריוואטע פלאץ אין שויס פון נאטור פאר איין טאג
נשלח: מוצ"ש פעברואר 14, 2015 8:55 pm
דורך איך אויך
שמעקי א
ארטיקל ספעציעל פאר דיר. נומער 20 כאפ איך נישט פונקליך וואס דאס איז.
נשלח: מוצ"ש פעברואר 14, 2015 10:22 pm
דורך שמעקעדיג
גראדע נומ. 20 זעהט מען אין אנדערע פלעצער אויך. עס איז א ווארענונג: אדער א טעקסי אדער פאליציי...
נשלח: מוצ"ש פעברואר 14, 2015 10:23 pm
דורך איך אויך
מיינענדיג?