בלאט 2 פון 2
נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 11:31 am
דורך shem-tov
פליקער שרייבט אז מען פלעגט לאכן פון דעם בחור וואס האט געזאגט מיט א שטאלצקייט איך וואוין הויעך די בוטשער... אוי פלעגט מען לאכן ווי כאלו סאיז עפעס ראנג מיט זיי. מרס מאסרי זאגט נאך עד היום אויף די משפחת מאסרי ענסערינג מאשין. ביטע מאכט אריין א מעסעדש... איך פארשטיי נישט וואסיז אזוי פאני.. אימעדשין וויאזוי מיר וואלטן גערעדט א צווייטע שפראך..
נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 12:17 pm
דורך berlbalaguleh
shem-tov האט געשריבן:פליקער שרייבט אז מען פלעגט לאכן פון דעם בחור וואס האט געזאגט מיט א שטאלצקייט איך וואוין הויעך די בוטשער... אוי פלעגט מען לאכן ווי כאלו סאיז עפעס ראנג מיט זיי. מרס מאסרי זאגט נאך עד היום אויף די משפחת מאסרי ענסערינג מאשין. ביטע מאכט אריין א מעסעדש... איך פארשטיי נישט וואסיז אזוי פאני.. אימעדשין וויאזוי מיר וואלטן גערעדט א צווייטע שפראך..
שם טוב: ס'איז דא אן א שיעור מעשיות פון אידישע אימיגראנטן וועלכע זענען געקומען פון דייטשלאנד און אונגארן קיין ארץ ישראל און זיי האבן זיך געבראכן די ציין צו רעדן די "שפה הטמאה" עברית...! אפילו אויף ר' איטשע מאיר לעווין איז דא אן א שיעור מעשיות ווי ער האט גערעדט געהעריג לשון הקודש אין כנסת (המינים)...נאר א סאך פאסט נישט ארויס צו שרייבן. אפשר אין מאחורי אדער אין ליצנות אשכול. (אויב מ'וועט אמאל מאכן אזא אשכול...!)
נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 3:10 pm
דורך כפתור
למעשה ווייסט איינער פארוואס האט די רבי געשיקט רב עקשטיין אהין? האט ער סתם געזוכט אים צו פטרן ער זאל אים נישט שטיין אויפן קאפ? לויט ווי מיין חבר זאגט מיר איז דא דארט א פאר טויזנט חרדישע משפחות - רוב זענען נישט פון עקשטיין - מ'האט דארט סופערמארקעטס, רעסטוראנטס, און בעיקעריס לרחצה. ס'פעלט זיי גארנישט.
זיי זענען נישט די נעבעך וואס מ'פארקויפט דא. אידישקייט גייט נישט אונטערגיין אן די עקשטיינס
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 8:09 pm
דורך [NAMELESS]
פון
דא בכל אופן, מיר געדענקען גוט ווען די ברזילי משפחה האט געלאנדעט אין וויליאמסבורג, איך ווייס נישט צו זיי זענען תימנ'ע אפשטאמיגע אדער פון אנדערע ארצות המזרח, דער פאטער איז שוין געווען גרייז-גרוי, א נידריגער געשטעל מיט א שטאפענעם הוטל און געקרייזלטע פיאות, מיט די צוויי זון, יאיר און אוריאל, יאיר האט שפעטער בר מצוה געהאט געטראגן א גרויען קורצען אנצוג מיט א שטארק געבויגענעם כובע הוט, געדאוונט אין פאליש פון ראדני און זיין קליינער ברודער אוריאל נעבן אים.
מיין הארץ גייט אויס טראכטן וואס די קינדער זענען נעבעך אדורך, בארץ לא להם, ווילד פרעמד אין וומ"ס מיט א טאטן וואס פארשטייט נישט דעם וויליאמסבורגער-סאטמארער הארטנעקיגער קולטור ווי יעדער ווערט אפגעמאסטן פון אויבן אראפ מיט א בליק פון ביטול און רחמנות, זיי זענען אריבערגעגאנגען ז' מדורי גיהנם און געווען ללעג ולקלס פון אינגע אינגלעך ביז בחור'ליך און שיווע גדוילע בחורים וואס האבן געזוכט טשעפע-קרבנות.
ברזילי, יאגעדאוו, משיח, זענען בלויז טייל פון די נעמען וואס קומען מיר יעצט אויפן געדאנק פון אזעלכע לבבות נשברות, ראוב'לע ראטה וואו ביסטו? און דיין מאמע און שוועסטער וואו זענען? יוי די רחמנות געפילן מיט די בליק פון א טאטע פון אייגענע קינדער, ווי ברענגט מען צוריק יענע יארן, לאמיר כאטש די קאפ-קעיק לעידי איבערבעטן אדער ר' שלום פרידריכ'ן, מאיר כהנא מיט דעם קליינער שותף זיינער פון לאנצהוט.
אוי קען מען שרייבן פון די נשמה'ליך
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 10:46 pm
דורך berlbalaguleh
כפתור האט געשריבן:למעשה ווייסט איינער פארוואס האט די רבי געשיקט רב עקשטיין אהין? האט ער סתם געזוכט אים צו פטרן ער זאל אים נישט שטיין אויפן קאפ? לויט ווי מיין חבר זאגט מיר איז דא דארט א פאר טויזנט חרדישע משפחות - רוב זענען נישט פון עקשטיין - מ'האט דארט סופערמארקעטס, רעסטוראנטס, און בעיקעריס לרחצה. ס'פעלט זיי גארנישט.
זיי זענען נישט די נעבעך וואס מ'פארקויפט דא. אידישקייט גייט נישט אונטערגיין אן די עקשטיינס
כפתור: אז עקשטיין (דער זון) וועט נישט שרייען אז אידישקייט האלט ביי אונטערגיין, וועט ער דאך נישט האבן וואס צו פארקויפן. וכסף מנלן...?!. משא"כ אז ער וועט שרייען אז דאס אידישקייט האלט ביי אונטערגיין. און אז די ציונים און זייערע שלוחים וועלן זיך ח"ו גובר זיין. און נאר ער רעפרעזענטירט דעם פך שמן הטהור כאוות נפשו של רבינו הקוה"ט זי"ע וועט מען איהם באגיסן מיט געלט...

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 3:44 pm
דורך Moses
A Jew from Yemen who was brought to London told me that he has to beg the askonim for fifty pounds and he has to wright a big thank you letter which they put in the newspapers for their propaganda
Re: וואס האט מען געטון צו אונזערע ארגענטינע ברודער?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 8:27 pm
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
שורה התחתונה.!
אזעלעכע תוצאות, פאסירט ווען סאקמר רב זצ״ל האט פראבירט ׳עוסק צי זיין אין קירוב..!׳
זענען הייליג גערעכט ווען זיי זאגן אז ׳קירוב רחוקים איז נישט אינזער מצוה..׳