בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 2:20 pm
דורך איך אויך
בר דעת מעגסט דיך אויך אביסל אויסטשילן ,כ'פארשטיי וואס דו ווילסט זאגן אבער ביבי איז ווייט פון א מלך ישראל און אוודאי רעפרעזענט ער נישט די אלטוועלטליכע אידנטום. סך הכול איז מען אין גלות ביי די גוים און ביי די אידן וזה כל תורת ההשקפה פון גדולי ישראל על רגל אחת.

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 2:21 pm
דורך בר דעת
איך אויך האט געשריבן:בר דעת מעגסט דיך אויך אביסל אויסטשילן ,כ'פארשטיי וואס דו ווילסט זאגן אבער ביבי איז ווייט פון א מלך ישראל און אוודאי רעפרעזענט ער נישט די אלטוועלטליכע אידנטום. סך הכול איז מען אין גלות ביי די גוים און ביי די אידן וזה כל תורת ההשקפה פון גדולי ישראל על רגל אחת.

איך האב נישט גמיינט מלך ממש, ער רעפרעזענטירט די מדינה און אלע אירע שטיצער

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 2:24 pm
דורך בר דעת
אחד העם האט געשריבן:בר דעת, איך זעה דרייסט זיך ארום מיט א זעקל הנחות אויף א געוויסע געמיינדע יידן, טוה א טובה קלאר אויס וואס דיינע הנחות זענען אויף זיי, און אויף וואס זיי זענען געבויעט.
אמת וצדק מיינט, אמת, וואס דער אמת איז. און צדק, נאכן אמת וואס מען טוט לאור האמת ווערט פארופען צדק.

מיין זעקל הנחות איז אז די מענטשן וואס לייגן אריין מודעות אין די צייטונגען בשם כלל ישראל זענען קליינליכע, טפשות'דיגע מענטשן, וואס האבן נישט קיין שום פארשטאנד אין פאליטיק, אין זיכערהייט, און זיי האבן נישט קיין שום רעכט צו רעדן בשם קיינעם, בלויז בשם א גאר קליינע גרופע פון שבח אידן, פינף זעקס טויזנט מאקסימום

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 2:26 pm
דורך אחד העם
בר דעת האט געשריבן:

און דא שטעלט זיך די פראגע פון ווי נעמסטו די הנחות און פארוואס.

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 2:29 pm
דורך בר דעת
יודע בהמה נפש צדיקו.

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 3:09 pm
דורך berlbalaguleh
בר דעת האט געשריבן:יודע בהמה נפש צדיקו.

בר דעת: געוויסע חקרנ'דיגע ניקס (איך בין נישט איינער פון זיי.) וואלטן זיך אויפגעדרינגען אז דו ביסט אן עניו אויך. חוץ דיינע אנדערע מעלות... :lol:

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 3:24 pm
דורך berlbalaguleh
גראדעמעכעלע האט געשריבן:די סאטמארע טענ'ן פונקט ווי אייך, דער אמעריקאנער פרעזידענט לעבט און אטעמט פארעין פאליסי און ער ווייסט וואס ער טוט, זאל נתניהו לאזן די רעפובליקענס און דעמאקרעטס זיך אליין שלאגן און נישט קומען מישן אין טאפ וועגן זיינע אייגענע פאליטישע עגאיסטישע חשבונות,

גראדעמעכעלע: ס'איז היינט ליידער א צינישע וועלט. מ'גלייבט שוין היינט קיינעם גארנישט. (איך גיי יעצט נישט אריין אין די שיטה הקדושה דרבינו יואל אדער להבדיל פון די נטורי קרתא). אבער ס'איז דאך דא א צד אז נתניהו מיינט עס ערנסט מיט מרעיש עולמות זיין איבער די סכנה פאר די איינוואוינערס פון א"י, ח"ו, אויב די פאררוקטע רוצחים אין איראן וועלן האבן נוקלעארע וואפן. לאמיר איהם גלייבן אויפ'ן ווארט. אונז, די אידן וועלכע גלייבן אז די עקזיסטענץ פון די אידן בכל מקומות שהם, און אויך אין ארץ ישראל קומט נישט פון די סיטרא אחרא, נאר פון באשעפער אליין, דארפן דאך האפן און מתפלל זיין אז בנימן נתניהו זאל מצליח זיין אין זיין שליחות און די פארשאלטענע אייאטאללאה'ס ימ"ש זאלן נישט לייגן די הענט אויף אטאם באמבעס...ולה' הישועה...!

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 5:53 pm
דורך יאיר
יישר כח בר דעת פאר א זאפטיגע פעליטאן.
די איינציגע מאדנע זאך פון נטרונא ודומיהם איז אז זיי מישן אויס פאליטיק מיט רעליגיע. אויב דיין רעליגיע זאגט אז מען טאר "נאך" נישט ווידערשפעניגן אין די פעלקער, קענסטו מאכן א טעאלאגישע סטעיטמענט. אבער ווי מאדנע אז אלס שפילט פאליטיק מיט מיט זייערע רעליגיעזע אידעאלאגיעס. אלס איז דער ציוני סיי א נאר א טיפש און רשע, און סיי א מורד באומות וועמען מען דארף מפקיר זיין פאר די אינדן פון פעלד.

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 6:04 pm
דורך [NAMELESS]
איינער האט מיר אמאל מסביר געווען ווי ווייט נטרונא קומט אן אז זיי זענען גוט מיט איינעם וואס קען זיי ערלעדיגן א אודיענץ ביי קערי..., איך האב מיר פרובירט פארצושטעלן וויאזוי די מיטינג גייט צוגיין ווי רב כץ גייט פארליינען פון ויא''מ און אים געבן אן ענגלישע ארטסקרול אויף כתובות...

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 6:05 pm
דורך יאיר
זיי זענען גוט מיט איינעם וואס קען זיי ערלעדיגן א אודיענץ ביי קערי

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 6:13 pm
דורך גנדי
סאטמאר מוז פארשטיין אז מדינת ישראל איז א "לאנד" און סאטמאר איז סך הכל א "קהילה/חסידות" מיט אפאר בנינים און א בית החיים.

מדינת ישראל איז א "לאנד" זי האט אן "עיר פארט" מיט אן "עירפארס".

"לענדער" זענען דא דן אין דברים העומדים ברומו של עולם. קומטס זיך א "קהילה" מיט א "רבי" און זאגן דיעות פאר א "פריים-מיניסטער" מיט א "לאנד".

עס דערמאנט מיר ווי דער טעקסי דרייווער זאגט דיעות פארן פרעזידענט.

איר ווייסט ניטאמאל וואס נוקלער איז און ווי אזוי מען עסט דאס, קוים וואס איר ווייסט ווי אזוי צו האלטן א חלף...

ווען מען וועט וועלן וויסן אויב די פרויען טייטץ איז גענוג דיק וועט מען אייך רופן, דארטן האט איר מומחיות. ווען מען וויל משכנע זיין א טעראריסטישע לאנד צו אויפגעבן נוקלער וואפן האט איר נישט וואס אריינצורעדן, קוים איר קענט משכנע זיין אייערע אינגעלייט אויפגעבן די אינטערנעט...

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 7:29 pm
דורך פלאוויוס
כבר-דעת וגנדי ועוד לקרא: זייער גוט ארויסגעברענגט. צום פינטל!

אנעם אריינזאגן א מיינונג אין דעם, קען מען אבער מסכים זיין אז דאס טיילן דיעות אין אזעלכע ענינים איז גארנישט אין פלאץ פאר אונזערע רבנים און עסקנים.

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 8:08 pm
דורך קאווע טרינקער
גנדי האט געשריבן:סאטמאר מוז פארשטיין אז מדינת ישראל איז א "לאנד" און סאטמאר איז סך הכל א "קהילה/חסידות" מיט אפאר בנינים און (א בית החיים) [צוויי בתי חיים] .

נישט אז ס'מאכט אויס, נאר למען האמת.

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 8:11 pm
דורך אחד העם
קאווע טרינקער האט געשריבן:
גנדי האט געשריבן:סאטמאר מוז פארשטיין אז מדינת ישראל איז א "לאנד" און סאטמאר איז סך הכל א "קהילה/חסידות" מיט אפאר בנינים און (א בית החיים) [צוויי בתי חיים] .

נישט אז ס'מאכט אויס, נאר למען האמת.

סהאט מיר געקאסט אן אויספלאץ..

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 8:21 pm
דורך chusid
יאיר האט געשריבן:יישר כח בר דעת פאר א זאפטיגע פעליטאן.
די איינציגע מאדנע זאך פון נטרונא ודומיהם איז אז זיי מישן אויס פאליטיק מיט רעליגיע. אויב דיין רעליגיע זאגט אז מען טאר "נאך" נישט ווידערשפעניגן אין די פעלקער, קענסטו מאכן א טעאלאגישע סטעיטמענט. אבער ווי מאדנע אז אלס שפילט פאליטיק מיט מיט זייערע רעליגיעזע אידעאלאגיעס. אלס איז דער ציוני סיי א נאר א טיפש און רשע, און סיי א מורד באומות וועמען מען דארף מפקיר זיין פאר די אינדן פון פעלד.

דאס האט מען נאך געזען ביים רבי'ן אין די כ' יארן ווען ער האט געגעבן מיליטערישע אנאליזן ( אהן מיליטערישע עקספערטיז ) צאמגעפלאכטן מיט דברי התעוררות. .

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 8:58 pm
דורך berlbalaguleh
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איינער האט מיר אמאל מסביר געווען ווי ווייט נטרונא קומט אן אז זיי זענען גוט מיט איינעם וואס קען זיי ערלעדיגן א אודיענץ ביי קערי..., איך האב מיר פרובירט פארצושטעלן וויאזוי די מיטינג גייט צוגיין ווי רב כץ גייט פארליינען פון ויא''מ און אים געבן אן ענגלישע ארטסקרול אויף כתובות...

גראדעמעכעלע: איך בין מחולק מיט דיר. זיי גייען איהם נישט געבן א ענגלישע ארטסקרול, ווייל ארטסקרול איז דאך טמא און פסול. נאר ער האט איהם געגעבן א עוז והדר אויף אונגאריש... :lol: :roll:

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 9:28 pm
דורך פלאוויוס
chusid האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:יישר כח בר דעת פאר א זאפטיגע פעליטאן.
די איינציגע מאדנע זאך פון נטרונא ודומיהם איז אז זיי מישן אויס פאליטיק מיט רעליגיע. אויב דיין רעליגיע זאגט אז מען טאר "נאך" נישט ווידערשפעניגן אין די פעלקער, קענסטו מאכן א טעאלאגישע סטעיטמענט. אבער ווי מאדנע אז אלס שפילט פאליטיק מיט מיט זייערע רעליגיעזע אידעאלאגיעס. אלס איז דער ציוני סיי א נאר א טיפש און רשע, און סיי א מורד באומות וועמען מען דארף מפקיר זיין פאר די אינדן פון פעלד.

דאס האט מען נאך געזען ביים רבי'ן אין די כ' יארן ווען ער האט געגעבן מיליטערישע אנאליזן ( אהן מיליטערישע עקספערטיז ) צאמגעפלאכטן מיט דברי התעוררות. .

איך מיין אז ס'איז נישט גלייך, ווייל ער האט נישט גענומען קיין פאקטישע שריט אדעתא דהכי, אויסער מעורר זיין. די טענה אין דעם פאל איז קעגן דעם וואס מ'טוט אפ אינעם תחום פון פאליטיק אן דעם וואס מ'זאל קענען די סוגיא.

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 10:32 pm
דורך יתרו
בר דעת כ'האב ליב דיין גרים-צאראנדיגע פעדער.
לענינינו האט שאון הענעטי גערעדט היינט דריי שעה איבער דעם אבאמבא-טשעמבערלין און ביבי-טוירטשיל צוגלייך קוקט אויס אז ער ליינט קאווע שטיבל.

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 11:40 pm
דורך בר דעת
די בילד איז נישט קלאר

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 11:43 pm
דורך יואב
ביים פראבירן צו עטעטשן קומט ארויף "Failed to open attached file. איך פראביר אויף עטליכע וועגן, אבער ס'גייט נישט. עניוואן?

Haaretz Daily Cartoon

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 11:46 pm
דורך יואב
/