בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 1:20 pm
דורך לעיקוואד
ר' אליעזר געלדצעהלער ז"ל האט געזאגט ער וויל מאכען א כולל ווי מען וועט דארפן צאלן אויף צו לערנען דארט, אזויווי אין קאלעדזש. ער האט געטענה'ט אז מען וועט נישט בטל'ן אין דער כולל קיין מינוט..

נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 1:35 pm
דורך כוכב
@הוגה
און אז מוועט נישט שטיצן דעם ארץ ישראל איד וועלן זיי אלע גיין ארבעטן.
דאס אלעס זענען טעארעטישע טענות וואס האבן נישט קיין שייכות מיט'ן מציאות, דער טרוקענער רעאליטעט איז אז דו האסט אוועקגעשיקט אן ארץ ישראל אידן בפחי נפש ענד דעטס אלל וואט מעטטערס.
והוא הדין בנידון דידן.

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 12:09 pm
דורך מפוזרי
אז א איד שטייט שוין ביים טיר דארף מען אים אוודאי העלפן, אבער מען דארף נישט שטיצן א סיסטעם וואס צווינגט אים צו גיין אנקלאפן טירן.
אסאך כולל יונגעלייט וואלטן שוין ארויס געגאנגען ארבייטען, ווען נישט די פחד צו פארלירן די משענת קנה רצוץ פון די מאגערע כולל געהאלט.
ווען א קליין קינד כאפט זיך אן אין טאטע'נס האנט ווייל ס'האט מורא צו גיין אליין, דארף מען עס אפלאזן כדי ער זאל זיך לערנען שטיין אויף די אייגענע פוס.
אין אן ענליכע זין, האב איך לעצטנס געזען א בריוו פון הרב שטיינמאן שליט''א וואו ער אידענטעפעצירט די היינטיגע ריבוי אין גמ''ח'ן אלס דירעקטער גורם אין דעם וואס מענטשן ספענדן יותר מיכולתם אין גייען אריין אין חובות, און ער שרייבט אז עס איז אן עצת היצר אוועקצונעמען מענטשן פון לערנען.

נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 2:22 am
דורך אויסגערוט
לעיקוואד האט געשריבן:ר' אליעזר געלדצעהלער ז"ל האט געזאגט ער וויל מאכען א כולל ווי מען וועט דארפן צאלן אויף צו לערנען דארט, אזויווי אין קאלעדזש. ער האט געטענה'ט אז מען וועט נישט בטל'ן אין דער כולל קיין מינוט..

און ס'וועט מסתמא נישט זיין קיין מנין דארט.... דער גאנצער סיבה מענשטן צאלן פאר קאלעדזש איז נאר ווייל עס איז אן אינוועסטמענט אין דער פיוטשער סוקסעס (וויפיל זענען טאקע מצליח איז א פרשה פאר זיך). צו צאלן פאר כולל כדי צו קענען זיין א..... שואל ומשיב.. אדער מגיד שיעור.... נאו וועי