בלאט 2 פון 23
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 3:59 pm
דורך [NAMELESS]
חאצקעל שניידער האט געשריבן:יצא קום הייסט די קוים פון חסד וגבורה, כהאב גוט פארשטאנען?
שיינע רעיון, כאטש לא לזה התכוונתי, וכנראה זיי אליינס אויך נישט.
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 8:57 pm
דורך מפוזרי
אפאר הערות:
1)ר' מענדל'ע האט מען גערופן דעם יונגען וואורקער. דער טיטל האמצעי איז נאר געווען ביי די חסידים פון זיין זון ר' בונימ'ל, זייענדיג אן אומגעלונגענר פרואוו אראפצומאלן כאילו די דינאסטיע ציט זיך ווייטער אין וואורקע.
2)ר' מענדל'ע האט גענומען נישט נאר די גרעסערע חלק נאר די גאנצע מעשה, אמשינוב איז בלויז געווען אן אופ-שוט.
3)נישט ריכטיג אז ר' מענדל'ס הנהגה איז געווען א שארפע. ער איז טאקע געפארן קיין קאצק, און ווייל ער האט ווייניג גערעדט האט ממילא יעדעס ווארט געהאט אין זיך חריפות און טיפקייט, אבער ער איז געווען רצוף אהבה, ער האט נישט נאר נישט געשריגען אויף די חסידים, נאר ער האט זיי געצויגען מיט א מורא'דיגע ליבשאפט. דאס וואס חסידים דערציילן אלץ פון די גרויסע ליבשאפט וואס האט געפלאקערט אין וואורקע איז בעיקר פון זיין תקופה. אין זיינע צייטן האט מען נאך אין וואורקע געלעבט און געלאכט, די פרומקייט האט זיך אנגעהויבן ערשט נאך אים.
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 9:06 pm
דורך מפוזרי
והעיקר שכחתי, שרייב וואס לענגער און ברייטער, איך בין זיך מחיה.
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 9:07 pm
דורך [NAMELESS]
מפוזרי האט געשריבן:, די פרומקייט האט זיך אנגעהויבן ערשט נאך אים.
יא יא!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 12:48 am
דורך [NAMELESS]
מפוזרי האט געשריבן:אפאר הערות:
1)ר' מענדל'ע האט מען גערופן דעם יונגען וואורקער. דער טיטל האמצעי איז נאר געווען ביי די חסידים פון זיין זון ר' בונימ'ל, זייענדיג אן אומגעלונגענר פרואוו אראפצומאלן כאילו די דינאסטיע ציט זיך ווייטער אין וואורקע.
2)ר' מענדל'ע האט גענומען נישט נאר די גרעסערע חלק נאר די גאנצע מעשה, אמשינוב איז בלויז געווען אן אופ-שוט.
3)נישט ריכטיג אז ר' מענדל'ס הנהגה איז געווען א שארפע. ער איז טאקע געפארן קיין קאצק, און ווייל ער האט ווייניג גערעדט האט ממילא יעדעס ווארט געהאט אין זיך חריפות און טיפקייט, אבער ער איז געווען רצוף אהבה, ער האט נישט נאר נישט געשריגען אויף די חסידים, נאר ער האט זיי געצויגען מיט א מורא'דיגע ליבשאפט. דאס וואס חסידים דערציילן אלץ פון די גרויסע ליבשאפט וואס האט געפלאקערט אין וואורקע איז בעיקר פון זיין תקופה. אין זיינע צייטן האט מען נאך אין וואורקע געלעבט און געלאכט, די פרומקייט האט זיך אנגעהויבן ערשט נאך אים.
1. ביזט גערעכט. כ'רוף אים אזוי וויבאלד ס'נאך געווען רבי'ס נאך אים. אבער מ'פלעגט אים טאקע רופן דער יונגער וואורקער רבי [אויך צוליב דעם וואס ער איז געווען יונג ווען ער האט אנגעהויבן פירן, און פארהעלטנמעסיג יונג ווען ער איז אוועק].
2. נישט ממש. קיין אמשינוב זענען געפארן אסאך לייבן, א שטייגער ווי ר' יחיאל פון אלכנסדר און נאך [אפשר מער איבער דעם, ביים באשרייבונג אויפן אמשינובער]. אבער דאס איז קלאר אז רוב רובו האט ר' מענדלע געהאט.
3. כ'האב קלאר געשריבן אז ס'איז געווען אן אויסטערלישע אהבה, סיי צווישן די חסידים בינם לבין עצמם און סיי צווישן זיי און דער וואורקער. כ'האב אויך קלאר געשריבן אז ער האט נישט געריסן שטיקער פון זיינע חסידים ווי דער קאצקער. אבער דאס איז אויך קלאר אז ער איז געווען א שארפער טיפ, און ס'איז געווען א מצב פון יראה ביי די טישן [נישט ביי די היימישע דיבוק חברים'ס], און ווען ער האט שוין יא געזאגט עפעס, האט ער געזאגט שארפע געדאנקען, און כנ"ל - מיט די שארפקייט אבער אן דעם שטאך פון קאצק. גערעכט ביזטו אז די פרומקייט האט זיך אנגעהויבן נאך אים, אויב מיינסטו מרמז צו זיין אויף זיין זוהן - דער אטוואצקער'ס הנהגה. וכבר אמרתי אז נאר אויב כ'וועל זען א נאכפראגע פון אפאר אידן, וועל איך פארברייטערן די יריעה אויך איבער דער יונגער וואורקער'ס קינדער.
די נעקסטע לענגערע ארטיקל וועט לכאורה ווארטן אויף מארגן אי"ה.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 1:53 am
דורך רוסישער
נפלא!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 2:08 am
דורך [NAMELESS]
רוסישער האט געשריבן:נפלא!
תודה!
און יעצט, קענסטו דורכגיין תגובה ביי תגובה און לייקן. כ'האב אריינגעבאכעט שעות ע"ג שעות מהנה צו זיין דעם עולם מיט אינהאלטסרייכע ארטיקלען.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 8:57 am
דורך מפוזרי
אדנירם האט געשריבן:מפוזרי האט געשריבן:אין זיינע צייטן האט מען נאך אין וואורקע געלעבט און געלאכט, די פרומקייט האט זיך אנגעהויבן ערשט נאך אים.
גערעכט ביזטו אז די פרומקייט האט זיך אנגעהויבן נאך אים, אויב מיינסטו מרמז צו זיין אויף זיין זוהן - דער אטוואצקער'ס הנהגה.
איך מיין נישט נאר דעם אטוואצקער וואס ביי אים איז עס געווען באופן קיצוני עד מאוד. דער גאנצער וואורקער חדר, ככלל, האט פון ביאלע און ווייטער גענומען א שארפע נייגונג אויף רעכטס, און פון פרייליכע לוסטיגע הולטייעס זענען זיי געווארן פארפרומטע און אלט מאדישע און אינגאצן פארלוירן די וואורקער גוט-מוטיקייט.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 10:27 am
דורך [NAMELESS]
ווער איז דער ביאלע ? ר' מענדעלע האט געהאט נאך זון חוץ פון דער אוטבוצקער ?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 5:22 pm
דורך [NAMELESS]
מפוזרי האט געשריבן:אדנירם האט געשריבן:מפוזרי האט געשריבן:אין זיינע צייטן האט מען נאך אין וואורקע געלעבט און געלאכט, די פרומקייט האט זיך אנגעהויבן ערשט נאך אים.
גערעכט ביזטו אז די פרומקייט האט זיך אנגעהויבן נאך אים, אויב מיינסטו מרמז צו זיין אויף זיין זוהן - דער אטוואצקער'ס הנהגה.
איך מיין נישט נאר דעם אטוואצקער וואס ביי אים איז עס געווען באופן קיצוני עד מאוד. דער גאנצער וואורקער חדר, ככלל, האט פון ביאלע און ווייטער גענומען א שארפע נייגונג אויף רעכטס, און פון פרייליכע לוסטיגע הולטייעס זענען זיי געווארן פארפרומטע און אלט מאדישע און אינגאצן פארלוירן די וואורקער גוט-מוטיקייט.
ריכטיג, ווען דו ביזט דיך מתייחס צום ביאלע'ן רבי'ן, אבער למשל דער סקערנעוויצער, א זון פון ר' מענדעלע, און וואס איז געווען א רבי פאר טויזענטער חסידים, איז געווען א ריכטיגע ממשיך צו די פרייליכע וואורקער מהלך.
און אגב, אלכסנדר האט פארט געהייסן די געשמאקע חסידות - לעומת דער שארפקייט פון גור.
בן אדם האט געשריבן:ווער איז דער ביאלע ? ר' מענדעלע האט געהאט נאך זון חוץ פון דער אוטבוצקער ?
ר' מענדעלע האט געהאט נאך א זון, דער סקערנעוויצער.
דער ביאלער איז געווען תלמידו הגדול פון ר' מענדעלע וואורקער, און ער האט איבערגענומען רוב עולם נאכן רבינ'ס פטירה.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 5:40 pm
דורך [NAMELESS]
אה, איר מיינט מסתם רבי בעריש ביאלער
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 6:05 pm
דורך א איד
[tag]אדנירם[/tag] האסט אונז נישט אנטוישט, איין טאג נישט דא געווען, און איך קום צוריק און עס איז דא וואס צו ליינען.
איך וועל דיר זאגן דאז איז די ערשטע מאל וואס איך לייג זיך אריין אינעם נושא פון אמשינוב, אוודאי האט מען שוין געהערט דערפון אבער יעצט הייב איך אן צו לעבן דערין.
אבער מצד שני (באקלאפ מיר נישט די ביינער) האט עס א נעגאטיווע זייט אויך? איך זעה ווי יעדער רעדט נאר נוסח אמשינוב - פאזיטיוו, בין איך נייגעריג צו עס האט א צד שני?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 6:57 pm
דורך [NAMELESS]
א איד האט געשריבן:[tag]אדנירם[/tag] האסט אונז נישט אנטוישט, איין טאג נישט דא געווען, און איך קום צוריק און עס איז דא וואס צו ליינען.
איך וועל דיר זאגן דאז איז די ערשטע מאל וואס איך לייג זיך אריין אינעם נושא פון אמשינוב, אוודאי האט מען שוין געהערט דערפון אבער יעצט הייב איך אן צו לעבן דערין.
אבער מצד שני (באקלאפ מיר נישט די ביינער) האט עס א נעגאטיווע זייט אויך? איך זעה ווי יעדער רעדט נאר נוסח אמשינוב - פאזיטיוו, בין איך נייגעריג צו עס האט א צד שני?
[tag]א איד[/tag], אין אמשינוב באקלאפט מען נישט קיין ביינער...
ס'דא נעגעטיווע חלקים וואס קענען ארויסקומען פון אן איבערפלוס פון אהבה. ס'וועט נאך אויסגעשמועסט ווערן. אבער זאכן ווי קארופציע, מחלוקת, כבוד, און געלט, איז א זאך וואס איז ביי די וואורקע גזע בפשטות קיינמאל נישט געווע.
'אמשינוב' מה הוא?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:17 pm
דורך [NAMELESS]
[center]פערטע קאפיטל:
שטריכן פון אמשינוב - נאך פונעם ערשטן אמשינאווער רבי, ר' יעקב דוד.[/center]
[center]א ליבשאפט ווי א טאטע צו קינדער.[/center]
ווען ר' איציק'ל וואורקער איז אמאל געווען ראש השנה ביים חוזה, איז געקומען פאר תקיעת שופר און דער רבי האט געזאגט אז ער קען נישט אריינקומען. עפעס א גזירה הענגט און ער דארף עס אראפנעמען. פלוצים דרייט זיך דער חוזה אויס צום וואורקער און פרעגט אים וואס ער האט היינט עפעס מחדש געווען אין לערנען. ענטפערט אים דער וואורקער, אז ער האט געלערנט די דין אז א קרוב איז פסול לעדות און קען נישט זיין פונעם בי"ד אים דן צו זיין, און ס'איז אים שווער געווען, מילא אויב ער וויל מעיד זיין גוטס אויף זיין קרוב, איז ער נישט באגלייבט, אבער אויב ער וויל זאגן עפעס שלעכטס וואלט מען אים הערשט געדארפט גלייבן אז ס'מוז זיין אמת?! נאר כ'האב מיך אויסגעדרינגען פון דא - האט דער וואורקער אויסגעפירט - אז איינער וואס קען מעיד זיין שלעכטס אויף זיין קרוב, איז פשוט קיין מענטש נישט, און דערפאר איז ער פסול לעדות...
א שטראל פון ליכטיגקייט האט זיך באוויזן אויפן חוזה'ס געזיכט, און געבט א זאג: רבונו של עולם, די אידן זענען דאך דיינע קרובים, דו ביזט זייער טאטע, צו קענסטו דען אננעמען עפעס שלעכטס אויף דיינע קינדער???...
***
אויב מען קומט צוצוצייכענען וואס אמשינוב באדייט, איז דער אויבנדערמאנטע מעשה מיטן אמשינובער'ס טאטע, די בעסטע אפטייטש. נישט נאר צוליב איר אייגענארטיגע אהבת הבריות וואס שרייט ארויס פון איר, נאר אויך - און בעיקר - צוליב איר אויספיר: דער אמשינובער איז געווען א טאטע, א ליבליכע טאטע, צו זיינע חסידים. און דאס איז איינער פון די יסוד היסודות אין אמשינוב, יעדער חסיד איז א זון פונעם רבי'ן, און יעדער איז א באליבטער זון. את בנך את יחידך אשר אהבת.
נישט פשט אז די רבי'ס לבית אמשינוב האבן נישט געוואוסט אדער געוואלט וויסן אז יענער איז א שייגאץ, נאר דאס איז נישט געווען קיין אפהאלט אים ליב צו האבן, און דאס האט אסאך מאל דערהויבן חסידים צו הויכע ספערן. און די שלחן ערוך ליגט אין די ווארט פונעם ערשטן אמשינאווער: לכאורה איז דאך יצחק געווען פון מידת הגבורה, איז וויאזוי האט ער געקענט ליב האבן אזוי שטארק זיין זון עשו? אלא מאי זעט מען פון דא, אז אויך דעם רשע דארף מען קענען ליב האבן!
דאס מיינט אמשינאוו.
ווען רבי יחיאל פון אלכסנדר איז אים געקומען פרעגן צו ער זאל איבערנעמען די רבי'סטעווע [פונעם ביאלע רבי וואס האט איבערגענומען זיין ברודער ר' מענדלע וואורקער. ווי אויבנדערמאנט], נאכדעם וואס די חסידים ווילן אזוי. האט ער אים געענטפערט: אלכנסדר'ער רב, אויב איר ווילט זיין א רבי דארפט איר וויסן דריי זאכן, א' - ווען מ'זיצט אויפן שטול דארף מען שפירן ווי מ'זיצט אויף נאגלעך, ב' - נאך בעפאר מ'ליינט א קוויטל דארף מען וויסן וואס ס'שטייט אינעווייניג, ג' - בשעת מען ליינט א קוויטל דארף מען שפירן דעם צווייטנ'ס צער, כאילו ס'איז דיין אייגענע צרה...
דער אמשינאווער רבי האט געזאגט, אז חסידים זאגן אלס אז דער רבי האט אזויפיל חסידים אונטער זיך, און אזויפיל חסידים אונטער זיך - "א רבי דארף האבן די חסידים אויף זיך", האט ער געזאגט. און אזוי האט ער טאקע געטון סיי ביי זיך אין הויף, און סיי מיט זיין עסקנות אפצושאפן גזירות, העלפן יחידים, איינשטילן מחלוקת'ן אין שטעטלעך, אן א שיעור מעשיות זענען פארהאן וואס ציט צום זעלבן גאלדענעם שטריך: אהבת ישראל ואהבת הבריות.
[center]זיינע תורות און גאונות.[/center]
אינעם אנהייב פונעם פריערדיגן קאפיטל, האבן מיר אנגעמערקט אז ער איז געווען א גאון עצום. נאר ער האט גארנישט אפגעשריבן און דערפאר איז כמעט נישט דא אפילו תורות אויפן פרשה. כאטש בשעתו איז ער געווען באוואוסט מיט זיין מעיין הנובע פון דברי תורה, אין שארפן קאנטראסט צו זיין יונגערע ברודער - ר' מענדעלע וואורקער, וואס איז געווען א גרויסער שותק.
אבער דאס איז געווען חלק פון די נוסח אין אמשינוב, לומר, אז א רבי זאגט וואס ער זעט פאר פאסיג יעצט אויפן מאמענט. נישט תורות לשם תורות. א שארף ווארט האט זיין זון - ר' מנחם'ל אמשינאווער - געזאגט, ווען מ'האט אים געפרעגט הלמאי ער שרייבט נישט אראפ די תורות פון זיין גרויסן טאטן. האט ער געענטפערט: דער ברען פונעם ווארט קען מען נישט אראפשרייבן, און דער ווארט אן דעם ברען איז נישט כדאי אראפצושרייבן! למעשה זענען געווען קובצים פון תורות בכת"י פון חסידים וואס האבן בשתיקה אראפגעשריבן תורות פונעם רבי'ן, און ס'איז געלעגן ביי זיין זון ר' מנחם'ל. שפעטער זענען זיי פארלוירן געווארן און ר' מנחם'ל האט זיך גאנישט אויסגעדריקט דערוועגן. וכנ"ל.
איך ווייס למשל, אז דער גרויסער גאון וצדיק, חכם ומקובל, ר' שמעון שלום אמשינאווער [אי"ה אן ארטיקל צוויי פאר זיך], איז געווען אין ארץ ישראל פארן קריג פאר א יאר צוויי. וויילנדיג דארט האט איינער אראפגעשריבן זיינע תורות וואס ער האט דארט געזאגט. פון דעם איז דא א גרויסע מבהיל'דיגן ספר, פול מיט טיפע תורה ע"פ קבלה [דאכצעך 'משמיע שלום']. און דאס איז קוים פון א יאר צוויי! נאר דאס איז געווען א פרעמדער וואס האט פארצייכנט די תורות, איז עפעס געבליבן דאקומענטירט, אז נישט איז קוים עפעס געבליבן.
אין קומענדיגן קאפיטל וועלן מיר אי"ה ממשיך זיין איבער אנדערע שטריכן לבית אמשינוב, וואס זענען געבליבן חלק פון די וועזן און מציאות פון אמשינוב, און פארענדיגן רעדן איבער דעם גרינדער פון אמשינאווער חסידות, רבי יעקב דוד.
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 1:00 am
דורך געוואלדיג
איך בין זיך מחיה צו זעהן אז דו האסט געטראפן צייט אינעם היינטיגן טאג צו שרייבן אויך ענינים וואס זענען מחיה אידן...
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 1:04 am
דורך [NAMELESS]
שקויעך, אפילו ס'קומט באגלייט מיט א שטאך...
אגב, עי' באשכולו של פלאוויוס מה שפייטתי שם.
ואגב דאגב, עי' באשכול שלא אהבת, תראה בכמות ה'לייקים' שרבים נהנו מזה ג"כ.
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 1:08 am
דורך געוואלדיג
מהאשכול של פלאוויוס הבנתי דעתך וכוונתך ועכ"ז דעתי שאין לכתוב כ"כ הרבה נגד מפלגה מסוימת כי סוכ"ס לולי הם היו כל ישראל נוהרים אחרי הרעיון הציוני באופן מבהיל וכמו שביאר הליטוואק מבודאפעסט, ואכן כתבתי רק דעתי אע"פ שהיו אחרים שנהנו כיון שהיו היום כמה וכמה אשכולות מאותו ענין שדוף ואגב חורפם יצאו מגדר דיבור לענין עיי"ש.
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 1:14 am
דורך [NAMELESS]
מאשכולו של פלאוויוס למדת שהנני בקי בטיב חרוזי אידיש. ואולי קצת בלשון פיוטית.
את 'דעתי' בנושא שכתב פלאוויוס יקירנו, לא ראית שם כלל. אלא כתבתי משום שנהניתי מכתיבתו הציורית של פלאוויוס.
ויאכלו ענוים וישבעו [איי ווי קומט אריין אזא אויספיר, נו דו פארגינסט נישט קיין איד א שטיקל 'מזונות'?...].
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 1:21 am
דורך געוואלדיג
עמקות כוונת כתיבתי היתה שהבנתי את דעתך מלייקך לדברי שכתבתי, ואם שגיתי ה' הטוב יכפר, וכך נראה לפי עניות דעת רבי. ודו"ק.
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 1:43 am
דורך [NAMELESS]
געוואלדיג האט געשריבן:עמקות כוונת כתיבתי היתה שהבנתי את דעתך מלייקך לדברי שכתבתי, ואם שגיתי ה' הטוב יכפר, וכך נראה לפי עניות דעת רבי. ודו"ק.
דבריך נכונים כ"כ.
מזדהה עם דבריך שם יותר מדברי כל האחרים!
ואגב, הכי לא נהנית מדבריי שם, כי לא לייקטת את הפיוט שלי.
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 1:48 am
דורך געוואלדיג
אודה ולא אבוש שזמני מאוד מצומצם ובכל פעם שאני נכנס לכאן אין אני מספיק ללמוד את כל האשכולות ואגב מהירותי לפעמים אין עתי בידי ללייק כרצוני, ועתה אתקן עוותתי זאת.
נשלח: פרייטאג אפריל 24, 2015 2:55 am
דורך [NAMELESS]
.
Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 12:36 am
דורך חאצקעל שניידער
ווי וואנט מאר !!