בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 5:19 pm
דורך יתרו
איינער שיקט מיר אין אישי
יתרו זיי מיר מסביר פרובירסט דא צו זיין רעכט אדער לינק ?
מיין ענטפער:
קיין איינס, איך טריי צו זיין אויפריכטיג.
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 5:27 pm
דורך יהושע חיים
ע"פ הלכה איז א קלא דלא פסיק געניג מעביר צו זיין א ש"ץ און נאך הלכות
(דרך אגב איז דא אן אשכול וואס רעד פון דעם ווען מען דארף חושש זיין אויף קלא דלא פסיק ע"פ הלכה)
אויב איך מעג פרעגן וואס גייט אריין און כלל פון הארטע באווייז (נישט אז איך פארשטיי דיר נישט עי' לעיל)
Re: וואלסטו געגלייבט אז דיין טאטע איז א מאלעסטער?
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 7:47 pm
דורך דעת תורה
אויב איז אמת דער יסוד אז"יעדער יעדער איז עלול אויף דעם" - וואס איך בין שטארק מסופק דערין, אבער אויב איז דאס אמת דאן איז נישטא קיין אויסנאם. יעדער מיינט טאקע יעדער. און ווער עס זאגט אנדערש ווען עס איז די רעדע פון א נאנטן זיינעם איז טאקע א היפאקריט. און ס'איז מסתבר אז יענער זאגט אויך נאר אזוי פאר די גאס, אבער דיפ דאון - אויב איז די רעדע פון א אויפריכטיגן מענטש, רוב - עקטשועלי רוב רובם - מענטשן זענען נישט אויפריכטיג אבער אויב יא - ווייסט יענער אויך אז דאס קען אויך זיין א ספק.
בסך הכל ווילסטו אונז געבן א שיעור אין פסיכאלאגיע, נישט אין לאגיק. דו ווילסט מיר זאלן זיך אריין לייגן אין יענעם'ס שיך - אל תדון עד שתגיע למקומו - און פארשטיין יענעם'ס בלאקעזש. אקעי, מישאן אקאמפלישד. אבער דאס האט גארנישט מיט די מציאות הדברים צי יענער נאנטער מענטש אייערער - אדער אייער חבר'ס נאנטער מענטש (וואס טענקס צו דעם אשכול פארשטייען מיר שוין פון ווי ער קומט) - איז בפועל יא אדער נישט א מאלעסטאר ל"ע.
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 8:02 pm
דורך יתרו
יוא אר מיססינג די פוינט, די יסוד "אז יעדער איז עלול אויף דעם" (וואס די פערזענליך ביסט שטארק מסופק דערין), זענען דא חכמים וואס זענען "זיכער" מיט דעם! און דאס פרוביר איך צו איבערצייגן אז זיי אלייינס זענען אויך נישט אזוי זיכער מיטן יסוד, ווייל אין געוויסע פעלער וועלן זיי אליין אויך זאגן אז "ניין יענער איז נישט עלול אויף דעם" , און נישט צוליב נגיעות וועלן זיי זאגן אזוי נאר ווייל זיי וועלן זיין איבער צייגט און די אויפריכטיקייט פון די סברה.
יעצט צו די עצם יסוד איז אמת צו נישט ווייס איך נישט, איך בין נאר דן וואס די מענטשן האלטן באמת איבער דעם יסוד.
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 8:11 pm
דורך יתרו
בדרך אגב דער אשכול איז נישט צושטאנד געקומען ווייל איך האב א חבר אדער טאטע וואס איז באשולדיגט געווארן מיט מאלעסטעשן. איך האב מיף פערצופאל געטראפן מיט אידן וואס קענען דעם טויבנפעלד פערזענליך און קענען אים שוין יארן און האבן נישט קיין ספק אז עס איז שקר. האב איך מיר געטראכט איבער די לאגישקייט פון דעם טענה און צו איך וואלט אויך געזאגט אזא טענה ווען עס הנדלט זיך מיט מיין חבר.
יעצט קען מען דן זיין על עצם הדברים, איז יעדער עלול אויף דעם ? זעט מען עפעס אויף א מאלעסטער עפעס אנדערש ווי א נארמאלער מענטש? איז אמת'ע נארמאלקייט א סתירה מיט מאלעסטעשן ? איז אמת'ע ערליכקייט א סתירה צו מאלאסטעישן? איז מעגליך אז וויזשנצער רבי איז א מאלעסטער?
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 8:25 pm
דורך שמואל פרימו
איז מעגליך אז טהאשער רבי איז א מאלעסטער?
איז מעגליך אז מרן מהר"א מבעלזא זצ"ל איז געווען א מאלסטער?
איז מעגליך אז דער רבי זי"ע איז געווען א מאלסטער?
איז מעגליך אז דער ליובאוויטשער רבי איז געווען א מאלסטער?
איז מעגליך אז דער בעל-שם-טוב איז געווען א מאלעסטער?
איך וויל גיין העכער, אבער כ'אב מורא אז עס איז שוין צו הויך - ווייסטו וואס? - כ'וועל יא פרעגן:
איז מעגליך אז דער סקווערער רבי איז א מאלעסטער?
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 8:32 pm
דורך יתרו
קוקט אויס אז פרימו איז א וויזיניצער און איך האב אנגערירט א רויע נערוו. תנוח דעתך מר. פרימו אדרבה פון דעם וואס איך האב געברענגט דיין רבין אלץ משל איז א צייכן אז ער איז א קדוש עליון און ער איז דער סימבאל וואס מען נוצט אז עס איז דא אמאל א מצב ווי מען "קען נישט" זאגן אויך איינעם ער איז א מאלעסטער.
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 8:37 pm
דורך berlbalaguleh
ומעשה שהיה כך היה: איינער א משוגע'נער רוח וואס האט אליינס א קרימינאל און שמוציג פעקל אויף זיך נאך פון מזרח אייראפע (קרי אוקריינע), וואו ער איז כל ימיו פון נאך די חתונה אפגעזיצן. האט נאכגעשריגן פאר איינעם אז זיין טאטע איז א מאלעסטער. און ער האט תיכף באקומען מתן שכרו בצדו. יענער האט איהם געגאסן בליעטש אין זיינע עיני בלעם און ר'האט איהם שיעור נישט געמאכט פאר א שתום העין...!
אבער לעצם הענין. דער טויבנפעלד איז אלע יארן געווען אן איש מכובד און א געטרייער טאטע פאר זיין משפחה. ע"כ איז זייער שווער צו גלייבן אז די באשולדיגונגען פון אן עמאציאנאל געליטן יונגל זאללן זיך ארויסשטעללן צו זיין אמת...נאר אין די היינטיגע וועלט וואו ס'איז ליידער דא א סאך אמת'דיגע און טרויעריגע פאלן פון מאלעסטעישן, ל"ע איז דער עולם א ביסל היסטעריש. און די מידיא וועלכע זוכט דאך אט די סחורה, מאכט דערפון מטעמים. איי טאמער וועט זיך צום סוף ארויסשטעלן אז ער איז אומשולדיג. איז וואס...? האבן זיי געזאגט... ביג דיעל.
ס'איז געווען דא אמאל אין אמעריקע א רעגירונגס מיניסטער וועם מ'האט באשולדיגט אין געוויסע חטאים. און די מידיא האט זיך פאסמאקעוועט מיט רכילות און לשון הרע אויף זיין חשבון. צום סוף האט איהם דער קאורט ריינגעוואשן. האט ער ביטערליך געפרעגט...צו וועלכן אפיס ער זאלל זיך ווענדן אז מ'זאלל צורישטעלן זיין גוטן נאמען...
נ.ב.: איך ווייס אז די אויפגעקלערטע מוחות דא אין שטיבל...יא. ---- טאקע דיך מיין איך. וועלן זאגן אז איך דער אלטער באטשי זאלל צוריקגיין שלאפן. אדער גיין צו די פערד און וואגן. ווייל צו אזאלכע סאפיסטיקירטע ענינים פארשטיי איך נישט...אזוי ווי דער יעניגער האט עס טאקע אמאל געזאגט...

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 9:26 pm
דורך ירח בן יומו
קיינער דא האט נאכנישט געענטפפערט "יא" איך קען גלייבן אז מיין טאטע איז א מאלעסטערער, נאך מער קיינער דא האט נישט געזאגט אז איך "ווייס" אז מיין טאטע איז איינס,
ווייזט זיך אויס אז אונז אלע דא אין שטיבל זענען פן די משפחות מיוחסות שבישראל.
נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 12:57 am
דורך שמואל פרימו
יתרו האט געשריבן:קוקט אויס אז פרימו איז א וויזיניצער און איך האב אנגערירט א רויע נערוו. תנוח דעתך מר. פרימו אדרבה פון דעם וואס איך האב געברענגט דיין רבין אלץ משל איז א צייכן אז ער איז א קדוש עליון און ער איז דער סימבאל וואס מען נוצט אז עס איז דא אמאל א מצב ווי מען "קען נישט" זאגן אויך איינעם ער איז א מאלעסטער.
הא הא הא, מענטשן מיינען אז איך בין א ויז'ניצער... איך האב מיט ויז'ניץ פונקט ווי איך האב מיט גור-אריה פון חב"ד.