בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 7:40 am
דורך שמעון וואלף
קרעקער האט געשריבן:און ער איז א פייערליכער אנהענגער פון קריסטנטום, און, שטייצעך פונ'ם פויבסט
ער רייסט אראפ די פויפסט יעדען שני וחמישי
גערעכט. ער איז א שטארקע כופר און מאכט חוזק פון אלע רעליגיעס, כאטשיג ער האט ליב נאכצוזאגן פסוקים ווען ס'שטימט מיט זיין מיינונג.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 24, 2015 7:42 am
דורך שמעון וואלף
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:איך האב אייביג געטראכט אז ווען ער וואלט געווען א פרומער וואלט ער מיט זיינע כישרונות געווען פין די לידערס פון כלל ישראל. די זעלבע טראכט איך אלץ אויף יאיר לפיד.
איך האב געטראכט אז אלץ פרומע איד וואלט ער אויסגעזען ווי די וואודריטשע רב וואס זאגט אויך ארויס זיין מיינונג אן פאליטישע חשבונות.
נשלח: מיטוואך מאי 11, 2016 12:37 am
דורך שטילע אינגערמאן
ס'איז פארהאן א באקאנטע דרשה ווי ער געפינט זיך אויפן שיף פון זיין זוהן (א ביליאנער) אין ער איז איהם משבח.
טאמער איינער קען פליז לייגן א לינק צום דרשה, כ'וועל זייער מכיר טובה זיין
נשלח: מיטוואך מאי 11, 2016 2:15 am
דורך ליפא
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=srb0Hy8ZgOk[/youtube]
נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2021 7:28 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
ליידער האט זיך זיין ראדיאו שוי גענדיגט דעצעמבער די 31סטע. איין טרייסט איז נאך דא אז פאדקעסטס גייען נאך אן דערווייל.
נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2021 10:51 pm
דורך כפתור
בין איך דער איינציגסטער וואס קען אים נישט דערלאדן?
ער איז באורינג, סתם באבלאזן, זירא תוכן. קען זיך גארנישט לערנען פון אים. קען נישט דעבאטירן, ער קען נאר אראפלייגן די פאון און אנשרייען.
יעדער נארמאלע מענטש פארשטייט אז אנשרייען איינעם פארענטפערט נישט איינעמס קשיא.
דערצו איז ער א שקרן און א פאנטאזיער שאין כמוהו
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 12:34 am
דורך יום טוב ליפמאן צונז
.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 12:34 am
דורך יום טוב ליפמאן צונז
פארוואס האט זיך זיין שאו גענדיגט?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 10:13 am
דורך סמבטיון
ווייל חוץ פון שרייען און אויסרוכן אויף יעדער וואס האלט אנדערש פון אים האט ער גארנישט געברענגט צום טיש, ווי אויך האט ער אנגעהויבן צו שטארק צו רעדן פון גאט און די עשרת הדברות , האט מען אים געוויזן די טיהר, היינט איז ער פארנימען מיט קאכן שרימפ מיט מאשראמס
Re: מייקל סעוויטש
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 4:58 pm
דורך יום טוב ליפמאן צונז
ער האט מער נישט געהאט קיין רעטינגס? ער פלעגט דאך האבן די 3טע אדער די 2טע מערסטע צוהערער אין די לאנד.
Re: מייקל סעוויטש
נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 12:45 am
דורך אמאהלגעקעננט
פאדקעסט איז נאך דא אים צו הערן ער האט גיטע אינטעװיוז אבער ער פארזיך איז א פאלשער מענטש. אזױ האלט איך נאך׳ן אים הערן לאנגע יארן
Re: מייקל סעוויטש
נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 5:12 pm
דורך יום טוב ליפמאן צונז
פארוואס איז ער פאלטש?