בלאט 2 פון 4
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 7:39 pm
דורך דעמאקראטיע
קאמפיאטער האט געשריבן:גראדע איז אין קרית יואל דא א זאל נישט די שענסטע ציגעשטעלט אבער שוין ארויס געקימען קינדער פין דארט ב"ה, וואס קאסט 3.000$ א צד אריינגערעכענט שפילער זינגער וכו' וכו'..
איינער דארף דאס מנדב זיין אויך אין ווימ"ס אין און ב.פ. אבער איך האלט נישט אז דער עולם וועט זיך צישטעלן.
דאכט זיך אז און ווימ''ס איז שוין דא אזא סארט זאל וואס אולם עקשטיין איז א תולדה דערפון דאס איז די בארימטע פרדס פיגא וואס קאסט טאקע 1500 דאלער מער אבער עס איז ווערט יעדע פרוטה
די סטאנדארט אין אולם עשטיין איז אסאך ערגער ווי די פראכטפולע פרדס זאל וואס איז באמת א יחיד במינה אין עס לוינט זיך צוצאלן די 1500 דאלע אין פראווען א הערליכע בעלבעטישע שמחה
איך האלט אז פאר אולם עקשטיין איז 3000 דאלער צופיל
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 7:43 pm
דורך דעמאקראטיע
לעמיל האט געשריבן:קרעקער האט געשריבן:וועלעכע נארמאלע גוי האט אזאנע טייערע פירנעטשער וואו יעעדע 18 יעריגע פין אינדז האבען? יעדער שמאX ארויס פין ישיבה אדער בית רחל מיז זיצען אויף א 600$ בענקעל פאוואס?
אפילו א רייכע גוי האט נישט אפילי ענדליכך צי דעם
איך בין נאך יונג אבער מיין פלאן איס ארויסטצו=ווארפען אדער פאקויפען מיינע טייערע פירניטשער אין קויפען ביליגע שיינע נארמאלע אין אזוי אויכ חתינה מאכען מיינע קינדער
דעיס איז מיך אויך זייער אינטערסאנט די אלע קהילות וואס מאכען תקנות קיינער האט נאך נישט געמאכט תקנות אויף די פירניטשער??? מ'קויפט א דיינוג רום סעט איך רעד נישט שוין נישט פון די חלק אז מ'האט נישט די פלאץ דערפאר נאר די מציאות איז אז כמעט קיינער באקומט נישט קיין זילבער היינט, איז אויף וואס דאר מען די טשינע קלאזעט?? פאר די לאכטער מיט די מנורה? פארוואס קענען אינז נישט האבען אזויי עס איז אין ארץ ישראל איך מיין יורופ איז אויך אזוי מ'קויפט א ספרים שאפע אין דערמיט איז דא איין שעלף פאר די זילבער אין פארטיג, וואס איז שלעכט דערמיט???
אין די אפריון פלאן ווערט נישט צוגעשטעלט קיין דיינונג רום פוירניטשער נאר בלויז א שיינע סעט טיש און 6 בענקלעך
אזוי אויך ווערט נישט צוגעשטעלט קיין ארמאור אין די שלאף צימער
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 7:43 pm
דורך געפילטע פיש
איחוד פעלד האט געשריבן:דיין עצה טוט טאקע קער נעמען פין אלע פראבלעמען, אבער שאפט איין גרויסע פראבלעם, אז עס וועט נישט זיין ווער עס זאל חתונה האבען מער...............
פארוואס? איז ליבע עקסקלוסיוו צו ארבייטסלאזע אומ-מעטשור ישיבה בחורימלעך?
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 7:57 pm
דורך איחוד פעלד
תנוח דעתך
יאך האב געמיינט צו זאגען אזוי.
אונז האבען א סיסטעם, איך רעד וועגען מתקן זיין אונזער סיסטעם אהן אריין קריכען אין דעם צו אינזער סיסטעם איז גערעכט, אידיש, משוגע, העלבראנציש וכו'.
סך הכל רעדט מען ווי אזוי מתקן זיין אז עלטערען זאלען קענען חתונה מאכען עפארדעבעל.
אוודאי טוישען די מהלך און הייסען בחורים זיך אליין חתונה מאכען וועט גורם זיין אז די מצויינים וועלען טרעפען א פערד זאל זיי אויסצאלען, און די בינונים וועלען גיין ארבעטען אדער און קאלעדזש ביז זיי זענען געסעטעלט גענוג צו קענען חתונה האבען, די שוואכע וועלען חתונה האבען שפעט און פאר גאר ביליג. אדער וועלען זיי אנהייבען לעבען מיט די מיידלעך אהן חתונה האבען וכו'.
אבער קיין חסידישע אינגעלייט וועלען זיי נישט זיין.
און דאס מיין איך.
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 8:15 pm
דורך געפילטע פיש
איחוד פעלד האט געשריבן:אבער קיין חסידישער אינגעלייט וועלען זיי נישט זיין.
און דאס מיין איך.
ווענד זיך ווי אזוי דו דעפינירסט "חסידישע אינגעלייט", אויב מיינסטו די כולל זיצער, ווערעם טרעפער, קאווע טרונקער גוד פאר נאטינג ליידיגייערס, עמיראצים מדאורייתא ומדרבנן, וואס אונז שטאלצירן זיך מיט גיי איך מיך נישט צו פיל בענקען.
אבער די ארבעטער אדער געלערענטער וואס וועט האבן א שיעור קבוע און זיך צופייערען ביי קה אכסוף איז עפעס ווייניגער חסידיש?
חוץ פון דעם וואס דו זאגסט דאך שוין אז די 10% עדיות שבעדיות וועט בלייבען, די נעקסטע דור רבנים און ראשי ישיבה וואס וועלן טרעפען א רייכען שווער ביי וועם צו זיצן קעסט, אדער וועלן זיי לעבן אויף כולל געלט, און וויבאלד ס'וועט זיין ווייניגער כולל אינגעלייט, און אז מ'וועט פטור ווערן פון די באנק קוועטשערס וועלן די בעלי בתים אטאמאטיש האבן מער געפיל צום זאך, וועט מען זיי קענען צאלן שענער אזוי ווי משנים קדמוניות.
די פוינט איז אבער אז מ'וועט נישט זוכן נאכצומאכן יענעם, און אז רוב וועלן זיך אליינס אויסצאלן די חתונה האסטו געסאלווד די זאך. אבער לאמיר זיך נישט נער'ן, זעט נישט אויס אז דאס וועט געשען אין אונזער לייפטיים.
נשלח: פרייטאג יוני 29, 2012 12:23 am
דורך טעלעפאן
געפילטע פיש האט געשריבן:מיי טו סענס:
די פראבלעמען:
- ס'נישט יושר אז איין פאר עלטערן זאלן דארפן חתונה מאכן 10 קינדער
- רוב ספענדערייען קומט וועגען מיר וואקסען אויף אין א G&G קאמיוניטי ווי יעדער מוז האבן די זעלבע
- א טאג נאכן חתונה דארפן די פארפאלק זיך שוין מיטשען ווי אזוי צו צאךן די רענט
- ועוד הרבה ואי אפשר לפורטם כי רבים...
איז ווען וועלט וואלט געווען וועלט און אונז וואלטן געפאלגט וואס אונזערע הייליגע חכמים האבן געהייסן און מקיים געווען דעם מלמד את בנו אומנות, קודם יטע כרם ויבנה בית, און ווען מ'האט שוין א פאך און מ'איז שוין נישט אונטערען מאמעס פארטוך ואח"כ ישא אשה, וואלטן די אלע פראבלעמען פארמיטן געווארן, ווען דאס פארפאלק וועט מוזן אליינס אויסצאלען די הוצאות חתונה וועט מען שוין נישט
מוזן האבן די שענסטע פורניטור, אדער א דריי קאראט שטיינדל, כלות וועלן מחליט זיין אז זיי קענען באשטיין חתונה צו האבן אין פראספעקט פארק תחת כיפת השמים, און מ'וועט זיך באגענוגען מיט 30 קאפעלס, א קליינע אינטימע שמחה מיט נאנטע חבירים\ות און משפחה, צירונגען ווי פול מ'קען זיך ערלויבן, פוירניטשור איז דא אין האום דיפאו אויך, און יעדער וועט זיין מער צופרידען. דאס פארפאלק וועט נישט אזוי קוקען אויף יענעם, און בכלל וועלען זיי שוין זיין מער מאטשור, עטליכע יאר און צוואנציג, מ'וועט פארמיידען אסאך פון די שלום בית פראבלעמען וואס קומט ארויס פון די נארוואס געשולטע כלות, און די חתנים וואס קענען נישט אראפגיין פון די מאמעס שויס.
אבער וואס חלום איך? וועיק אפ ענד סמעלל די קאווע שטיבל! גענוג מיט די דמיונות!
געוואלדיג!! 10 לייקס!!
Together we can Make a difference!
איך האף בעז״ה אזוי צו ערציען און חתונה מאכן מיינע קינדער
נשלח: פרייטאג יוני 29, 2012 6:40 am
דורך איינער
די קריטיק אויף אולם עקשטיין, איז דער שורש פון אונזער פראבלעם, הא קעירס ווי שיין די זאל איז! אז מען וועט נישט זיין ערענסט צו שניידן די קאסטן נישט קיין חילוק מיט וואספארא תירוץ, וועלן מיר די אכציג פארצענט וואס האט נישט די פופציג טויזנט דאלער יעדע צוויי יאר בלייבן בעלי חובות.
נשלח: פרייטאג יוני 29, 2012 10:39 am
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:מיי טו סענטס:
די פראבלעמען:
- ס'נישט יושר אז איין פאר עלטערן זאלן דארפן חתונה מאכן 10 קינדער
- רוב ספענדערייען קומט וועגען מיר וואקסען אויף אין א G&G קאמיוניטי ווי יעדער מוז האבן די זעלבע
- א טאג נאכן חתונה דארפן די פארפאלק זיך שוין מוטשען ווי אזוי צו צאלן די רענט
- ועוד הרבה ואי אפשר לפורטם כי רבים...
איז ווען וועלט וואלט געווען וועלט, און מיר וואלטן געפאלגט וואס אונזערע הייליגע חכמים האבן געהייסן, און מקיים געווען דעם מלמד את בנו אומנות, קודם יטע כרם ויבנה בית, און ווען מ'האט שוין א פאך און מ'איז שוין נישט אונטערן מאמעס פארטוך ואח"כ ישא אשה, וואלטן די אלע פראבלעמען פארמיטן געווארן.
ווען דאס פארפאלק וועט מוזן אליינס אויסצאלען די הוצאות חתונה וועט מען שוין נישט
מוזן האבן די שענסטע פורניטשור, אדער א דריי קאראט שטיינדל. כלות וועלן מחליט זיין אז זיי קענען באשטיין חתונה צו האבן אין פראספעקט פארק תחת כיפת השמים, און מ'וועט זיך באגענוגען מיט 30 קאפעלס, א קליינע אינטימע שמחה מיט נאנטע חבירים\ות און משפחה, צירונגען וויפיל מ'קען זיך ערלויבן, פוירניטשור איז דא אין האום דיפאו אויך, און יעדער וועט זיין מער צופרידן. דאס פארפאלק וועט נישט אזוי קוקן אויף יענעם, און בכלל וועלען זיי שוין זיין מער מאטשור, עטליכע יאר און צוואנציג, מ'וועט פארמיידן אסאך פון די שלום בית פראבלעמען וואס קומט ארויס פון די נאר-וואס געשולטע כלות, און די חתנים וואס קענען נישט אראפגיין פון די מאמעס שויס.
אבער וואס חלום איך?
וועיק אפ ענד סמעלל די קאווע שטיבל! גענוג מיט די דמיונות!
אה, געפילטע, זיס, נעים ונחמד..!!
יאפ, דאס וועט מסתמא נישט פאסירן אין אונזער גלגול, חוץ אויב וועט זיין נאך א כינוס כלל ישראל און מען וועט ארויסווארפן די קינדער פון די מוסדות פון די וואס מאכן טייערע חתונות רח"ל.. LOL
גיין קודם ארבעטן, און חתונה האבן שפעטער, דאס איז באמת ע"מ שתעלה לרקיע, ס'וועט נישט געשעהן בדרך הטבע אין אונזער קאמיוניטי, בפרט אז די עצה האט אויך פילע חסרונות. ס'איז פאראן א שטארקע סיבה פארוואס מיר שטרענגען זיך אן צו מקיים זיין די משנה "בן שמונה עשרה לחופה". און בעסטן פאל קען מען זאגן אז די ערשטע פאר טויזענט דאלער וואס מען פארדינט נאך די חתונה גייט צוריק צו באצאלן די עלטערן, אין אנדערע ווערטער, די עלטערן בארגען אויס חתונה צו מאכן אויף ווילאנג די פארפאלק וועט גיין ארבעטן און פארדינען עפעס. אבער אויך דאס וועט ווארשיינליך נישט מקויים ווערן, בפרט ווי דו זאגסט, אז א טאג נאך די חתונה קען מען שוין נישט באצאלן די רענט, אוי ואבוי....
אבער די אנדערע פונקטן וועלכע דו ברענגסט ארויס אזוי שיין און קלאר, מאכן אין א ביליגע זאל (און ווי 'איינער' זאגט, עקשטיין איז טאקע עקלדיג אבער מיר דארפן דעסיידען צי מיר ווילן טייער אדער ביליג) מיט ווייניג מענטשן, און קויפן ביליגע און דאס מינימום פורניטשור, צירונגען נאר וויפיל מען קען זיך ערלויבן, וכו', דאס האט יא אסאך פאטענציעל.
די עצה פון האבן בלויז 30 קאפעלס, ווי א שבע ברכות, פארדינט עקסטערע אטענשאן. איך האב שוין אויבן בארירט דעם ענין, וואס דער בלאט רופט עס אן "גזירת המינימום". און כאן המקום זיך אויסצודרוקן, כאטש איך האלט אז דער בלאט איז בשפל המצב כמבואר באשכולות אחרים, אבער די מצב און די רוח וואס זיי האבן געמאכט איבער די חתונה תקנות האט זיכער געהאלפן אראפברענגען די סטאנדארד, ענד איי גיוו קרעדיט ווהער קרעדיט איז דאא.... כה לחי!! עכ"פ לענינינו, מען רופט פעטערס און ווייטע קאזינס וואס מען האט זיי שוין נישט געטראפן זינט כ'ווייס נישט ווען, קוים וואס מען קען זיך איינער דעם צווייטן, דער מחותן שטרענגט זיך נעבעך אן אינזין צו האבן די אלע, שיקן אן אינוויטעשיאן (אויך א איבריגע הוצאה), זיכער מאכן אז ער האט נישט געמופט אין די לעצטע 8 יאר זינט ער האט דאס לעצטע מאל געהאט שייכות מיט אים; און לעומת זה דער עלטער פעטער, כמים פנים אל פנים, שטרענגט זיך נעבעך אן צו לייגן אלעס אינדערזייט, צוטיילן די קינדער ביי בעיביסיטערס פאר גוט באצאלט, און כאפן דעם זיבענ'ער באס און צאלן א שיינע אפותיקי ביז ער קומט אן פארמאטערט אינעם חתונה זאל מיטן קוטשמע און SAS שיך, ער פאררויכערט א ציגאר אינדרויסן, און ווישט אפ די שווייס פון שטערן, הייבט אויף דעם סעלפאון און פלאפלט מיט א קאסטומער און שיקט מעסעדזשעס אהין און צוריק, קוים וואס ער געדענקט וואו ער געפינט זיך, ער קומט אריין אין זאל, אין בעסטן פאל טרעפט ער זיך מיט א קרוב, אהה, שלום עליכם גרונם, שוין לאנג נישט געזעהן, ווייז מיר נאר, ווער איז דער חתן? און ווער איז דער מחותן? אקעי לאמיך גיין געבן לחיים, ער גיט א שאקל מיט די האנט, ולא ידע בקומו ובשכבו, און ער איז שוין פארשוואונדן, לויפנדיג כאפן דעם נעקסטן באס אויף צוריק. זיין פארציע עסן גייט אין מיסט אדער פאר אן ארגאניזאציע, און פטור אנייסעק.
כ'מיין, באמת, צו וואס? דיין שמחה אינטערעסירט אים אין די לינקע ארויפגעדרייטע פיאה. צו וואס רופסטו אים? מען זאל רופן בלויז נאנטע קרובי המשפחה, און נאנטע ידידים מיט וועלכע מען טרעפט זיך אן א דעי-טו-דעי בעסיס, און ס'וועט זיין א מחי' פאר יעדן!
כולנו למערכה! חתונה רעפארם!
נשלח: פרייטאג יוני 29, 2012 1:14 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:אה, געפילטע, זיס, נעים ונחמד..!!
יאפ, דאס וועט מסתמא נישט פאסירן אין אונזער גלגול, חוץ אויב וועט זיין נאך א כינוס כלל ישראל און מען וועט ארויסווארפן די קינדער פון די מוסדות פון די וואס מאכן טייערע חתונות רח"ל.. LOL
די וועלט זאגט אז מ'ברויך טוהן, נישט אויפטוהן, און דאס איז זעכער אז דאס גייט זיך נישט טשעינדזען פון א כינוס אין סיטי פיעלד, דאס גייט נאר געשען, אויב בכלל, דורך א איתרעיתא דלתתא, און אויב נישט אויפטוהן און אינזער גילגול, וועלמער כאטש האבן געטוהן.
שמעקעדיג האט געשריבן:גיין קודם ארבעטן, און חתונה האבן שפעטער, דאס איז באמת ע"מ שתעלה לרקיע
פארוואס? איז זע אסאך ווארקינג בויז וואס האבן יא מצליח געווען, אפשר פלאגען זיי זיך אביסעל ביי שידוכים אבער אין די לאנג ראן פעלט זיי גארנישט.
שמעקעדיג האט געשריבן:אבער די אנדערע פונקטן וועלכע דו ברענגסט ארויס אזוי שיין און קלאר, מאכן אין א ביליגע זאל (און ווי 'איינער' זאגט, עקשטיין איז טאקע עקלדיג אבער מיר דארפן דעסיידען צי מיר ווילן טייער אדער ביליג) מיט ווייניג מענטשן, און קויפן ביליגע און דאס מינימום פורניטשור, צירונגען נאר וויפיל מען קען זיך ערלויבן, וכו', דאס האט יא אסאך פאטענציעל.
די עצה פון האבן בלויז 30 קאפעלס, ווי א שבע ברכות, פארדינט עקסטערע אטענשאן. איך האב שוין אויבן בארירט דעם ענין, וואס דער בלאט רופט עס אן "גזירת המינימום". און כאן המקום זיך אויסצודרוקן, כאטש איך האלט אז דער בלאט איז בשפל המצב כמבואר באשכולות אחרים, אבער די מצב און די רוח וואס זיי האבן געמאכט איבער די חתונה תקנות האט זיכער געהאלפן אראפברענגען די סטאנדארד, ענד איי גיוו קרעדיט ווהער קרעדיט איז דאא.... כה לחי!! עכ"פ לענינינו, מען רופט פעטערס און ווייטע קאזינס וואס מען האט זיי שוין נישט געטראפן זינט כ'ווייס נישט ווען, קוים וואס מען קען זיך איינער דעם צווייטן, דער מחותן שטרענגט זיך נעבעך אן אינזין צו האבן די אלע, שיקן אן אינוויטעשיאן (אויך א איבריגע הוצאה), זיכער מאכן אז ער האט נישט געמופט אין די לעצטע 8 יאר זינט ער האט דאס לעצטע מאל געהאט שייכות מיט אים; און לעומת זה דער עלטער פעטער, כמים פנים אל פנים, שטרענגט זיך נעבעך אן צו לייגן אלעס אינדערזייט, צוטיילן די קינדער ביי בעיביסיטערס פאר גוט באצאלט, און כאפן דעם זיבענ'ער באס און צאלן א שיינע אפותיקי ביז ער קומט אן פארמאטערט אינעם חתונה זאל מיטן קוטשמע און SAS שיך, ער פאררויכערט א ציגאר אינדרויסן, און ווישט אפ די שווייס פון שטערן, הייבט אויף דעם סעלפאון און פלאפלט מיט א קאסטומער און שיקט מעסעדזשעס אהין און צוריק, קוים וואס ער געדענקט וואו ער געפינט זיך, ער קומט אריין אין זאל, אין בעסטן פאל טרעפט ער זיך מיט א קרוב, אהה, שלום עליכם גרונם, שוין לאנג נישט געזעהן, ווייז מיר נאר, ווער איז דער חתן? און ווער איז דער מחותן? אקעי לאמיך גיין געבן לחיים, ער גיט א שאקל מיט די האנט, ולא ידע בקומו ובשכבו, און ער איז שוין פארשוואונדן, לויפנדיג כאפן דעם נעקסטן באס אויף צוריק. זיין פארציע עסן גייט אין מיסט אדער פאר אן ארגאניזאציע, און פטור אנייסעק.
כ'מיין, באמת, צו וואס? דיין שמחה אינטערעסירט אים אין די לינקע ארויפגעדרייטע פיאה. צו וואס רופסטו אים? מען זאל רופן בלויז נאנטע קרובי המשפחה, און נאנטע ידידים מיט וועלכע מען טרעפט זיך אן א דעי-טו-דעי בעסיס, און ס'וועט זיין א מחי' פאר יעדן!
כולנו למערכה! חתונה רעפארם!
זייער גערעכט, דאס זענען אלעס זאכען וואס יעדער זאגט אז מ'דארף טשעינדשען און ווען ס'קומט למעשה האלט קיינער ביי גארנישט, שוין אזוי באנטש טינט פארגאסען געווארן אויף דעם אז מ'פילט זיך שוין ווי א מעלה גרה. אבער דאס נעמט נישט אוועק פון די גערעכטקייט דערפון.
נשלח: פרייטאג יוני 29, 2012 6:58 pm
דורך איינער
איך האב נאך א שיינע פאר יאר צו חתונה מאכן, אבער איך האב מיך שוין פארגענומען "חק ולא יעבר" אז איך קויף נישט קיין פוירניטשער פאר קיינער פון מיינע קינדער, און אויכט גיי איך נישט ספענדן מער ווי $15000 א קינד. איך וועל לאזן מיינע קינדער דעסיידן וויאזוי זיי ווילן ספענדן די געלט. איך וועל עס קלאר מאכן פאר יעדע שידוך, פארן שדכן און מאכן זיכער אז די אנדערע צד ווייסט.
איך האב נאך היינט פיינט די פוירניטשער וואס איך האב באקומען, איך וואלט בעסער ליב געהאט פוירניטשער פון
אייקיע.
אויב עס וועט זיין גענוג מענטשן וואס וועלן טון אזוי, וועט דער פראבלעם פון זיך אליין אוועק גייען.
נשלח: זונטאג יולי 01, 2012 1:31 pm
דורך איחוד פעלד
און ווען די העסט נישט האבען א שדכן עס צו זאגען וועט דיין טאן זיך טוישען.
נשלח: זונטאג יולי 01, 2012 5:33 pm
דורך שמעקעדיג
איז דא פאראן איינער וועלכער קען אויסרעכענען ברחל בתך הקטנה יעדע איינציגע הוצאה פון א חתונה, פונעם שידוך שליסן ביז נאכן לעצטע שבע ברכות? אדער פרעגן פון איינעם וועלכער האט שוין חתונה געמאכט און האט אלעס קלאר פארשריבן? סיי מחותנים מצד החתן און סיי מצד הכלה.
נאר אזוי קען מען דן זיין יעדע הוצאה פאר זיך צי עס איז וויכטיג צי נישט, און וויפיל עס דארף קאסטן, א.א.וו.
עס וואלט געווען א געוואלדיגע תועלת.
נשלח: זונטאג יולי 01, 2012 6:29 pm
דורך שרייבער
איך האב ביי מיר פארצייכנט וואס איינער האט מיר אמאל געגעבן הוצאות החתונה שפארעדיגערהייט ווי אזוי ער האט חתונה געהאט (ס'איז דא וואס איז נישט דא קיין נומער) דאס איז פון צד החתן
שדכן $ 1,500.00
ציגרעטלעך-פעדערס $ 100.00
שבת בלומען $ 200.00
תנאים
בלומען $ -
תנאים קעיק $ -
קליידונג $ -
סך הכל: תנאים $ -
מתנות
ברעיסלעט $ -
פין $ -
דיימאנד רינגל - CZ $ 300.00
זייגער $ 1,200.00
קייטל $ 600.00
אויער רינגלעך $ 1,200.00
מחזורים $ 225.00
קרבן מנחה סידור $ 45.00
צאינה וראינה-תחינה-תהלים-סליחות $ 225.00
טיכל-שירצל $ 130.00
בעט-געוואנט $ -
קידושין רינגל $ 100.00
ל"ג בעומר - חמשה עשר בשבט - ועוד $ -
משלוח מנות $ -
pocket book $ -
סך הכל מתנות $ 4,025.00
שטאפיר
דרייגודס $ 600.00
טלית קטן $ 100.00
שיך געשעפט $ 250.00
קלאודינג $ 1,000.00
היטן $ 300.00
גלעזער $ 100.00
ספרים $ -
סך הכל שטאפיר $ 2,350.00
פורנטישער (איין זייט)
בעדרום סעט $ 1,750.00
דיינוג רום סעט $ 2,500.00
דיינעט סעט $ 250.00
ספרים שאנק $ -
סך הכל
פורנטישער
(איין זייט) $ 4,500.00
דירה (איין זייט)
אפליינסעס $ 700.00
שטוב-זאכן Houseware $ 500.00
סקרעפן $ 400.00
פעינטן $ 400.00
רענט (ווענט זיך לויט וויפיל חדשים) $ 750.00
מזוזות $ 350.00
פארשידנס - Blinds $ 500.00
גראסערי $ 125.00
סך הכל דירה (איין זייט) $ 3,725.00
מתנות געשוויסטער $ -
מעלדן: צייטונגען, בתי מדרשים $ 250.00
שיעורים $ 1,000.00
חתונה בריוולעך - לעבלס - סטעמפס $ 400.00
טיכלעך - שפיצלעך - שייטלעך $ -
שטריימל $ 1,200.00
שבת באווארפן
פעקלעך $ 100.00
קידוש (מענער) $ 300.00
קידוש (פרויען) $ -
סעודות (זאל) $ 375.00
סך הכל שבת באווארפן $ 775.00
חתונה נאכט (איין זייט)
זאל $ 5,000.00
קעיטערער $ -
שפילער $ -
זינגער $ -
בדחן $ -
בלימען $ -
בילדער $ -
השגחה $ -
טיפס וועיטערערס $ -
כיבוד טיש $ -
קינדער טיש $ -
כיבוד מצוה טאנץ $ 150.00
וויין - ברוינפן $ -
חתונה באס ברוקלין-מאנרא $ 600.00
באס בחורים קבלת פנים $ 50.00
קבלת פנים בדחן $ 100.00
משפחה "קליידונג" (גמ"ח) $ 1,000.00
משפחה "האר" $ 100.00
בעביסטינג $ 100.00
כתובה $ 25.00
סך הכל חתונה נאכט (איין זייט) $ 7,125.00
לייכטער - טאץ (איין זייט) $ 400.00
שבע ברכות $ 725.00
בודק תפילין $ 125.00
רבינו תם תפילין $ 1,200.00
פארשידנס $ 500.00
סך הכל $ 30,000.00
נשלח: זונטאג יולי 01, 2012 9:52 pm
דורך ניו יארק
לויט ווי איך זעה איז מען און א גרויס חלק אשכול ביזי מיט אנעליזען אויב אולם עקשטיין איז יא גענוג שיין צו נישט, איך מיין אז דאס אליין ווייזט ווי שטארק אונז זעמער און די פראבלעם!!!
די פורניטשער/שטריימעל/רינגעל/א.ד.ג., עס איז טאקע זייער (און לאמיר זאגען נאכאמאל "זייער") טייער אבער ווי נישט ווי בלייבט מען מיט דעם פאר די נעקסטע ...... (יעדער קען אריינשרייבן וואס אים געפעלט) יאר, משא"כ די חתונה נאכט האלט אן און בעסטען פאל 10 שעה.
סא.... יעדער זאל זיך אליין פרעגען, וואס איז מיר וויכטיגער? זאל איך אריינלייגען די געלט און מיין אייגען קינד? אדער און די חתונה נאכט וויבאלד דאס זעט א יעדער?
מיט אזא מחשבה און קאפ גלייב איך אז יעדער פארשטייט אז אולם עקשטיין איז א ברכה צו מאכן, און עס לוינט זיך "נישט" צו צאלן מיט 1,500.00 פאר א פרדס חתונה.
-------------
דיסקלעמער! איך האלט נישט אז מען דארף קויפן טייערע פורניטשער/שטריימעל/רינגעל/א.ד.ג. נאר איך האב געוואלט ארויס ברענגען די גרויליקייט פון ספענדען אויף די ליל החתונה..
נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 11:00 am
דורך יידל
נאכדערצו ווען סיי ווי זיצן די חתן כלה נישט מיטן עולם, בניגוד צו א אמאל ווען חתן כלה פלעגן עסן די סעודה מיטן עולם.
נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 11:13 am
דורך שרייבער
וואס איז דיין טענה יענקל, אז פאר דעם געלד קען מען שוין חתונה מאכן אין א קלענערע זאל?
אגב, אפשר קען איינער פרעגן זיין זיידע צו די שענסטע זאל אין קליינווארדיין וכו' איז געווען אזוי שיין ווי אולם עקשטיין
איך בין געווען אין דעברעצין אין אראנביקא האטעל, א האטעל נאך פון פאר די מלחמה, דער היימישער עולם פלעגט דארט חתונה מאכן, הרה"ח ר' מאיר מאשקאוויטש שליט"א האט דערציילט אז זיין חתונה איז דארט געווען, אולם עקשטיין איז הערליך קעגן יענעם האטעל
נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 11:20 am
דורך ניו יארק
יאנקל האט געשריבן:ניו יארק,
האסט א פיינע נקודה (און דערפאר דעם לייק), אבער איך פארשטיי גראדע יא אז מ׳וויל מאכן אן עלעגאנטע חתונה. ווי נישט ווי פלעגט א חתונה אמאל זיין די פרייליכסטע נאכט פון לעבן פאר חתן און כלה, און ס׳איז געווען א רצון צו פראווען א שיינע אפערע. אנצוהאלטן די עלעגאנטע טראדיציע איז נישט אזא פעלער ווי אנהאלטן דעם מנה״ג פון צוזאמענרופן א האלבע שטאט צו יעדער חתונה. אין אנדערע ווערטער, עס איז א בראך אז מ׳מאכט חתונה אין אולם עקשטיין זייענדיג מוותר אויף אן עלעגאנטער חתונה וואס מ׳וואלט געקענט פראווען פאר דעם זעלבן סכום געלט אין א הערליכן בר-מצוה זאל, אלעס כדי צו קענען אנגיין מיט׳ן רופן הונדערטער מענטשן.
א הערצליכען דאנק פארן לייק.
און מיינע אויגן ברענגט א שיינע זאל בכלל נישט צו קיין פרייד צום חתונה, איך מיין אז ווען מען מאכט עס ווען אין א ביהמ"ד (עס איז נאר א משל) און עס קומען נאר די נאנטע משפחה (ביי א יעדע משפחה אנדערש) וואלט די חתונה געווען אסאך פרייליכער ווי לויט די איצטיגע סטאנדארט
נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 11:35 am
דורך ניו יארק
און איין ווארט: די קלימאקס פון פרייד ביי די נאכט פון די חתונה איז נישט אין זאל!!! (צופיל גערעדט...?)
נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 11:44 pm
דורך ניו יארק
און איך מיין אז טאקע וועגען דעם איז, אז געווענליך פאר די חתונה ליגט א חתן'ס קאפ מער אין די דרויסענדיגע זאכן, ווי די שטריימעל/מוזיק/בדחן/א.ד.ג. ווי נאך די חתונה.(וויפעל מאל האט דיר דיין שטריימעל סוחר געזאגט אז די זאלסט צירוקומען "נאך" די חתונה איבערמאכן דיין שטריימעל).
ווי נאר מען לאזט אים וויסען וואס חתונה האבן מיינט און ברענגט אלץ מיט, לאכט ער פון זיך מיט וואס ער איז ביזי געווען די לעצטע פאר וואכן (חדשים).
--------
צירוק צים ענין: לוינט זיך אויסציגעבען א איבריגע "פעני" מער ווי די מינעמים פאר די ליל החתונה?
נשלח: מיטוואך יולי 04, 2012 1:22 pm
דורך קרעקער
מקען מאכען אין א שיינע זאל אבער א קליינע זאל
50 60 קאפעלס איז געניג
האלעוואי ביי מיינע קינדער זאלעס שוין זיין איינגעפירט
נשלח: מיטוואך יולי 04, 2012 1:56 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
א געוואלדיגער אשכול, מלא דברים של טעם.
כמעט אלעס וואס איך (און מסתמא יעדער) טראכט, איז שוין דא ארויסגעברענגט געווארן. לויט מיין מיינונג זענען די צוויי סאמע לעכערליכע הוצאות די פוירניטשור און חתונה-נאכט. אנדערע זאכן, ווי שטריימל און צירונג, זענען אויך ארויסגעווארפן געלט; אבער אויף דעם איז שווער זיך צו טענה'ן מיט עמיצן פאר וועמען אזעלכע זאכן זענען וויכטיג. בארעכטיגט זענען זיי נישט -- מען מוז נישט האבן דעם שענסטן שטריימל און די צירונג מוז נישט באשטיין פון עכטן גאלד/זילבער/דיאמאנטן, ווען פאלשע זענען מער-ווייניגער די זעלבע שיין. אבער, היות מיר אליין אינטערעסירן נישט די זאכן, איז מיר שווער צו פסק'ענען דערויף. (איך האב פארקויפט מיין חתן-זייגער אזוי שנעל ווי מיין פרוי האט מיר געגעבן רשות.)
די פוירניטשור איז נישט משיג צו זיין -- ספעציעל פאר די שטאטישע איינוואוינערס, וואס שטופן זיך אריין אין קיוט-פיצעלע דירה'לעך. אן מעבל פארמאגן די דירות קוים גענוג פלאץ פאר א משפחה פליגן; גייט מען נאך ווייטער אויסשטאפן דאס ביסל פריי פלאץ מיט כל-מיני קלאמזי שרענק? ווער דארף דאס? אינטעליגענטע גויים און נישט-חרדישע אידן פאסט צו וואוינען מיט פשוט'ן מעבל, נאר דווקא אונזערע פרינצן איז דאס נישט גענוג גוט?
דאס זעלבע מיט דער חתונה נאכט. דער זאל וכל אשר בה קומט אקאמאדירן אן עולם וואס וויל נישט דארט זיין! וואספארא חוזק-מאכן פון זיך אליין איז דאס? ווארפסט געלט וואס דו האסט נישט, אויף זאכן וואס קיינער דארף נישט -- נאר כדי די געסט פאר וועמען דו האסט דאס אלעס געטאן זאלן פון דיר לאכן אונטערן ריקן? סארא מין טפשות.
נשלח: זונטאג יולי 08, 2012 3:07 am
דורך הדד בן בדד
איך האב אמת'דיג נישט קיין צייט לעצטענס אבער איבער דעם נושא מוז איך נעמען אפאר מינוט צו שרייבן, ווייל עס איז א נושא וואס איז מיר זייער נאנט צום הארצן.
נאך מיט פילע יארן צוריק, תיכף נאך מיין חתונה ווען איך האב געזעהן דעם חורבן ביי מיינע און אירע עלטערן, האב איך זיך אראפגעזעצט און אפגעשריבן א בריוו פארן איד, ווי איך האב אויסגעשטעלט א גאנצער פלאן ווי אזוי מען קען חתונה מאכן ווי א מענטש און נישט דארפן קראנק ווערן דערפון, אבער זיי האבן עס נישט געדרוקט. יארן שפעטער, ווען דער בלאט האט אנגעהויבן ערשיינען האב איך דעם זעלבן בריוו געשיקט פאר זיי, אבער אויך זיי האבן עס נישט געדרוקט (עס איז נאך נישט געווען טייל פון די פארטיי אגענדע).
שפעטער ווען עס האבן זיך אנגעהויבן די באווענגונגען פון מאכן חתונות פאר ביליגער, בין איך געווען שטארק אקטיוו אין ארויסהעלפן עטליכע פראיעקטן, וויל איך אלזא אריינווארפן מיינע פאר צענט דא.
באמת, רוב זאכן וואס איך וועל דא שרייבן איז שוין געשריבן געווארן דא, אבער איך וויל עס דאך איבערשרייבן בקיצור פון מיין פערספעקטיוו.
אקעי, אלף. איך האב געזעהן איינער האט דא געשריבן אז ביי די ליטוואקעס איז נישט אזוי געפערליך. איך האב גערעדט מיט כמה עסקנים ביי דעם ליטווישן\מאדערנעם ציבור, און זיי שרייען געוואלד, אז ביי זיי איז פיל ערגער. זיי זאגן אז ביי אונז חסידים גייט כאטש רוב געלט אויף זאכן ווי פוירניטשער, זילבער, דשולערי, מתנות, (טערקישע טלית מיט גרויסע עטרה, בעכער, אתרוג פישקע, מנורה, גאלדענע זייגער, ש"ס, אנדערע ספרים, דיימאנד רינג, פערל קייטל, אויער רינגלעך, ברעיסלעט מיט כווייסנישוואסנאך), אבער די אלע זאכן בלייבן כאטשיק, ביי זיי גיט מען אויס מער געלט ווי ביי אונז, אבער כמעט דאס גאנצע געלט גייט פאר די נאכט פון די חתונה, ווי זיי שפענדן אין די אסטראנאמישע ציפערן, און דעם נעקסטן טאג איז נישט דא קיין זכר דערפון. סאו ביי זיי איז די מצב ערגער ווי ביי אונז.
צווויי, איך האב געזעהן דא געוואלדיגע עצות, מען זאל נישט חתונה האבן אזוי יונג, קודם גיין ארבעטן און פארדינען געלט, מבטל זיין די צוויי יאר כולל. לאמיך אייך זאגן, די אלע זאכן זענען געוואלדיגע עצות, און איך גיי נישט יעצט אריינגיין אין דעם ענין, מיט וועלכע זאכן איך האלט יא מיט און מיט וועלכע נישט. אבער לאמיך אייך אזוי פיל זאגן, אם ל'חתונה מאכן קאתינא, אויב ווילן מיר עפעס אויפטאהן אין דעם פעלד פון חתונה מאכן, דאן לאמיר לאזן אלע אנדערע עניינים אויף אן אנדערס מאל. מען קען נישט פארעכטן אלעס אויף אמאל. לאמיר גיין איינס אויף אמאל. און יעצט איז דער נושא חתונה מאכן.
*
ווי מען האט מסביר געווען, ווערן די הוצאות פון די חתונה צוטיילט צווישן עטליכע זאכן. מלבושים-שטאפיר, כלי הבית, דירה אויסרישן, פוירניטשער, מתנות-זילבער-גאלד-צירונג, און דערנאך די ליל החתונה. מען דארף צונעמען יעדעס איינע פון די כדי צו זעהן ווי מען קען שניידן און אויף וואס מען קען שפארן.
אבער כדי אנצוקומען ערגעץ, דארף מען גיין צום יסוד. מיר האבן זיך עסטאבלירט זייער הויכן סטאנדארט פון חתונה מאכן, ווי מען האט שוין דא געשמועסט. ווען איך האב חתונה געהאט האב איך געהאט עטליכע שכנים אין דעם זעלבן בנין, אלע ליטוואקעס, איך בין געווען דער איינציגסטער חסיד. לאמיך אייך זאגן איך האב זיך פשוט געשעמט, איך האב געהאט שיינע גרויסע פוירניטשער, און פון זיי האט קיין איינער נישט געהאט קיין פוירניטשער. איינער איז געווען צווישן זיי וואס זיין טאטע איז א גרויסער גרויסער גביר, און ער האט געהאט אביסל פוירניטשער, וואס קעגן מיינע האט עס אויסגעזעהן ווי א דשאוק. האב איך דאן איינגעזעהן אז מען קען אמת'דיג לעבן אן די אלע זאכן.
עכ"פ, דער נקודה איז, ווי שוין דערמאנט, אז דער גאנצער סטאנדארט, אין אלע הינזיכטן איז גאר גאר איבערגעטריבן, און איז ממש אויף א סטאנדארט ווואס אמאליגע גביר'ישע אידן האבן זיך זעלטן ערלויבט, אבער דאס איז געווארן ביי אונז דער נארם, יעדער דארף דאס האבן, און ווער נישט קען נישט טוהן קיין שידוך, אדער הייסט ער א נעב. און דאס איז נוגע אלעס, פון די מלבושים ביז די ליל החתונה און שבע ברכות נעכט.
אלזא, דער סוד פון שניידן מוז דעמאלס זיין אראפצוברענגען דעם סטאנדארט. און דא מוז איך זאגן מיט ווייטאג פון די אלע חתונה צענטערן מיט וועלכע מיר זענען געבענטשט געווארן אין די לעצטע יארן, האט קיינער פון זיי נישט אראפגעברענגט דעם סטאנדארט. אלעס וואס זיי טוען איז, אז זיי טרייען צוצושטעלן דעם הויכן סטאנדארט פאר א ביליגערן פרייז. פיין, אבער קיין ישועה וועט דאס נישט זיין, ניטאמאל א פערטל ישועה. א אמת'ע לייזונג קען נאר קומען פון דראסטיש אראפברענגען דעם סטאנדארט.
איז אזוי. די מציאות איז אז ביי אונז האט מען חתונה פון ישיבה ארויס, און אפילו די מיידלעך וועלכע ארבעטן, פארמאגן נישט ניטאמאל נאנט צו די סכומים וואס מען דארף האבן, און אויטאמאטיש פאלט דער עול אויף די עלטערן, וועלכע קענען זיך דאס נישט ערלויבן אין אכציג פראצענט פעלער. ווען מען וואלט געקענט אויף עפעס אן אופן אראפברענגען דעם פרייז צו בערך צען אלפים א צד, וואלטן בערך זיבעציג פראצענט זיך געקענט דאס אליינס ערלויבן, און די איבריגע דרייסיג וואלט מען אסאך גרינגער געקענט העלפן.
איז די שאלה יעצט נאר צו מען קען עס אראפברענגען אויף צען אלפים א צד. מיין מיינונג איז אז מען קען דאס טוהן. עס וועט זיך פאדערן א אחדות פון א שיינעם מספר מענטשן, און עס וועט זיך פאדערן גאר שטארק צו טוישן דעם סטאנדארט, אבער אויב טוט מען דאס, דאן קען מען עס באווייזן.
דער יסוד פון דעם מהלך איז, אז מען זאל נאר קויפן וואס מען מוז באמת האבן תיכף נאך די חתונה, און נאר וויפיל מען מוז האבן. און דאס איבריגע זאל מען לאזן פארן פארפאלק זיך צו קויפן במשך די קומענדע אכציג ניינציג יאר וועלכע זיי וועלן לעבן צוזאמען.
יא, דאס וואס מען קויפט יא, זאל מען קויפן נאר פון גאר גוטן קוואליטעט, נישט פענסי, אבער פון גוטן קוואליטעט אזוי אז מען זאל נישט דארפן גיין קויפן א יאר נאך די חתונה נייע. אבער דאס זאל זיין נאר די זאכן וואס מען דארף באמת האבן. (האט מיך אמאל געפרעגט איינער פון די עסקנים ווען מיר זענען געזיצן צוזאמען און דיסקוסירט דעם פלאן: ווען מיין טאטע וואלט מיך אזוי חתונה געמאכט, וואלט איך נאך היינט נישט געהאט א טשיינע קלאזעט! האב איך אים געענטפערט: ביזט פטור. איך גיב דיר א היתר נישט צו האבן א טשיינע קלאזעט.)
איז אזוי, לאמיר אנהייבן מיט קליידונג\שטאפיר. יעדער מענטש דארף האבן וואס אנצוטאהן, און ממילא מוז מען קויפן פאר חתן כלה וואס אנצוטאהן. אבער איך געדענק ווען איך בין געווען א חתן און מען איז געגאנגען איינקויפן, האבן די פארקויפער אין די סטארס שוין געוואוסט צו זאגן פונקטליך וויפיל מען דארף האבן פון יעדע זאך, און ווען מיינע עלטערן האבן געפרעגט צו מען דארף טאקע אזויפיל, האט ער געענטפערט אז דאס קויפט יעדער, מען קען נישט זיין אנדערש, און אז יעדער קויפט אזוי אידאך אז סימן אז אזויפיל מוז מען האבן. האט מיין מאמע געזאגט אז ער האט דאך נאך אסאך גוטע וועש וועלכע ער נוצט יעצט, האט דער פארקויפער געעפנט אזא פאר אויגן, אז מיר האבן אלע כמעט איינגעזינקען דערין. וואס? נוצן די זאכן פון אלס בחור אויף נאך די חתונה? ווי איז אזאנס געהערט געווארן?
אקיצער, דער פוינט איז אז מען דארף קויפן אפאר סעטס וועש, לכאורה פינף זעקס איז די והותר, און די זעלבע איז מיט מלבושים, מען מוז נישט קויפן עטליכע סוטס מיט בעקיטשעס. מען קויפט דאס מינימום, און ווען מען דארף נאך במשך די יארן, קויפט מען עס דעמאלס. איך גלייב אז מען קען אויף דעם אופן שפארן א גוטע פערציג פראצענט אויף הלבשה. איין הוט איז גענוג, איין שטריימל, און נישט דוקא אן עכטע, ער וועט מערצעשעם חתונה מאכן די קינדער און ער וועט קענען זיך ערלויבן וועט ער קויפן א עכטע שטריימל (פאר זיך רעד איך, נישט פארן חתן, דער חתן וועטעס מערצעשעם קויפן ביי זיינע קינדערס חתונה), אדער אויב ער וועט פארדינען אסאך געלט פריער און ער וועט טרעפן פאר וויכטיג צו האבן אן עכטן שטריימל וועטערעס דעמאלס קויפן.
דאס זעלבע איז אמת אויך ביי אויסרישן די דירה.
לאמיר נעמען דעם ענין פון מתנות, סיי מצד החתן און סיי מצד הכלה. זילבער, דשולערי וגו' וכו'.
דאס פארפאלק גייט בעז"ה לעבן צוזאמען פאר אכציג ניינציג יאר לאויט"א, עס וועט זיין גענוג און נאך געלעגענהייטן ווען דאס קאפל וועט וועלן קויפן מתנות איינער פארן צווייטן. ווי שיין איז דאס ווען צום צענטן אניווערסערי, אדער צום סיום הש"ס וואס דער מאן מאכן, קויפט אים די ווייב א שיינעם זילבערנעם מנורה, אדער א שיינעם אתרוג פישקע אדער בעכער וכדו'. דערווייל גייט מען היינט און מען קויפט אלעס צו די חתונה און עס בלייבט נישט אפילו שפעטער וואס צו קויפן, און מען אפרישיעיט עס נישט עכט.
ווען מען זאל לאזן די אלע מתנות און דשולערי פארן פארפאלק צו קויפן במשך די יארן, "ווען זיי וועלן האבן דעם געפיהל איינער פארן צווייטן", וועט עס האבן טויזענט מאל מער א ווערט. ווען וועט עס אמת'דיג ענדשויען, עס וועט זיין עכט טיייער ביי דעם וואס האט עס באקומען.
יא, די חתונה איז אויך א צייט צו קויפן א שיינע מתנה. נו, זאל דער חתן קויפן "איין" מתנה פאר די כלה, און די כלה "איין" מתנה פארן חתן וגמרנו. צו דער איין מתנה זאל זיין א ש"ס צו א חתן בעכער, וואטעווער, און די זעלבע פארקערט, מען קויפט "איין" שטיקל עכטע דשולערי, און דאס איבריגע קען מען קויפן די פאלשע, און געענדיגט, דאס גאנצע איבריגע וועט מען קויפן איינער פארן צווייטן במשך די יארן לויט זייערע יכולת, דער ארימאן לויט זיין טאש און דער גביר לויט זיין טאש.
פוירניטשער. קיינער וויל נישט דארפן קויפן נייע פוירניטשער צוויי יאר נאך די חתונה ווייל די וואס מען האט באקומען צופאלן שוין, און מען קען טאקע נישט לייגן א חתן כלה שלאפן אויף צאמלייג בעטן, אבער עס איז דא עפעס אינצווישן אויך.
אלס א איד וואס איז שוין אסאך ארום געפארן, איז מיר גאר אסאך אויסגעקומען איינצושטיין אין האטעלן, מאטעלן אלל אווער די וועלט. נעמט למשל די אלע טשעין האטעלן און מאטעלן. א געווענטליכער קראון פלאזא האטעל, האט פיינע בא'טעמ'טע פוירניטשער, בכלל נישט פענצי, אבער אויך נישט קיין ביליגע שמאטעס. וויבאלד יעדן טאג שטייען דארט איין אנדערע מענטשן, און די מעבל ווערט אביוזד, קויפן די האטעלן גוטע קוואליטי מעבל, וואס איז שטארק און האלט אויס פאר לאנגע יארן. און איך זאג אייך צו אז קראון פלאזא צאלט נישט פינף טויזענט דאללער פאר א בעדרום סעט.
קיין איין האטעל, אפילו די גרעסטע טשעינס, קויפן נישט אזויפיל בעדרום סעטס ווי דער מספר וואס ווערט פארקויפט ביי דעם היימישן ציבור יאר יערליך, דארף מען זיך אויסלערנען קויפן פון די קאמפאניס ביי וועמען די האטעלן מאטעלן קויפן, און טאקע אויף אזא שטייגער, מאכן מיט זיי א דיל אויף דריי פיר דעזיינס און פון דעם וועט מען זיך קענען קלויבן. און פאר דעם וועט מען צאלן דעם ביליגן פרייז וואס די האטעלן צאלן, און עס וועט האלטן אויף פילע יארן.
א דיינינג רום סעט טאר מען נישט קויפן, מען דארף דעם אייגן אנגעמאכטן חורבן עוקר מן השורש זיין. פארוועלכע גוטעיאר דארף א פישער פון א אינגערמאן האבן א פינף אכט צען טויזענט דאללערדיגן דיינינג רום סעט, איך האב נאך נישט געטראפן איינער וואס זאל מיר דאס מסביר זיין. א ספרים שאפע קען מען טאקע קויפן, די זעלבע קאמפאני וואס מאכט די בעדרומס פאר די האטעלן קען אויך מאכן ספרים שאפעס, אויך פאר גאר א ביליגע פרייז און עס זאל זיין שטארק, און דאס קויפט מען פארן חתן צו האלטן זיינע וויכטיגע ספרים און פערטיג. דערנאך קויפן מען א דיינעט סעט, אויך אויף דעם זעלבן שיטה און די קאפל איז גוד טו גאו. עטליעסט פאר די נעקסטע פאר יאר. איך גלייב אז אזא סעט פוירניטשער דארף מען קענען איינהאדלען פאר דריי פיר טויזענט דאללער מאקסימום.
היצט אזוי, ווען עס קומט צום ליל החתונה, דאס איז שוין אביסל שווערער, אבער קודם אפאר ווערטער. עס האט זיך אויסגעדרוקט צו מיר, נאך מיט יארן צוריק, איינער פון די וועטעראן עסקנים איבער דעם נושא, אז ער קען נישט משיג זיין די היינטיגע רבנים, ווייל יעדער רעוול וואס האט נאר אכצן אידן אין זיין בית המדרש, מאכט זיך אים כאטש איין צוויי מאל א יאר וואס זיינס א מתפלל קומט זיך אפרעדן צו אים אז ער מאכט חתונה און האט נישט פון ווי צו נעמען, וואלט דאך דער ענין געדארפט זיין איינס פון די ערשטע זאכן איבער וואס די רבנים זאלן זיצן טעג און נעכט און נישט איינריען ביז זיי קומען אויף מיט עפעס. אבער למעשה זעען מיר אז די רבנים טוען דאס נישט. וואס וויל איך ארויסברענגען מיט דעם?
אלע זאכן וואס מען האט גערעדט ביז יעצט, קענען קלענערע רבנים און קלענערע עסקנים, און אפילו סתם א גרופע אינגעלייט איינפירן ביי זיך און פון דארט וועט עס פארן ווייטער. אבער ווען עס קומט צום ליל החתונה און מען דארף האבן א זאל, דא קענען שוין די קלענערע חברה קיין סאך נישט טוהן, ווייל אהער שטעלן א זאל דאס קאסט שוין אסאך געלט. אויב אבער וויל מען וויסן וואס מען קען טוהן, איז דא צוויי זאכן וואס מען קען טוהן. איך וויל אבער קודם מסביר זיין צו וואס איך ציהל.
אלס א איד וועלכער האט שוין געמאכט שמחות ביי מיינע אייגענע קינדער, קען איך דאס מעיד זיין, אז א שמחה איז גאר אן עמאציאנעלע זאך, מען האט זיך געפלאגט אויפציען קינדער, מען האט געשוויצט אסאך יארן, אריינגעלייגט דמים תרתי משמע, און יעצט ווען זיי וואקסן אויף און מען מאכט א שמחה, וויל מען זיך מיטפרייען מיט די גוטע פריינד. אמת אז נישט יעדע פעטער, קאזין און נעפיו איז אזא גוטער פריינד אז ער וויל זיך מיטפרייען, אבער יעדער האט דאך זיינע גוטע פריינד מיט וועמען ער וויל זיך יא מיטפרייען, און נישט אלעמאל איז עס וואס מען וויל געפעלן פאר יענעם, נאר עס איז ליבערשט אן אויסדרוק פון די שמחה וואס שטורעמט אין הארץ און פונקט ווי פסח נאכט וויל זיך יעדער איד שפירן ווי א מלך, און אזוי זאגט דאך די הלכה, דאס זעלבע וויל זיך יעדער איד ביי זיין שמחה שפירן ווי א ריכטיגער בעל שמחה, וואס ברענגט אריין זיינע געסט, זיינע גוטע פריינד צו זיך אין זאל און סערווירט זיי א שיינעם סעודה און פרייעט זיך מיט זיי בעידן חדוותא.
ביי א אידישע שמחה (דאס מיינט א שמחה ווי מען פרייט זיך מיט א פארפאלק וואס גייט בויען א נייעם שטוב, נישט א פלאץ ווי מען פרייט זיך מיט שמעלצער אדער אן אנדערער חולאת וואס שפרינגט ווי א ניגער) קומען אידן און מען וואונטשט אן מזל טוב מיט אלע גוטע ברכות, וואס דאס זענען זאכן וואס מיר אלע קענען נוצן, און דערפאר מיין איך אז עס איז זייער א דינער ליניע צווישן נישט מאכן די חתונה אויסקוקן ווי א פשוט'ער טיי אווענט אין בית קויפמאן, און נישט עס מאכן אויסקוקן ווי א פריצ'ישער באאל.
דער איידיעל פלאן וואלט געווען אז עס זאלן זיך צאמנעמען אפאר עסקנים און מתרים זיין אפאר גבירים וועלכע האבן א געפיהל צו דער זאך, און טרעפן א גרויסער וועירהאוז ערגעץ צווישן וויליאמסבורג און בארא פארק, א וועירהאוז פון עטליכע צענדליגע טויזנט סקווער פיס, און עס שיין איבער בויען, מענטשליך, ווי עס פאסט פאר א אידישע שמחה, און מאכן דארט ריקווענט, אזוי אז דורך די וואך זאל מען קענען מאכן דארט עטליכע חתונות אויף אמאל, און אויף די וויקענדס זאל מען עס קענען עפענען און דאס פלאץ זאל קענען דינען דעם נישט אידישן גאס, צו פאר פארוויילונגען צו פאר ביזנעס צוזאמקומען, וואס דאס וועט העלפן אויסהאלטן די זאך. מען זאל דארט אויפבויען א גרויסער קאמערשל קאך און אויפנעמען א פיינעם קעכער אויפן יאר, ער זאל באקומען באצאלט א באשטימטער געהאלט אויפן יאר, נישט פער נאכט און נישט פער חתונה אדער קאפל.
מען זאל אינגאנצן מבטל זיין די זאך פון א מינימום, אנשטאט זאל מען מחזק זיין מחותנים איינצופירן א נייעם זאך. אז אנשטאט וואס אמאל פלעגט מען שיקן ריטוירן קארדס, זאל היינט יעדער מחותן מאכן א טעלעפאן נומער (און אפשר גאר קען דאס זיין א סערוויס פון דעם זאל) און יעדער וואס באקומט א איינלאדענונג צום חתונה זאל אריינרופן צו ער פלאנט צו קומען צום סעודה אדער נישט, אזוי וועט מען וויסן בערך וויפיל מען פארציעס מען דארף, און פאר דעם איבריגן עולם וועט מען צושטעלן קעיק און קוגל.
דער זאל וועט האבן א דריי פיר מעניוס פון וואס זיך צו וועלן, אלע וועלן זיין בכבוד'דיג אבער נישט רייסעריש און נישט צו טייער, דער זאל וועט האבן א אריינגעבויעטן עמפיטרי סיסטעם פאר מוזיק, און ווער עס וויל קען רופן א בדחן און פערטיג. מען באצאלט פאר די פארציעס לויט וויפיל זיי קאסטן און נישט פאר א קעיטערער צו ווערן רייך. דער מציאות אז מען קען דארט מאכן עטליכע חתונות א נאכט מיינט אז מען קען קויפן עסן פאר זייער ביליג, מען קען זיך ערלויבן צו באצאלן פאר א גוטן קעכער א פיינעם פרייז אויפן יאר, און מען קען זיך שפארן געלט אויף טראנספארטאציע.
אבער דאס איז א פלאן וואס דארף האבן אפאר עסקנים וואס זאלן שטארק שוויצן אז דאס זאל ווערן אויסגעפירט. א גרינגערע פלאן איז, אז פונקט ווי מען האט געמאכט אולם עקשטיין אין ק"י און פרדס פיגא אין ווילי, זאלן די מוסדות וואס האבן גרעסערע עס זאלן זיי אלע איבערבויען אביסל שענער, און טאקע ווי געשריבן, די אלע מוסדות האבן דאך א קעכער וועלכער איז איינגעשטעלט און באקומט זיין געהאלטן אויפן יאר, זאל מען אביסל העכערן זיין געהאלט, אדער צונעמען נאך אביסל הילף און ער זאל אויך סערווירן דעם זאל, און אין די זאלן זאל מען מאכן ממש פאר קאסט, נישט אויף צו מאכן געלט, פשוט צו סערווירן דיינע מענטשן אז זיי זאלן נישט אומקומען פון חתונה מאכן זייערע קינדער.
פארשטייציך אליינס אז מען דארף טאקע אויפהערן מיט די משוגעת פון דינגען גאונס און קליידער פאר די שוועסטער, מומעס ניסעס פון די חתן כלה און די משוגענע האר מאכעריי, ארויף און אראפ, א אפדו מיט א כווייסנישוואס אלדעגיטעיאר. מען קען זיך אנטוען שיין אזוי ווי יעדען שבת און יום טוב, און מען מוז נישט פונדאסניי אויסשטאפירן אלע קינדער, דאס וואלט מען אפילו נישט געדארפט זאגן. דאס וועט אויך שפארן אסאך געלט אין די משפחה.
אויב גייט מען אויף אזא מהלך, קען מען אראפ ברענגען די הוצאות פון חתונה מאכן א קינד צו בערך צען אלפים א צד, און דאס איז עפעס וואס רוב אידן קענען זיך יא ערלויבן, און די וואס נישט וועט מען דאן קענען אסאאאאך גרינגער העלפן.
ע"כ כתבתי בקצרה, אבער תן לחכם ויחכם עוד.
א גוטע וואך.
נשלח: זונטאג יולי 08, 2012 10:08 am
דורך קרעקער
זייער גיט
כבין מוט דור אל דע וועי מיט אלע פוינטס
בדרך אגב וען כהאב געליינט
""מען מוז נישט קויפן עטליכע סוטס מיט בעקיטשעס. מען קויפט דאס מינימום, און ווען מען דארף נאך במשך די יארן, קויפט מען עס דעמאלס. איך גלייב אז מען קען אויף דעם אופן שפארן א גוטע פערציג פראצענט אויף הלבשה.""
אין מיין קלאזעט ליגט 2 נייע סוטס א טוש בעקישע און א וואלענע קויט נאך און דו בעג קיימאל נושט גענוצט
מהאט אנגעקויפט סזאל זיין געניגט פאר עטליכע יאר
אבער מיין סייז איז געוואקסן נאך דו חתונה אין ספיט נושט מער
כגלייב אז נאך מענטשען האבען דע פראבלעם