בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 2:46 pm
דורך קל וחומר
קומסט מיר פאר ווי א ת"ח, וואס איז די איסור?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 3:06 pm
דורך קל וחומר
עיי' סנהדרין כה:

'חסידישע אמוראים'

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 3:13 pm
דורך שלום על ישראל
קל וחומר האט געשריבן:קומסט מיר פאר ווי א ת"ח, וואס איז די איסור?

נישט קיין ת"ח, אבער האו אבאוט גניבה, אונאה, צדקה פון א גוי, דרכיה דרכי נועם, א.א.וו.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 3:20 pm
דורך קל וחומר
די געלט איז באשטימט פאר דעם צוועק, קומען קומט עס פון יודי מאנדל'ס טעקס, גניבה איז עס נישט ווייל זיי גיבן עס אוועק, באהאלטן פון טעקס עיין במקור שציינתי לעיל

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 3:59 pm
דורך שלום על ישראל
אוי! ווי הייבט מען דא אהן?

זיי גיבן דאס אוועק? בתנאי כפל אז מען קוואליפיצירט.

אויב דו פארשטייסט אז ס'קומט פון יודי מאנדל, וויאזוי מעגסטו נעמען אהן זיין רשות?

ווי קומט דא אריין "באהאלטן פון טעקס"?

ווען דו זאגסט "עיין במקור שציינתי לעיל", מיינסטו "עיי' סנהדרין כה:, 'חסידישע אמוראים'"? כ'זעה נישט קיין ווארט פון "חסידישע" אדער "אמוראים" אין סנהדרין דף כ"ה.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 4:16 pm
דורך קל וחומר
צוטירסט מיין מקור מיט א עמוד ב (:) און דו זאגסט אז דו טרעפסט נישט אין עמוד א...

די געדאנק איז די זעלבע וואס מ'ניצט לגבי נעמען געלט פון די מדינה, אז בס"ה נעמט מען צוריק די געלט וואס מ'האט איינגעצאלט פאר טעקס.

לגבי יודי מאנדל ער האט שוין נישט קיין סעי אויף די געלט וואס ער האט איינגעצאלט אבער לגבי ס'זאל נישט הייסן אז מ'נעמט עפעס פונעם גוי נאר מ'נעמט צוריק זיין טעקס איז עס גוט.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 5:12 pm
דורך שמעקעדיג
הערטס אויף לופטערן שטותים ווייל איך זעץ ענק אלע איין אין תפיסה.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 5:35 pm
דורך שלום על ישראל
קל וחומר האט געשריבן:צוטירסט מיין מקור מיט א עמוד ב (:) און דו זאגסט אז דו טרעפסט נישט אין עמוד א...

דו האסט מיין פינטעלע גענומען צו ערענסט. איך זעה עס נישט אויף עמוד ב'.

קל וחומר האט געשריבן:די געדאנק איז די זעלבע וואס מ'ניצט לגבי נעמען געלט פון די מדינה, אז בס"ה נעמט מען צוריק די געלט וואס מ'האט איינגעצאלט פאר טעקס.

די ווארט "צוריק" איז נאר שייך אויב דו האסט קודם געגיבן.

קל וחומר האט געשריבן:לגבי יודי מאנדל ער האט שוין נישט קיין סעי אויף די געלט וואס ער האט איינגעצאלט אבער לגבי ס'זאל נישט הייסן אז מ'נעמט עפעס פונעם גוי נאר מ'נעמט צוריק זיין טעקס איז עס גוט.

סאו מיר גנב'נען פון א איז דורכן גוי. אז כ'פרעג היתכן מען גנב'ט, איז עס א יוד'ס שטייער. אז כ'פרעג היתכן מ'נעמט צו א יוד'ס געלד, איז עס דעם גוי'ס. דאס איז די פארקערטע פון א קעטש-20. בכתב קען מען דאס נישט באקומען צוליב סיבות שונות, אבער דער היתר איז חי וקיים, [נישט] אונטערגעשריבן דורך א באנדע פוד-סטעמפס געניסער. געוואלדיג.

לאמיר דאס איבערגיין בקיצור: צורירן די בארד איז יהרג ועל יעבור און פוד סטעמפס איז מותר לכתחילה (אדער גאר א מעלה).

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 6:00 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס נישט קיין איסור אפשר צו נעמען פון די רעגירונג, אבער איך גלויב אז ס'איז א דבר מכוער אוועקצושטעלען דער לעבען אויף אזא אופן. ווען איינער טרעפט זיך אין אזא מצב זאל ער נעמען, אבער דאס אוועק שטעלען דער לעבען צו זיין א נופל על הציבור, ובפרט א ציבור וואס פארשטייט נישט און דארף נישט פארשטייען די וויכטיגקייט פון וואס ער טוט (זייענדיג גוים) איז נישט אויסגעהאלען, עכ"פ לדעתי.

איך רעד אזוי אין דער וועלט אריין, איך נעם אזעלכע געלטער ובפרט ווען איך בין געווען אין כולל, אבערמיין מציאות איז אנדעריש ווי אנדערע, און למעשה אזוי קלער איך אפילו קעגען מיין מעשים.

Re: ליטוואק vs חסיד - בין אדם לחבירו

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 6:08 pm
דורך קל וחומר
סוף עמוד ב'

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 6:11 pm
דורך ליפא
אז די רעגירונג קען שפענדן 500 מיליאן דאלער צו טרענירן דריי אנטי אסאד רעבלען, און קיינער פון פענטעגאן זיצט נישט אין תפיסה דערפאר, וועט דיר זיין זייער שווער מיר צו איבערווייזן אז איך דארף אפילו א קלער געבן פאר איך נעם מיינע פאר הונדערט דאלער פון פראגראמען.

Re: ליטוואק vs חסיד - בין אדם לחבירו

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 6:14 pm
דורך קל וחומר
די חוק לויטעט אז מ'דארף גיבן שטייער, מיט דעם חוק האט מען שוין געמאכט קונצן בזמן חז"ל אזוי מ'זעהט אין סנהדרין כה 'סוף' ע"ב.

די געלט באלאנגט שוין נישט צו יודי מאנדל, ווייל אפילו אויב מ'וועט זאגן אז זיי נעמען עס בגניבה איז דא יאוש בעלים.
טאמער איך האב מיך געטראפן א וועג וויזוי צוריקצונעמען די געלט וואס זיי האבן גענומען ביי יודי מאנדל בינעך נאכנישט קיין, חוץ מזה וואס גניבה הייסט נאר ווען איך נעם עפעס ביי יענעם, נישט ווען איך נאר יענעם אריין מיך צו געבן.

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 6:40 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווער איז דאס יודי מאנדעל? איך קען איהם גייען בעטען א נדבה?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 6:44 pm
דורך שלום על ישראל
ליפא האט געשריבן:אז די רעגירונג קען שפענדן 500 מיליאן דאלער צו טרענירן דריי אנטי אסאד רעבלען, און קיינער פון פענטעגאן זיצט נישט אין תפיסה דערפאר, וועט דיר זיין זייער שווער מיר צו איבערווייזן אז איך דארף אפילו א קלער געבן פאר איך נעם מיינע פאר הונדערט דאלער פון פראגראמען.

און אויב ביל געיטס שפענד $10,000,000 אויף לוקסוס אדער טראמפ-באטשי שפענד רוב פארמעגן פארן פרעזידענטשאפט, מעג איף אויפפיקן די איבריגע?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 6:46 pm
דורך שלום על ישראל
קל וחומר האט געשריבן:סוף עמוד ב'

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

בבלי?
תלמוד בבלי · סנהדרין · כה · ב האט געשריבן:מעיקרא סבור מאי דקיץ להו קא שקלי כיון דחזו דקא שקלי יתירא פסלינהו אמר רבא רועה שאמרו אחד רועה בהמה דקה ואחד רועה בהמה גסה ומי אמר רבא הכי והאמר רבא רועה בהמה דקה בא"י פסולין בחוצה לארץ כשרין רועה בהמה גסה אפילו בא"י כשרין ההוא במגדלים איתמר ה"נ מסתברא מדקתני נאמנין עלי שלשה רועי בקר מאי לאו לעדות לא לדינא דיקא נמי דקתני שלשה רועי בקר ואי לעדות שלשה למה לי ואלא מאי לדינא מאי איריא שלשה רועי בקר כל בי תלתא דלא גמרי דינא נמי הכי קאמר אפילו הני דלא שכיחי ביישוב א"ר יהודה סתם רועה פסול סתם גבאי כשר אבוה דר' זירא עבד גביותא תליסר שנין כי הוה אתי ריש נהרא למתא כי הוה חזי רבנן א"ל (ישעיהו כו, כ) לך עמי בא בחדריך כי הוה חזי אינשי דמתא אמר ריש נהרא אתא למתא והאידנא נכיס אבא לפום ברא וברא לפום אבא

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 6:47 pm
דורך שלום על ישראל
קל וחומר האט געשריבן:די חוק לויטעט אז מ'דארף גיבן שטייער, מיט דעם חוק האט מען שוין געמאכט קונצן בזמן חז"ל אזוי מ'זעהט אין סנהדרין כה 'סוף' ע"ב.

די געלט באלאנגט שוין נישט צו יודי מאנדל, ווייל אפילו אויב מ'וועט זאגן אז זיי נעמען עס בגניבה איז דא יאוש בעלים.
טאמער איך האב מיך געטראפן א וועג וויזוי צוריקצונעמען די געלט וואס זיי האבן גענומען ביי יודי מאנדל בינעך נאכנישט קיין, חוץ מזה וואס גניבה הייסט נאר ווען איך נעם עפעס ביי יענעם, נישט ווען איך נאר יענעם אריין מיך צו געבן.

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

יאוש בעלים איז נאר פארהאן בי יענעמ'ס געלד. יענעמ'ס געלד טאר מען נישט נעמען.

Re: ליטוואק vs חסיד - בין אדם לחבירו

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 6:49 pm
דורך קל וחומר
לא זכיתי להבין, אולי יועיל בטובו לבאר

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

Re: ליטוואק vs חסיד - בין אדם לחבירו

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 8:08 pm
דורך דעת תורה
קל וחומר, די קונצן האט מען געמאכט ווייל ס'איז נישט געווען קיינע יושר'דיגע שטייערן וועלכע האבן מחייב געווען אלע תושבים אייניג. עיין תוס' (או רשב"א בשמם) על אתר.

Re: ליטוואק vs חסיד - בין אדם לחבירו

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 10:00 pm
דורך קל וחומר
אבוה דר' זירא וכו'

ביסט מכובד פארצולערנען בקול

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

Re: ליטוואק vs חסיד - בין אדם לחבירו

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 10:01 pm
דורך קל וחומר
די זעלביגע איז ביי אונזער סיסטעם ואיכמ"ל

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 12:30 pm
דורך געוואלדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:הערטס אויף לופטערן שטותים ווייל איך זעץ ענק אלע איין אין תפיסה.


המבין יבין, והמשכיל ידום.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 2:33 pm
דורך דולה ומשקה
עיין כאן וימצא שאלו ואלו דא"ח
viewtopic.php?f=24&t=4066#p125121