בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 3:54 pm
דורך אייניקעל
שמעקעדיג האט געשריבן:גיין מיטן קאפ אין וואנט און אויסלופטערן בלבולים און השמצות אין פובליק איז ביי דיר די זעלבע?


דער נער זאל ארויס פון מקוה

מ'האט דא קיינעם נישט באשולדיגט אדער באשמוצט

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 5:08 pm
דורך שמעון וואלף
די נאמבערס זענען זייער אין ליין מיט ריאלעטי, און איך רעדט נישט פון קיין שפענדערישע לעבן.

די איינציגסטע נאמבער וואס שטימט מיר נישט איז די טעקסעס וואס ער רעכענט אראפ, מ'קען צולייגן לערך אכט טויזענט דאללאר צום נעט פעיטשעק אדער טעקס רעטורן. דאס מאכט אבער נישט די פראבלעם צופיל קלענער ווייל די פראבלעם איז ביי אלע וואס פארדינען 110,000 פער יאר.

ס'איז א פחד צו טראכטן וואס יונגעלייט מאכן נעבך מיט צוליב אונזער מהלך החיים. דאס איז א צרה וואס מיר האבן אליינס געברענגט און מ'קען עס מתקן זיין דורך טוישן די מאנטעליט אז מ'מוז זיך נישט אהערשטעלן פאר די וועלט אנדערש ווי מ'איז.

שוין אפגערעדט ווען עס קומט צו א שמחה וואס דאן צעלאזט מען זיך אין גרויסן אן קיין חשבון, ממש. א גרויסע שולד טראגן די מנהיגים וואס מאכן לוגזוריעס שמחות און מוסדות וואס שפענדן מיליאנען אויף דינערס אין פאנדרעיזינג. דאס ברענגט אריין א רייץ ביים ציבור.

יא, איינער וואס קען נישט אפארדן זאל אליינס טראגן די קינדער אין חדר און זיך שפארן טראנספארטעישן

יא, איינער וואס קען נישט אפארדן זאל נוצן איין כפרה פאר די גאנצע משפחה

יא, איינער וואס קען נישט אפארדן זאל נישט מאכן שבע ברכות יעדע נאכט

כהנה וכהנה זענען דא צענדליגע זאכן וואס איז אמאל געווען פארשטענדליך און היינט איז דא די פארשאלטענע מושג אז קיינער טאר נישט זיין אנדערש

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 5:26 pm
דורך אייניקעל
שמעון וואלף האט געשריבן:די נאמבערס זענען זייער אין ליין מיט ריאלעטי, און איך רעדט נישט פון קיין שפענדערישע לעבן.

די איינציגסטע נאמבער וואס שטימט מיר נישט איז די טעקסעס וואס ער רעכענט אראפ, מ'קען צולייגן לערך אכט טויזענט דאללאר צום נעט פעיטשעק אדער טעקס רעטורן. דאס מאכט אבער נישט די פראבלעם צופיל קלענער ווייל די פראבלעם איז ביי אלע וואס פארדינען 110,000 פער יאר.



קוק א בליק ביי http://www.paycheckcity.com/calculator/grossup
לייג אריין ניו יארק (אויב די וואוינסט דארט) און אויך 2016

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 5:57 pm
דורך שלום על ישראל
שמעקעדיג האט געשריבן:גיין מיטן קאפ אין וואנט און אויסלופטערן בלבולים און השמצות אין פובליק איז ביי דיר די זעלבע?

בלבולים?! אז דער עולם איז ארימער ווי דער וואסער טרעגער איז א בלבול?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 6:06 pm
דורך שמעקעדיג
שמעון וואלף האט געשריבן:שוין אפגערעדט ווען עס קומט צו א שמחה וואס דאן צעלאזט מען זיך אין גרויסן אן קיין חשבון, ממש. א גרויסע שולד טראגן די מנהיגים וואס מאכן לוגזוריעס שמחות און מוסדות וואס שפענדן מיליאנען אויף דינערס אין פאנדרעיזינג.

כ'ווייס נישט וואס דו ווילסט. שטייט פון צדיקים אז ווער עס שפענדט נישט בעת א שמחה איז א שוטה ווייל דאן זענען אלע טויערן אפן. :roll:

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 6:15 pm
דורך שלום על ישראל
שמעקעדיג האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:שוין אפגערעדט ווען עס קומט צו א שמחה וואס דאן צעלאזט מען זיך אין גרויסן אן קיין חשבון, ממש. א גרויסע שולד טראגן די מנהיגים וואס מאכן לוגזוריעס שמחות און מוסדות וואס שפענדן מיליאנען אויף דינערס אין פאנדרעיזינג.

כ'ווייס נישט וואס דו ווילסט. שטייט פון צדיקים אז ווער עס שפענדט נישט בעת א שמחה איז א שוטה ווייל דאן זענען אלע טויערן אפן. :roll:

מיין ATM מאשין שפייט דאס צוריק. אלע וויצן אין די זייט, די פאקט ווייזט קאפויער: אלע טויערן פון די בערזל איז אפען, אין א one way.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 6:29 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב שוין ערגעצוו געשריבען אפאר יאר צוריק. דאס וואס מ'האט עס אזוי שווער איז בעיקר אדאנק די ווייבער. מ'קען זיי נישט אפזאגען, און זיי ווייסען נישט דער חשיבות פון א דאללאר. זיי האבען קיינמאל נישט גע'ארבעט דערצו און זיי פארשטייען נישט וואס ס'קאסט אונז. ווען מיר בעט זיך ביי זיי ארויסצומופען פון היים און הייב און גייען וואוינען ערגע אנדעריש הייסט'ס שוין א מחלוקת גוג ומגוג.
ווען די ווייבער וואלט'ן גע'ארבעט, וואלט מען סיי פארדינט וואס זיי ברענגען אריין, און אויך פארדינט אז ס'איז דא ווייניגער צייט צו שפעדנען אדער הערען פון זייער חברט'ס וואס צו קויפען, און אויך וואלט'ן זיי געוואוסט וואס א דאללאר קאסט, און ס'וואלט געווען שווערער מ'זאל עס אויסגעבען.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 6:36 pm
דורך שלום על ישראל
כ'האב דיר געגעבן א לייק פאר די אמת אז ווייבער טרייבן די גאנצע געלד-פארברענגעריי (כאטש ליידער זעהט זיך לעצטענס אהן א באוועגענישט צווישען מענער זיך צו פירן כדרך הנשים), שאצסטו אבער אונטער זייער מעגליכקייט צו פארשווענדן די געלד אפילו ווען זיי ארבייטן.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 7:14 pm
דורך שמעון וואלף
אסאך פון די געלט פארשווענדענישן קומט פשוט פון ליידיג גיין, נישט האבענדיג וואס צו טון מיט די צייט גייט מען אגאנצן טאג שאפינג און מ'טרעפט כסדר נאך זאכן וואס מ'מוז האבן. אדער לויפט מען ארום צו אלע סעילס און מ'כאפט "מציאות". צו דעם אלעם פארגינט מען זיך נאך א קאר סערוויס ווייל מ'באקומט דאך אזא בארגען אז די קאר סערוויס צאלט זיך צען מאל אויס (אריינגערעכנט א קאר צו מאכן ריטורנס)

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 7:17 pm
דורך שמעון וואלף
אייניקעל האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:די נאמבערס זענען זייער אין ליין מיט ריאלעטי, און איך רעדט נישט פון קיין שפענדערישע לעבן.

די איינציגסטע נאמבער וואס שטימט מיר נישט איז די טעקסעס וואס ער רעכענט אראפ, מ'קען צולייגן לערך אכט טויזענט דאללאר צום נעט פעיטשעק אדער טעקס רעטורן. דאס מאכט אבער נישט די פראבלעם צופיל קלענער ווייל די פראבלעם איז ביי אלע וואס פארדינען 110,000 פער יאר.



קוק א בליק ביי http://www.paycheckcity.com/calculator/grossup
לייג אריין ניו יארק (אויב די וואוינסט דארט) און אויך 2016


ידעתי ידעתי, אבער ווי די מציאות ווייסט באקומט מען צוריק מיט'ן טעקס רעטורן טאמער נעמט מען אראפ לויט וויפול מ'דארף און מ'האט קינדער. מיין אקאונטענט האט מיר מסביר
געווען אז געוויסע טעקס קרעדיטס ווערן נישט אריינגערעכנט ווען מ'מאכט די חשבון פון וויפול טעקס זאל אראפגיין

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 11:23 am
דורך שלום על ישראל
איינער פון די גאר-חשוב'ע חבירים זענען געקומען צו מיר פריוואט אז
חבר האט געשריבן:ווי ווייניגער מען רעדט איז געזונטער

כ'האב אים געענטפערט אז
שלום על ישראל האט געשריבן:אלץ איינער וואס טוט נישט קיין אומלעגאלע חזר'יי, שפיר'ך נישט די דרינגלעכקייט צו שווייגן.

אבער דער חבר לאזט נישט נאך און טענה'ט אז
חבר האט געשריבן:הייסט דו קוקסט נאר אויף דיין אייגענעם וואוילזיין, און דיר אינטרעסירט נישט אנדערע

דאס איז מיין ענטפער פאר דיר:

אנשטאט לעבן דאס גאנץ לעבן במחתרת און אויף דיפענס, פראביר זיך צו אריינלייגן אין יענעמ'ס שיך און פארשטיין די גאנצע סאסייעטי; נישט נאר דיין אייגען שמאלע אינטערעסע.

קוק אהער: איך פיהר מיך מיין גאנץ לעבן אהן די חזריי, אפילו ווען די מצב איז געווען זייער געדריקט, אלעס פאר מיין מענטשליכקייט, קידוש השם, און כדי כ'זאל נישט שפירן אייביג ווי א קרימינאל און יעדעס קאר פארקירט פארענט פון מיין הויז איז א ווער-ווייסט-וואס.

קומען קהילות מיט יודן וואס די געלד איז זיי מער ווערד ווי די תורה, און די פרעשור פון קאנטרי נעמט א אויבן אהן איבער די שרעק פון חילול השם, און די חיות לאזן אראפ אויף די פוד-סטעמפס אפיס ווי רייאטערס, און ס'גייט זיי נישט אהן די אלע א.ד. ענינים, ווי אויך נישט אז זיי אפעקטירן יעדעס יודיש קינד וואס ליידט פון זייער גניבות.

יעצט וואלסטו געוואלט הערן ווי איך זאל קוקן אויף זייער וואס?! וואוילזיין?! פארוואס די גהינום זאל איך טוהן אזא זאך?

ביטע קום מיר נישט יעצט מיט די "סעלף העיטינג", "די גוים זאגן דאס סיי ווי" און אנדערע שטותים וואס די סעלף-לאווינג, וואק-מיטן-קאפ-אין-וואנט חברה זינגען אין שלאף מיט די סאב-קאנטשעס.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 12:27 pm
דורך Kool man
ראשעקאל האט געשריבן:די סוד איז אז יעדער האט פראגרעמס. איינער האט שוין געמאכט די חשבון אז מיט פאד סטעמפס, סעקשען עיט, וויק, וואוטשער'ס, מעדיקעיד, ווכ' פארדינט מען נאנט צו 100 אליפם


huh?

יעדער.. האט פראגרעמס?? טשעק יאר פעקטס פליז
:x

נשלח: מוצ"ש יאנואר 09, 2016 10:33 pm
דורך אייניקעל
מיר קוקט אויס די פאלגענדע אז אין אונזערע (היימישע) קהילות
20% פארדינען שיין
20% מוטשענען זיך
60% לעבן אויף אנקעל סעם'ס חשבון

בסך הכל קומט אויס אז אונזער לעבן איז לכתחילה אויסגעשטעלט צו נהנה זיין פון די ממשלה אדער זיך מוטשענען ווי הונטן.

בין איך זיך טועה?

Re: $118,735 א יאר?! געוואלד מהיכן ירק זה חי?

נשלח: מוצ"ש יאנואר 09, 2016 10:46 pm
דורך סאשי פיש
מיר קוקט אויס די פאלגענדע אז דו ווילסט אויפלעבן דיין פארשלאפענע אשכול

נשלח: מוצ"ש יאנואר 09, 2016 10:51 pm
דורך אייניקעל
סאשי פיש האט געשריבן:מיר קוקט אויס די פאלגענדע אז דו ווילסט אויפלעבן דיין פארשלאפענע אשכול


אויב איז ווי די זאגטסט איז יישר כוח פארן צוהעלפן

בדיעבד איז דאס א בעיה גדולה וואס וואלט געדארפט ווערן אויסגעשמועסט בכל קהילות און ערשיינען אין אלע צייטונגען, נאר משום איזה סיבה איז כסדר דא וויכטיגערס אויף די אגענדע

נשלח: זונטאג יאנואר 10, 2016 6:35 pm
דורך יונה
נו אדרבה הרב אייניקעל דו קוקסט אויס ווי א שטיקל בעל חשבון וואס וואלסטו געראטען ווי אזוי קען מען טוישען דעם סיסטעם?