בלאט 11 פון 12
Re: טרייעל פון האדמו"ר מלב טהור שליט"א
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 6:52 pm
דורך טמיר
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מחמת נחיצות הענין קום איך צוריק צו זאגן אז די הלכה איז געווען קעגן די וואס האבן געשחט'ן די קינדער בשנות הזעם, עי' ב"י יו"ד סי' קנ"ז והובא בפוס'.
לאמיר האפו אז חכמת שלמה זעהט די וויכטיגע פסק און גיבט דאס איבער פאר די פירער. פאר ס'איז צי שפעט
Re: טרייעל פון האדמו"ר מלב טהור שליט"א
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 7:47 pm
דורך פאליטיקאנט
ווייל זייערע פירער רעכענען זיך טאקע מיט הלכה.....
און אויך אויב איינער האלט ביים באגיין (זעלבסט)מארד, וועט הלכה געווענליך יענעם צוריקהאלטן.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 2:28 am
דורך נפה
די לצים פון
בחדרי חרדים שרייבען אויף דער ווידיאו ״בתיעוד מצמרר שהגיע לידי 'בחדרי חרדים״
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 2:41 am
דורך חכמת שלמה
איך האב געשריבן פריער בקיצור וברמיזה, יעצט האב איך עטוואס מער צייט.
דער בריוו איז א בלוט-בלבול אויף א גאנצע קהילה בישראל. חס-ושלום און חס-וחלילה אז אזא בריוו און אזא הוראה זאל געהערט ווערן פון אונזער זייט. לא יקום ולא יהיה. ס'איז שקר וכזב, דאס איז נישט אונזער שטעלונג, נישט אונזער מיינונג און דער בריוו איז קיינמאל נישט געשריבן געווארן דורך אונז.
דאס איז א ביליגע פאשקעוויל, און מיר ווייסן אפילו אויך ווער עס האט דאס געשריבן. די מטרה דערפון איז קלאר און פארשטענדליך, צו באשמוצן אונזער נאמען אויף די גאס (אזוי ווי דער בריוו האט שוין גורם געווען) און שווער צו מאכן פאר אחים וויינגארטן וועלכע שמאכטן נעבעך אונטער ביטער שווערע אומשטענדן, און אצינד גרייט מען זיך זיי צו ברענגען קיין אמעריקע פאר א משפט.
מארגן, ווען עס וועט זיין מער צייט, וועל איך מער מאריך זיין איבער די בריוו, בל"נ.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 7:48 am
דורך [NAMELESS]
נפה האט געשריבן:מענדי לעווי טענה׳ט נישט צום ערשטען מאל אז שלמה העלבראנץ איז געווען געי, עס קען זיין אבער פארוואס איז ער די איינציגסטער וואס זאגט עס?
ער טענה'ט נישט אז ער איז געווען געי, ער זאגט אז ער איז געשלאפן מיט קינדער, דאס הייסט אז ער איז געווען א פעדאפיל. איך פערזענליך האב שוין געהאט שמועסן מיט עטליכע קולטיסטן און געוועזענע קולטיסטן פון לב טהור, און איך האלט נישט אז מענדי לעווי איז באגלייבט. ער האט זיך שוין מערערע מאל סותר געווען ווען איך האב גערעדט מיט אים און אזוי אויך האבן מיר עטליכע עקס קולטיסטן אפגערעדט פון אים גלויבן.
(נישט אז שלמה איז נישט געווען א חזיר, אבער פון לעווי וואלט איך עס נישט געקויפט אזוי שנעל).
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 7:52 am
דורך [NAMELESS]
חכמת שלמה האט געשריבן:אויב דער בריוו איז ארויסגעקומען, זענען זיי טאקע סטיופיד...
פלאנען זיי טאקע צו דורפירן א זעלבסטמארד אקציע? פרעג זיך נאך ביטע (נישט ווייל איך האלט אז דו ביסט דארט).
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 11:33 am
דורך סמבטיון
איך גלייב אז פאר א חלק חברה דארט איז ליבערשט דעם טויט ווי לעבן אזא גיהנם..
בכל אופן וויל איך פרעגן נאכאמאל מיין אמאליגע שאלה, פארוואס לייגן זיך נישט אריין אפאר שתדלנים אדער סתם גיטע יודן צו ארויס ראטעווען די יונגווארג פון זייערע פינצטערע לאפעס?
אנשטאטס טיילן קאווע לע"נ דער הייליגע בת עין וואס איז אוואדע א חשובע זאך אדער געבן צו עסן לע"נ ר' ישעיה ב"ר משה, , זאל מעו עפעס טוהן און ניצן די געלטער פאר די פארכאפטע קינדער און זיי אוועקשטעלן אויף די פוס.
וויאזוי גיימער אונז אן מיט אונזער טעגליכע רוטין ווען אונז ווייסן קלאר וואס די קינדער גייען אריבער דארט? וואס א חילוק צו מען האלט קינדער אין פריזער פאר אפאר וואכן, צו מען הינגערט פאר א שטיקל ברויט צו מען כאפט יא מלקות נאקעדיגערהייט אדער אנדערע אינקוועזיצשע פיינינגונגס מיטלן, צו עס איז איז אביסל אנדערש וויניגער אדער גאר ערגער?, אונז וויסן אז זיי שמאכטן ביטערלעך אין לעבן ווי אין די ווארשעווע געטא ביים קריג!, האבן מיר נאך נישט געניג קליפס געזעהן וואס דארט גייט פאר? יעצט דעבאטירט מען צו די זעלבסטמארד פסק איז ריכטיג אדער נישט? מען דארף ארום פארן צו די אלע פאריקטע לענדער ווי די קינדער און בעיבי טאטעס און מאמעס זענען פאשפרייט, און זיי פשוט אהיים ברענגן צו כלל ישראל און זיי צוטיילן צווישן גיטהארציגע יודן וואס וועלן זיי אויפנעמן מיט אפענע הערצער. גענוג!!
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 12:40 pm
דורך חכמת שלמה
מכתב בענין עלילת דם.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 12:48 pm
דורך היסטאריע
צו דער בריוו איז אמת אדער נישט מאכט נישט אויס, דער הוראה איז אמת לאמיתו, מען וויייסט דאס פין אסאך וואס קומען פין דארט.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 12:52 pm
דורך berlbalaguleh
בלעימען די ציונים פאר די סקאנדאליעזע און קרימינאלע שטיק וואס גייען פאר צווישן די באנדע צודרייטע קרימינאלן. וואס איז נראה לעיני השמש. דער תירוץ ארבעט שוין נישט. ס'זענען דא עדות'שאפטן פן א סאך אומשולדיגע קרבנות פון דעם קרימינאלן קולט. וואס דארט גייט אלץ פאר . ואי אפשר לפורטם מפני הכיעור והדומה לו.
די אידישע וועלט שטייט און שטוינט פון וואו דער ווילדער (און שעדליכער) געוויקס איז ארויסגעקומען. אויסער זייערע אפאלאגיסטן ווייסט שוין היינט א יעדער פון זייערע מעשים תעתועים. לאמיר האפן אז (בעזהשי"ת) ס'וועט זיך צוזאמנעמען א גרופ פון (אמת'דיגע) עסקנים און מ'וועט עפעס טון אונטערצוברענגען אט די געפערליכע כת. בלי שום צער ונזק לכל נפש מישראל...!
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 1:04 pm
דורך חכמת שלמה
היסטאריע האט געשריבן:צו דער בריוו איז אמת אדער נישט מאכט נישט אויס, דער הוראה איז אמת לאמיתו, מען וויייסט דאס פין אסאך וואס קומען פין דארט.
דער זעלבער קאמענטאר האב איך געזען אין א פארום פון 500 יאר צוריק, אין באצוג אויף א תגובה וואס אידן לייקענען דעם פאקט אז זיי נוצן קריסטליך בלוט פאר די מצות...
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 1:12 pm
דורך berlbalaguleh
אשר על כן...?! דאס טוט נאכנישט גארנישט צו ריינוואשן אט די געפערליכע כת...!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 4:26 pm
דורך היסטאריע
האב איך געהערט היינט, פאריאר בערך איז געוועהן דארט אין לב טהור א פדיון הבן. האבן זיי אימפארטירט א כהן פין ברוקלין, און ער האט שוין געמאכט דארט ברכת כהנים, און דער גאנצע שטאט איז זיך צוזאמען געקומען אויף ברכת כהנים. צווישן א קהילה פין אלע עשרה יוחסין האבן זיי נישט קיין כהן.
ווער איז געוועהן דער בכור? דער טאטע האט געהאט א אנדערע ווייב א גיורת, וואס איז געוועהן א דאקטאר, און האט זיך אפגעגעבן מיט געבורטן און אנדערע זאכען, זיי לאזען דאך שווער גיין אין שפיטאל כידוע. דער ערשטער ווייב האט מען ארויסגעווארפן פין לב טהור, און צוגענומען צוויי קינדער מיט אכזריות, פארגעס פין קאסטידי, אפילו קיין וויזיטעישען, גארנישט. דער גט האט זי באקומען א חודש נאך דער פדיון הבן פין דער מאן'ס נייע ווייב!!!! הערסט א מעשה? אידען זענען זיי?
און וואס איז געוועהן דער חטא פין דער גיורת, דער ערשטע ווייב, וואס מען האט געווארפען און צוגענומען צוויי קינדער?
היות זי איז געוועהן א דאקטאר האט מען זי געצווינגען צו מאכען א ברית אויף אלע מיידלעך ווען זיי ווערען 12 און אהאלב יאר אלט. און זי האט געזאגט לא מיט א אלף, ווייל זי האט געזוכט און אויסגעפינען אז אידען טוהן דאס נישט, נאר מוסלעמענער, פאר דער חטא האט מען איר ארויסגעווארפן און צוגענומען איר קינדער.
רבותי, טאמער איינער האט א קלער פין רחמנות האבן אויף דער כת משוגעים, זאל ער איבערקלערען, זיי זענען נישט עושה מעשה עמך, חוץ דער אכזריות פין זייערע מעשים, זענען מוסלמענער וואס פירען זיך מיט אכזריות. א חברה כת שץ'ניקעס.
חכמת שלמה, איך האב דאס וועריפייד, קענסט פראבירן מיט דיינע הכחשות, אבער די ווייסט גאנץ גוט דער אמת. לאז דיך אפ פין די משוגעים.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 4:28 pm
דורך קהל'ס נער
ביטע פארעקספלעינער וואס איז א ברית (בריתה?) אויף א מיידל.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 4:42 pm
דורך Hadasim
לא נשאר אלא להתפלל לאבינו שבשמים שיעשה סוף לכת המטורף הזה השתא בעגלא ובזמן קריב ושלא יכלו לפגוע בשום יהודי מעתה ועד עולם אכי"ר.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 4:44 pm
דורך היסטאריע
Re: טרייעל פון האדמו"ר מלב טהור שליט"א
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 4:53 pm
דורך צפור בודד
אפאר פון זיי האבן מאדנע אקצענטן און אלע פירער זעען אויס צו זיין רעלאטיוו יונג. אפשר קען איינער דא אהערשטעלן די מי ומי'ס פון ל"ט, זייערע נעמען, עלטער, געבורטספלאץ, חינוך, שווער וכדומה ווי אויך פון זייערע גרויסע שטיצער.
Sent from my SM-G981B using Tapatalk
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 5:43 pm
דורך berlbalaguleh
ציפור בודד: כ'ווייס נישט פאר זיכער. אבער איך בין מיר משער...געבורטפלאטץ: גואטעמאלא...שווער'ס נאמען...כאסעי ראדריגעז...מיטער'ס נאמען קארמען עסקאבאר...וכו' וכו'. דער הייליגער מייסד הכת, תמ"ל, איז אויך געקומען פון א פרייען קיבוץ. מיט אומרעליגיעזע עלטערן..!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 6:48 pm
דורך היסטאריע
יעצט זענען זיי נע ונד, וואס איז שייך מנהיגים
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 6:50 pm
דורך היסטאריע
איינער ווייסט ווי מען קען זעהן ספרים פין דער היינטיגער תמ"ל?
אדער פין דער אמאליגער?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 10:32 pm
דורך פרייוויליג
חכמת שלמה האט געשריבן:איך האב געשריבן פריער בקיצור וברמיזה, יעצט האב איך עטוואס מער צייט.
דער בריוו איז א בלוט-בלבול אויף א גאנצע קהילה בישראל. חס-ושלום און חס-וחלילה אז אזא בריוו און אזא הוראה זאל געהערט ווערן פון אונזער זייט. לא יקום ולא יהיה. ס'איז שקר וכזב, דאס איז נישט אונזער שטעלונג, נישט אונזער מיינונג און דער בריוו איז קיינמאל נישט געשריבן געווארן דורך אונז.
דאס איז א ביליגע פאשקעוויל, און מיר ווייסן אפילו אויך ווער עס האט דאס געשריבן. די מטרה דערפון איז קלאר און פארשטענדליך, צו באשמוצן אונזער נאמען אויף די גאס (אזוי ווי דער בריוו האט שוין גורם געווען) און שווער צו מאכן פאר אחים וויינגארטן וועלכע שמאכטן נעבעך אונטער ביטער שווערע אומשטענדן, און אצינד גרייט מען זיך זיי צו ברענגען קיין אמעריקע פאר א משפט.
מארגן, ווען עס וועט זיין מער צייט, וועל איך מער מאריך זיין איבער די בריוו, בל"נ.
ווען איינער געבט ארויס א פאלשע בריוו דארף מען וויסן וואס איז זיין מאטיוו מיטן ארויסקומען מיט א פאלשע בריוו. אודאי קען מען נישט וויסן אויף 100% אויב די בריוו איז אויטענטיש אדער נישט, אבער עס גלייבט זיך שווער אז עמיצער זאל זיך זעצן שרייבן א שרעקעדיגע בריוו וואס וועט גארנישט אויסמאכן כלפי וויאזוי די וועלט קוקט אן לב-מנובל. אויב איז די בריוו נישט אמת איז די שוידערליכע הומעניסטישע קריזיס אינעם קולט יא אמת.
בקיצור איך זע נישט וואס די מטרה פון א "פאלשע" בריוו וועט אויסמאכן. און מיר גלייבן אז אויב איז דאס נישט אמת וואלט עס געקענט זיין אמת.
די גרינגסטע רעטאריק איז צו שרייען ביליגע פאשקעוויל, און מיטן שרייען אז מיר ווייסן אפילו אויך ווער עס האט דאס געשריבן (סתם אבי געשאסן) און שרייען אז דאס איז א פאשקעוויל. די וועלט זאגט מען וועט שרייען אז דיין טאכטער איז א זונה און דו וועסט זיך דארפן פארענטפערן.
ווייזט פאר די וועלט אז איר אביוזט מער נישט קיין אנשים נשים וטף, און מען וועט זיך גרינגער קענען איינרעדן אז די בריוו איז פאלש.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 10:34 pm
דורך [NAMELESS]
די בריוו איז זיכער פאלטש ווייל ס'שטייט נישט ''תמ''ל" אויף די רבי......
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 12:58 am
דורך [NAMELESS]
איך געדענק ווען בשעתו איז ארומגעפארן א רעקארדירונג פון א טעלעפאן געשפרעך צווישן נתן און נחמן, נאך בחיי אביהם, בשעת עס איז געווען די קאנפליקט איבער נתן'ס קינדער.
הכלל, נתן פרעגט נחמן אויב ווען די בעאמטע וועלן קומען קיין לב טהור נעמען די קינדער אויב מען וועט טוהן מיט זיי דאס וואס עס ווערט דא דערמאנט....
אנשטאט נחמן זאל איהם ענטפערן ביסט משוגע?! חס ושלום וכו', נעמט זיך נחמן שרייען אויף נתן, דו מאכסט חוזק פון אלע ערליכע אידן וואס האבן מוסר נפש געווען די לעבן פון זייערע קינדער וכו'.
איך זעה דא צוויי זאכן. א' נתן האט שוין יארן צוריק, נאך בחיי אביו, געוואוסט אז דאס איז א מעגליכקייט. ב' נחמן ווייסט זייער גוט וואס נתן רעדט און ער פארשטייט גוט פארוואס ער פרעגט דאס...
חכמת שלמה, פארדריי א צווייטן ס'קאפ.