בלאט 11 פון 55

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 11:57 pm
דורך געפילטע פיש

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 12:00 am
דורך משה געציל
שוין, איט יאס מיי מיסטעיק, ביי נאו וואלט איך שוין געמעגעט וויסן אז מען קויפט נישט איין קיין עלעקטראנישע פראדוקטן בעפארן זיך דורכרעדן ביי די וואן ענד אנלי 'געפילטע פיש'. אבער דער סוחר וואלט נאכאלטס מיר געמעגט דאס קלאר שטעלן בעפאר.

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 7:25 am
דורך שמעקעדיג
משה געציל, תבלין??..
הער אויס, עס איז נישט אזא וויכטיגע זאך צו אפדעיטן די מאפעס מער ווי איינמאל אין 2 יאר, ראודס טוישן זיך נישט אזוי שנעל, און בכלל האבן רוב GPS נישט צופיל ארט צו אפדעיטן צו אפט, סתם א משוגעת, זעהט אויס זיי ווילן מען זאל אפטער קויפן נייע מאשינקעס.

אגב, וועלכע מאדעל האסטו?

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 10:42 am
דורך berlbalaguleh
משה געציל האט געשריבן:אז איך האב געקויפט א דזשי. פי. עס. ביים היימישן סוחר מקיים צו זיין דעם וחי אחיך עמך. און דער סוחר האט מיר נישט געקענט זאגן בעפאר אז ווען איך וועל ווילן אפדעיטען די מעפס וועט עס מיר קאסטן תבלין ותקלין.
אז איך ספענד שוין יא די פאר טאללער, קענסטו מיר נישט זאגן אז פאר נאך אפאר גראשן האב איך איינס וואס האט אפדעיטעס פריי פון אפצאל?

איך וויל נישט מקטרג זיי ערב תשעה באב, אבער א סאך פון אונזערע היימישע סוחרים האבן נאך דעם יוראפעאישן צוגאנג צו ביזנעס. ער האלט אז ער טוט דיר א טובה אז ער פארקויפט דיר עפעס פון זיין סטאר. נאכדעים וואונדערט מען זיך אז מ'גייט קויפן צום נישט היימישן אדער גוי'אישן סטאר, וואו די פרייזן זענען היבש ביליגער און די סערוויס איז מענטשליך. פארשטייצעך אז נישט א יעדער. אבער גענוג סוחרים דארפן זיך נאך צו שלייפן, און נישט זוכן אריינצוכאפן אן איינמאליגע מציאה.

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 10:45 am
דורך berlbalaguleh
משה געציל האט געשריבן:שוין, איט יאס מיי מיסטעיק, ביי נאו וואלט איך שוין געמעגעט וויסן אז מען קויפט נישט איין קיין עלעקטראנישע פראדוקטן בעפארן זיך דורכרעדן ביי די וואן ענד אנלי 'געפילטע פיש'. אבער דער סוחר וואלט נאכאלטס מיר געמעגט דאס קלאר שטעלן בעפאר.

וואס, אז דו זאלסט זיך אדורכרעדן מיט געפילטע? :lol:

נשלח: מוצ"ש יולי 27, 2013 10:31 pm
דורך געפילטע פיש

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 12:28 am
דורך סאו וואט
איך רעג זיך ווען מענטשען זאגן מיך,
אז היינטיגע צייטן מיז מען באלאנגען צו א חסידות... און האבען א רבי...

באמת איז דער נושא ראוי פאר א באזונדערע אשכול, מענטשען' טעה'נען אז כדי דו קינדער זאלן נישט ארויספאלען, מיז מען ערעץ באלאנגען,
און האבען א רבי, איז איט טרא אר פאלס? צו מיז מען טאטע זיין א פאפעט און האבען א רבי? חוץ פון דער בעניפיט אז מ'מוטשעט זיך נישט מיט ישיבות מוסדות פאר קינדער
ביז'ן האבען א חברה קדישא און א חלקה

עכ"פ איך האב עס פיינט צו הערן, עפרה לפומים, מ'דארף אויסדרוקליך נישט האבען א רבי, והראיה, דיין רבי גלייבט און זיך, און גלייבט און קיינעם נישט...

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 12:38 am
דורך שמעקעדיג
פונקט דעם שבת האב איך אדורכגעשמועסט דעם ענין מיט איינעם, מיט די צדדים לכאן ולכאן. און למעשה איז יש דברים בגו.

א טאטע אליינס קען ע"פ רוב נישט ערפילן דער ערזאץ און סיפוק וואס א חסידות מיט א רבי גיבט פאר א בחור'ל, הלואי אויב יא, דאן איז זיכער געזונטער, און מער אמת אז דער בחור'ל זאל נישט גיין, אבער עס זענען פאראן גענוג בחורים וועלכע וואלטן שוין לאנג געווען כ'וויל-נישט-זאגן-וואו, נאר א דאנק די ברענעדיגע אש קודש פארן חסידות ווער ער שטיין אונטערן רבי'נס בענקל און צוריקן די מעסער און די בעכער, און מאכן שיינע לעמפעלעך פאר די רבי'שע חתונה, און מיט דעם גיט ער זיך אויס זיין NEED פאר עקשאן.

עס האט מעלות און חסרונות. עס קומט א יו"ט לעבט מען מיטן רבי'ן, און אפילו א שבת אדער סיי וועלכע יומא דפגרא, מצד שני אנעם רבי'ן איז קיין יו"ט נישט פארהאן, און דאס איז אויך א רחמנות.

בקיצור: צי עס איז ריכטיג? כ'גיי נישט דן זיין, אבער כ'קען הערן דעם געדאנק אז מענטשן שפירן עס איז א MUST.

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 12:47 am
דורך סאשי פיש
.

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 12:58 am
דורך newkave

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 1:42 am
דורך George
מיך רעגט אז אזויפיל יודען זענען אזוי גערעגט.

איי מיען קאם אן, וויפיל איז דער שיעור?

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 2:36 am
דורך יואב
George האט געשריבן:מיך רעגט אז אזויפיל יודען זענען אזוי גערעגט.

איי מיען קאם אן, וויפיל איז דער שיעור?

ערעב דזשארדש, רעגט אייך נישט אזוי. ס'וועט נאך קומען גוטע צייטן.
Calm down!

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 2:57 am
דורך משה געציל
ווען מען פארט אויף א איין ליניע ראד אין די מאונטאסנס וואס די ספיד לימיט איז פינעף און פופצציג און די קאר וואס פירט דעם טשאטשא טרעין קראצט אויף קנאפע צוואנציג מ.פ.ש.
וואס איז? מסתמא האט ער געכאפט א קראמף אינעם רעכטן פיס און ער קען קוים פארן אויף צוואנציג, אבער וואס ווען וואו? דער אלטער זיצט אין בייסט א טאנא סענדוויטש ווי ביים טאטן אין וויינגארטן!
ווילסט עסן געמיטלך דעם סענדוויטש און הערן דערביי סיפורי צדיקים פונעם אלטן רביצין דיינער? נאו פראבלעם, שטעל דיך אין דער זייט, אבער פארוואס איז דער גאנצער עולם שולדיג אז איר זענט אין די גוסטע יעצט?

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 5:25 pm
דורך בעל הבית
צימערמאן

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 2:40 pm
דורך I'm back
עס רעגט מיר אויף אז:

איך האב זיך איינגעשריבן אלס סאנבאר די 26'טען טאג אין יולי.
איך האב זיך איינגעשריבן אלס איים בעק, די 30'סטע טאג אין יולי.

עס רעגט מיר פארוואס איך האב נישט געפענט די נייע ניק 4 טעג פריער...
איך וואלט געקענט איינרעדן די עולם רמזים און אפשר אפילו באקומען א שטיקל א פאלאואינג.

יעצט דארף איך ווארטן נאך א יאר..

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 11:20 pm
דורך זר זהב
אז א גוי געווינט אייביג די גרויסע לאטערי

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:28 am
דורך [NAMELESS]
זר זהב האט געשריבן:אז א גוי געווינט אייביג די גרויסע לאטערי

VIN זאגט אז איינער אין ווילי האט געווינען א צווייטע פרייז

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:37 am
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:ס'רעגט מיר אויף אז בלעם'ס אייזל האט געדארפט שטארבן בלויז חס צו זיין אויף בלעמ'ס כבוד, ס'באדערט מיר

ס'איז אן אלט ווערטל. אויף אן אייזל טאר מען נישט רחמנות האבן. :lol:

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 10:32 am
דורך petergrifin
פארוואס איז דא טישו באקסעס וואס די ערשטע טישו ליגט איבערגעדרייט אז כ'זאל מיך דארפן
מיטשענן עס ארויס צינעמן מיט נאך א האלבע באקס פונקט ווען איך דארף עס קאוד וואן?!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:36 pm
דורך געפילטע פיש
ציווישן אנדערע עבירות פאר וואס ס'וואלט ווען געדארפט זיין טויט שטראף: די מענטשען וואס נוצן די ריינע לעפעל פון די קאווע צו מישן זייער קאווע.
די בשבילי נברא העולם עדיטוד, און די אי התחשבות עם הזולת פרעכהייט גייט מיר עד דכדוכה של נפש! דו מיינסט טאקע אז איינער ברוב חסדו וטובו האט געוואלט אז דו זאלסט האבן גרינג עקסעס פאר א לעפל צו מישן דיין קאפי האט ער דיר עס אריינגעלייגט אינעם קאפי שאכטל פאר איזי עקסעס? גיי זיי דיך בועל!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:39 pm
דורך שמעקעדיג
טויט שטראף! גארנישט ווייניגער.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:42 pm
דורך געפילטע פיש
יא, איינער וואס האט געכאפט איר מאן טשידן און וידקר את שניהם את איש ישראל ואת האשה אל קבתה אין די היט אוו די מאמענט פארשטיי איך בעסער ווי דעם פארשוין.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:39 am
דורך שמעקעדיג
איך האלט אינמיטן ארבעטן שווער (אדער אפילו נאר אינמיטן טייפן א תגובה אויף ק"ש), און איך באקום א מעסעדזש אויף מיין פאון. ווי איר פארשטייט געוויס, באקום איך טעקסט מעסעדזשעס, וואטסעפפ, טשעט און גוגל טאלק, גרופ-מי, און אויך אימעילס, א.א.וו.

זעלבסטפארשטענדליך אז עס מאכט נערוועז צו ערהאלטן יעדע פאר מינוט נאך א קלינג, אבער אלס נארמאלער מענטש וועל איך ענטפערן ווי אמשנעלסטן, און איך גיי צוריק צו מיין ארבעט... ביזן באקומען נאך א קלינג עטליכע סעקונדעס דערויף! ווער איז דאס שוין ווייטער? יא, דער זעלבער יעניגער.... און וואס וויל ער אצינד? ער וויל פשוט שרייבן K, אז ער איז מסכים צו מיינע ווערטער... אדער אין א גוטע מינוט, 2 אותיות, OK, און אנדערע וועלן שרייבן אין אידיש "אקעי".

האלא? צו וואס שרייבסטו מיר דאס? וואספאר מין קאנפירמעישאן איז דאס? סתם מיר דרייען א קאפ, העכערן דיין צאל "הודעות" אין מיין אינבאקס?

חז"ל לערנען אונז, 'שתיקה כהודאה', אז איינער איז שטיל, נעמט מען אן אז ער איז מסכים. ווילאנג דו ענטפערסט נישט פארקערט ווי מיינע מעסעדזשעס, נעם איך אן אלס פשוט אז דו ביסט מסכים מיט מיר, און דער K מעסעדזש איז נישט בלויז איבריג, נאר גייט אפט אויף די נערוון.