ר"ח טבת.
איך קום אריין אין ביהמ"ד צו שחרית אינדערפרי, באגעגן איך ריזיגע שרעקעדיגע פלאקאטן, מיט א בילד פון א איינגעפאלענעם בריק העכער דעם שטורעמישן טייך, און אויטאס מיט פעקלעך זענען אויפן וועג אראפ פליענדיג צום וואסער. "וואס האט פאסירט" שרייעט דער פלאקאט מיט ריזיגע ווערטער. אבער עס איז ליידיג. אונטן שטייט מיט קלענערע ווערטער: "פרטים יבואו"!
איך שפיר ווי איך האב אראפגעשלינגען א פראש, 'שיגענער וואס ער איז, וואס רייטסטו אויף מיין פרישן פרימארגן געמיט? אבער עולם כמנהגו נוהג, מען גייט ווייטער, און וויכטיגערע דאגות נעמען איבער דעם סדר היום, ביז מען פארגעסט פון דעם מאדנעם צעטל.
ח' טבת, א וואך שפעטער, זעה איך ווידעראמאל דעם זעלבן בילד, עס דערמאנט מיר תיכף אומאיינגענעמע זכרונות, אבער פאר נייגעריגקייט באטראכט איך דעם בילד, בשעת איך וויש אריין מיינע הענט אין דעם נאסן האנטוך וועלכע איז טופח ע"מ להטפיח, און איז "שמעקעדיג" אויך. אט שרייבן זיי: "דער בריק פאלט איין, העלפט, ראטעוועט!" "לאזט נישט אלעס אריינפאלן אינעם שטורעמישן וואסער"! און ווידעראמאל די טרויעריג-באקאנטע חתימה: "פרטים יבואו". איך היס ארויס די שליים און גיי ווייטער, פרוביר מסיח דעת זיין פון די מענטשן מיט אזויפיל איבריג צייט וועלכע זענען ספעציעל "געלערנט" ווי אזוי צו מאכן "פראפעגאנדע".
א וואך שפעטער, זעה איך א פרישן פלאקאט, מיט הימל-שרייענדיגע בקשות וועלכע לעכערט די אויגן: "דער איד האלט עס שוין נישט אויס! ער ברעכט אונטער! מיר קענען אים נישט לאזן פאלן"! כולנו למערכה! אה עפעס זעה איך שוין, מען רעדט פון א מערכה. אה, אקעי. איך זוך די חתימה פון 'פרטים יבואו', אבער דאס מאל זעה איך בלויז אין קליינע אותיות: "גראפיקס געמאכט ביי הדר טייפרייטער". נא גוט, אבי א איד האט פרנסה איבערן טאג.
מען האלט שוין חודש שבט, און שפאגל נייע פלאקאטן הענגען. נישט איינס, נאר 3 ביינאזאם, אלע אביסל ענליך איינס צום צווייטן, די זעלבע THEME, אבער ביי איטליכע איז אן אנדער פאראגראף גרויס. דער ערשטער קוויטשעט: "טייערע ברודער! ווי קענען מיר לאזן א היימישן איד פאלן? מיר מוזן אים העלפן יותר מכפי היכולת"! דער צווייטער שרייבט מיט יללות: "מיר אלע וועלן זיך משתתף זיין בגוף ובממון בסכומים אדירים, אן קיין אויסנאם"! דער דריטער שרייבט שוין מער פרטים, וועלכע איז פארשפראכן געווארן א חודש צוריק אויפן "פרטים יבואו" צעטל: א איד א תלמיד חכם מיט א שטוב פון 17 קינדער (?), אלע יארן זיך געפלאגט על התורה אין כולל (??) און די אויסגעמוטשעטע אויסגעהארעוועטע מאמע האט אין די זייט פרובירט אריינברענגען און צוהעלפן מיט ברויט אין שטוב (???) און יעצט האט מען ליידער אפגעזאגט די מאמע פון איר פאסטן, און מען קען אפזינגען דעם ערשטן חלק איש חסיד היה בלי מזון ומחי', ליידער זינקט ער אין טיפע חובות (????) און עס שטייען שוין 3 קינדער אין די רייע פאר א שידוך (?????). אלזא האט רחמנות, לייגט צו א פלייצע, און יעדער איינער בלי שום יוצא מן הכלל אין שטאט זאל זיך פארזאמלען צו די מסיבת "ראטעוועט דעם בריק" אין שטוב פון 'מר. שטופעניש' (*) אין 2 וואכן ארום, וועלכע וועט פארקומען לרגל זיין חנוכת הבית. הייסע קאטשעניו אן פיש וועט סערווירט ווערן צו יעדנ'ס געשמאק.
נאך א וואך שפעטער, זעה איך קלעבן "בלויז איין וואך פארבליבן! רעזעווירט דעם אווענט! קיינער אין שטאט טאר נישט פעלן"!!! און פון טאג צו טאג ווערן די געמיטער מער אנגעהיצט, לוח המודעות און די לאקאלע בולעטינ'ס זענען פול, אלע גאסן לעמפ האבן זיך אנגעטון דעם פלאקאטן בגד, בבחינת לבשי בגדי תפארתך עמי, אלע הייוועי מחיצות זענען באהאנגען מיט 36 פלאקאטן כנגד עפעס א שם קדוש, טאוולען זענען אריינגעשטעקט אין דער ערד, אויף די ווענט פון עטליכע בנינים, מען קען נישט האבן שמירת עינים, מען איז געצווינגען צו ליינען די אלע מעכטיגע טאוולען. אפילו אויף דער ערד האבן עטליכע ארויפגעספרעיט "ברבבותינו"!
והנה, דער טאג דערנענטערט זיך, יעצט שרייען די פלאקאטן "מחר יהיה האות הזה"! מיר וועלן ראטעווען דעם בריק און נישט איר לאזן הונטערברעכן! עס ווירבעלט אין די מאסן, אלע צייטונגען פארשפרעכן אז דאס איז דער געשפרעך ביי יעדן אין שטאט, און אז יעדער דרייעט זיך ארום מיט א דערהויבענעם געפיל צו העלפן אונזער טייערע חבר, א איד א ת"ח, פון אונטערברעכן ח"ו.
און ענדליך, אט שטייען מיר דא! דער לאנג-ערווארטעטער טאג איז אנגעקומען! זה היום עשה ה'! היינט גייט פארקומען ביים חנוכת הבית דער מסיבה הגדולה והקדושה "ראטעוועט דעם בריק". יעדנס בלוט פרעשור איז געהעכערט, אין מקוה טענה'ט מען זיך ארום, איינער פון די עסקנים פארענטפערן אלעמענ'ס קשיות. א שטייגער ווי: "אנה יכנס כל הפשתן הזה? ווי וועט אריינפיטן די גאנצע שטאט אין מר. שטופעניש'נס "גרויסע" דיינינג רום?" דער תירוץ: "אז עס איז פאראן פלאץ אין הארץ איז דא פלאץ אפילו אויף א שפיץ פון א נאדל!" נו אודאי. אויף דעם האט קיינער נישט וואס צו ענטפערן. גערעכט איז גערעכט. ווי תורה דארט חכמה...
די פלאקאטן ארום דעם סינק איז גענצליך אקופירט מיט די מסיבה, מיט ריזיגע שרעקעוודיגע קידוש-החמה אותיות: "היום"! אויף איין צעטל שטייט אויסגערעכנט איבער 20 נעמען, א דריטל פון די מתפללי ביהמ"ד זענען אונטערגעשריבן, להגדיל הטראסק און ארויסברענגען ווי וויכטיג עס איז באמת, אין קעיס איך גלייב נישט די אלע פלאקאטן. אינטרעסאנט, נעכטן האב איך געזעהן אינעם ביהמ"ד אויפן אנדערע גאס אונטערגעשריבן האלב פון זייערע מתפללים. אזויפיל אונטערשריפטן, באלד מער ווי אלע פעטיציעס אין די לעצטערע יארן.
איך קום ארויף אין ביהמ"ד הגדול, שטייען 17 עסקנים און טיילן קארטלעך פאר יעדן איינעם, אין אלע סארט קאלירן. "צו וואס דארף איך א קארטל?" פרעג איך אים, "עס ליגט מיר שוין איינגעקריצט אין הארצן, און אפילו אויב איך וויל קען איך נישט פארגעסן פון די מסיבה!" אבער דאך, פשוט אלס "עזוב תעזוב" אים גרינגער צו מאכן פון זיין שווערן פעקל, נעם איך איבער א קארטל. הכל ריוח (ויש גורסין הכל רעטעך). "שמעקעדיג, איך האף דיר פערזענליך צו באגריסן" זאגט מיר איינער - א פריש געווארענער טעמפארערי עסקן - וואס מיינט איך בין זיין פרענד, און ער גיט מיר אזא קלאפ אויפן פלייצע, "עס וועט מיר פערזענליך זיין א כבוד דיר צו זעהן דארט"!
איך גיי אריין אינעם היכל הביהמ"ד, עפעס איז אנדערש ווי יעדן טאג, אה, אויף אלע טישן ליגן אויסגעלייגט קאלירפולע בראשורן, מיט בילדער פון בריקן מיט פעקלעך און וואסער, שוין דא וואס צו קוקן היינט ביי די הויכע שמו"ע. איך האף אז דער גראפיקער וועט געבן דעם שענסטן נדבה, יענער האט דאך זיכער געמאכט אן אפותיקי און איז ארויס כולו ריוח.
בעפאר דעם שיר של יום, דערהערט זיך אפאר געזונטע זעצעס אינעם בימה, און איינער מיט לאנגע פיאות און מיט א אויסגעדארטן האלב-באסאווע-האלב-הייזעריגע שטימע נעמט זיך וויינען אויפן מצב, און פאדערט אויף (ברשות הגבאים שטייצעך) "איש בל יחסר"! מיר קענען עס נישט צולאזן! ממש א קאטאסטראפע וואס שטייגט איבער אלע אנדערע מסיבות! יעדער זאל זיך משתתף זיין אן קיין תירוצים מיט לכה"פ 200 דאלער! וכל המוסיף מוסיפין וכו', א.א.וו.
* * * * *
וואס טראכט איר, רבותי, איז געווען דער סוף? איר מיינט איך בין געגאנגען זיך צאמשטופן אין יענעם דיינינג רום עסן פעטעיטע קוגל פון די שכנ'טע? באמת האב איך לכתחילה, אום ר"ח טבת, געטראכט צו געבן 500 טאלער פאר אזא וויכטיגער צוועק, אבער מיט יעדע וואך וואס מען האט מיר דעם קאפ פארדרייעט זענען מיינע הבטחות אין הארץ פארקלענערט געווארן, ביז כ'האב ממש גענידערט צו זערא! סאו מאטש סאו פאר די 'געניטע עסקנים' וועלכע ווייסן ווי אזוי צו "באארבעטן דעם ציבור"....
כדי איר זאלט אבער נישט מיינען אז כ'האב ממש גארנישט געגעבן, וועל איך צוענדיגן די מעשה (שלא היה). א טאג נאכדעם זענעם ארומגעגאנגען אינגעלייט מיט אזעלכע פענסי ראפעל בוכער מיט סאפיסטיקירטע ווייערלעס קרעדיט קארד מאשינקעס, כדי איינצומאנען פון די וועלכע האבן זיך 'משום איזה סיבה' נישט געקענט באטייליגן נעכטן, און אנטייל נעמען אין די מסיבה של מיצווע. איך האב געגעבן א גאנצן דאלער (!) און געוואונטשן הצלחה. ווען זיי האבן געבעטן "אפשר האב איך א קרעדיט קארטל" האב איך אויפגעמאכט א מויל אויף זיי, און זיי ארויסגעפרינט א קאפיע פון
פרישער'ס ארטיקל, און זיי האבן אפגעיאגט פון דארט באצייטנס.
די העפי ענדינג? יא, די פעקלעך און די אויטאס אונטערן צובראכענעם בריק האבן קיינמאל נישט אויסגעספיעט אריינצופאלן אין וואסער און דערטראנקען ווערן! ניטאמאל זענען זיי נאס געווארן! זיי זענען געבליבן שטיין אין דער לופטן אויפן פלאקאט גענוי ווי אום ר"ח טבת, אפילו נאכן שיסן די טאוולען אין מיסטקאסטן. מיר האבן זיי געראטעוועט!! עס איז געווען א סוקסעס! און ווי די צייטונגען האבן באריכטעט 2 וואכן דערנאך, איז עס נאך אלץ געווען דער געשפרעך פון טאג!!
THE END
(*) נעמען פיקטיוו צוליב גילוי.