בלאט 11 פון 11

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 5:55 pm
דורך [NAMELESS]
די ערשטע מיינט א שיסער - rifle בלע"ז ( די צווייטע קען זיין מלשון רב, רבי וכדו', מ'ספעלט עס נאר ענליך).

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 5:55 pm
דורך [NAMELESS]
רובא דרובא שרייבן רובא דרובא
מיעוטא דמיעוטא שרייבן רובה דרובה.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 1:01 am
דורך ליפא
''איך האב נישט קיין פראבלעם מיט עס'', שרייבט איינער דא. עס גרילצט. נוץ ''דערמיט'' אנשטאט 'מיט עס'

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 1:05 am
דורך ליפא
אזוי אויך שרייבן אסאך: ''פאר דעם זאגט ער'', ווען ''דערפאר זאגט ער'' הערט זיך סך בעסער. יענע זעלבע וועלן שרייבן ''פאר דעם'' ווען זיי ווילן זאגן ''בעפאר דעם''.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 2:14 pm
דורך לאשיצער
ליפא האט געשריבן:יענע זעלבע וועלן שרייבן ''פאר דעם'' ווען זיי ווילן זאגן ''בעפאר דעם''.

וואס איז דער מער מיט "פאר דעם"? אין אסאך אידישע דיאלעקטן איז דאס ווארט "בעפאר" נישטא.
דרך אגב ס'איז דא אױך א וויכטיגער אונטערשייד צװישן "פאר אים" (מיטן טראפ אויף "פאר" מיינט מען "before/in front of him", למשל "איך שטיי פאר אים אין דער ריי", נישט הינטער אים) און "פאר אים" (מיטן טראפ אויף "אים" מיינט מען "פאר זיינעט וועגן, לטובת אים", נישט פאר קיין אנדערן).

אסאך שרייבן דא "פאר ער איז געגאנגען..." מיר קלינגט בעסער׃ "איידער ער איז געגאנגען...". וואס מיינט מען?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 2:23 pm
דורך ליפא
געמיינט צו זאגן אז זיי נוצן ''פאר דעם'' סיי פאר 'דערפאר' און סיי פאר 'איידער', אזוי אז ווען מ'ליינט זיי קומט עס ארויס נישט פראפעשינאל געשריבן.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 2:26 pm
דורך לאשיצער
ליפא האט געשריבן:געמיינט צו זאגן אז זיי נוצן ''פאר דעם'' סיי פאר 'דערפאר' און סיי פאר 'איידער', אזוי אז ווען מ'ליינט זיי קומט עס ארויס נישט פראפעשינאל געשריבן.

אקיי פארשטאנען. איך בין מסכים.

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 1:25 pm
דורך שמעקעדיג
עטליכע ניקס האבן זיך שוין באנוצט מיטן אויסדרוק "דברים כדברונות".
דאס איז א גרויסע טעות, דער ר' קומט בעפאר דעם ב', כזה: דברים כדרבונות. וסימנך "דארווין".

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 1:36 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:עטליכע ניקס האבן זיך שוין באנוצט מיטן אויסדרוק "דברים כדברונות".
דאס איז א גרויסע טעות, דער ר' קומט בעפאר דעם ב', כזה: דברים כדרבונות. וסימנך "דארווין".

אכן, דברי דארווין הם דברים כדרבונות...

[אזוי וואלט [tag]יאיר[/tag] געזאגט].

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 3:51 pm
דורך [NAMELESS]
דברים כדברונות דארף צו זיין מער מליצה'דיג, ווייל די טייטש פון דרבנות (א שטעכעדיגע נאדל, איא?) קומט נישט אייביג אריין.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 12:47 am
דורך לאשיצער
אנגעצינדען, אנגעצינדן, אנגעצונדען... ווי דארף זיין דער אויסלייג?
האט נאך איינער באמערקט אז אין קאווע שטיבל שרייבט זיך דאס ווארט אויף דרייערליי אופנים?
screenshot.png
screenshot.png (24.7 KiB) געזען געווארן 3456 מאל

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 1:34 am
דורך יואב
לאשיצער האט געשריבן:אנגעצינדען, אנגעצינדן, אנגעצונדען... ווי דארף זיין דער אויסלייג?
האט נאך איינער באמערקט אז אין קאווע שטיבל שרייבט זיך דאס ווארט אויף דרייערליי אופנים?
screenshot.png

לול. ריכטיג איז "אנגעצונדן".

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 2:18 am
דורך ישראל קאפקע
אנגעצינדן נראה לי.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 2:37 am
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע האט געשריבן:אנגעצינדן נראה לי.

ישראל קאפקע: לכאורה איז יואב גערעכט. ווען איך זאג א לשון הווה, איז שייך צו ספעללן..."צינד" אן. אבער א לשון עבר "פעסס'ט טענס שרייבט מען מיט א "וואוו"...!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 2:41 am
דורך berlbalaguleh
יואב: אין מיין לעקסיקאן איז דא גרויסער חילוק פון דעם ווארט..."ריכטיג"... און דעם ווארט..."אויפ-ריכטיג"...ס'איז צוויי גאר באזונדערע זאכן.
דאס ערשטע מיינט, ריכטיג. צו דער זאך....דאס צווייטע מיינט,...אמת'דיג...!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 10:27 am
דורך לאשיצער
berlbalaguleh האט געשריבן:יואב: אין מיין לעקסיקאן איז דא גרויסער חילוק פון דעם ווארט..."ריכטיג"... און דעם ווארט..."אויפ-ריכטיג"...ס'איז צוויי גאר באזונדערע זאכן.
דאס ערשטע מיינט, ריכטיג. צו דער זאך....דאס צווייטע מיינט,...אמת'דיג...!

ס'איז דא א ווערטל: בעסער אן אפענער פיינד איידער א נישט אויפריכטיגער פריינד. (א נישט אמת'דיגער, נישט עכטער)

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 11:46 am
דורך mevakesh
ביי אונז וואלט מען געזאגט פאלשער פריינד

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 12:23 pm
דורך יואב
אמת, אויפריכטיג מיינט sincere.  אנדערש ווי פארריכטן דעם אויסלייג פון "אנגעצונדן", איז מיין גאנצע תגובה געווען געשריבן  אומפארמאל און נישט אין פלאץ.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 12:27 pm
דורך יואב
berlbalaguleh האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:אנגעצינדן נראה לי.

ישראל קאפקע: לכאורה איז יואב גערעכט. ווען איך זאג א לשון הווה, איז שייך צו ספעללן..."צינד" אן. אבער א לשון עבר "פעסס'ט טענס שרייבט מען מיט א "וואוו"...!

אזוי האב איך אמאל געזען אין יידישע ווערטער-ביכער, און עז פאר איך דענק פון ביכער וואס כ'האב געלייענט אין אידיש איז דאס אזוי.

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2016 12:09 pm
דורך ברסלבער
אין די מעלות/מאמע לשון חודש שבט רעדן זיי איבער שטעט, אויב מען דארף צולייגן אן אויבערשטרעכל ווען מען רעדט דערפון. צי מען שרייבט ברסלב'ער אדער ברסלבער.
זיי שרייבן אז די סיבה פארוואס מען לייגט אויס די שטאטישע נעמען אויף א לשון הקודש'דיגע וועג איז נאר ווייל מען האט עס אזוי געשריבן אין די אלטע שו"ת ספרים אדער אין כתובות, אין די צייט ווען אידיש האט נאכנישט געהאט קיין געהעריגע כללים, אבער באמת וואלט מען זיי געדארפט אויסלייגן אין אידיש, און דעריבער קומט נישט קיין אויבערשטרעכל.
וואס זאגן אונזערע מבינים דערצו?

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2016 12:19 pm
דורך [NAMELESS]
איך זאג, אז אויב גייט מען לויט די אידישע כללים דארף מען שרייבן 'ברעסלאווער' [אדער ברעסלעווער]. אויב שרייבט מען 'ברסלב' אין א לשה"ק'דיגן אויסלייג, דאן דארף מען זיכער שרייבן ברסלב'ער.

משא"כ סאטמאר וויזשניץ וכו', וואס איז זעלבסט אויסגעלייגט לויט די אידישע כללים, שרייבט מען סאטמארער וויזשניצער וכו' אן א שטרעכל אינדערמיטן.