בלאט 14 פון 55

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:44 am
דורך געפילטע פיש
איציק האט געשריבן:קוועטש די 'פרינט' קנעפל.

פיינע עצה! :like

און שמעקעדיג, די סיבה פארוואס זיי טוען עס איז לכאורה ווייל זיי מאכן געלט יעדע מאל די פעידזש, מיט די עדווערטייזמענטס, לאודט זיך. אדער אז זיי קענען ווייזן פאר זייער קליענטן\עדווערטייזער, וויפול פעידזשלאודס זיי האבן פער חודש, און אזוי באקומען זיי 50 אנשטאט איינס. (נישט קיין תירוץ, נאר א הסבר)

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2014 12:13 am
דורך משה געציל
א מין משוגעת דאס נישט לאזן א צווייטן פארקן! מיינע בלינקער לעמפלעך צייגן אז איך וויל מיך ציהן צו רעכטס, א יא? פארוואס רוקסטו זיך צו ביזן באמפאר און נעמסט זיך פייפן ווי אינעם ניינטן חודש?!
הרינו מקבל עלי בל"נ, לעילו נשמת ר' מנחם שטארק הי"ד, מהיום והלאה לאזן אנדערע פארקן.
ביטע סיינטס די פעטיציע עס זאל נישט זיין קיין חשש גילוי...

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 11:23 pm
דורך ונבנתה העיר
שוין לאנג געוואלט שרייבן! און היינט נתעורר געווארן פון הערשי'ס תגובה!

דאס איבער-באנוץ פון סימני קריאה [exclamation marks] איז שוין אריבער יעדע גבול!

אהן אריינגיין אין די אונטער-ליגנדע פסיכאלאגיע'ס [וואס מען קען דרש'ענן בכמה אנפין!], האב איך אלץ באקומען די געפיהל ווי די דינע שטראך האט מיר נארוואס פארבינדן מיט'ן מקור הטפשות והסכלות! און ווען עס רעגענט, גיסט!

כלל זה נקוט בידך! - א גאר אקוראטע איי קיו מעסטער! - פאר יעדע סימן קריאה רעכענט אראפ 10% פון די עוורידש איי קיו נומער! און אט האט איהר א פונקטליכע טפשות סקאר פון דעם שרייבער!

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 12:34 am
דורך משה געציל
גאט די מעסעדזש! ך'הער אויף שרייבן!

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 3:44 pm
דורך ונבנתה העיר
בלי נדר ובלי שבועה, אבל יש כאן אלה וקללה, נאך איינמאהל איך הער דעם רבינ'ס משל פונעם צינדער און לעשער וועט יענער ווערן די נמשל...

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 4:05 pm
דורך שמעקעדיג
ונבנתה, אין עונשין אא"כ מזהירין, ביטע עקספלעין וואס שטערט דיר דארט אזוי שטארק?

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 4:07 pm
דורך איך אויך
עס איז ווי די גע'אסרטע 'ווער עס פארשטייט פארשטייט' עס איז א לחש פאר ווען מען האט נישט וואס צו שרייבן/ענטפערן.

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 4:11 pm
דורך שמעקעדיג
עס רעגט מיר געפערליך אויף אז איך באשטעל געוויסע אייטעמס - בעיקר מאכט זיך עס ביי פורניטשער (א בענקל, א טישל), אבער אנדערע זאכן זענען פונקט אזוי גלטי - און אנשטאט מען זאל קענען צוזאמענשטעלן דעם פראדוקט אין 5 מינוט, קען עס נעמען א שעה און אפילו צוויי אדער נאך לענגער! צענדליגער סקרוס אין פיציעלע בעגס, מיט קאמפליצירטע אינסטרוקציעס, ס'רוב מאל דארף מען נעמען הילף פון איימיצן, האלט אן רעכטס, שטופ לינקס, אוי ס'נישט גוט, פרוביר נאכאמאל... למעשה וואלטן רוב זאכן געקענט קומען שוין אריינגעשטעלט אויף זייער פלאץ און ביז אפאר מינוט זאל אלעס זיין לא-ל גומר עלי, דערווייל מאכן זיי די קאסטומערס פרוסטרירט און ברענגען אן זייער צייט, אנשטאט שרייבן אין שטיבל איז מען ביזי האקן/שלעפן/שטופן/שעלטן/איבערמאכן.... נישטא קיין שום עקסיוז בעולם אויף די עוולה!

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 4:13 pm
דורך איך אויך
וועלקאם טו די אייקיע קלאב. געב א זוך אויף גוגל עס זענען דא זיסע קארטונס דערויף.

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 8:00 pm
דורך berlbalaguleh
משה געציל האט געשריבן:א מין משוגעת דאס נישט לאזן א צווייטן פארקן! מיינע בלינקער לעמפלעך צייגן אז איך וויל מיך ציהן צו רעכטס, א יא? פארוואס רוקסטו זיך צו ביזן באמפאר און נעמסט זיך פייפן ווי אינעם ניינטן חודש?!
הרינו מקבל עלי בל"נ, לעילו נשמת ר' מנחם שטארק הי"ד, מהיום והלאה לאזן אנדערע פארקן.
ביטע סיינטס די פעטיציע עס זאל נישט זיין קיין חשש גילוי...

אין די היימישע געיגנטער קען עס יא זיין א חשש גילוי, ווייל דו ביסט דער איינציגסטער וואס פיהרט זיך אויף מענטשליך. ממילא ביסטו בולט. :lol: :roll: :x :P :oops: :o

נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2014 11:55 pm
דורך אלמודד בן הכנענית
שווערע גראבע לעכער אויף ניו יארק סיטי שאסייען זענען שוין כמעט אזוי נארמאל ווי בייק לעינס. מ'רעדט זיך שוין כמעט נישט אפ דערויף. די טעם מאטאריסטן שפירן בשעת ס'קאר הייבט אריין פרייע קעדאטשקעס, איז ווי אין א דריטע וועלט לאנד. פארגעט עבאויט די פארשאלטענע פעטהאללס. משוגענע סיטי נאך פון די בלומבערג ערא.

די וואך בין איך אבער דורכגעפארן אויפן בי קיו אי, און איינער -- ניטאמאל געפארן שנעל -- האט געכאפט א פלעט טייער פון א זינלאזן גרוב. דאס איז ממש חוצפה צו א קלימאקס. ווייסט איינער צו מ'קען סוען די סיטי? א חברים מעמבער פון וויליאמסבורג -- וואס אגב לשבחם איז כדי ארויסצוברענגן ווי שנעל זיי האבן רעספאנדעט -- זאגט מיך פלעט טייערס אויפן בי קו אי ווערט א נארמאלע ערשיינונג. עקסיוז מי! מ'לעבן מיר דא אין זימבאוויע? נישט גענוג די ווילדע טאנצערייען אויף די צעפילדלטע צוזעצטע ראודס, האלט דאס שוין אזש ביי א לעוועל אז מ'ברויך ריזיקירן די רעדער ביי א טריפ פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק? לי יהא מ'זאל קענען סוען די סיטי, רעגט מיך ווייטער אויף. פאר סועראציעס דארף די דרעקישע סיטי צאלן אירע געלטער? אנבעשמיוועבל!

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 12:49 am
דורך קאווע טרינקער
בעסער אזוי, די היימישע ווייסען שוין וואו די לעכער זענען, זאלן די אויסלענדישע זיך צולעכערען די רעידער ווי איידער קאנסטראקציע אויפן BQE פאר די קומענדיגע צוויי יאר.

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 1:12 am
דורך שמעקעדיג
איך האב היינט אויך געכאפט אזא זעץ מיטן קאר אויפן BQE פון א פאטהאול אזש דער קאר ווארפט זיך נאך יעצט ווי א מפרכס. פארשאלטענע סיטי. געז טעקס? יא, פארקינג און טרעפיק טיקעטס? ביג טיים! צאלן יעדן יאר צוויי אינספעקציעס רעגיסטראציעס און פלעיטס? יו בעט! באקומסט עפעס פאר דעם? נעוואדע, א גוטן שטויס.

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 2:47 am
דורך דער (פינטעל) איד
ווי קומט דער bqe צו נעוואדע. ביזט שיכור?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 12:48 am
דורך petergrifin
קאווע טרינקער האט געשריבן:בעסער אזוי, די היימישע ווייסען שוין וואו די לעכער זענען, זאלן די אויסלענדישע זיך צולעכערען די רעידער ווי איידער קאנסטראקציע אויפן BQE פאר די קומענדיגע צוויי יאר.


צװײ יאר און דעטס איט? הלװאי. איעדע קאנסטראקשען פאזע נעמט כאטש צען יאר און נאכדעם לאזט מען די װאסער שפריצן אויבן אז ס׳זאל
רינען אונטען שמוציגע װאסער פאר נאך פינעף יאר אײדער מען עפענט די הײװעי.

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:37 pm
דורך גיבור
איך האב אפגעשריבן א לאנגע תגובה ווען איך דרוק "שיק" האב איך זיך געדארפט נאכאמאל איינסיינען , נאכן זיך איינסיינען האב איך זיך געטראפן מיט א ליידיגע תגובה ,
מיין גאנצע ארבייט איז געגאנגען לטמיון !

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:55 pm
דורך איש עברי
גיבור האט אפגעשריבן א לאנגע תגובה און וויבאלד סהאט זיך פארמעקט האט ער עס נישט איבערגשריבן

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 2:06 pm
דורך גיבור
איש עברי האט געשריבן:גיבור האט אפגעשריבן א לאנגע תגובה און וויבאלד סהאט זיך פארמעקט האט ער עס נישט איבערגשריבן

פונקט אזוי !

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 2:23 pm
דורך געפילטע פיש
גיבור האט געשריבן:איך האב אפגעשריבן א לאנגע תגובה ווען איך דרוק "שיק" האב איך זיך געדארפט נאכאמאל איינסיינען , נאכן זיך איינסיינען האב איך זיך געטראפן מיט א ליידיגע תגובה ,
מיין גאנצע ארבייט איז געגאנגען לטמיון !

נעקסט טיים נוץ די בעק קנעפל, אדער אויב יענע טעב איז נאך אפען קענסטו נאכאלץ פראבירן.

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 2:36 pm
דורך גיבור
איך האב ביידע פרובירט , אין קול ואין עונה !
פארשווינדן ווי אין וואסער אריין !

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 3:10 pm
דורך מ גפני
ס'יז זיכער די ארבעט פון די סיטי, בלעים זיי דערויף

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 5:18 pm
דורך געפילטע פיש
גיבור האט געשריבן:איך האב ביידע פרובירט , אין קול ואין עונה !
פארשווינדן ווי אין וואסער אריין !

די NSA האט זיכער א קאפי דערפון, קענסט זיי בעטן.

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 5:20 pm
דורך ברסלבער
איך האב עס אויך געהאט עטליכע מאל. זינט דאן ווען איך וויל שרייבן א לענגערע זאך שרייב איך עס אויף ווארד אדער גוגל דרייוו, און דערנאך ליפער איך עס אריבער אין שטיבל אריין.