בלאט 15 פון 55

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 7:59 pm
דורך שטילע אינגערמאן
כ'האב היינט אינמיטן טאג באקומען א טעלעפון קאל פון מיין ווייב, מיט א דערשטיקטע שטימע זאגט זי מיך איך זאל שנעל קומען צו דער איך דער אדרעסס. ס'איז מיר גוט געווארען, כ'האב נישט געוויסט וואס צו טראכטען, ב"ה ס'איז א גאס אוועק פון מיין אפיס, כ'בין ארויס געלאפען פון אפיס (די ערשטע מאל אין מיין לעבן איך בין געווען אויפן גאס אן א רעקל) איך קום אן צום אדרעס זעה איך א בהלה איך לויף אהין אין איך זעה מיין רעבעצין ליגן אויסגעשטרעקט אויפן ערד ווי א פגר. אפאר פרויען ארום זי קוקן זי אן ווי זי וואלט געווען פארוקט קיינער נישט אן געפאלען צו פרעגן טאמער זי וויל א שלונג וואסער אדער רופן הצלה וגו' אבער דאס איז נישט מיין פראבלעם.

טאמער די עולם כאפט נאך נישט, מיין ווייב האט זיך אויסגעגליטשט צוליב א סעלפיש בארא פארק אנוואינער האט נישט געשארט די שניי.
וויל איך וויסען וואס לויפט אדורך יענעמ'ס קאפ ווען ער קומט ארויס אינדערפרי אין זעהט ס'האט געשנייט אין ס'איז גלוטשיק וואס טראכט ער?
1 איך געב נישט קיין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]?
2 כ'האף קיינער גייט זיך נישט אויס גליטשען?
3 ס'איז בכלל נישט גליטשיג?
4 די שניי גייט פון זיך אליין אוועק גיין?
5 באמערקט נישט די שניי?
6 האט נישט קיין כח צו שארן?
7 מיין ווייב וועט עס טוען שפעטער?
8 כ'וועל שארן ווען איך קום אהיים?
9 אסאך אנדערע שארן אויך נישט?

רבותי. אויף יעדער בלאק איז דא לכה"פ צוויי הייזער וואס זענען נישט געשארט, מ'דארף די מענטשען צובינדען אין אריין פראקען 9 מאל 9
וואס איז דער חוצפה? מ'זעהט ווי פרויען מיטשען זיך מיט די קעריד'ז, די אלטע מענטש מיטן שטעקן, קינדער טראסקענען ווי דאמינו'ז אלץ וויל די ביסט א סעלפיש חזיר.
טאמער איינער וועט פאלן אין זיך צוברעכען די ביינער אין וועט דיך קלאגען אין קאורט דעמאלטס ווערט יענער א שגץ א מסור.
די ווייסט אז אין די תורה שטייט ונשמרתם מאד לנשפותיכם...???? ס'איז ממש א בור ברה"ר. איך קען זאגן מיט א זיכערקייט די מענטשן שרייען ווען איינער רעדט אינמיטן הויכע שמו"ע, אין זוכט א הדר פאר א אתרוג איז מדקדק מיט אלע אנדערע קרעפ, אבער א משהו מענטשליכקייט? א נעכדיגע טאג...

נ.ב. יעצט דארף איך טוען אלע ארבייט אין די היים ווייל זי לוגט אין בעט. שקויח ר' איד איך בין אייך זייער דאנקבאר.

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 8:59 pm
דורך איך אויך
נו לייג א בילד און די קאוועשטיבליסטן וועלן יענעם שוין אויספראקן בדוק ומנוסה.

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 9:09 pm
דורך פיטומי מילי
דאס ביסטו [tag]שטילע אינגערמאן[/tag]?
שוין געקומען לידי גילוי, עמער זיך טרעפן מארגן אין מונקאטש

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 9:10 pm
דורך שטילע אינגערמאן
[tag]פיטומי מילי[/tag] הייליגע קיע

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 9:18 pm
דורך פיטומי מילי
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:[tag]פיטומי מילי[/tag] הייליגע קיע

!!!Haha

נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 6:56 pm
דורך טיטאניק
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:כ'האב היינט אינמיטן טאג באקומען א טעלעפון קאל פון מיין ווייב, מיט א דערשטיקטע שטימע זאגט זי מיך איך זאל שנעל קומען צו דער איך דער אדרעסס. ס'איז מיר גוט געווארען, כ'האב נישט געוויסט וואס צו טראכטען, ב"ה ס'איז א גאס אוועק פון מיין אפיס, כ'בין ארויס געלאפען פון אפיס (די ערשטע מאל אין מיין לעבן איך בין געווען אויפן גאס אן א רעקל) איך קום אן צום אדרעס זעה איך א בהלה איך לויף אהין אין איך זעה מיין רעבעצין ליגן אויסגעשטרעקט אויפן ערד ווי א פגר. אפאר פרויען ארום זי קוקן זי אן ווי זי וואלט געווען פארוקט קיינער נישט אן געפאלען צו פרעגן טאמער זי וויל א שלונג וואסער אדער רופן הצלה וגו' אבער דאס איז נישט מיין פראבלעם.

טאמער די עולם כאפט נאך נישט, מיין ווייב האט זיך אויסגעגליטשט צוליב א סעלפיש בארא פארק אנוואינער האט נישט געשארט די שניי.
וויל איך וויסען וואס לויפט אדורך יענעמ'ס קאפ ווען ער קומט ארויס אינדערפרי אין זעהט ס'האט געשנייט אין ס'איז גלוטשיק וואס טראכט ער?
1 איך געב נישט קיין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]?
2 כ'האף קיינער גייט זיך נישט אויס גליטשען?
3 ס'איז בכלל נישט גליטשיג?
4 די שניי גייט פון זיך אליין אוועק גיין?
5 באמערקט נישט די שניי?
6 האט נישט קיין כח צו שארן?
7 מיין ווייב וועט עס טוען שפעטער?
8 כ'וועל שארן ווען איך קום אהיים?
9 אסאך אנדערע שארן אויך נישט?

רבותי. אויף יעדער בלאק איז דא לכה"פ צוויי הייזער וואס זענען נישט געשארט, מ'דארף די מענטשען צובינדען אין אריין פראקען 9 מאל 9
וואס איז דער חוצפה? מ'זעהט ווי פרויען מיטשען זיך מיט די קעריד'ז, די אלטע מענטש מיטן שטעקן, קינדער טראסקענען ווי דאמינו'ז אלץ וויל די ביסט א סעלפיש חזיר.
טאמער איינער וועט פאלן אין זיך צוברעכען די ביינער אין וועט דיך קלאגען אין קאורט דעמאלטס ווערט יענער א שגץ א מסור.
די ווייסט אז אין די תורה שטייט ונשמרתם מאד לנשפותיכם...???? ס'איז ממש א בור ברה"ר. איך קען זאגן מיט א זיכערקייט די מענטשן שרייען ווען איינער רעדט אינמיטן הויכע שמו"ע, אין זוכט א הדר פאר א אתרוג איז מדקדק מיט אלע אנדערע קרעפ, אבער א משהו מענטשליכקייט? א נעכדיגע טאג...

נ.ב. יעצט דארף איך טוען אלע ארבייט אין די היים ווייל זי לוגט אין בעט. שקויח ר' איד איך בין אייך זייער דאנקבאר.

פארען אויספראקען קין שטיבעל וועט מען גאר נישט פארדינען
יא גיי קלאג אים אן
מאך פון אים גאטשעס
און מער וועט די שטאט זיי גערייניגט פון שניי ווי ערב פסח פון חמץ

נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 7:43 pm
דורך היימישער ליטוואק
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:כ'האב היינט אינמיטן טאג באקומען א טעלעפון קאל פון מיין ווייב, מיט א דערשטיקטע שטימע זאגט זי מיך איך זאל שנעל קומען צו דער איך דער אדרעסס. ס'איז מיר גוט געווארען, כ'האב נישט געוויסט וואס צו טראכטען, ב"ה ס'איז א גאס אוועק פון מיין אפיס, כ'בין ארויס געלאפען פון אפיס (די ערשטע מאל אין מיין לעבן איך בין געווען אויפן גאס אן א רעקל) איך קום אן צום אדרעס זעה איך א בהלה איך לויף אהין אין איך זעה מיין רעבעצין ליגן אויסגעשטרעקט אויפן ערד ווי א פגר. אפאר פרויען ארום זי קוקן זי אן ווי זי וואלט געווען פארוקט קיינער נישט אן געפאלען צו פרעגן טאמער זי וויל א שלונג וואסער אדער רופן הצלה וגו' אבער דאס איז נישט מיין פראבלעם.

טאמער די עולם כאפט נאך נישט, מיין ווייב האט זיך אויסגעגליטשט צוליב א סעלפיש בארא פארק אנוואינער האט נישט געשארט די שניי.
וויל איך וויסען וואס לויפט אדורך יענעמ'ס קאפ ווען ער קומט ארויס אינדערפרי אין זעהט ס'האט געשנייט אין ס'איז גלוטשיק וואס טראכט ער?
1 איך געב נישט קיין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]?
2 כ'האף קיינער גייט זיך נישט אויס גליטשען?
3 ס'איז בכלל נישט גליטשיג?
4 די שניי גייט פון זיך אליין אוועק גיין?
5 באמערקט נישט די שניי?
6 האט נישט קיין כח צו שארן?
7 מיין ווייב וועט עס טוען שפעטער?
8 כ'וועל שארן ווען איך קום אהיים?
9 אסאך אנדערע שארן אויך נישט?

רבותי. אויף יעדער בלאק איז דא לכה"פ צוויי הייזער וואס זענען נישט געשארט, מ'דארף די מענטשען צובינדען אין אריין פראקען 9 מאל 9
וואס איז דער חוצפה? מ'זעהט ווי פרויען מיטשען זיך מיט די קעריד'ז, די אלטע מענטש מיטן שטעקן, קינדער טראסקענען ווי דאמינו'ז אלץ וויל די ביסט א סעלפיש חזיר.
טאמער איינער וועט פאלן אין זיך צוברעכען די ביינער אין וועט דיך קלאגען אין קאורט דעמאלטס ווערט יענער א שגץ א מסור.
די ווייסט אז אין די תורה שטייט ונשמרתם מאד לנשפותיכם...???? ס'איז ממש א בור ברה"ר. איך קען זאגן מיט א זיכערקייט די מענטשן שרייען ווען איינער רעדט אינמיטן הויכע שמו"ע, אין זוכט א הדר פאר א אתרוג איז מדקדק מיט אלע אנדערע קרעפ, אבער א משהו מענטשליכקייט? א נעכדיגע טאג...

נ.ב. יעצט דארף איך טוען אלע ארבייט אין די היים ווייל זי לוגט אין בעט. שקויח ר' איד איך בין אייך זייער דאנקבאר.


איך האב זיך גטענה'ט מיט אזא איינעם, גיט ער מיר א זאג אז על פי דין איז דאס נישט זיין חיוב. דאס איז נישט קיין בור ברה"ר ווייל ער האט דאס נישט ארויסגלייגט. און אויך איז דאס נישט זיינס, עס איז הפקר.
זאג איך אבער דינא דמלכותא דינא!
זאגט ער, אז זיין דיין/רב האט אים גזאגט אז מזאגט נישט דינא דמלכותא דינא נאר בענינים הנוגעים אל המלך, און אויך נאר ביי א מלך נישט א דעמוקראטישע גאוורנמענט.
גייט טענה'ט זיך מיט אזוינע הייליגע יידן...

נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 7:45 pm
דורך דער (פינטעל) איד
איך האלט ווי ער. פלוצלינג ווערט דער דורכגייען אזא געזעץ היטער? וואס איז א הויז אייגענטומער שולדיג אז ס'האט געשנייט? ער האט אפגעקויפט דאס פלאץ ווי מ'גייט דערויף? נו אז אזוי איז דער געזעץ מיינט נאך נישט אז דו דארפסט עם אזוי שעלטן, דו האלטסט אויך נישט איין אלע געזעצן

נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 7:52 pm
דורך גאלד
היי יאר איז א אויסנאם, ס'שנייט מער רעגלמעסיג און ס'שווער צו אניאגן,
די לעצטע 10 יאר האט געשנייט בערך 2 מאל פער ווינטער, היי יאר האלט מען שוין ביים 9טן שניי צום גוטן
with no end in sight

נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 9:44 am
דורך שמעקעדיג
די שניי! עס רעגט מיר שוין אויף. אלעס האט א שיעור!

נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:49 am
דורך סאשי פיש
[tag]שמעקעדיג[/tag] דאס ביסטו?!....

נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 1:44 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:די שניי! עס רעגט מיר שוין אויף. אלעס האט א שיעור!

אינז קענמיר נישט זאגן פאר'ן באשעפער קיין דיעות וויפיל ס'איז דער שיעור און ווען ס'זאל סטאפן. :roll: :lol: :x :P :oops: :o

נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 2:01 pm
דורך ברסלבער
דוד גרינפעלד האט אריינגעגעבן א נייע געזעץ אז אנשטאט געבן הונדערט דאללער קנס פאר איינעם וואס האט נישט אויפגעשארט די שניי פאר זיין הויז. זאל די סיטי האבן ארבעטער וואס וועלן שארן די פלעצער ווי דער בעה"ב האט נישט געשארט, און די אייגענטומער זאלן עס דארפן באצאלן. עס וועט קאסטן פון $250 און ארויף, געוואנדן לויט די גרויס פון די פראפעטי.

נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 3:37 pm
דורך מאטי
ברעקינג!!!! מארגן גייט "נישט" שנייען.

נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 4:47 pm
דורך יין שרף
berlbalaguleh האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:די שניי! עס רעגט מיר שוין אויף. אלעס האט א שיעור!

אינז קענמיר נישט זאגן פאר'ן באשעפער קיין דיעות וויפיל ס'איז דער שיעור און ווען ס'זאל סטאפן. :roll: :lol: :x :P :oops: :o

אונזער באלעגאלע פרייט זיך פאר יעדן שניי טאג וואס ער האט OFF...

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 12:58 pm
דורך berlbalaguleh
אבער ווען ס'קומט צום פעי-טשעק, פריי איך מיך שוין נישט אזוי שטארק. אינז האבן געהאט נאר איין שניי-טאג דעיס יאר.אלע אנדערע טעיג זענען די באסעס געפאהרן נארמאל. ב"ה. :? 8-) :D ;) :x :P :oops: :cry: :o

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 9:10 am
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:די שניי! עס רעגט מיר שוין אויף. אלעס האט א שיעור!

אינז קענמיר נישט זאגן פאר'ן באשעפער קיין דיעות וויפיל ס'איז דער שיעור און ווען ס'זאל סטאפן. :roll: :lol: :x :P :oops: :o


מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די
עד שיבלו שפתותיכם מלומר די

ווען די צרות - אדער אפילו גוטס! - רינט איבער דאס מעסטל, שרייען מיר אלע "די"! גענוג איז גענוג.

וכפי שמסופר בגמרא (תענית כג.) אודות הברכה של ירידת הגשמים שנפעלה ע"י חוני המעגל — שכאשר ירדו גשמים בריבוי גדול ביותר (רוב טובה), התפלל חוני להקב"ה ואמר "עמך ישראל.. אינן יכולין לעמוד.. ברוב טובה.. השפעת עליהם רוב טובה אינן יכולים לעמוד"... כלומר, אע"פ שזהו "טובה", מ"מ כאשר הטובה היא בריבוי שלא לפי ערך, "רוב טובה", אזי "אינן יכולים לעמוד".

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 1:17 pm
דורך נולד מאוחר
אלמודד בן הכנענית האט געשריבן:שווערע גראבע לעכער אויף ניו יארק סיטי שאסייען זענען שוין כמעט אזוי נארמאל ווי בייק לעינס. מ'רעדט זיך שוין כמעט נישט אפ דערויף. די טעם מאטאריסטן שפירן בשעת ס'קאר הייבט אריין פרייע קעדאטשקעס, איז ווי אין א דריטע וועלט לאנד. פארגעט עבאויט די פארשאלטענע פעטהאללס. משוגענע סיטי נאך פון די בלומבערג ערא.

די וואך בין איך אבער דורכגעפארן אויפן בי קיו אי, און איינער -- ניטאמאל געפארן שנעל -- האט געכאפט א פלעט טייער פון א זינלאזן גרוב. דאס איז ממש חוצפה צו א קלימאקס. ווייסט איינער צו מ'קען סוען די סיטי? א חברים מעמבער פון וויליאמסבורג -- וואס אגב לשבחם איז כדי ארויסצוברענגן ווי שנעל זיי האבן רעספאנדעט -- זאגט מיך פלעט טייערס אויפן בי קו אי ווערט א נארמאלע ערשיינונג. עקסיוז מי! מ'לעבן מיר דא אין זימבאוויע? נישט גענוג די ווילדע טאנצערייען אויף די צעפילדלטע צוזעצטע ראודס, האלט דאס שוין אזש ביי א לעוועל אז מ'ברויך ריזיקירן די רעדער ביי א טריפ פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק? לי יהא מ'זאל קענען סוען די סיטי, רעגט מיך ווייטער אויף. פאר סועראציעס דארף די דרעקישע סיטי צאלן אירע געלטער? אנבעשמיוועבל!

www.vosizneias.com/155885/2014/02/20/new-york-ny-nyc-mayor-launchs-comprehensive-plan-to-battle-potholes/

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 4:49 pm
דורך berlbalaguleh
ר' היימישער ליטוואק: נעקסט טיים דו באגעגנסט דיין בעל ויכוח זאג איהם אז ביי דיר און ביי זיין דיין איז ער גערעכט. נאר ווען ער וועט באקריגן א סובפינע פון א מענטש וואס האט זיך אויסגעגליטשט אויף זיין פראפערטי זאל ער געיבן פאר'ן לויער דעם סעלל נאמבער פון דיין שליט"א. אין ווען ר'עט גיין פאר א היערינג אין קאורט זאל ער טענה'ן אז זיין ראביי האט געזאגט אז ער מוז נישט פוצן די שניי אין פראנט פון זיין הויז!... :roll: :twisted: :? :lol: :x :oops: :o

נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2014 2:00 pm
דורך גם כי אלך
ברסלבער האט געשריבן:דוד גרינפעלד האט אריינגעגעבן א נייע געזעץ אז אנשטאט געבן הונדערט דאללער קנס פאר איינעם וואס האט נישט אויפגעשארט די שניי פאר זיין הויז. זאל די סיטי האבן ארבעטער וואס וועלן שארן די פלעצער ווי דער בעה"ב האט נישט געשארט, און די אייגענטומער זאלן עס דארפן באצאלן. עס וועט קאסטן פון $250 און ארויף, געוואנדן לויט די גרויס פון די פראפעטי.



אצינד איז די פראגע צי דאס גרעניצט זיך נישט מיט פשוט'ע גניבה צו באשטימען אזא געזעץ וואס וועט אוועקנעמען טויזנטער אידישע דאלערן יערליך. קען זיין ער האט געפרעגט א דעת תורה, במושכל ראשון איז עס זייער נישט שיין פון אים, ענדערש זאל ער זיך זארגן אויף די שטאטישע פראפעטיס און פארקס זאלן ווערן געשארט.

נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2014 2:19 pm
דורך געפילטע פיש
ס'וועט נישט קאסטן קיין טויזענטער אויב די עולם פאלג וואס מ'דארף טוהן, און שארט די שניי ווי נארמאלע מענטשען. דו זארגסט זיך מער פאר אידישע דאלארן ווי פאר צובראכענע ביינער?

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 2:42 pm
דורך סאו וואט
שווער גע'ארבעט צו שארן דער שניי צוויי וואכען צירוק, קומט איינער, און געט זיך א קלאפ אפ דער פוס דארט פון דער שניי פון זיין שטיוועל....
העלאו, איין סעקאנד נאכדעם גייסטו צירוק אונעם שניי, וואס קלאפסטו אפ דיין פוס, נאכדעצו ווען יענער האט שווער גע'ארבעט...

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 3:53 pm
דורך שמעקעדיג
אזא שרעקליכע עוולה!
לאמיר דיר בארואיגן,
עס קומט נאך א שניי בקרוב, און דער פראבלעם וועט זיין א פארגאנגענהייט!
בברכת קיינמאל קיין ערגערס.