[center]פינף און צוואנציגסטע קאפיטל:
די שתדלנות און חכמה פון רבי שמעון שלום אמשינאווער אין יאפאן.[/center][center]פון ווילנא קיין יאפאן.[/center]ווי שוין אויבנדערמאנט, האבן זיך טויזענטער אידן [געשאצט ביי אריבער 30,000 אידן] געראטעוועט ביים צווייטן וועלטס קריג דורכן מאכן א וויזע קיין יאפאן, אונטער וועם זיי זענען שוין פארבליבן במשך דעם גאנצן מלחמה [דאס איז חוץ פון די ארום 2 און א האלב מיליאן (!) אידן וואס זענען געראטעוועט געווארן דורכן מאכן א סטאפ אין שאנכיי אויפן וועג צו אנדערע לענדער]. ס'זאגט זיך גרינג, אבער זיי זענען געווען אין א סכנה תמידית דעפארטירט צו ווערן, נאכדעם וואס די דייטשן - וואס זענען געווען אליאירט מיט די יאפאנעזער - האבן געלייגט דרוק פטור צו ווערן פון די 'פארשאלטענע אידישע ראסע'. רבי שמעון שלום האט געהאט א גרויס חלק אין זייער הצלה, ווי שפעטער דערמאנט.
למעשה זענען דארטן אנגעקומען די פאלגענדע ישיבות: תומכי תמימים ליובאוויטש, קלעצק, א חלק פון ישיבת חכמי לובלין, טעלז, א חלק פון נאווארדאק, קאמעניץ, און פארשטייט זיך - 'מיר'. די צוויי אנערקענסטע גדולי ישראל דארטן זענען געווען, רבי יחזקאל לעוונשטיין זצ"ל משגיח ישיבת מיר, און רבי שמעון שלום זצ"ל מאמשינאוו. ארום זיי האבן זיך די אידן גרופירט און געשעפט הויפענעס פון חיזוק. ווי פארשטענדליך, האבן די חסיד'ישע אידן זיך געדרייט ביי רבי שימעלע, ובפרט די תלמידי יח"ל - וואס ווי אויבנדערמאנט האט ער געהאט א גרויסע חלק אין זייער עצם רעטונג, וכמו"כ תלמידי ישיבת תומכי תמימים ליובאוויטש - וואס דער מהריי"ץ האט געזאגט פאר זיינע חסידים אז זיי זאלן זיך גענצליך פארלאזן אויף רבי שמעון'לע, נאכן זיין גאר נאנט מיט אים נאך אין אטוואצק - וואו זיי ביידע האבן געוואוינט ביזן קריג.
אבער נישט נאר די חסידים, נאר אפילו די ליטווישע זענען נמשך געווארן נאך אים ווי א מאגנעט [גענוג איז אנצומערקן, אז זיין בן יחיד - דער צוקונפטיגער אמשינאווער רבי ר' מאיר'ל, האט דאן גענומען פאר אן איידעם א ליטווישער עילוי - הגאון רבי חיים מיליקאווסקי, דער פאטער פונעם היינטיגן אמשינאווער רבי פון ארץ ישראל], זעענדיג אין אים אן איש אלקים, א חכם מחוכם, און איבערהויפט - א ליבליכער פאטער צו יעדן יחיד, מיט אן אוזן קושבת צו יעדנס צער און ווייטאג. און ער האט כסדר מחזק געווען די לבבות הנשברים, וואס האבן זיך ארומגעדרייט מיט א פחד פון מה יולד יום, ווען קיינער האט נישט געוואוסט וואס דער מארגן גייט ברענגען.
דא האט איר א ביישפיל פון א באשרייבונג (פלוס א בילד פון רבי שמעון שלום) פון הג"ר שמחה עלבערג, וואס האט אליינס מיטגעלעבט די מצב אין שאנכיי, וויאזוי דער אמשינאווער רבי האט אריינגעבלאזן א רוח החיים ביי אלעמען.
אזוי אויך זענען דארטן געווען טויזענטער יעקישע אידן, מערסטנסטייל נישט פרום ליידער, וואס זענען שוין געווען אפגעריקט צוויי דריי דורות פון אידישקייט, און רבי שמעון שלום איז געקומען רעדן צו זיי, און האט אפילו אסאך פון זיי מקרב געווען לאביהם שבשמים. זיי אלע האבן געקוקט אויף דעם פוילישן ראבינער מיט די גאנצע רבי'שע לבוש, מיט וואונדער, אבער נאכן קומען אין קאנטאקט מיט אים זענען זיי הערשט געוואויר געווארן וואספארא הייליגע איד דער איז, און זענען נתקרב געווארן צו אים.
[center]לפני שרים יתייצב - זיין חלק אין הצלת הכלל.[/center]ווען די אידן זענען אנגעקומען קיין יאפאן, האט מען זיי נאר געהאט געגעבן א וויזע אויף 10 טעג, און נאכדעם האט מען געדארפט באנייען דעם וויזא מיט גרויס שתדלנות פאר נאך צען טעג, וחוזר וחלילה. אדאנק רבי שמעון שלום'ס עסקנות האט מען באוויזן צו פארלענגערן זייער פארבלייבן אין יאפאן - אין שטאט
קובה. דאס איז צושטאנד געקומען נאך אן אפיציעלן אסיפה מיט די העכסטע יאפאנעזע רעגירונגס אויטאריטעטן, צווישן זיי דער אויסערן מיניסטער פון יאפאן. זיי האבן געמאכט אן אפיציעלן 'ריקוועסט' אז געוויסע פארשטייער פון די אידישע געמיינדע זאלן אריבערקומען צו זיי, צו זען וואס מען טוט בנוגע דעם 'יודנפראגע'. צווישן די נעמען איז געשטאנען אפיציעל דער נאמען פונעם אמשינאווער רבי, וואס איז געווען אן אנערקענטער אויטאריטעט און זיין נאמען איז אנגעקומען צו די הויכע פענסטער'ס.
נאכן 'אפיציעלן' באזוך, האבן זיי פארבעטן דעם אמשינאווער רבי, מיט א דאלמעטשער - דער יאפאנעזער פראפעסאר קאטסודזשי [קוצוג'י אין עברית] וואס האט זיך מגייר געווען נאכן קריג [ליינט
דא מער איבער אים], צו פארבלייבן אין צימער מיט א הויכראנגיגער מיניסטער, צו דורכטון די טענה פון די דייטשן אז מ'דארף פטור ווערן פון די אידן. יענער האט געשטעלט א פראגע צום רבי'ן, הלמאי די דייטשן האבן א טענה אז די אידן זוכן זיך משתלט צו זיין אויף די וועלט, און דערפאר האבן זיי אזא שנאה צו די אידן. ער האט מיט דעם אריינגעלייגט דעם רבי'ן אין א 'ספאט', ווייל סתם צוריקענטפערן אז די דייטשן זענען שונאי ישראל ללא סיבה וואלט נישט געארבעט. דער אמשינאווער האט אים געענטפערט, אז זיי האבן בעצם א שנאה צו אלע אזיאנער, וביניהם די יאפאנער, צוליב זייער פארשאלטענער ראסע טעאריע, נאר אלע אנדערע אזיאנער האבן א לאנד און מ'קען זיך נישט פארלייגן אויף זיי, אבער די אידן וואס זענען נע ונד אן קיין לאנד וכו' קען מען זיך גרינג פארלייגן אויף זיי. יענער האט אים געפרעגט מהיכי תיתי אזוי צו זאגן, פון וואו קען ער דאס אויפווייזן? האט אים רבי שמעון שלום אויפגעוויזן דורך א באשרייבונג אין א דייטשע צייטונג, ווי איינער אין א דייטשער קאנסול האט אין די 1930'ס געוואלט נעמען א יאפאנעזער פאר א ווייב, אבער מ'האט אים נישט געלאזט 'שמוציג' מאכן די הויכע דייטשע ראסע.
דאן איז די אייז אויפגעבראכן געווארן, און דער יאפאנעזער האט אנגעהויבן טרעפן געוויסע נאנטקייטן צווישן די יאפאנעזער און די אידן, ווי למשל אז די שינטו רעליגיע - וואס איז יענע תקופה געווען גאר שטארק אין יאפאן [און זיי זענען די וואס זענען אויפגעקומען מיטן 'קאמיקאזי' געדאנק, ואכמ"ל] - האט געוויסע טראדיציעס ענדליך צו די אידן, און אז ס'דא וואס טענה'ן אז די יאפאנעזער זענען פון די עשרת השבטים, און נאך ענדליכע זאכן... אלס תוצאה פון דעם, האבן זיי מסכים געווען אריינצונעמען די אידן צו זיך עמטליך פאר כמעט נאך א גאנצע יאר, און שפעטער זענען זיי פארטריבן געווארן קיין שאנכיי [נאכן פוירל הארבאר אטאקע], אבער קיינמאל נישט גע'הרג'עט געווארן ווי אין אנדערע מקומות.
[center]
א בילד פון יענער תקופה אין יאפאן: [/center] [center]
פון רעכטס צו לינקס: הרב משה שאצקעס, אמשינאווער רבי, פראפעסאר קוצוג'י, און הרב שלמה שפירא.[/center]
אן ענדליכן גירסא האב איך געהערט פון הגה"ח רבי שלמה קופיץ זצ"ל, אז ווען יענער האט געשטעלט פארן רבי'ן דעם 'יודנפראגע', האט אים דער רבי געענטפערט אז די דייטשן האבן פונקט אזוי פיינט די יאפאנעזער, און ווען זיי וועלן ענדיגן זייערע אנדערע מלחמות וועלן זיי זיך נעמען צו די יאפאנעזער. יענער איז געווארן אויפגעצארנט, און האט ארויסגענומען א רעוואלווער פון טאש זאגנדיג פאר רבי שמעון שלום, אז אזעלכע ווערטער גרעניצן זיך מיט פארראט, און אויב האט ער נישט קיין באזיס פאר זיינע ווערטער, דאן וועט ער אים הרג'ענען אויפן פלאץ, און די אנדערע אידן וועלן אויך טיילן דעם זעלבן גורל. דער רבי האט אים געענטפערט רואיג, אז די דייטשן זענען 'אנטיסעמיטן', דאס מיינט אנטי שם'יטן, דהיינו קעגן די אייניקלעך פון שם בן נח. ענק יאפאנעזער זענען אייניקלעך פון שם פונקט ווי אונז אידן, און דערפאר האבן זיי פונקט אזוי ענק אויך פיינט.
אלס ראי' לדבריו האט ער געזאגט, אז די אידן האבן דריי סימנים [עפ"ר] מיט וואס זיי זעען אויס פארקערט פון די דייטשן. די אידן האבן שווארצע האר, ברוינע אויגן, און זענען דורכשניטליך אביסל נידריג
[אגב, צוליב דעם האבן די אידן זיך שווער געקענט פארשטעלן ווי גוים ביים מלחמה. נאר געציילטע גליקליכע מיט אן 'אריער' געזיכט האבן זיך געקענט אויסמישן מיטן אלגעמיינער באפעלקערונג], לעומת זה די דייטשן האבן בלאנדע האר, בלויע אויגן, און זענען היבש הויך. דאס איז דער חילוק פון די אידישער ראסע און די 'אריער' ראסע. די יאפאנעזער האבן די זעלבע סימנים ווי די אידן, וויבאלד זיי זענען אויך אייניקלעך פון שם, און דערפאר האבן די דייטשן זיי אויך פיינט... עכ"פ דאס איז זיכער, אז אדאנק זיינע ווערטער זענען די אידן געראטעוועט געווארן פון הריגה אין יאפאן.
אין קומענדיגן קאפיטל: אין געטא אין שאנכיי, נאכן קריג אין אמעריקע.