בלאט 16 פון 22
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 1:30 pm
דורך איך אויך
זלמן ,דבריך דברים של טעם באשכול מלא שטויות.
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 1:52 pm
דורך שעפטל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ס'איז געווען אין די בילדער הרב מנחם סאוויץ שליט"א (מחבר ספר משמחי לב ועוד) א נאנטע תלמיד פון ר' אליה בער וואס ער טוט עפעס ביים בימה. וואס טוט עהר? עהר זאגט תהלים? זיין נאמען איז נישט דערמאנט.
מיינסט הרב מנחם צביאק שליט"א?? ער האט פארגעדאווענט מנחה
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: אויך זעה אויך הרב דאננער (נישט דונער און נישט קיין משפחה מיט די דונער'ס) שטייט ביים 'מייק', אבער איך זעה נישט די מעיאר פון לעיקוואוד הרב אקערמאן. וואס איז געשען, און ווער האט געדאנקט די פאליציי?
הרב דונער האט זיך באדאנקט פאר די פאליציי
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 2:38 pm
דורך דעת תורה
אז מען קוקט גוט קען מען זען ווי דער באריכט אויף jdn און דער באריכט אין בחדרי קומען פונעם זעלבן פארגעשריבענעם סקריפט, ביידע מיט איין ציל גרויס צו מאכן איינעם פון די הויפט משתתפים אין די עצרת. (צוליב די אחדות וואס הערשט יעצט שרייב איך נישט וועם איך מיין...)
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 2:41 pm
דורך זר זהב
JDN האט בכלל נישט געדעקט דעם לשמור ולעשות אין וויליאמסבורג
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 2:41 pm
דורך דעת תורה
שמעקעדיג האט געשריבן:
דאס אויסרופן נאכאנאנד, איבער 20 מאל אז מען זאל נישט ארום מארשירן מיט די טאוולען איז אויך געווען מאדנע. פארוואס דארף מען יעדע זאך איבערזאגן אזויפיל מאל. ווער עס האט נישט געפאלגט ביים 19'טן מאל, מהיכי תיתי אז ער וועט ביים 20'טן אויסרוף יא טוישן זיין מיינד. אזעלכע אויסרופן טוט סתם פארדרייען דעם קאפ פארן פשוט'ן באטייליגטן, וואס ווייסט נישט וואס דו ווילסט פון אים. מילא הצלה, דארף מען שרייען אויפן מייק, און אז די אומוויכטיגע זאלן אראפגיין פונעם אויבן-אן אפשר אויכעט, אבער אבי צו נוצן די מייק און אויסליידיגן דעם אינהאלט פון בויך איז לדעתי גענצליך איבעריג.
עס האט געהאט א טיפערע באדייט ווי סתם אויסרופן, אלעס איז געווען וויכטיגע חשבונות.
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 2:43 pm
דורך שרייבער
הו קער'ס וועם JDN וויל גרויס מאכן, ס'מאכט סיי נישט גרויס נאר אין די אויגן פון יענעם'ס אייגענע חסידים
דאס איז זיכער
דער נאמען פון רבינו יואל איז זיכער נתגדל ונתקדש געווארן, און ס'האט געוויזן אז ביי אזא זאך וואס ער האט געבלוטיגט מיט א אמת לייגט מען אוועק אלע דיפרענצן אין א זייט, זעט אויס די וואס בלוטיגן פארן אינטערנעט מיינען עס נישט אזוי אמת'דיג
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 2:46 pm
דורך בעריש
דעת תורה האט געשריבן:אז מען קוקט גוט קען מען זען ווי דער באריכט אויף jdn און דער באריכט אין בחדרי קומען פונעם זעלבן פארגעשריבענעם סקריפט, ביידע מיט איין ציל גרויס צו מאכן איינעם פון די הויפט משתתפים אין די עצרת. (צוליב די אחדות וואס הערשט יעצט שרייב איך נישט וועם איך מיין...)
איך דענק פאר א יאר ביים כינוס כלל ישראל האבן אויך די סייטס פראבירט גרויס צי מאכן איינער פון די אדמורים המשתתפים
סאיז נישט אזא שווערע כאפ ס'האט פשוט צי טאן ווער סאיז געווען און טשארדזש אויף די בילדער געכאפעריי....
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 2:47 pm
דורך שמעקעדיג
דעת תורה האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:
דאס אויסרופן נאכאנאנד, איבער 20 מאל אז מען זאל נישט ארום מארשירן מיט די טאוולען איז אויך געווען מאדנע. פארוואס דארף מען יעדע זאך איבערזאגן אזויפיל מאל. ווער עס האט נישט געפאלגט ביים 19'טן מאל, מהיכי תיתי אז ער וועט ביים 20'טן אויסרוף יא טוישן זיין מיינד. אזעלכע אויסרופן טוט סתם פארדרייען דעם קאפ פארן פשוט'ן באטייליגטן, וואס ווייסט נישט וואס דו ווילסט פון אים. מילא הצלה, דארף מען שרייען אויפן מייק, און אז די אומוויכטיגע זאלן אראפגיין פונעם אויבן-אן אפשר אויכעט, אבער אבי צו נוצן די מייק און אויסליידיגן דעם אינהאלט פון בויך איז לדעתי גענצליך איבעריג.
עס האט געהאט א טיפערע באדייט ווי סתם אויסרופן, אלעס איז געווען וויכטיגע חשבונות.
איך פארשטיי, מען האט שוין אויבן גערעדט דערפון. אבער דאס פארענטפערט נאך נישט מיין טענה.
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 2:52 pm
דורך דעת תורה
איז לאמיר דיר געבן איין משל.
ווען רז"ל איז אנגעקומען צום פראטעסט, איז פונקט געווען בין גברא לגברא, איצא האט שוין געהאט אפילו באדאנקט דעם רעדנער אבער ער איז עפעס שטיל געווארן פארן אויסרופן דעם נעקסטן, אפשר האט ער געדארפט בלעטערן אין זיין פאלדער זען וועמען אויסצורופן נעקסט. מרדכי אלעזר הירש איז געווארן ווילד מורא האבנדיג אז אויב עס וועט זיין שטיל ווען מהרז"ל וואקט ארויף דעם סטעיזש וועט עס נישט טויגן, איז ער צוגעלאפן צום מייק און אנגעהויבן אויסרופן די רוטינע הכרזות.
פארשטייסטו שוין פארוואס די הכרזות זענען באשאפן געווארן?
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 3:13 pm
דורך בעריש
דעת תורה האט געשריבן:איז לאמיר דיר געבן איין משל.

סאיז דאך געווען א דיעל אז משטעלט זיך נישט אפ ביי קיינעם האט ער זעט אויס דאס געוואלט איינהאלטען לחומרא...
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 3:22 pm
דורך בן תמליון
זעט דעם שפיטיווקער - שטיינמאן סומאטאכע מיט ווידיא און בילדער דא:
http://www.ladaat.info/article.aspx?artid=6278
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 3:26 pm
דורך זלמן זאפיר
דעת תורה האט געשריבן:איז לאמיר דיר געבן איין משל.
ווען רז"ל איז אנגעקומען צום פראטעסט, איז פונקט געווען בין גברא לגברא, איצא האט שוין געהאט אפילו באדאנקט דעם רעדנער אבער ער איז עפעס שטיל געווארן פארן אויסרופן דעם נעקסטן, אפשר האט ער געדארפט בלעטערן אין זיין פאלדער זען וועמען אויסצורופן נעקסט. מרדכי אלעזר הירש איז געווארן ווילד מורא האבנדיג אז אויב עס וועט זיין שטיל ווען מהרז"ל וואקט ארויף דעם סטעיזש וועט עס נישט טויגן, איז ער צוגעלאפן צום מייק און אנגעהויבן אויסרופן די רוטינע הכרזות.
פארשטייסטו שוין פארוואס די הכרזות זענען באשאפן געווארן?
ווען האדמו"ר מהר"א מסאטמאר איז אריין געקומען האט ר' מרדכי אלעזר זיכער געמאכט אז הרב הגאון ר' יעקב ווייס שליט"א רעדט ווייטער אין שטעלט זיך נישט אפ
אין למעשה ווען ר' זלמן לייב איז אריין געקומען האבן די יונגע קווינסער בחורים אן געהויבן צי מאכן צווישנריפן ס'האט געפעלט א האר מען זאל זיך נעמען שרייען זאלי זאלי האט ר' מרדכי אלעזר זיכער געמאכט אז די אלע שישקערייען זאל פאלן אין טויבע אויערן
ר' מרדכי אלעזר איז צי פארדאנקען אז דער מעמד איז נישט פארכאפט געווארן דורך די יונגען אין געפירט דעם מעמד לרבבות מיט א שטארקן סוקסעס
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 4:00 pm
דורך רוזעוולט
חברע עטס כאפטס נישט די היסטארישקייט! זלמן זאפיר שרייבט אין א פלאץ וואס איז נישט צימעס!!!
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 4:03 pm
דורך שעפטל
שעפטל האט געשריבן:איבער די ענין פון סיינס ווי איך האב פארשטאנען איז געווען צוליב דעם וואס די ליטאים האבן אויך מיטגעברענגט סיינס און מ'פארלירט קאנטראל וואס ס'שטייט און וואס די מעסעדזש איז.
יעצט פארשטייסטו שוין אביסל?
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 4:11 pm
דורך קינות גירושין
דעת תורה, כווייס נישט צו די קענסט מרדכי אלעזר ער איז נישט א מענטש וואס ווערט ווילד
און בכלל האט ער גארנישט קעגן זאלי, בעליוו מי, ער האלט פון אהרן פונקט אזוי ווי זלמן לייב, ער איז אביסען קלוגער פון די קרעפ
ער טוט א גוטע זשאב און פערטיג
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 4:22 pm
דורך שעפטל
די עסקנים וואס האבן צוגעשטעלט דעם גאנצן פראטעסט

- IMG-20130609-WA168.jpg (56.33 KiB) געזען געווארן 1798 מאל
ר' יואל איצקאוויטש, ר' יואל לאנדא, ר' יואל גאנדל, ר' יואל שפילמאן
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 4:22 pm
דורך גאלד
דאס איז דערווייל דער בעסטער קליפ וואס געבט א שטיקל השגה פונעם ציבור, מ'זעהט פארוואס ס'זייער שווער צו כאפן איין בילד פונעם גאנצן עולם, ס'א גאר גרויס פלאץ, אבער נישט קיין גראדער שטח, נאר געדרייט, אויך איז עס א שטיקל פארק מיט ביימער א פאונטען מיט בודקעס, וכדומה
עכ"ז קען מען זעהן אז אפי' אויף דעם קליפ נעמט ער נישט אריין אלעס,
http://live.wsj.com/video/ultra-orthodo ... F9E60BE95B
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 4:22 pm
דורך זלמן זאפיר
איך האב געהערט פין געניג גאנץ נארמאלע זאלי'ס אז ביי זיי אין די קאמפעני פעלט אזא יוד ווי ר' מרדכי אלעזר
די זאלי'ס האבן פארן מעמד ארויס געשטעלט יצחק שטערן צי זיין זייער אנפירערער
די קאנטראסט פין די 2 מענטשן איז אזוי גרויס ווי פין די זאלי'ס פין אהרונים
ר' מרדכי אלעזר איז א שכל הישר אלעס מיט א שמייכל
אין יצחק שטערן איז א טעראריסט
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 4:28 pm
דורך יידל
דעת תורה האט געשריבן:אז מען קוקט גוט קען מען זען ווי דער באריכט אויף jdn און דער באריכט אין בחדרי קומען פונעם זעלבן פארגעשריבענעם סקריפט, ביידע מיט איין ציל גרויס צו מאכן איינעם פון די הויפט משתתפים אין די עצרת. (צוליב די אחדות וואס הערשט יעצט שרייב איך נישט וועם איך מיין...)
סוף זמן אחדות איז געווען נעכטן 8:00 PM
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 4:33 pm
דורך קינות גירושין
זלמן זאפיר האט געשריבן:איך האב געהערט פין געניג גאנץ נארמאלע זאלי'ס אז ביי זיי אין די קאמפעני פעלט אזא יוד ווי ר' מרדכי אלעזר
די זאלי'ס האבן פארן מעמד ארויס געשטעלט יצחק שטערן צי זיין זייער אנפירערער
די קאנטראסט פין די 2 מענטשן איז אזוי גרויס ווי פין די זאלי'ס פין אהרונים
ר' מרדכי אלעזר איז א שכל הישר אלעס מיט א שמייכל
אין יצחק שטערן איז א טעראריסט
איך מיין אז חיים יצחק מאנדעל איז א שכל הישר און געלונגען ווי מרדכי אלעזר, ניין?
איך זעה אין זיי ביידע די זעלבע
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 4:53 pm
דורך יידל
דער ארטיקל אין פארווערטס איבערן פראטעסט איז קא-געשריבן געווארן דורך פרומעט גאלדבערגער (וועלכע ערשיינט אין
די עירמאנט דאקיומענטערי). מרת. גאלדבערגער איז א בית רחל תלמידה פון קרית יואל וועלכע ארבעט יעצט אלץ אן אינטערניסט ביי די פארווערטס אלץ חלק פון אירע דזשורנאליסטישע שטודיעס אין שרה-לאורענס קאלעדזש. אויף איר פעיסבוק בלאט האט מרת. גאלדבערגער געשריבן (מיין איבערזעצונג) "איך בין פארביי געגאנגען צוויי רעדהעדס - מיין שוואגער און מיין ברודער. איך בין אוועקגעטאנצן, אבער כ'האב זיך גלייך געכאפט אז מען האט מיך נישט דערקענט, און מ'וועט מסתמא קיינמאל נישט."
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 5:13 pm
דורך זלמן זאפיר
קינות גירושין האט געשריבן:זלמן זאפיר האט געשריבן:איך האב געהערט פין געניג גאנץ נארמאלע זאלי'ס אז ביי זיי אין די קאמפעני פעלט אזא יוד ווי ר' מרדכי אלעזר
די זאלי'ס האבן פארן מעמד ארויס געשטעלט יצחק שטערן צי זיין זייער אנפירערער
די קאנטראסט פין די 2 מענטשן איז אזוי גרויס ווי פין די זאלי'ס פין אהרונים
ר' מרדכי אלעזר איז א שכל הישר אלעס מיט א שמייכל
אין יצחק שטערן איז א טעראריסט
איך מיין אז חיים יצחק מאנדעל איז א שכל הישר און געלונגען ווי מרדכי אלעזר, ניין?
איך זעה אין זיי ביידע די זעלבע
איך האבן אים קיינמאל נישט געזעהן האנדלן מיטן א צד השני סאו ווייס איך נישט
אדער ניין אדער נישט
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 5:59 pm
דורך לכבוד שבת קודש
שעפטל האט געשריבן:די עסקנים וואס האבן צוגעשטעלט דעם גאנצן פראטעסט
IMG-20130609-WA168.jpg
ר' יואל איצקאוויטש, ר' יואל לאנדא, ר' יואל גאנדל, ר' יואל שפילמאן
גיב איך אזא קוק אויפן בילד און איך זעה אן אינטערעסאנטע זאך. די אידן אינעם בילד זענען היבש נידעריגער פון די גוים. זענען טאקע אידן אין אלגעמיין נידעריגער פונעם עוורידזש אמעריקאנער גוי?