בלאט 19 פון 23

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 09, 2015 1:27 pm
דורך היסטאריקער
לית דין בר נש האט געשריבן:אונטערגעשריבן אויף [tag]געוואלדיג[/tag]'ס פעטיציע מען זאל שוין אנקומען צום היינטיגן רבין און נאכדעם ממשיך זיין מיט סיפורי מעשיות, מזה ומזה אל תנח ידך!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 1:51 am
דורך [NAMELESS]
[center]פינף און פערציגסטע קאפיטל:
הוספות על היסודות במשנת הרה"ק רבי איציק'ל אמשינאווער זצוק"ל.[/center]



[center]עבודת ה': איזהו דרך שיבור לו האדם?![/center]
ווי שוין דערמאנט אין פריערדיגע קאפיטלען, האט מען געהאלטן אין אמשינאוו אז מ'טאר נישט כאפן קיין מדרגות, נאר צוביסלעך זאל מען שטייגן בעבודת ה'. און ווי רבי איציק'ל האט מעיד געווען אויף זיין זיידע רבי מנחם'ל אמשינאווער, אז ביז זיינע מיטעלע יארן זענען רוב פון זיינע ד"ת געווען אויף נישט גיין צו הויך. ווייל אז מ'גייט צו הויך האט מען א נפילה נאכדעם.

איינמאל ווען מ'האט אים געקויפט א טלית, האט ער געבעטן אז מ'זאל לייגן א שטיקל לייוונט אינמיטן טלית [נישט נאר ביים קאפ]. האט מען אים געפרעגט, אויב זיין טעם איז כדי מפריד צו זיין די חלק עליון פון חלק התחתון, האט ער געזאגט אז ניין. האט מען אים ווייטער געפרעגט אויב די טעם איז פשוט פראקטיש, אז די טלית זאל זיך נישט צורייסן ביים פלאץ ווי מ'לייגט עס צאם, האט ער געזאגט: 'נישט אזוי הויך, נישט אזוי נידעריג, אזוי גייט מען'... מיינענדיג מרמז צו זיין, אז מ'דארף נישט זוכן הויכע כוונות נאר טון צו די זאך.

די פאלגענדע אנעקדאט גייט דאס אמבעסטנס ארויסברענגען: געווען איינע פון די יונגע חסידים, א גרויסע בעל התפעלות און טיפע קאפ, וואס איז געזעצן אין ביהמ"ד לעבן דעם ספרים שאנק, און געלערנט אין ספר 'דרך פיקודיך' פונעם בני יששכר, און מ'האט געזען אויף אים אז ער ווערט מורא'דיג אנגעצונדען און נתפעל אזוי לערנענדיג דעם ספר. רבי איציק'ל האט אים באטראכט, און דערנאך גערופן ביי זיין נאמען. יענער איז געווען אריינגעטון אין ספר, און האט גארנישט געהערט. רבי איציק'ל האט אים גערופן א צווייט מאל, און יענער האט ווייטער נישט געהערט. ביים דריטן מאל האט יענער זיך 'אויפגעכאפט' און געגעבן א שפרינג אויף פון פלאץ, פרעגנדיג דעם רבי'ן וואס דער רבי וויל. רבי איציק'ל האט אים געפרעגט: 'וויפיל איז די זייגער'?!...


[center]אל יתייאש מן הרחמים - אפילו בעבודת ה'![/center]
אזוי אויך האט רבי איציק'ל שטארק געקאכט מיטן אמשינאוון יסוד גדול, אז אין סיי וואספארא מצב זאל מען זיך נישט מייאש זיין פון זיך אליינס, און ס'איז אלס דא א וועג ארויס. ער האט אמאל געפרעגט פארוואס ווערט 'ערפה' - די שנור פון נעמי - דערמאנט אין מגילת רות, ווען סוכ"ס האט זי זיך יא צוריקגעדרייט צו אירע עלטערנס הויז, און איז נישט געווארן קיין גיורת. נאר דער הסבר איז, אז דאס קומט צו ווייזן פאר יעדן איד באיזה מצב שיהי', אז קיין שום יגיעה גייט נישט צוגרינד, און כאטש אפילו דער מענטש איז צוריקגעפאלן שוין נאכן זיך שלאגן מיט יצה"ר, און לכאורה איז ער א 'דורכפאל', פארט אבער באקומט ער שכר אויף די חלק וואס ער האט זיך געשלאגן מיט יצה"ר כאטש ער איז אים צום סוף נישט בייגעקומען!

ער האט אמאל דערציילט, אז איינמאל נאך 'כל נדרי' האט דער יצר הרע געוואלט מכשיל זיין דעם הייליגן בארדיטשובער מיט אן עבירה, און דער בארדיטשובער האט געזאגט 'איך האב אים געגעבן א ווארף, און מיט דעם האב איך אים אראפגעווארפן פון אסאך טויזענטער נשמות' [וואס ווי באקאנט פון ספה"ק, זענען די סארט מחשבות וואס קומען צום צדיק, פון נשמות וואס דארפן א תיקון, וד"ל]. האט רבי איציק'ל אויסגעפירט בשם דעם סלאנימער רבי, אז פון די מעשה דארפן מיר אלע נעמען חיזוק זיך נישט מייאש צו זיין אין קיין שום מצב, ווייל דער יצר הרע האט זיך נישט צוריקגעהאלטן פון פרובירן פארקויפן זיינע לאקשן אפילו פארן בארדיטשובער, אפילו נאך כל נדרי, איז אוודאי סתם א מענטש זאל וויסן אז דער יצר לאזט קיינמאל נישט אפ.

מ'זאגט נאך אן אלט ווארט, אז א מענטש זאל 'ביי יענעם נישט אריינקוקן, און פון זיך נישט ארויסקוקן'. האט רבי איציק'ל מוסיף געווען, אז היינט צוטאגס דארף מען אפילו נישט צופיל 'ביי זיך אריינקוקן'... און ווי ער האט נאכגעזאגט פון זיין חבר דער אינטרעסאנטער צדיק רבי יצחק קראקעווער, אז א מענטש זאל 'פון עבר אינגאנצן נישט טראכטן, די עיקר פון הוה, און אביסעלע אויפן עתיד'. און טאקע ווען איינער איז אריין צו אים בעטן א תיקון אויף עניני שמירת הברית, האט אים רבי איציק'ל געזאגט: פארגעס! און ווען יענער האט געבעטן אז דער רבי זאל אים פארט געבן א תיקון, האט ער אים געזאגט: די תיקון איז - פארגעסן...!

אזוי אויך, ווען איינער איז אריין צו אים ערב ראש השנה, האט אים רבי איציק'ל געזאגט, אז אמאל ווען איינער האט געוואלט טון אן עבירה האט ער זיך געדארפט פלאגן דערויף, און אריינגיין אין א גרויסע שטאט, וכו', און דערפאר איז די תשובה אויך געווען בדרך קשה. אבער היינט צוטאגס 'זאגט מען' אז מ'קען גרינגערהייט צוקומען צו זינדיגן, איז אויך גרינג תשובה צו טון. מ'גייט אריין אין ביהמ"ד, מ'זאגט א פרק תהלים מיט כוונה, און דער אייבערשטער איז מוחל.

שארפער פון דעם האט ער אמאל געזאגט פאר איינעם, וואס איז אריין צו אים מוצ"ש סליחות, און האט זיך אפגערעדט אז 'ער שפירט נישט' דערווייל קיין שום הכנה צום יום הדין, נאר פונקט ווי אינמיטן יאר. האט אים רבי איציק'ל געענטפערט: 'נאר א "יש" וויל שפירן'! [דא ליגט באגראבן א גאר שארפע יסוד פון אמשינאוו, ודו"ק]. דערנאך האט ער צוגעלייגט: דו ווייסט וואס איז 'תשובה'? מ'זאגט א פרק תהלים, און מ'גלייבט אז דער אייבערשטער איז מוחל. די פשוט'ע ווערטער זענען בעצם גאר גאר טיף, און אונטער דעם ליגן שטארקע נקודות אינעם דרך העבודה פון אמשינאווער חדר. די פשטות, די תמימות, און די התבטלות צום אין סוף איז אזוי גרויס, אז דאס איז דער עצם יסוד פון עבודת ה' - ווי דער יסוד פון 'תשובה' - אין אמשינאוו. אזוי לעבן טאקע אט די דורכגעברענטע עובדי ה' וואס דרייען זיך אין אמשינאוו, און מיט אזא קו און מהלך המחשבה, איז טאקע גאר שווער צו כאפן א שטארקע 'ירידה'.


אין נעקסטן קאפיטל: דיבוק חברים, שמירת עינים.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 10:05 am
דורך ירח בן יומו
אזוי אויך, ווען איינער איז אריין צו אים ערב ראש השנה, האט אים רבי איציק'ל געזאגט, אז אמאל ווען איינער האט געוואלט טון אן עבירה האט ער זיך געדארפט פלאגן דערויף, און אריינגיין אין א גרויסע שטאט, וכו', און דערפאר איז די תשובה אויך געווען בדרך קשה. אבער היינט צוטאגס 'זאגט מען' אז מ'קען גרינגערהייט צוקומען צו זינדיגן, איז אויך גרינג תשובה צו טון. מ'גייט אריין אין ביהמ"ד, מ'זאגט א פרק תהלים מיט כוונה, און דער אייבערשטער איז מוחל.


הוא הדבר אשר דברנו

ירח בן יומו האט געשריבן:
ירח בן יומו האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט א מורא'דיגע דערהער בשם ר' יצחק'ל:

איינער האט איהם געפרעגט פאר א תיקון אויף שווערע חטאים, תעניתם סיגופים וכדומה, כמבואר בספרים.

האט ער געזאגט דאס אלעס וואס שטייט אין די ספרים איז געווען אין די פריעדיגע דורות ווען די נשמות זענען געווען גרויסע און הויכע נשמות,
ווען אזא יוד האט פוגם געווען, איז די פגם געווען א פגם און ס'האט זיך געפאדערט א שווער תשובה,

אבער היינט מיט אזוינע גראבע נשמות, וויפיל קען מען שוין פוגם זיין? פאר אז אזא קליינע פגם איז גענוג א קרעכץ און געגאנגען ווייטער. עכדה"ק.

אביסל ענדליך צו דעם איז דא די וואך אין ישמח ישראל

ישמח ישראל.PNG

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 12:10 am
דורך [NAMELESS]
[center]זעקס און פערציגסטע קאפיטל:
הוספות על משנת הרה"ק רבי איציק'ל אמשינאווער זצוק"ל.[/center]



[center]דיבוק חברים.[/center]
ווי שוין דערמאנט אין די פריערדיגע קאפיטלען, איז געווען איינע פון די סאמע יסודות אין אמשינאוו, די 'דיבוק חברים'. די נאנטשאפט איז געווען פון די 'שלש חמורות'... אין אמשינאוו האט מען געהאלטן, אז דורכן זיך האלטן צוזאמען, קען מען שטייגן פיל גרינגער, און איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק. דאס זיך האלטן נאנט, איז לאו דוקא באופן פון זאגן תורה וכדומה, נאר דער עצם דיבוק חברים שאפט א התעלות. למשל איינמאל ווען א חסיד האט געפרעגט רבי איציק'לען וואס איז דאס חסידות אויף 'למעשה', דהיינו וואס זאל מען טון. האט ער געזאגט אז מ'זאל מאכן סעודות מרעים... האט יענער געפרעגט דעם רבי'ן, וואס זאגט מען בשעת'ן סעודה? מ'רעדט נישט בעניני חסידות ועבודת ה'? האט ער געענטפערט, אז מ'זאל דערציילן סיפורים, אדער זינגען ניגונים. נאכמער האט ער צוגעלייגט, 'אז מ'זיצט צוזאמען, אפילו אויב מ'טוט גארנישט, איז אויך כדאי'...

ענליך צו דעם איז אמאל געווען, ווען מ'האט זיך עפעס געוואלט פארנעמען, און מ'האט אים געפרעגט וואספארא תקנה צו מאכן אדער לייגן א ספעציעלע דגוש דערויף, האט ער געענטפערט אז ס'איז נישטא עפעס ספעציעל איינצופירן. ווען מ'האט זיך איינגעבעטן אז מ'וויל פארט הערן עפעס פונעם רבי'ן וואס זיי זאלן זיך פארנעמען, האט ער געזאגט אז מ'זאל זיך זעצן צוזאמען נאכן דאווענען פאר א 'לחיים'...

טאקע געווען אמאל וואס די חסידים זענען זיך צאמגעקומען, און געטרינקען אסאך 'משקה' כמנהג אמשינאוו, און זיי האבן געשמועסט זייער היימיש און אפן צווישן זיך. האט איינער באמערקט, ווי דער רבי איז געשטאנען אויבן אויפן טאראסע [-פארטש] און געהערט וואס דער עולם רעדט, און מ'האט געזען אויף אים אז ער האט גאר שטארק הנאה דערפון. פון דעם האבן די יונגעלייט פארשטאנען זיין כוונה, אז די עצם 'היימישקייט' איז וואס דער רבי וויל אויפטון מיט די דיבוק חברים, און דאס איז די קורת הנאה וואס ער האט דערפון.

אינטרעסאנט איז טאקע געווען, אז איינמאל ווען ער האט חתונה געמאכט אן אייניקל, האבן די חסידים זיך גוט אנגעטרינקען מיט משקה כראוי וכיאות, און זיי האבן געטאנצן לעבעדיג פארן רבי'ן. איז דארטן געווען א חשוב'ער איד וואס איז אים נישט געווען ניחא אז דער עולם טאנצט אזוי 'צו לעבעדיג' פארנט פונעם רבי'ן, און ער האט געוויזן מיט די פינגער אז זיי זאלן אוועקגיין. גלייך האט זיך רבי איציק'ל געוואנדן צו אים, זאגנדיג: 'דאס זענען מיינע אמת'ע גוטע פריינט'...!


[center]'דאס זענען מיינע אמת'ע גוטע פריינט'. רבי איציק'לס פנים שוחקות עם חסידים ומעריצים:
--רבינו זיע 047628.jpg
[/center]
פארט אבער איז געווען אמאל, אז מ'האט געוואלט מאכן באזונדערע חבורות פאר די יונגעלייט, און פאר די בחורים. ווען מ'איז אים אריין פרעגן צו מ'זאל אזוי טון, האט ער זיי נאכגעזאגט בשם הרה"ק רבי יאנקעלע ראזדימינער זצ"ל, אז 'די גאנצע מעלה פון א יונגערמאן איז, אז ער איז אמאל געווען א בחור'... דער עולם האט שוין פארשטאנען אז ער וויל אז אלע זאלן זיין אינעם זעלבן חבורה.


[center]עין טו"ב הוא יבורך.[/center]
רבי איציק'ל האט אמאל מסביר געווען, דאס וואס חז"ל זאגן אויפן לשון הפסוק אז די תפילין זאלן ליגן 'בין עיניך', אז פשט איז נישט אז ס'זאל ליגן ממש צווישן די אויגן, נאר העכער דעם אויפן קאפ צווישן די אויגן. האט ער געטייטשט, אז ווען די נסיון קומט שוין צו די 'אויגן' זעלבסט, איז עס שוין גאר א גרויסע נסיון וואס איז שווער בייצוקומען, און מ'דארף מאכן גדרים וסייגים אז די נסיון זאל נישט אנקומען צו די אויגן גופא, און דאס איז פשט פון דעם אז די תפילין זענען געלעגן אויבן ביים קאפ, ווייל 'אז ס'האלט שוין ביי די אויגן איז ביטער'...

ווען א בחור איז אמאל אריינגעקומען אינמיטן זומער צו רבי איציק'ל, ובקשתו בפיו: כ'בעט פון די רבי א סגולה קעגן 'נשים', האט ער אים געענטפערט: א סגולה? ס'איז דאך א בריאה פונעם אייבערשטן...! [שטארק ארויסגעברענגט משנתו הק', מ'זאל נישט רעדן אזוי שארף נאר פרעגן פשוט וויאזוי זיך צו פירן]. נאכדעם האט ער אים געזאגט: דארפסט זען, אז ווען מ'גייט אין גאס זאל מען זיין פארנומען, קלער א משנה אדער 'אשרי'... און ער האט צוגעלייגט: אבער אכטונג געבן ווען מ'גייט אריבער די גאס... [אלס ונשמרתם מאוד לנפשותיכם. כלומר, אז ער זאל זיך נישט פארטיפן אין זיין לימוד שטארק]. און דערנאך האט ער מוסיף געווען: נישט מיט די מויל... [דהיינו, ער זאל נאר טראכטן דערפון, נישט זאגן וואס דאן וועט ער אויסזען ווי א משוגע'נער]. אזוי אויסגערעכנט און מסודר איז ער געווען בכל מעשיו והילוכיו.

א צווייטער איז אמאל אריין פרעגן אן עצה פאר שמירת עיניים, האט ער אים געזאגט: ווען דו גייסט אין גאס, טראכט פון א 'משנה', און אויב נישט - דאן פון א 'חסיד'ישע מעשה', און אויב נישט - דאן פון א 'ניגון'...

אן אנדערעס מאל איז איינער אריין בעטן אן עצה פאר שמירת עינים. האט רבי איציק'ל שטארק געלאכט, און ער האט אים געזאגט: איך האב פאר דיר אן עצה, און מיט א שמייכל האט ער צוגעלייגט 'ס'איז בדוק ומנוסה'... דערנאך האט ער אים מגלה געווען וואס די עצה איז: 'קוק נישט'...! און ער האט זייער שטארק הנאה געהאט. ער האט געוואלט מיט דעם מרמז זיין, אז צומאל זוכט מען סגולות מיט עצות, ווען בעצם בויט מען געביידעס אויף גארנישט. פשוט, קוק נישט!


אין נעקסטן קאפיטל: צדקתו ותמימותו של רבי איציק'ל אמשינאווער זצ"ל.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 12:47 pm
דורך לית דין בר נש
שש איך מיין דאס איז א עכטע אמשינאוו'ע ווארט, פרשת ויצא

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 12:57 pm
דורך [NAMELESS]
הערליך שיין, און א דאנק פארן ארויפלייגן.

למעשה, ווען מ'זעט די געדאנקען וואס אמשינאוו פארקויפט, איז אוממעגליך נישט אויסצוגיין פון התפעלות פון די פשטות, שכל הישר, און נארמאלקייט מיט וואס זיי גייען צו צו א זאך. אן קיין נערוון און שגיונות וואס אנדערע מקומות האבן.

און פון זייער פשטות, זענען ארויסגעקומען אידן בעלי מדריגה וואס מ'קען נאך היינט טרעפן אין אמשינאווע ביהמ"ד, וואס זיי פירן זיך - מיט א פשטות, מיט שכל הישר, און נארמאלקייט... און זיי זענען אויסגעארבעטע אידן משכמם ולמעלה!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 4:03 am
דורך [NAMELESS]
[center]זיבן און פערציגסטע קאפיטל:
הוספות על הרה"ק רבי שמעון שלום מ'אמשינאוו זצוק"ל.[/center]



[center]בריחת הרה"ק רבי שמעון שלום ורבי איציק'ל מ'אמשינאוו זצוק"ל פון פוילן, ביים וועלטס קריג.[/center]
אינטרעסאנט איז וואס רבי איציק'ל האט מעיד געווען אויפן פעטער רבי שמעון שלום, וויאזוי זיי האבן זיך געראטעוועט פון פוילן ביים קריג [שוין אביסל דערציילט אויבן]. דער מלחמה האט אויסגעבראכן אויף א פרייטאג, י"ז אלול תרצ"ט. פינף טעג שפעטער, מיטוואך כ"ב אלול, איז ארויס פונדערהיים צום ביהמ"ד אין אטוואצק וועלנדיג גיין לערנען, און היות ס'האט זיך שוין געקאכט די מצב האט ער מחליט געווען צו גיין פרעגן זיין פעטער - רבי שימעלע, וואס האט אויך געוואוינט אין אטוואצק, וואס צו טון. אנקומענדיג לעבן דעם פעטער'ס הויז, הערט ער אז ער האט יעצט פארלאזט זיין הויז, ווייל ער האט חושש געווען אז די דייטשן קומען שוין אט אט אן אין שטאט.

פלוצלינג זעט ער דעם פעטער פון דערווייטנס, און ער זעט ווי רבי שימעלע איז אינגאנצן צוקאכט. מיט אים זענען געווען נאך אסאך מענטשן וואס האבן זיך געוואלט מיטכאפן מיט אים, און אנטלויפן פון שטאט, זעענדיג ווי דער רבי זעלבסט זוכט צו אנטלויפן. רבי איציק'ל האט נישט געוואוסט וואס צו טון, ער האט דאך גארנישט געזאגט פאר זיין רעביצין, און ער האט גארנישט מיטגענומען מיט זיך צו אנטלויפן. האט ער געפרעגט דעם פעטער וואס ער זאל טון, צו זאל ער גיין זיך איינפאקן אדער אפשר איז שוין צו שפעט און ער מוז אנטלויפן די רגע. זיין פעטער האט געענטפערט מיט א פעסטקייט: אז דו ביזט שוין דא, בלייב דא!

קיין איין גוי האט זיי נישט געוואלט ארויפלאזן אויף זיין פערד און וואגאן, ביז זיי האבן פשוט ארויפגעטאנצן אויף איין וואגאן וואס א גוי האט געפירט. דער גוי האט זיך גערעגט, און ארויסגעווארפן יעדן פון וואגאן, לאזנדיג נאר רבי שימעלע מיט זיין פלומעניק רבי איציק'ל אויפן וואגאן, אזוי אויך האט זיך מיטגעכאפט רבי מאיר'לס זון, ר' מנחם צבי. אין א רגע האט דער וואגאן אנגעהויבן צו גאלאפירן אין ריכטונג פונעם פוילישן הויפטשטאט ווארשע. זיי האבן ניטאמאל באוויזן זיך צו דערווייטערן קיין סאך פון אטוואצק, ווען זיי האבן שוין געהערט די קולות פון די דייטשע עראפלאנען באמבארדירן די שטאט! אזוי האט זיך ארויסגעוויזן אז רבי שימעלע איז אנטלאפן ממש אין די לעצטע רגע, און רבי איציק'ל וואלט זיך נישט געראטעוועט אויב ער וואלט אהיימגעגאנגען! אלע האבן פארשטאנען אז דאס איז געווען א נס ממש אין די לעצטע רגע.

רבי שימעלע האט כסדר זיך געראטעוועט פון שטעט אין די לעצטע רגע, אז ס'האט אויסגעזען ווי ער זעט קלאר ברוה"ק אדער אלס חכם עדיף מנביא, ווען מ'דארף אנטלויפן ווייטער. רבי איציק'ל זעלבסט האט זיך אויסגעדריקט דערוועגן: 'אונז זענען אנטלאפן מיטן פעטער ז"ל יענעם מיטוואך, ער האט גוט געהאט אויסגערעכנט די וועגן. אסאך מאל איז מען ארויס פון שטאט, און אזויווי מען איז ארויס האט מען געהערט די קולות אין שטאט, גאנצע אידישע שטעט זענען געגאנגען אויף קידוש ה', הנסתרות לה' אלקינו'...


[center]נאך אנקעדאטן איבער רבי שמעון שלום אמשינאווער זצוק"ל.[/center]
הגה"צ רבי אברהם חיים שפיצער זצ"ל אבד"ק אור חיים, האט זיך געהאלטן פאר א הייסע חסיד פון רבי איציק'ל אמשינאווער [זיך שוין געדרייט ביי רבי שימעלע]. ביים הספד ביים 'שלשים' לפטירת רבי איציק'ל, האט ער בתוך הדברים דעציילט, אז ער האט געהערט ווי רבי שמעון שלום האט זיך אמאל אויסגעדריקט: 'כ'הער עפעס, אז ס'דא עפעס צוויי וועגן, א גוטע וועג, א שטרענגע וועג. איך ווייס נישט פון קיין צוויי דרכים, איך ווייס נאר פון א גוטן וועג'... און הרב שפיצער האט אויסגעפירט, אז דאס זעלביגע האט ער געזען ביים פלומעניק רבי איציק'ל. 'א שטיק האניג'.

אגב, האט ער דעמאלס דערציילט כעי"ז, וואס ער האט געהערט פון רבי איציק'לען אויף זיין טאטן רבי יאסעלע אמשינאווער, וואס כידוע האט ער געליטן אסאך אויפן הארץ, און ער איז למעשה אוועק פון דעם [ווי דערמאנט אין פריערדיגע קאפיטלען]. האט רבי איציק'ל געזאגט אויפן פאטער, אז ס'איז נישט געווען שייך במציאות אז ער זאל זיין געזונט אויפן הארץ, וויבאלד ער איז געווען 'מורא'דיג א גוטער', און יעדע צרה וואס ער האט געהערט פון א צווייטן איד האט אים צוגעטרעטן צום הארץ...! [כעי"ז שמעתי, אז דער פני מנחם פון גור וואס איז כידוע אוועק פון א הארץ אטאקע אינמיטן נאכט (און געפראוועט אדמורו"ת קנאפע 4 יאר, כולן שוין לטובה), האט זיך אויסגעדריקט אפאר מאל פאר דעם, אז ער האלט שוין נישט אויס די צרות ישראל וואס ער הערט צאם אלס רבי, און ער ווייסט נישט וויאזוי רבי'ס קענען אנגיין מיט די רבי'סטעווע נאכן הערן אזויפיל צרות].

מיר האבן שוין געברענגט אויבן די הערצה פון די אמעריקאנע גדולי ישראל צו רבי שמעון שלום. עס איז באמערקנסווערד, וואס הגאון רבי אליהו יהושע געלדצעהלער זצ"ל האט דערציילט [ער האט זיך עמטליך געהאלטן אלס אמשינאווער חסיד], אז ער איז געווען א תלמיד פון הגה"צ רבי שרגא פייוול מענדלאוויטש זצ"ל - וואס האט מקים עולה של תורה געווען אין אמעריקע דורכן אוועקשטעלן ישיבת 'תורה ודעת', און 'בית מדרש עליון', 'תורה ומסורה', און נאך. האט ער אמאל געהערט פון רבי שרגא פייוול, אז ער האט געזאגט אויף זיך אז אויב ער וואלט געדארפט היינט טרעפן א רבי אין וועם זיך מדבק צו זיין, וואלט ער בלי שום ספק זיך מדבק געווען אינעם אמשינאוון רבי'ן רבי שמעון שלום! דאס האט נאר פארשטארקערט די אנהענגערשאפט פון הרב געלדצעהלער אין רבי שימעלע.


אין נעקסטן קאפיטל: הוספות על צדקת דרכו של הרה"ק רבי איציק'ל אמשינאווער זצוק"ל.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 6:42 pm
דורך [NAMELESS]
[center]אכט און פערציגסטע קאפיטל:
צדקת דרכו של הרה"ק רבי איציק'ל אמשינאווער זצוק"ל.[/center]



[center]עין טובה.[/center]
רבי איציק'ל, גייענדיג בדרכי אבותיו, האט נאר געקענט זען גוטס ביי אידן, און ער האט טאקע כסדר 'געטראפן' עפעס גוטס ביי סיי וועמען. איינמאל אינמיטן זומער האט מען ארויפגערופן א מאדנע ארחי פרחי'ניק פאר אן עלייה לתורה, גלייך נאך דעם רבי'ן אליינס. דער רבי האט אים באטראכט א גאנצן צייט, און מ'האט געזען אז ער האט הנאה פון אים. גלייך נאך מוסף האט ער געזאגט: מ'ווייסט נישט מיט וועם משיח וועט זיך ארומכאפן...

א צווייט מאל איז געווען ווען ער איז צוריקגעקומען פון א לויה, און ווארטנדיג אויפן קאר איז ער אריין צו א שוסטער אין געשעפט [וואס איז מעגליך ניטאמאל געווען א שומר שבת]. אזויווי מ'איז אריינגעגאנגען, האט דער שוסטער געגעבן א קרעכץ זאגנדיג: אזוי גייט דאס, מ'לעבט נישט אויף אייביג. רבי איציק'ל האט גלייך אויפגעלעבט, זאגנדיג מיט התפעלות: 'א איד האט א הרהור תשובה'... אן אנדערעס מאל איז ער אריין אין א גראסערי, האט רבי איציק'ל דאן גערעדט מיט הערכה אויפן 'הנהנה מיגיעת כפיו'... אזוי האט ער כסדר געזען נאר גוטס.


[center]רבי איציק'ל אמשינאווער שמועסנדיג מיט חסידים ומעריצים:
רבינו זיע 047174.jpg
[/center]
ווי וואונדערבאר איז צוצושטעלן דאס וואס רבי איציק'ל האט אמאל מסביר געווען, פארוואס הושענא רבה נעמט מען די 'ערבות' אליינס פאר עבודת היום [הושענות]. וואס ווי באקאנט איז דא א שארף ווארט דערוועגן, אז דער ערבה איז מרמז קעגן דעם רשע, און ווילאנג ער איז אנגעקניפט מיט גוטע אידן, שאקלט מען לולב מיט אים, אבער אז ער דרייט זיך ארויס דערפון, כאפט מען אן אלע רשעים און מ'שלאגט מיט זיי הושענות... אבער אין אמשינאוו האט מען געטייטשט פונקט פארקערט: אודאי איז די ערבה 'אין בה טעם ואין בה ריח', אבער קוק נאר וואס עס געשעט דורכדעם וואס זי דרייט זיך מיט גוטע אידן, זי ווערט זעלבסט אזוי דערהויבן אז מ'קען שוין טון א ספעציעלע עבודה נאר מיט איר! דא ליגט די טיפקייט פון אן אמשינאווער געדאנק.


[center]צדיק מה פעל.[/center]
רבי שלמה קופיץ זצ"ל האט דערציילט, אז איינמאל איז ער געקומען אינדערפרי פארן דאווענען צום רבי'ן אינדערהיים, אים משמש צו זיין און געבן צו עסן [צוליב זיין שוואכקייט]. האט דער רבי אים געפרעגט: שלמה, האסט עפעס געגעסן? אויף וואס ר' שלמה האט אים געזאגט אז ניין. האט אים רבי איציק'ל געבעטן צו עסן. אבער ר' שלמה האט אים געזאגט אז ער האט נאכנישט געדאוונט. האט אים רבי איציק'ל געזאגט, אז אפילו הכי זאל ער עסן, ווייל ס'איז אים זייער שווער אז דער וואס געבט אים צו עסן זאל זעלבסט נאכנישט האבן געגעסן, און דערפאר בעט ער פון אים ער זאל אויך עסן... ר' שלמה האט טאקע געגעסן עפעס א קלייניגקייט צוליב דעם רבי'נס בקשה. האט רבי שלמה אויסגעפירט, אז דעמאלס האט ער פארשטאנען א נייע דערהער אין 'ביקור חולים', נעמליך אז צומאל דארף דער מבקר עסן פארן דאווענען אויך, כדי גרינגער צו מאכן פארן חולה...

רבי איציק'ל האט געליטן אויפן הארץ, אבער ווען מ'האט פרובירט צו מטפל זיין דערמיט, האט ער זיך שארף אנטקעגן געשטעלט און ער האט נישט געלאזט מ'זאל אים צורירן דערוועגן. אזוי אויך פלעגט ער ליידן חולי מעיים [שוין דערמאנט אויבן. דאס איז געווען אדאנק זיין נישט עסן נארמאל אין יאפאן, צוליב מערערע חומרות אין כשרות וכדומה], און איינמאל האט זיך דער מצב פארערגערט אז ער האט נישט געקענט ארויסגיין צוליב דעם, אבער מ'האט מורא געהאט אז ער וועט זיך אנטקעגנשטעלן זיך אפצוגעבן מיט אים, אזויווי ביים הארץ. האט מען געבעטן הגה"ח רבי שלמה קופיץ זצ"ל, וואס איז געווען זיין משמש ואיש סודו, אז ער זאל אים צורעדן דערצו. אזויווי רבי שלמה האט אנגעהויבן רעדן דערוועגן, האט ער גלייך מסכים געווען. ווען רבי שלמה האט דאס געזען, האט ער זיך הויך געוואונדערט פארוואס דא האט ער גלייך מסכים געווען - אנדערש ווי ביים הארץ. האט אים רבי איציק'ל געענטפערט: "וואס פארשטייסטו נישט? דער גאנצער שליחות פון א מענטש אויף דער וועלט איז 'להוציא הפסולת מתוך האוכל', אבער אויף די הארץ - וואס פארשטייט א גוי צו א אידישער הארץ?"...

א הפלא'דיגע מעשה האט רבי שלמה דערציילט איבער רבי איציק'ל, אז אחרון של פסח תשנ"ב איז אויסגעפאלן אויף א שבת [עס איז געווען דער לעצטער 'אחרון של פסח' בחיי רבי איציק'ל]. רבי איציק'ל האט געפירט טיש לרגל דעם יארצייט פונעם מייסד השושלת - רבי איציק'ל וואורקער. אינמיטן בענטשן האט ער געזאגט 'שלא נבוש ולא נכלם ולא נכשל לעולם ועד', און אנשטאט ממשיך זיין גלייך 'רצה', האט ער אנגעהויבן 'אלקינו' פון 'יעלה ויבוא' [לכאורה זייענדיג צוגעוואוינט פון אלע טעג פסח]. ער האט זיך גלייך געכאפט אז מ'דארף זאגן רצה, אבער פון די אנדערע זייט האט ער דאך שוין געזאגט א שם, 'אלקינו'. האט ער זיך אפגעשטעלט און געווינקן מ'זאל אים ברענגען א רב צו פסק'ענען וואס צו טון. דער רב האט גע'פסק'נט אז ער דארף צוריק אנהייבן 'רצה' און נאכדעם ממשיך זיין 'אלקינו וכו' יעלה ויבוא'. אבער דער רבי איז געווען מורא'דיג בצער אז ער זאל האבן געזאגט דעם שם 'אלקים' אומזיסט, און ער האט מרמז געווען אז מ'זאל בעטן דעם רב אז ער זאל אים 'לאזן' ממשיך זיין ווייטער מיט יעלה ויבוא, וויבאלד ס'דא פוסקים וואס האלטן אז מ'מעג ווייטער ממשיך זיין [כידוע איז דאס געווען א רבי'שע ענין, אז דאס וואס זיי ווילן זאל זיין אויסגע'פסק'נט בכח הפסק, כאטש זיי האבן זעלבסט געקענט די הלכות מכל הצדדים]. אבער דער רב איז געבליבן ביי זיינס, און רבי איציק'ל האט אנגעהויבן 'רצה'.

צומארגנס איז רבי שלמה אנגעקומען גאר פרי אין ביהמ"ד און קיינער איז נאכנישט דארטן געווען, און מ'איז געקומען אים רופן צום רבי'נס שטוב. ארויפקומענדיג צום רבי'ן, האט ער אים געפרעגט: שלמה, האסט שוין געזאגט ברכות התורה?', האט ער אים געענטפערט אז ניין, אויף וואס רבי איציק'ל האט אים געזאגט אז ער זאל אים מוציא זיין [מיט דעם האט רבי שלמה פארשטאנען אז דער רבי איז גארנישט געשלאפן יענע נאכט]. ר' שלמה איז געווען איבערראשט און האט געפרעגט רבי איציק'לען: וואס? דער רבי איז גארנישט געשלאפן א גאנצע נאכט? האט אים רבי איציק'ל געזאגט: האסט נישט געהערט וואס איז מיר געשען? האט ר' שלמה געזאגט אז ניין, האט דער רבי אים געזאגט: איך האב נעכטן נאכט ארויסגעזאגט א שם לבטלה, קען מען זיך עפעס אזוי לייגן שלאפן נאכדעם?!!! הפלא ופלא.


אין נעקסטן קאפיטל: אינטרעסאנטער שמועס צווישן הגה"ח רבי שלמה קופיץ זצ"ל [שוין געברענגט אויבן, צווישן די גדולי חסידי רבי איציק'ל אמשינאווער], און כ"ק אדמו"ר רבי דוד'ל ראכמעסטריווקער שליט"א - פון ארץ ישראל.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 12:23 am
דורך [NAMELESS]
[center]ניין און פערציגסטע קאפיטל:
א שמועס צווישן הגה"ח רבי שלמה קופיץ זצ"ל
און להבחל"ח האדמו"ר מראכמיסטריווקא-ארה"ק שליט"א.[/center]



[center]הקדמה.[/center]
מיר האבן שוין פריער געברענגט עטליכע מאל, אביסל פון די ביאגראפיע פון הגה"ח רבי שלמה קופיץ זצ"ל, און אזוי אויך פארשידענע אמשינאווע מעשיות וואס ער האט זעלבסט מיטגעהאלטן. א קנאפע צוויי וואכן פאר זיין פטירה [פונעם ביטערן מחלה ל"ע], איז רבי דוד'ל ראכמיסטריווקער פון ארץ ישראל, אים געקומען באזוכן, און זיי האבן געכאפט א שיינע שמועס.

אסאך גאר אינטרעסאנטע עובדות אויף אמשינאוו בפרט און 'פוילישע חדר' בכלל, האט רבי שלמה דארטן דערציילט. געוויסע מעשיות זענען באזונדער טשיקאוו, און זענען ווערט צו באשריבן ווערן להנאת הרבים. באזונדער איז די שמועס געפארן איבערן 'פארשלעפטקייט' פון אמשינאוו, אין וואס ראכמיסטריווקא רבי פון ירושלים צייכנט זיך אויך אויס...

איך האב אויסגעלאזט חלקים פונעם שמועס וואס באציען זיך נישט דירעקט אויף אמשינאוו והמסתעף, אדער אנטהאלטן נישט קיין אינפארמאציע. און אזוי אויך האב איך אויסגעקלארט די שמועס, אזוי ארום וועט זיך עס ליינען גאר געשמאק און געבן א שיינע בילד איבערן פוילישער דרך והנהגות ואורחות החיים.

די שמועס איז פארגעקומען מאנטאג פרשת ויחי, י"א טבת תשע"ג. [רבי שלמה איז אוועק כ"ז טבת, תנצב"ה].



[center]איבער הרה"ק רבי שמעון שלום מ'אמשינאוו זצוק"ל.[/center]
האדמו"ר מראכמיסטריווקא: אויף רבי שמעו'לע דערציילט מען, אז ער האט געראטעוועט די אידן אין שאנכיי.
רבי שלמה קופיץ: ער האט יענע תקופה געשריבן קונטרסים אויף דויטש פאר די אידן וואס האבן געוואוינט דארט [-אויף עניני הדת שצריכים חיזוק].

האדמו"ר מראכמיסטריווקא: ער האט געהאט וויסנשאפט אין 'שפראכן'?!
רבי שלמה קופיץ: ער האט עס נישט אליינס געשריבן, נאר ער האט געהאט מענטשן 'שרייבערס' וואס האבן געשריבן וואס ער האט געהייסן. עס זענען געווען אין שאנכיי פרייע אידן פון דייטשלאנד, און ער האט זיי געוואלט ראטעווען [-ווי אויבנדערמאנט, אז אסאך פרייע אידן פון דייטשלאנד זענען אנגעקומען אהין נאך בעפארן קריג].

האדמו"ר מראכמיסטריווקא: רבי איציק'ל אמשינאווער איז אויך דארט געווען צוזאמען מיט רבי שמעו'לע?
רבי שלמה קופיץ: אודאי, ער האט אים מיטגענומען ווען ער איז אנטלאפן קיין שאנכיי.

רבי שלמה קופיץ: איך וועל דערציילן אן אינטרעסאנטער מעשה. עס איז געווען א בחור א תלמיד פון 'ישיבת חכמי לובלין', וואס איז אנגעקומען קיין שאנכיי בשעת'ן מלחמה, און ער האט דארט געטראפן זיין שוועסטער וואס איז שוין געווען פארהייראט, אבער זי איז געווען זייער מאדערן אזש די משפחה אירע איז שוין געזעצן אויף איר 'שבעה' ל"ע, און זי האט געוואוינט אין דייטשלאנד בעפארן קריג און איז אנגעקומען צוזאמען מיט די דייטשע פליטים קיין שאנכיי. עכ"פ ווען דער בחור'ל האט געטראפן זיין שוועסטער, האט זי אים איינגעלאדנט צו קומען איינשטיין ביי איר אין שטוב, אבער ער האט נישט געוואלט איינשטיין דארט צוליב איר התנהגות [אין כשרות, שבת, וכו'], איז ער געקומען צו רבי שימעלע'ן בעטען אן עצה. האט רבי שימעלע אים געזאגט אז ער זאל יא איינשטיין ביי איר, אויף וואס דער בחור האט גע'טענה'ט אז אפילו אויף א 'טרינק וואסער' קען ער זיך נישט פארלאזן אויף איר. האט רבי שימעלע אים געזאגט אז ער זאל זיך בויען א קעסטל מיט א שלאס, און דארט זאל ער האבן 'טיי' גרייט צו קענען טרינקען [אין אמשינאוו האט מען נישט געדארפט מער פון טיי...], און אזוי האט דער בחור געטון.

נאך א וואך, איז ער נאכאמאל געקומען צו רבי שימעלע'ן און געזאגט, אז ער קען נישט מער פארבלייבן דארט ווייל זיין שוועסטער האט שוין א טאכטער פון עלף יאר אלט, און זי רעדט כסדר צו אים. האט אים רבי שימעלע געזאגט, איך בעט דיך אז דו זאלסט רעדן מיט איר. און ער האט צוגעלייגט: אונז טייטשן, 'שמאל דוחה וימין מקרבת', אז פשט איז אז אלע 'דחיות' זענען פון צד 'שמאל', און אלע 'קירבות' זענען פון צד 'ימין'... [-אגב, דאס שטימט ממש הפלא ופלא מיטן אויבנדערמאנטן סיפור, וואס הג"ר אברהם חיים שפיצער האט נאכדערציילט, אז ער האט געהערט ווי רבי שימעלע האט זיך אמאל אויסגעדריקט: 'כ'הער עפעס, אז ס'דא עפעס צוויי וועגן, א גוטע וועג, א שטרענגע וועג. איך ווייס נישט פון קיין צוויי דרכים, איך ווייס נאר פון א גוטן וועג'...]. דער בחור האט טאקע אזוי געטון, און למעשה האט טאקע די טאכטער אויפגעשטעלט א שטוב מיט נאר פרומע קינדער!

האדמו"ר מראכמיסטריווקא: רבי יעקב יוסף הערמאן [-דער באקאנטער גדול, שנקרא בשם 'דער חפץ חיים פון אמעריקע'. זיין טאכטער האט ארויסגעגעבן אויף אים די וועלט בארימטע בוך All for the Boss האט מיר דערציילט ווען ער האט געוואוינט אין ארץ ישראל, אז זיין זון האט געלערנט בשעת'ן קריג אין שאנכיי, און דער משגיח דארטן איז געווען הגה"צ רבי יחזקאל לעווינשטיין זצוק"ל, און ער האט געהאט א מורא'דיגע יראת הכבוד פאר רבי שימעלע'ן, און ער האט אים זייער מכבד געווען. און די בחורים דארטן האבן זיך געוואונדערט איבער דעם, וויבאלד רבי יחזקאל איז געווען א ליטווישע איד'ל, און רבי שימעלע פלעגט דאווענען שפעט, איז פארוואס איז ער זיך נוהג צו אים מיט אזא יראת הכבוד. זענען זיי געגאנגען פרעגן רבי יחזקאל דערוועגן, און ער האט זיי געענטפערט: ער דאוונט דאך, איר דאוונט נישט...


[center]איבער'ן 'פארשלעפטקייט' אין אמשינאוו.[/center]
האדמו"ר מראכמיסטריווקא: אין פוילן האט מען געדאוונט שפעט, און אסאך צדיקים פלעגן דאווענען שפעט.
רבי שלמה קופיץ: אין אמשינאוו איז געווען שרעקליך... אין אמשינאוו, אטוואצק, וואורקע, האט מען געדאוונט גאר שפעט. איך האב אמאל געזען א בריוו אז איינער האט געשריבן 'כשהגיע לילה התחיל הרבי שחרית' [מעגליך אז 'כשהגיע' מיינט צו זאגן 'סמוך ללילה']. דער אטוואצקער [-רבי בונם'ל, בנו בכורו פון רבי מענדעלע וואורקער - יונגערע ברודער פונעם ערשטן אמשינאוון רבי'ן רבי יעקב דוד'ל] פלעגט שלעפן... און אמשינאוו איז געווען רבי מאיר'ל פרשיסכער, דער איידעם פון רבי יעקב דוד'ל אמשינאווער, וואס פלעגט גאר שטארק שפעטיגן...

רבי יאסעלע אמשינאווער האט אמאל מקבל געווען אויף זיך צו דאווענען פרי, און עס האט אנגעהאלטן פאר זעכצן טעג, נישט מער... ער האט נישט געקענט טרעפן קיין מנין אפילו אויף שבת, ווייל די אמשינאווע חסידים זענען נאכנישט געווען גרייט צום דאווענען... אבער דערנאך האט ער איבערגעדרייט און ער האט געבעטן פון זיינע קינדער אז זיי זאלן לכה"פ אנהייבן צו דאווענען פאר חצות.

האדמו"ר מראכמיסטריווקא: רבי איציק'ל אמשינאווער האט זיך אויך אזוי געפירט?
רבי שלמה קופיץ: 'ער האט פרובירט יעדן טאג' אנצוהייבן פאר חצות, און ער פלעגט זאגן: 'כיבוד אב', 'כיבוד אב', ווייל ער האט געהאט א מצות עשה דאורייתא אנצוהייבן פרי, און ער פלעגט נעמען די טלית אויפן אקסל און ער האט זיך ארומגעדרייט אהין און צוריק, און נאכדעם האט ער אויסגעטון די טלית און געגאנגען הכנות... 'אמאל אמאל איז אים געלונגען צו דאווענען פרי'...

האדמו"ר מראכמיסטריווקא: ווען פלעגט ער דאווענען אום שבת?
רבי שלמה קופיץ: בנוגע שבת האט ער געהאט א ספעציעלע הוראה פון זיין פעטער רבי שימעלע, אז ער זאל דאווענען מיטן ציבור, און ער האט אים געזאגט אז כדי אנצוהאלטן די ביהמ"ד מוז ער דאווענען מיטן עולם, און דערפאר פלעגט ער טאקע דאווענען מיטן עולם. אבער ס'איז אים געווען זייער שווער, און ס'האט אים געקאסט כוחות הנפש. די וואס האבן אים גוט געקענט, האבן געזען ווי שווער ס'איז אויף אים. און אין די שבתים וואס ער איז נישט געווען בקו הבריאות, 'איז ממש געפארן די דאווענען' שבת [ווען ער פלעגט דאווענען בציבור], נאכמער פון אינמיטן וואך.


אין נעקסטן קאפיטל: המשך פונעם אינטרעסאנטן שמועס צווישן הגה"ח רבי שלמה קופיץ זצ"ל , און כ"ק אדמו"ר רבי דוד'ל ראכמיסטריווקער שליט"א - פון ארץ ישראל.


==========
מזל טוב! מיין הונדערט-און-פופציג'סטע [!] תגובה אין דעם אמשינאוון אשכול.

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 12:42 am
דורך רימון
ליין איך יעצט אין מאמענט אז כאטש וואס הרב ראזנבלום ר''י שערי יושר איז א ליטווישער, איז ער געווען א חסיד פון רבי שמעונלע מאמשינאוו, שש, דו האסט געוואוסט דערפון?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:13 am
דורך [NAMELESS]
רימון האט געשריבן:ליין איך יעצט אין מאמענט אז כאטש וואס הרב ראזנבלום ר''י שערי יושר איז א ליטווישער, איז ער געווען א חסיד פון רבי שמעונלע מאמשינאוו, שש, דו האסט געוואוסט דערפון?

ניין. א חידוש, און ש'כח פארן דערציילן דערוועגן.
אגב, אין מאמענט הער איך איז אויך באשריבן געווארן רבי שמעי' מעריל, א הייסע חסיד פון רבי איציק'ל אמשינאווער וואס איז דערמאנט געווארן אויבן צווישן די חסידים [און קומט גראדע אויך פון א 'ליטווישע שטוב', עכ"פ אין טראגע].


נאך א ידיעה וואס איך בין געוואויר געווארן לעצטע וואך שבת, אז הגאון רבי נחום מאיר גערמאן שליט"א - ר"ם בישיבת באבוב ומח"ס הרבה, איז אויך געווען א חסיד פון רבי איציק'ל אמשינאווער, און האט זאגאר געדאוונט אפאר יאר אין א ציה אין אמשינאווע ביהמ"ד אין בארא פארק.

דאס האב איך געהערט פון אים זעלבסט, וויבאלד אין אמשינאוו איז געווען פאריגע שבת א 'שבת התוועדות' אין ביהמ"ד, און רבי נחום מאיר - וואס האלט זיך גוט מיטן היינטיגן רבי'ן פון ב"פ - איז געקומען אלס גאסט רעדנער. ער האט שאקירט רוב עולם דערציילנדיג איבער זיין שטארקע שייכות מיט אמשינאוו [איך האב מיך שנעל צוגעשארט צו אים, און געפרעגט אויב ס'נישט געווען קיין סתירה מיטן זיין א באבובער. ער האט געלאכט, אסאך חשוב'ע תלמידי חכמים ועובדי ה', וואס האבן באלאנגט צו געוויסע 'חסידות'ן', פלעגן אויך זיין דבוק אין רבי איציק'ל אמשינאווער, וואס איז געווען א לייכט-טורעם פאר ערליכע אידן, און האט נישט פארמאגט קיין 'מוסדות' וכדומה. ער האט טאקע מעיד געווען, אז יענע צייטן איז אמשינאוו געווען א מקום ידוע פאר בעלי תריסין, וואו תורה ריזן און אויסגעהארעוועטע אידן פלעגן הארעווען פון צופרי ביז ביינאכט על התורה ועל העבודה].

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 2:24 pm
דורך [NAMELESS]
[center]פופציגסטע קאפיטל:
המשך פונעם שמועס צווישן הגה"ח רבי שלמה קופיץ זצ"ל
און להבחל"ח האדמו"ר מראכמיסטריווקא-ארה"ק שליט"א.[/center]



[center]מיר ברענגען ווייטער אויסצוגן פונעם העכסטס אינטרעסאנטן שמועס צווישן הגה"ח רבי שלמה קופיץ זצ"ל - מגדולי חסידי רבי איציק'ל אמשינאווער, און להבחל"ח רבי דוד'ל ראכמיסטריווקער שליט"א פון ירושלים, צו וועמען ער האט דערציילט איבער אמשינאוו בפרט און די פוילישע חדר בכלל.[/center]



[center]איבער די שבת'דיגע זמנים אין אמשינאוו.[/center]
רבי שלמה קופיץ: איינמאל האט פאסירט, אז רבי איציק'ל האט געענדיגט דאווענען מנחה שבת, בערך א האלבע שעה נאכן זמן מוצ"ש ר"ת, און דער רבי האט מיר געפרעגט אויב ס'איז נאך מעגליך צו עסן של"ס [נישט וויסנדיג ווען די זמן מוצ"ש איז], האב איך אים געענטפערט: אודאי, 'בריוח'... און ער האט זיך געוואשן און געגעסן. שפעטער האט ער מיר געזאגט: 'איך מיין די האסט אביסל מגזם געווען'... האב איך אים געענטפערט: 'איך האב נישט מגזם געווען, איך האב געזאגט אן אפענע ליגנט'...

האט דער רבי מיך אנגעקוקט ווי איינער זאגט 'פארוואס האסטו דאס געטון?', האב איך אים מסביר געווען: 'איך האב נישט קיין כח אז א גאנצע וואך זאל מיר דער רבי באוויינען אז ער האט נישט געגעסן קיין של"ס'...

האדמו"ר מראכמיסטריווקא: אזויווי די מעשה מיטן 'בית אהרן' [פון קארלין. די מעשה דארט ווערט געברענגט אין ספר ישע אהרן עמ' שנ"ז, אז איינמאל האט דער בית אהרן געדארפט אדורכגיין אן אפעראציע, און ער האט געדארפט שלאפן נאכדעם פאר צוועלף שעה, און היות ער האט נישט געוואלט מבטל זיין תפילה בציבור און דאווענען ביחידות, האט מען געדאוונט מנחה גדולה אינמיטן טאג נאך בעפארן אפעראציע, און פאר מעריב האבן צען מענטשן געווארט אויף אים צו מאכן א מנין ארום חצות הלילה. למעשה האבן די מענטשן געזען אז ער איז זייער שוואך, און זיי זענען אלע אהיימגעגאנגען חוץ איין חסיד וואס איז פארבליבן צו משמש זיין דעם רבי'ן. ווען דער בית אהרן האט זיך אויפגעכאפט האט ער געוואלט דאווענען מעריב, האט יענע חסיד אנגעהויבן צו זאגן קדיש, ברכו, און ער האט געדאוונט מעריב בקול רם כאילו ער איז די בעל תפילה... נאכן דאווענען האט אים דער בית אהרן געפרעגט פארוואס דער ציבור האט געדאוונט אזוי שטיל און מ'האט זיי נישט געהערט (כידוע איז אין קארלין דאס דאווענען צוגעגאנגען בקול רעש גדול). האט אים דער חסיד געענטפערט, אז וויבאלד דער רבי איז נאך שוואך, האבן זיי נישט געוואלט מאכן קיין גערודער...

א שטיק צייט שפעטער איז דער חסיד אריין צום רבי'ן זיך מתנצל זיין, אז באמת איז יענע נאכט נישט געווען קיין מנין נאר ער אליינס. האט אים דער בית אהרן בארואיגט און געזאגט: 'דער זכות זאל דיר ביישטיין בזה ובבא, לאנג לעבן זאלסטו, דו האסט אונז ממש מחיה געווען, ווען נישט וואלטן מיר נישט אויסגעהאלטן, ווייל תפילה בציבור איז עומד ברומו של עולם'. די מעשה האט דער ראכמיסטריווקער רבי צוגעשטעלט צו דאס וואס רבי שלמה קופיץ האט געזאגט פארן אמשינאווער רבי, אז מ'קען נאך אריינכאפן צו עסן של"ס...].

רבי שלמה קופיץ: אויף די מעשה האב איך מיך טאקע פארלאזט, צו טון וואס איך האב געטון, און דער רבי ז"ל האט מיר טאקע געזאגט: 'יישר כח אויף דעם'...

האדמו"ר מראכמיסטריווקא: וואס איז געווען די זמן אין אמשינאוו, רבינו תם, אדער 'צוויי שעה'? [-כידוע אין אמשינאוו-ארץ ישראל האלט מען די זמן וואס שטייט שוין אין די ראשונים, וואס קומט אויס גאנצע צוויי שעה נאכן שקיעה].

רבי שלמה קופיץ: דער רבי ז"ל האט מיר געזאגט, אז ער האט קיינמאל נישט געהערט אז מ'זאל רעדן פון 'רבינו תם'... [-ווייל במציאות האט זיך עס פארשלעפט סאך לענגער...], און זיין טאטע רבי יוסף'ל אמשינאווער האט געפלעגט עסן של"ס אפאר שעה נאכן זמן. אבער ווען דער רבי ז"ל איז אנגעקומען קיין אמעריקע איז ער געווארן א שטיקל 'הלכה מענטש', און אין די ערשטע יארן אין אמעריקע ווען עס זענען נאך געווען ווייניג חסידים האט ער געקענט ענדיגן פסח די ד' כוסות בעפאר חצות.

איינמאל ווען איך בין געקומען פסח ביינאכט, און ער האט שוין געהאלטן נאכן סדר, האט ער זיך אנטשולדיגט פאר מיר און מיר געזאגט: 'דער משנה ברורה האט עס דאך געמאכט פאר איינעם, קיינער טוט דאס נישט, מסתמא איז עס פאר מיר'...


[center]איבערן פארשלעפטקייט אין פוילישע חדר.[/center]
האדמו"ר מראכמיסטריווקא: אין אמשינאוו האט מען געדאוונט שפעט, און בכלל אין פוילן פלעגט מען נישט דאווענען פרי נאר שפעט, חוץ פונעם 'אמרי אמת' פון גור. אין 'זכרון משה' האט געדאוונט ר' דוד שוחט ז"ל, ער איז געווען א ראדאמסקע חסיד, און אין ירושלים האט ער געדאוונט אין גור, ער איז געווען א גרויסע ת"ח וואס האט געקענט גאנץ ש"ס, און ער פלעגט דאווענען שפעט אין זכרון משה, ארום צען אזייגער, און איך פלעג אויך דאווענען מיט אים אפאר מאל. איין טאג ווען ער איז אנגעקומען און ער האט געזען אז כ'האב שוין געענדיגט דאס דאווענען, האט ער מיר געזאגט: 'דו וועסט ברויכן תשובה טון פאר דעם'...

רבי שלמה קופיץ: רבי איציק'ל האט דערציילט, אז איינמאל זענען חסידים פונעם יוד הקדוש פון פרשיסכא געפארן צום גוטער איד פון ניישטאט [א זון פונעם 'מאור ושמש'] אויף א שבת. און פרייטאג צונאכטס ווען דער גוטער איד האט געוואלט מאכן קידוש, האט זיך איינער פון די יוד הקדוש'ס חסידים נאך געדרייט אין ביהמ"ד, און איינע פון די חסידים האט אים אונטערגעיאגט אז דער גוטער איד ווארט אויף אים, האט יענער זיך אנגעהויבן צו יאגן אבער דאס צו-יאגן האט אויך געדויערט צייט... נאך קידוש האט אים דער גוטער איד געפרעגט, פארוואס ער האט געשלעפט און פארשפעטיגט אזוי לאנג? האט ער געענטפערט: רבי, איר 'זענט' - דארפט איר זיך נישט מאכן, אבער אויב מיר וועלן זיך נישט מאכן - וואס וועלן מיר האבן?!...

האדמו"ר מראכמיסטריווקא: דער יוד הקדוש האט טאקע געוואונט אין פוילן, אבער דער חוזה האט יא געדאוונט פרי, און נאר די תלמידים פונעם רבי ר' בונם פון פרשיסכא האבן געדאוונט שפעט, דער חידושי הרי"ם האט געדאוונט שפעט, און אזוי איז געווען די סדר. אין ירושלים האט געוואוינט א ת"ח מיטן נאמען ר' מאטל אסטראווער, און ער האט דערציילט אז דער שפת אמת האט אנגעהויבן צו דאווענען אויף ר"ה דריי אזייגער נאכמיטאג, און ביז דאן איז דער עולם געזעצן און געלערנט... און נאר דער אמרי אמת האט געמאכט א מהפיכה.

רבי שלמה קופיץ: דער לעצטער ראדזינער רבי, ר' שמואל שלמה הי"ד, [-געווען א גרויסע מוצלח. אין זיינע צייטן איז ראדזין געווארן א פעסטונג פון חסידות, און ער איז געווען אן אויפגייענדער שטערן אין פוילן, צוציענדיג א ריזן עולם יונג און אלט. ער איז געווען א פייערדיגער איד וואס האט געצויגן די מאסן. ער האט געשטיצט די פארטיזאנער ביים קריג, און די נאציס האבן אים גע'הרג'עט במיתה משונה] איז געווען אן איידעם ביי רבי יאסעלע אמשינאווער, און ער האט געהאט א גרויסע ישיבה, אויף ר"ה איז דארט געווען צוויי סדרים... און די בחורים האבן געדארפט דאווענען פרי און נאכדעם לערנען, און ער זעלבסט האט געדאוונט שפעט מיט די חסידים, און ער איז ארומגעלאפן א גאנצע צייט פון די ישיבה צום ביהמ"ד צו זען וואס גייט פאר אויף ביידע פלעצער.

האדמו"ר מראכמיסטריווקא: די ראדזינע האבן אויך געדאוונט שפעט, וויבאלד זיי זענען געווען תלמידים פון פרשיסכא און איזשביצא.

רבי שלמה קופיץ: עס איז געווען א מעשה ביי רבי שמואל שלמה ראדזינער, אז א איד איז אמאל געקומען צו אים, און דער גבאי האט יענעם געזאגט אז מ'קען יעצט נישט אריינגיין צוום רבי'ן, ווייל דער רבי דאוונט שמו"ע און ער פלעגט דאווענען באריכות. איז יענער איד געבליבן ווארטן ביז דער רבי וועט פארענדיגן צו דאווענען, אבער נאך א קנאפע פאר מינוט האט דער רבי שוין געענדיגט צו דאווענען שמו"ע. האט יענער איד געזאגט צום רבי'ן: דער רבי האט זיך נישט געדארפט צויאגן פאר מיר. האט אים דער רבי געענטפערט, אז ס'שטייט אין שו"ע הל' מליחה [עי' שו"ע יו"ד סי' ס"ט ס"ו, וברמ"א שם] אז מ'דארף לאזן די זאלץ זיך ווייקן אין די פלייש פאר א שעה, אבער ווען ס'זענען דא געסט איז גענוג ווען ס'ווייקט זיך פאר ווייניגער צייט. און לכאורה איז שווער צו פארשטיין, וויבאלד ס'זענען דא געסט גייט דען עפעס די בלוט ארויס שנעלער? אלא מאי זעט מען פון דא, אז 'ווען אידן ווארטן, קאכט זיך די בלוט שנעלער'... [-מיינענדיג די נמשל דערפון, אז ווען איינער ווארט צו רעדן מיט אים, 'קאכט זיך די בלוט שנעלער'].

ווען דער איד איז אנגעקומען קיין ווארשע און איז אריין אין ביהמ"ד דערציילן די מעשה, איז דער בריסקער רב דארט געווען 'און ער האט געקאכט אין דעם ווארט'.

האדמו"ר מראכמיסטריווקא: מליח כמבושל...
אין רוסלאנד האט מען אויך געדאוונט שפעט. רבי איציק'ל סקווערער האט געדאוונט שחרית פיר אזייגער נאכמיטאג.

[center]-------------------[/center][center]ביז דא איז די תוכן השיחה המופלאה בנוגע 'אמשינאוו' והמסתעף. ווי געזאגט, איז רבי שלמה קופיץ אוועק ארום צוויי וואכן נאכן אויבנדערמאנטער שמועס, מיטנעמענדיג מיט זיך אן א שיעור גאר אינטרעסאנטע עובדות וענינים, אין קבר. תנצב"ה.[/center]


אין נעקסטן קאפיטל: קורצע סיכום - השתלשלות אדמור"י אמשינאוו לדורותיהם.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 5:05 pm
דורך פארשוויגען
אדנירם האט געשריבן:[center]פופציגסטע קאפיטל:
המשך פונעם שמועס צווישן הגה"ח רבי שלמה קופיץ זצ"ל
און להבחל"ח האדמו"ר מראכמיסטריווקא-ארה"ק שליט"א.[/center]



אין נעקסטן קאפיטל: קורצע סיכום - השתלשלות אדמור"י אמשינאוו לדורותיהם.


אינטרעסאנט איר מערקט נישט אן דער מקור פון דער שמועס פון ווי איר האט דאס קאפיערט (אזוי אויך נישט פון אלע אנדערע זאכען דא), דער שמועס האב איך געזעהן געדרוקט אין אזא קונטרס וואס ר' קופיץ'ס משפחה האט ארויסגעגעבן נאך זיין פטירה.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 7:00 pm
דורך [NAMELESS]
אינטרעסאנט אז דאס איז די ערשטע מודעה פון דיר איבערן אשכול...

לגוף הענין, קודם כל - אמשינאוו האט ארויסגעגעבן א קונטרס ביים הכנסת ס"ת לע"נ הגה"ח רבי שלמה קופיץ זצ"ל, און פון דארט האב איך עס גענומען. צווייטנס - די פלאן מלכתחילה איז געווען צו מאכן א ביבליאגראפיע [רשימת הספרים] נאכן פארענדיגן די סעריע קאפיטלען אויף אמשינאוו, דערפאר האב איך נאכנישט געשריבן קיין מקורות.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 9:29 pm
דורך פארשוויגען
כ'פארשטיי נישט אייער קשיא, איך האב זיך לעצטנס איינגעשריבען און איך קען נישט עפעס איבערגיין אלע אלטע אשכולות ביז אהער אלעס, איך האב געקוקט די לעצטע הודעות און מעיר געווען וואס עס איז מיר געווען מאדנע אז איך ליין דא א זאך נאכגעשריבען אן קיין מקור ווי כאילו עס איז אריגענעל בשעת איך קען דער שמועס פון ערגעץ, ביז איך האב זיך דערמאנט, יא טאקע דער הכנסת ספר תורה קונטרס איז עס.

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 10:11 pm
דורך ירא שמים
וואס די רבי מיינט צוזאגן איז, אז קודם זאגט מען א יישר כח פאר די ריזיגע ארבייט וואס ער לייגט דא אריין לטובתנו ולהנאתינו און דערנאך קומט מען מיט קריטיק הלמאי דו ברענגסט נישט קיין מקורות.
באהבה.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 4:08 pm
דורך [NAMELESS]
[center]איין און פופציגסטע קאפיטל:
גאנץ שושלת בית אמשינאוו אין קורצן.[/center]



[center]הקדמה.[/center]
איך ברענג דא א דעטאלירטע רשימה פון די אדמורי"ם ורבנים וואס שטאמען פונעם מייסד השושלת - הרה"ק רבי יעקב דוד מ'אמשינאוו זצוק"ל. די אדמורי"ם וואס פון זיי שטאמען די היינטיגע צוויי חצרות, אין אמעריקע און אין ארץ ישראל, וועלן זיין געדריקט מיט דיקערע אותיות כדי צו כאפן שנעל וויאזוי די שושלת איז אריבער מדור דור.


דור ראשון.
מייסד השושלת: הרה"ק רבי יעקב דוד'ל אמשינאווער זצ"ל [בנו בכורו של הרה"ק רבי איציק'ל וואורקער זצ"ל].


דור שני.
די זוהן און איידעם פון רבי יעקב דוד'ל אמשינאווער:
א] חתנו - הרה"ק רבי ירחמיאל יהודה מאיר מפרשיסכא זצ"ל [מגזע היהודי הקדוש].
ב] בנו - הרה"ק רבי מנחם'ל אמשינאווער זצ"ל.
ג] בנו - הרה"ק רבי ישעיה'לע פרשיסכער זצ"ל [איידעם ביי זיין שוואגער, רבי מאיר'ל פרשיסכער חתן אביו רבי יעקב דוד'ל אמשינאווער].
ד] בנו - הרה"ק רבי ירמיה מ'אפאלע זצ"ל.


דור שלישי.
די איידימער פון רבי מאיר'ל פרשיסכער זצ"ל:
א] הרה"ק רבי ישעיה'לע פרשיסכער זצ"ל [הנ"ל].
ב] הרה"ק רבי ישראל אהרן מ'אפאטשנע זצ"ל [מגזע נעשכיז].

די זוהן און איידעם פון רבי מנחם'ל אמשינאווער:
ג] בנו - הרה"ק רבי יוסף'ל אמשינאווער זצ"ל.
ד] בנו - הרה"ק רבי שמעון שלום מ'אמשינאוו-אטוואצק זצ"ל [איידעם ביי זיין פעטער רבי ישעיה'לע פרשיסכער, בן רבי יעקב דוד'ל אמשינאווער].
ה] בנו - הרה"ק רבי אברהמ'עלע מ'אמשינאוו-ראדאמסק זצ"ל.
ו] חתנו - הרה"ק רבי חיים יעקב אריה ראדזימינער זצ"ל [מגזע קאצק].

די איידימער פון רבי ישעיה'לע פרשיסכער:
ז] הרה"ק רבי שמעון שלום מ'אמשינאוו-אטוואצק זצ"ל [הנ"ל].
ח] הגה"צ רבי לייבעלע לאנדא אבד"ק קאליביעל ור"ם ישיבת חכמי לובלין.


דור רביעי.
די זוהן און איידעם פון הרה"ק רבי ישראל אהרן מ'אפאטשנע זצ"ל:
א] בנו - הרה"ק רבי יצחק מרדכי מ'אפאטשנע זצ"ל.
ב] בנו - הרה"ק רבי יעקב שמעון מ'קאלושיק זצ"ל.
ג] חתנו - הרה"ק רבי יעקב יהודה מ'באלוינא זצ"ל [מגזע וואורקע].

די זוהן און איידימער פון הרה"ק רבי יוסף'ל אמשינאווער זצ"ל:
ד] בנו - הרה"ק רבי יעקב דוד (השני) מ'אמשינאוו זצ"ל.
ה] בנו - הרה"ק רבי איציק'ל אמשינאווער [בארה"ב] זצ"ל.
ו] חתנו - הגה"צ רבי בנימין פלטיאל אבד"ק סטארדין זצ"ל [מגזע קאצק].
ז] חתנו - הגה"צ רבי יעקב פייוול אבד"ק אסטראווע זצ"ל [מגזע אלכסנדר].
ח] חתנו - הגה"צ רבי אלימלך מ'ווישקאווע זצ"ל [בן רבי חיים יעקב אריה ראדזימינער חתן רבי מנחם'ל אמשינאווער].
ט] חתנו - הגה"צ רבי אלימלך אבד"ק נעשעלסק זצ"ל [מגזע אסטראווצא].
י] חתנו - הרה"ק רבי שמואל שלמה מראדזין זצ"ל.

דער זון פון הרה"ק רבי שמעון שלום מ'אמשינאוו-אטוואצק זצ"ל:
יא] הרה"ק רבי ירחמיאל יהודה מאיר מ'אמשינוב (ארה"ק) זצ"ל [איידעם ביי זיין פעטער רבי חיים יעקב אריה ראדזימינער חתן רבי מנחם'ל אמשינאווער].

דער איידעם פון הרה"ק רבי אברהמ'עלע מ'אמשינאוו-ראדאמסק זצ"ל:
יב] הרה"ק רבי יצחק'ל מ'אטוואצק זצ"ל [מגזע וואורקע].

די זוהן און איידעם פון הרה"ק רבי חיים יעקב אריה ראדזימינער זצ"ל:
יג] בנו - הגה"צ רבי דוד שלמה אבד"ק ווישקאווע זצ"ל.
יד] בנו - הגה"צ רבי אלימלך מ'ווישקאווע זצ"ל [הנ"ל].
טו] חתנו - הרה"ק רבי ירחמיאל יהודה מאיר מ'אמשינוב זצ"ל [הנ"ל].


דור חמישי.
דער זון פון הרה"ק רבי יעקב שמעון מ'קאלושיק זצ"ל:
א] הגה"צ רבי ישראל אהרן חבר בד"צ אלכסנדרוב זצ"ל.

דער זון און איידעם פון הרה"ק רבי איציק'ל אמשינאווער (ארה"ב) זצ"ל:
ב] בנו - האדמו"ר רבי יאסעלע אמשינאווער (ארה"ב) שליט"א.
ג] חתנו - הרה"צ רבי ישראל ארנסטר שליט"א [מגזע וויזניץ].

דער זון פון הגה"צ רבי יעקב פייוול אבד"ק אסטראווע זצ"ל:
ד] הרה"ק רבי יחיאל מנחם מ'אלכנסדר (ארה"ב) זצ"ל.

דער זון און איידעם פון הרה"ק רבי מאיר'ל מ'אמשינוב (ארה"ק) זצ"ל:
ה] בנו - רבי מנחם צבי ז"ל.
ו] חתנו - הגאון רבי חיים מיליקאווסקי ר"י אמשינוב זצ"ל.


דור שישי:
האדמו"ר רבי יוסף מאלכסנדר-ארה"ב שליט"א, ואחיו רבי אברהם ברוך אבד"ק אלסנדר - בני האדמו"ר רבי יחיאל מנחם מאלכסנדר-ארה"ב זצ"ל.

האדמו"ר רבי יעקב אריה ישעיה מ'אמשינוב-ארה"ק שליט"א - בן הגאון רבי חיים מיליקאווסקי ר"י אמשינוב זצ"ל.

בני הרה"צ רבי ישראל ארנסטר שליט"א מכהנים כרבנים וכלי קודש.


אין נעקסטן קאפיטל: ביבליאגראפיע פון וואו כ'האב גענומען די אינפארמאציע פאר די קאפיטלען אינעם אשכול הלז.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 5:14 pm
דורך [NAMELESS]
[center]צוויי און פופציגסטע קאפיטל:
רשימה ביבליוגרפית.[/center]



איך ברענג דא אראפ א רשימה פון ספרים און קונטרסים, וואס איך האב מיך באנוצט מיט זיי דורכאויס די איבער פופציג אינהאלטסרייכע קאפיטלען אויפן אייגנארטיגער חסיד'ישער הויף 'אמשינאוו'. היות צומאל האב איך געזען א מעשה'לע דא, א מעשה'לע דארט, געדענק איך נישט ממש יעדע איינציגסטע מקור פון וואו כ'האב גענאשט, אבער ע"פ רוב קומט די חומר פון די פאלגענדע ביכער:


ויקיפדיה/וויקיפעדיע.

הגליון דאס אידישע ווארט [כמה גליונות].

ימות עולם - סיפורים על צדיקי הדורות שסיפר הרה"ק רבי איציק'ל אמשינאווער זצוק"ל.

אהל יוסף - נתחבר ע"י הרב דוד הלחמי/ווייסבראד ז"ל, תולדות אדמור"י אמשינאוו בכלל ותולדות הרה"ק רבי יוסף זצוק"ל בפרט.

גל עד - נספח לספר 'אהל יוסף' הנ"ל. רשימת בתי חסידים של חצר אמשינאוו, ומתפלליהם, לפני השואה.

ארזי הלבנון - נתחבר ע"י הרב דוד הלחמי/ווייסבראד ז"ל, תולדות גאונים וצדיקים.

חכמי פולין - נתחבר ע"י ר' ישראל אברהם גרינבוים, על גאוני וצדיקי פוילן.

צדיקי עולם - נתחבר ע"י ר' מנשה יצחק מאיר שיף, על גאוני וצדיקי פוילן.

קונטרס ליקוטים יקרים - נתחבר ע"י הרב מנחם קאליש, סיפורים נפלאים על זקינו הרה"ק רבי איציק'ל אמשינאווער זצוק"ל.

קובץ השירה הזאת - נתחבר ע"י חסידי אמשינאוו לרגל הכנסת ס"ת לע"נ הגה"ח רבי שלמה קופיץ זצ"ל.

השבועון בקהילה [סוכות תשע"ב] - סקירה על כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א.

עוד כמה ספרים שפרחו מזכרוני כרגע.


[center]מפי השמועה:
הגה"ח רבי שלמה קופיץ זצ"ל, להבחל"ח אחיו הגה"ח רבי חיים דוב שליט"א, הרה"ח רבי דוד דואיק שליט"א, בנו הר"ר שמעון שלום שליט"א, אבי מורי שליט"א, דודי שליט"א, הר"ר אמ"פ שליט"א, הרה"ח רבי נתן פנחס ערליך שליט"א, בנו הר"ר משה שליט"א, ועוד.[/center]


[center]תם ולא נשלם, שבח לקל בורא עולם![/center]

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 6:03 pm
דורך מארמאראשער
נו ווען קומט שוין א באריכט אויפן היינטיגן רבין??

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 6:11 pm
דורך [NAMELESS]
כ'האב שוין געשריבן בעבר, און איז נאכמער וואליד יעצט אויף למעשה:
אדנירם האט געשריבן:איידער איך הייב אן רעדן פון היינטיגן רבי'ן, גיי איך אי"ה קלאר נעמען א היבשער 'ברעיק'. כ'וועל דורכגיין מקורות נאכאנאנד צו האבן א קלארן בילד, און אזוי אויך דארף איך התחדשות. ס'איז א ברי' בפני עצמה.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 2:17 pm
דורך [NAMELESS]
[center]עטליכע אינטרעסאנטע בילדער פון אדמור"י אמשינאוו:[/center]

[center]די וואך איז געווען די יארצייט פון הרה"ק רבי יוסף'ל אמשינאווער זצוק"ל, אבי הרה"ק רבי איציק'ל אמשינאווער פון אמעריקע, דער פאטער פונעם היינטיגן רבי'ן אין אמעריקע, וואס טראגט זיין זיידעס נאמען - האדמו"ר רבי יאסעלע אמשינאווער שליט"א.

הרה"ק רבי איציק'ל אמשינאווער זצ"ל ביים סעודת יומא דהילולא פון אביו הרה"ק רבי יוסף'ל אמשינאווער זצ"ל:
טיש יא''צ.jpg
פון ר. צו ל. הרב ישראל ארנסטער שליט"א - חדב"ן רבי איציק'ל אמשינאווער, הגאון רבי משה שטערן זצ"ל אבד"ק דעברעצין, הרה"ק רבי איציק'ל אמשינאווער זצ"ל, הגאון רבי ישראל פיקארסקי זצ"ל ר"י תומכי תמימים, הגאון רבי אברהם חיים שפיצער זצ"ל אבד"ק אור חיים [אלע דריי גאונים זענען געווען פערזענליך נאנט מיט רבי איציק'ל, און זיי האבן כסדר גערעדט מיט אים אין לערנען].


האדמו"ר רבי יאסעלע אמשינאווער שליט"א בסעודת ההילולא של זקינו שהוא קרוי על שמו, הרה"ק רבי יוסף'ל אמשינאווער זצ"ל:
32.JPG


אמשינאווער רבי פון ארץ ישראל שליט"א מאכט חתונה זיין זון. באמערקט ווי אויפן הזמנה שטייט אז די חתונה גייט זיין 'מאחרי השעה 12:00 בלילה'... ווידער די אנדערע בלאט שרייבט שוין קלאר אז די באסעס צום חתונה וועלן ארויספארן דעם נעקסטן אינדערפרי פערטל צו זיבן... [מ'שרייבט קודם ביינאכט, וויבאלד דער רבי 'וויל' ס'זאל נאך פארקומען ביינאכט. למעשה געשעט עס פשוט נישט...].
אמשינוב הזמנה.jpg



כ"ק אדמו"ר מ'אמשינוב שליט"א עם הגה"צ המקובל רבי איטשע מאיר מארגנשטערן שליט"א.
images (44).jpg



כ"ק אדמו"ר מ'אמשינוב שליט"א שטייט פארטראכט [א באקאנטע מינע].
images (99).jpg
[/center]

נשלח: מאנטאג פעברואר 29, 2016 12:38 am
דורך ירח בן יומו
די יארצייט פון ר' יצחק'ל איז היינט געווען. זי"ע.

נשלח: זונטאג מערץ 27, 2016 2:30 am
דורך [NAMELESS]
[center]עטליכע אינטרעסאנטע בילדער פון אדמור"י אמשינאוו:[/center]

[center]די דורכדרינגליכע הייליגע אויגן... הרה"ק רבי איציק'ל אמשינאווער זצוק"ל פראוועט א טיש:
[כמדומה שהעומד מאחוריו הוא הגה"צ רבי מאיר מאנדלבוים שליט"א (אלס יונגערמאן), מחשובי חסידי אמשינאוו, שכתבנו אודותיו כאן לבסוף, וכאן].
רבינו06.jpg



די איידעלע לעכטיגע צורה פון רבי איציק'ל אמשינאווער. גאנץ 'אמשינאוו' ליגט אויסגעשפרייט אויף זיין געזיכט:
תואר פני קדשו.jpg



כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א גיסט אן א כוס של יין:
orig_28AF63C5EFE542A19A556C4CAABE38E3.JPG



כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א אין א טיפישע דביקות'דיגע מאמענט:
images (62).jpg



גייט אליין בדביקות. ווער דארף גבאים?!...
images (18).jpg
[/center]