נשלח: זונטאג מערץ 27, 2016 9:24 pm
[justify]כבוד הרב שש שליט"א
איך וויל קודם אויסנוצען די געלעגנהייט צו באדאנקן פאר די געוואלדיגע ארבייט וואס דו האסט אריינגעלייגט אין דער אשכול. איך האב געלייקט א יעדע באשרייבונג וואס דו האסט דא געלייגט אבער עס שאדט נישט אן עקסטער יישר כוח. איך בין זיכער אז אסאך אנדערע האבן זיך פונקט אזוי מחיה געווען. איך וויל נאר מעורר זיין פשוט ווייל איך טראכט אז דו האסט מעגליך נישט געטראכט דערפון אליינס. דער קעפל פון די אשכול אליין פארמאגט גענוג אין זיך אריינצושלעפן אינעם אשכול אריין א יעדער איינער וואס איז נאר געבוירן געווארן מיט די מינדעסטע נייגער אין זיך. ס'הייסט, א איד א ידען וואס שרייבט גוט און געשמאק גייט אונז דא פארציילן און אראפלייגן דעם איש פלא ונסתר דער אמשינוב'ער רבי שליט"א. מען פארציילט אז מ'האט פארלאנגט פון די עדה החרדית אז זיי זאל'ן אים מחרים זיין צוליב'ן נישט מקיים זיין אלעס וואס שטייט אין שולחן ערוך כידוע. האבן זיי אראפגעשוקט רבי מאיר בראנדסדארפער ז"ל און ער איז אוועק פון אים מלא התפעלות. רבי מאיר האט יעדעם פארזיכערט איבער דעם רבינ'ס גדלות וקדושה. אלע ווייסן צו פארציילן דער מעשה, אבער וואס האט רבי מאיר ז"ל למעשה איינגעזעהן אינעם רבי? דאס ווייסט קיינער נישט. יעצט ווען דו האסט אנגעהויבן צו שרייבן האבן מיר אלע אוועקגעפאקט די סמארטפאונס, אנגעטון די הוטן, אויסגעלאשן די עירקאנדישן און אנגעשפיצט די אויערן צו הערן.
דערווייל קומט איין תגובה נאכן אנדערע איבער די פריערדיגע אמשינוב'ער רביס וואס בעצם זענען שוין טייכן טינט באשריבן געווארן אויף א יעדער איינער פון זיי, זייערע לעבענס-געשיכטער און התנהגות איז נישט קיין סוד פאר קיינעם און אוודאי ציט נישט אינטער די נייגער פונעם מענטש. נו, האסטו דיך שיין ערקלערט אז עס פעלט אויס צו געבן אביסל קאנטעקסט כדי מען זאל קענען פארשטיין פון וואו די היינטיגע רבי קומט פון, אויף וועלכע אדני פז איז זיין עבודה געבויט. גוט, אויב אזוי לוינט זיך צו ווארטן אפאר טעג, אבי די שולחן עורך וועט זיין זאפטיג. דערווייל גייט אדורך טעג און וואכן און עס קומען מאמרים לרחצה איבער רבי מנחם, רבי מאיר'ל און רבי איציקל. מאמרים איבער ר' שמעיה מעריל, ר' מאיר מאנדלבוים און ר' נחום מאיר גערמאן. דא אויך האבן מיר מצדיק געווען לכף זכות וחכמה אז איינמאל עס האט זיך פארצויגן האסטו געוואלט מאכן די פראיעקט פאר א דבר השלם און ווי נאר דו וועסט ענדיגן וועט זיך אנהייבן גיסן די סחורה מיט וואס דו האסט אונז דא אריינגענארט. אבער ווי אנטוישט זענען מיר אלע געווארן אז עס זעהט נישט אויס ווי דו פלאנסט עפעס ערענסט דא צו שרייבן אין די נאנטע צוקונפט. איבער דער גאנצע שטיבל גיסט זיך פון דיין פעדער תגובות ומאמרים לרחצה אויף אלע ענינים בנגלה ובנסתר אבער קיין ווארט איבער דעם עמוד האש האחרון.
דו ביסט באמת קיינעם גארנישט שולדיג. דו מעגסט שרייבן וואס דו ווילסט, ווען דו ווילסט און וויאזוי דו ווילסט. איך קלער נאר אז דו וואלסט געוואלט וויסן אז מען פילט זיך אנגעפאטשט. דיין ביישרייבונג איבער בית אמשינוב איז הערליך און מייסטערפול אבער נישט פארדעם בין איך דא אריינגעקומען און נישט פארדעם האב איך מיט עקסטאז אויסגעווארט צו זעהן ווען דו לייגסט צו איין נייע מאמר נאכ'ן אנדערע. איך בין דא געקומען צו ליינען איבער די אמשינוב'ער רבי שליט"א און ער איז נישט דא צו געפונען אין דער אשכול דערווייל. איך האף אז דו וועסט דאס נישט אננעמען פאר קריטיק אויף דיין ארבייט נאר מער פאר א פריינטליכע געשריי אז עליך המלאכה לגמור ולשלם נדריך ונדבותיך.
אז מ'רעדט שוין וויל איך נעמען די געלעגנהייט צו פרעגן אפאר שאלות וואס וועלן האפענטליך שיינען א ליכט אויף דיין צוגאנצג צו באשרייבען מענטשן בכלליות ובפרט בכל הנוגע לבית אמשינוב.
1) איך האב באמערקט עטליכע מאל אין דער אשכול אז דו האסט גענוצט די סאטמארער רבי ז"ל'ס שמעק אלץ א yard stick צו מעסטן די גדלות פון אנדערע. איז דאס עפעס וואס דו נוצט אלעמאל צו מעסטן יענעמ'ס גדלות אדער איז דאס נאר עפעס וואס דו נוצט דא אויף ק"ש צוליב דעם וואס מערערע ליינער זענען פון די סאטמארער חדר און די רבי ז"ל'ס הסכמה אדער אי-הסכמה קען מכשיר זיין אדער פסל'ן א גאנצע אשכול.
2) דו באנוצט דיך זייער אסאך מיט הפרזות און הגדרות וואס איך שטיי אסאך מאל און איך ווינדער מיך צו עפעס איז ראנג מיט מיר אז איך זעה עס נישט דיין וועג. דו זאגסט עס אבער מיט אזא פשטות און קאנפידענס ווי כאילו מ'דארף זיין משוגע עס נישט צו זעהן. איך וועל געבן בלויז א דוגמא פון דיין לעצטע תגובה. "די דורכדרינגליכע הייליגע אויגן... הרה"ק רבי איציק'ל".... "גאנץ 'אמשינאוו' ליגט אויסגעשפרייט אויף זיין געזיכט". אפשר קענסטו מסביר זיין וואו פונקליך דו זעהסט דאס אין די בילדער? (איך רעד אגב נישט דוקא פון קעפשאנ"ס אויף בילדער, נאר בכלליות וויאזוי דו משל'סט אויס איינעמ'ס מהות אדער מהלך אן ערקלערן אויף וואס דו באזירסט עס.)
3) די טיטלן מיט וואס דו האסט דיך באנוצט האבן אין מיינע אויגן פארמינערט פון די קוואליטעט פון דיינע הערליכע באשרייבונגען. איך מיין אז אלץ אן ערוואקסענע מענטש איז מיר שווער אנצונעמען ערענסט א באשרייבונג וואס טיילט צו די מדריגות פון אלע אבות, יוסף הצדיק, משה רבינו, דוד המלך, דער רמב"ם, רשב"י, אר"י הקדוש און די בעש"ט, צוזאמען מיט אלע טיטלען וואס מען טרעפט אין אלע בענדער פון שו"ת שבט הלוי פאר א יעדער איינציגסטע פון די אמשינוב'ער רביס. איך זאג נישט אז עס איז נישט אמת וואס דו שרייבסט, איך זאג ס"ה אז עס איז שווער זיך צו אידענטיפיצירן מיט אזעלכע אויסער-וועלטליכע מלאכים. איך ווייס אז איך אליינס בין דא מגזים ארויסצוברענגן מיין נקודה אבער איך האף אז דו כאפסט מיין פוינט.
נאך מער האט עס מיך אביסל אפגעווארפן ווען איך האב געליינט דיינע באשרייבונגען אויף די אידן וואס האבן זיך כלומר'שט געדרייט ביי רבי איציקל. איך בין זיכער אז אלע האבן זיך געדרייט דארט one time or another, איך בין אבער נישט זיכער ווי ווייט זיי אליינס האבן זיך געהלטן פאר "חסידים" פון רבי איציקל. איך בין נישט קיין יונגערמאנ'טשיק און איך קען כמעט א יעדער איינער פון די אידן first hand. אבער נישט דאס באדערט מיר. מיר האט מער געבאדערט אז מען האט זיי אויסגעשטעלט ווי כאילו מען רעדט דא פון די סאמע גרעסטע גדולי הדור. געשמאק? יא. חשוב? מן הסתם. ערליך? פארוואס נישט. אבער פארוואס עפעס פעלט אויס צו מאכן ר' מאיר מאנדלבוים אין א "הגה"צ"? וואס איז שלעכט מיט הרה"ח? איז עס דען נישט מער פאסיג? ר' שלמה קופיץ איז געווען גאר א חשוב'ע יונגערמאן אבער ווען דו שרייבסט ווען ע"ה אנשטאט זצ"ל וואלט מען געקענט איינשפארן א צינישע שמייכל. און די ראכמיסטריווקע רבי גייט באזוכן אסאך קראנקע אידן אין שפיטאל און האט מיט זיי שיינע חסיד'שע שמועסן. ר' נחום מאיר גערמאן איז טאקע אן איש האשכולות און האט געדאווענט מעגליך אין אמשינוב, אבער ווייל איך דאווען אין די וויזניצער בית המדרש אויף מיין גאס מאכט עס מיר נישט א מענדעליסט טראץ דעם וואס איך פארברענג שיין מיט מיינע קאו-מתפללים און טרינק מיט זיי לחיים א יעדע טאג.
שוין, דער תגובה האט זיך געצויגן צעהן מאל אזוי לאנג ווי געפלאנט. איך האף אז דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער ווי א שטארקע אינטערעסע צו כאפן א בליק מאחורי הפרגוד אינעם קאפ פון די טאלאנטפולע שרייבער הנקרא אדנירם און צו פארשטיין זיין מהלך המחשבה וכתיבה בכלל, ובפרט בנוגע לבית אמשינוב. און אפילו אויב דו פלאנסט נישט צו שרייבן ווייטער איבער די נושא העומד בראש האשכול האב איך נישט חרטה אז דו האסט מיר דא אריינגענארט (כאטש עס פילט אזוי) ווייל למעשה האב איך הנאה געהאט. ויה"ר שתזכה לעלות מעלה מעלה ולילך מחיל אל חיל בב"א.
.[/justify]