בלאט 3 פון 3
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 4:44 pm
דורך נאך א מיינונג
תרמב האט געשריבן:ס’איז געווען א איד וואס איז געקומען צו שינאווא רב זי’’ע מיט א שווערע קוויטל זיין ביזנעס האט אפגעברענט און ער האט געקלעימט די אינשורענס, למעשה קלאגט מען אן מיט א געפערליכע בלבול אז ער האט עס אליינס אונטערגעצינדן און ס’דראעט אים לאנגע יארן אין תפיסה, האט אים שינאווא רב אנגעווינטשן אז די אייבירשטער זאל העלפן אז די אמת זאל ארויסקומען! האט זיך די איד גענומען וויינען, רבי די אמת זאל נאר נישט ארויסקומען ווייל איך האב עס טאקע אנגעצינדן, למעשה נאך דעם וואס שינאווא רב האט אים אריינגעגעבן א ערנסטע פסק אז מ’טוט נישט אזעלכע זאכן און יענער האט זיך פארגענומען מער נישט צו שווינדלען האט אים שינאווא רב זי’’ע אנגעווינטשן אז ער זאל ארויסגיין זכאי בדין.
לאז אונז נישט הענגן. וואס איז געשען למעשה? יענער האט געיושבט? דער אמת איז ארויס געקומן?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 4:49 pm
דורך תרמב
איך ווייס נישט וואס איז געבליבן, איך וועל אננעמען אז שינאווא רב’ס ברכה האט געהאלפן, אבער נישט דאס איז די פוינט דא........
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 5:02 pm
דורך יאסל ראקאווער
איך האב געטראכט פון די אשכול און די ווערטעל פון די חסידישע קאפל מיט ביי זייער marriage license יום כיפור ווען איך האב געקלאפט די וידוי פון אשמנו און על חטא.
איך קען זאגן הונדערט פראצענט איך האב געקלאפט וידוי אויף עבירות איך האב נישט געטון די יאר און איך בין גאנץ א גרויסע עבריין. ליידער. שטעלט דיר פאר די אידן אין ראדני וואס ער דארף טראכטען ווען ער הערט נישט אויף קלאפען אויף עבירות וואס ער האט נישט געטון אין ווילדסטען חלום.
ס'איז אזא מאנטאליטי פון ליגענט אז מ'זאגט ליגענטס אפילו פאר גאט אז מ'האט געטון עבירות וואס מ'האט קיינמאל נישט געטון.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 5:09 pm
דורך berlbalaguleh
תרמב: איכ'ל פארציילן א מעשה פון היינטיגע צייטן.ס'געווען א איד א גרויסער ביזנעסמאן און א הייסער חסיד פון א געוויסן רעבי'ן. האטציך געמאכט ווי ס'מאכטציך אז זיינע פראפערטיס האבן (ל"ע) אפגעברענט. ער האט געהאט גרויסע סכומים אין אינשורענס געלט וואס איז איהם געקומען (מ'רעדט אין די שווערע מיליאנען). געוויינליך א מענטש האלט אז אויב די אינשורענס קאמפעני שיקט איהם א טשעק איז דער קעיס שוין געסעטלט. נאר א סאך מאל הייבן זיי ערשט דאמאלס אן די דו"ח. ומעשה שהיה די אנטיסעמיטן האבן אנגעהויבן צו פרעגן צופיהל קשיות. האט די משפחה (בעצת רבם ומאורם) מחליט געווען אז דער טאטע זאל זיך צוריקציען פו די ביזנעס מכח זקנה, און דער זון האט איבערגענומען די געשעפטן...!
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 5:17 pm
דורך מי אני
יאסל ראקאווער האט געשריבן:איך קען זאגן הונדערט פראצענט איך האב געקלאפט וידוי אויף עבירות איך האב נישט געטון די יאר און איך בין גאנץ א גרויסע עבריין. ליידער. שטעלט דיר פאר די אידן אין ראדני וואס ער דארף טראכטען ווען ער הערט נישט אויף קלאפען אויף עבירות וואס ער האט נישט געטון אין ווילדסטען חלום.
ס'איז אזא מאנטאליטי פון ליגענט אז מ'זאגט ליגענטס אפילו פאר גאט אז מ'האט געטון עבירות וואס מ'האט קיינמאל נישט געטון.
דא איז דר. יצחק פעדער מסביר אז די געדאנק פון די פייטנים פון פורט זיין כל מיני חטאים אין די ווידוי איז מיוסד אויפ׳ן ביבלישען מאדעל (אין די קאנטעקסט פון אירע צייטן און די קולטורן ארום איר) אז טאמער טוהט מען עפעס שלעכט קומט עונשים אפילו מ׳איז נישט באוואוסטזיניג דערפון, וממילא איז מען פורט וואס מען קען נאר אלס אפשר אפשר אפשר וכו׳.
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 18, 2021 9:24 pm
דורך berlbalaguleh
נאך א מיינונג האט געשריבן:תרמב האט געשריבן:ס’איז געווען א איד וואס איז געקומען צו שינאווא רב זי’’ע מיט א שווערע קוויטל זיין ביזנעס האט אפגעברענט און ער האט געקלעימט די אינשורענס, למעשה קלאגט מען אן מיט א געפערליכע בלבול אז ער האט עס אליינס אונטערגעצינדן און ס’דראעט אים לאנגע יארן אין תפיסה, האט אים שינאווא רב אנגעווינטשן אז די אייבירשטער זאל העלפן אז די אמת זאל ארויסקומען! האט זיך די איד גענומען וויינען, רבי די אמת זאל נאר נישט ארויסקומען ווייל איך האב עס טאקע אנגעצינדן, למעשה נאך דעם וואס שינאווא רב האט אים אריינגעגעבן א ערנסטע פסק אז מ’טוט נישט אזעלכע זאכן און יענער האט זיך פארגענומען מער נישט צו שווינדלען האט אים שינאווא רב זי’’ע אנגעווינטשן אז ער זאל ארויסגיין זכאי בדין.
לאז אונז נישט הענגן. וואס איז געשען למעשה? יענער האט געיושבט? דער אמת איז ארויס געקומן?
נאך א מיינונג: ס'איז נאך דאמאלס נישט געווען דער היימישער אידישער ישוב אין אוטיסווילל וואס די אמעריקאנע מלכות של חסד האט געגרינדעט...! דו קענסט אבער זיין זיכער אז אויב דער שינאווער רב זצוק"ל האט איהם אנגעווינטשן איז ער נישט געגאנגען יושב'ן. אזוי ווי ס'איז מסופר איבער מערערע צדיקים בדורנו. הרה"ק מ'טאש והרה"ק מ'ריבניץ זצוק"ל. אז זיי האבן ארויסגעראטעוועט אידן פון גיין זיצן אין תפיסה...!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 9:29 am
דורך מי אני
8DBD5AAC-3A33-48E6-B02E-E1C1EBB9FCFC.jpeg
קאנט
נשלח: זונטאג דעצעמבער 19, 2021 6:29 pm
דורך מי אני
04372AC4-DA22-447B-862C-F073A281877A.jpeg
שו״ת חת״ס ח״ו סימן נט.