בלאט 3 פון 4

נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 8:35 am
דורך קאווע טרינקער
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:די געשעפט שטיין נאך אלץ ליידיג. איינער ווייסט וואס גייט זיין דארט?

כ'הער אז קלויזענבורג און מונקאטש רייסען זיך אויף דעם

נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 1:35 pm
דורך בן ישי
קאווע טרינקער האט געשריבן:
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:די געשעפט שטיין נאך אלץ ליידיג. איינער ווייסט וואס גייט זיין דארט?

כ'הער אז קלויזענבורג און מונקאטש רייסען זיך אויף דעם

ער פארקויפט עס נישט ער זיכט איינער זאל עס דינגען (פאר א פעטן פרייז)
קלויזענבורג און מונקאטש זיכן נאר צו קויפן ווייל זיי דארפן וויכטיג נאך בנינים פאר די מוסדות וואס וואקסן אויס...

נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 7:14 pm
דורך איך אויך
מונקאטש האט דאך שוין יארן דעם ריזן חורבה ביי 15 קארנער 41 וואס ער טוהט גארנישט דערמיט.

Re: Boro Park foodmart

נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 8:41 pm
דורך קלוגע יודל
איך אויך האט געשריבן:מונקאטש האט דאך שוין יארן דעם ריזן חורבה ביי 15 קארנער 41 וואס ער טוהט גארנישט דערמיט.

און קלויזענבורג האט אויך אפטר ליידיגע שטחים

נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 10:58 pm
דורך קאווע טרינקער
אה... צוביסלעך כאפט מען די וויץ..

נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 11:05 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
קלויזנבורג האט א חורבה אויף 14&50 שוין יארן.

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 10:13 am
דורך ציבעלע-קיגל
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:די געשעפט שטיין נאך אלץ ליידיג. איינער ווייסט וואס גייט זיין דארט?


מסתמא נאך א באנק

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 3:24 pm
דורך בן ישי
איך אויך האט געשריבן:מונקאטש האט דאך שוין יארן דעם ריזן חורבה ביי 15 קארנער 41 וואס ער טוהט גארנישט דערמיט.

גראדע האב איך געהערט אז נאך יארן זיצן ליידיג האט עס מונקאטש ענדליך פארקויפט, איינער ווייסט מער דערוועגן?

נשלח: דאנערשטאג יוני 29, 2017 1:12 pm
דורך בערל_פרוכטבייסער
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:די רענט פרייזען און בפ זענענן א הימל געשריי. אפי׳ איינער וואס האט א גוטע ביזנעס געבויט יארען לאנג. קען זיך אנריקען די פריץ און העכערען די רענט. און אויב קענסטו נישט צאלען וועט ער אנכאפען די מאשקע מיט גאנצע די משפחה און ארויס ווארפען אויף די גאס ארויס. טאקע נישט און גריב אזוי ווי די אלטע פריצים. אבער צו נעמען א גוטע פרנסה פון א צווייטע יוד קען אויך אנגערופען ווערען אריין געווארפען און גריב אריין.


איך טוה אביסל אין ריעלעסטעיט עכ"פ בראוקערידזש
לאמיר נעמען די ליסטע פון מוסדות וואס האבן ריזיגע שטחים וואס שטייען ליידיג
איך גיי לוי די א'ב
באבוב אויף 36 ביי 13 - און אויף 48 סטריט - אויף 14 עוועניו ביי 51
באבוב 45 - אויף 62 - אויף 49 ביי 14
מונקאטש - לעבן די ביהמדאזוי אויך עטליכע הייזער און די אומגעגנט
סאטמאר אויף 53 קעגן ביהמ"ד
קלויזענבורג אויף 16 און 38 (ביז לעצטנס האבן זיי געהאט אויף 15 ביי 50 און דאס פארקויפט מיט דעם האבן זיי געקויפט א בילדינג אויף לעבן זייער סקול. אזוי אויך 14 ביי 51 האבן זיי לעצטנס פארקויפט פאר א דעוועלאפער) איצטער אויף 14 ביי 50 האבן צוגעקויפט אפאר הייזער דארט ווארפן זיי יעצט אראפ און גייעו דארט בויען דאס מיינט אוועקגענומען נאך אפאר הייזער ווי צו וואונען

איך האב געהאנדעלט מיט עטליכע פון די קהילות צו פארשטוישן מיט לאטס אינדרויסן פון געגנט מער ווייניגער איז ארויסגעקומען אז די הייליג קהילה איז איבער אלעס זאלן די איינוואונער אין בארא פארק בליטיגן
איך זאג נישט די תירוצים זענען געוועהן גוטע מיטן אויסנאם פון איין קהילה וועלכע האט דאס באמת פאר שוואולטאג

Re: Boro Park foodmart

נשלח: דאנערשטאג יוני 29, 2017 1:34 pm
דורך יהודי פשוט
בערל_פרוכטבייסער האט געשריבן:איך זאג נישט די תירוצים זענען געוועהן גוטע מיטן אויסנאם פון איין קהילה וועלכע האט דאס באמת פאר שוואולטאג

וועלכע???

נשלח: דאנערשטאג יוני 29, 2017 1:53 pm
דורך [NAMELESS]
זייער גרינג צו כאפן וועלכע...

נשלח: דאנערשטאג יוני 29, 2017 2:53 pm
דורך איסר האטלקי
בן ישי האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:מונקאטש האט דאך שוין יארן דעם ריזן חורבה ביי 15 קארנער 41 וואס ער טוהט גארנישט דערמיט.

גראדע האב איך געהערט אז נאך יארן זיצן ליידיג האט עס מונקאטש ענדליך פארקויפט, איינער ווייסט מער דערוועגן?

יא

Re: Boro Park foodmart

נשלח: דאנערשטאג יוני 29, 2017 2:55 pm
דורך יהודי פשוט
איסר האטלקי האט געשריבן:יא

קום אריין קלאר... ווען האט מען עס פארקויפט? פאר וועם האט עס פארקויפט? פאר וויפיל?

נשלח: דאנערשטאג יוני 29, 2017 2:58 pm
דורך איסר האטלקי
בן אדם האט געשריבן:זייער גרינג צו כאפן וועלכע...

איך הייב נישט אן צו כאפן:
מונקאטש איז עס נישט די קהילה, עס איז דעם רבי'נס פריוואטער קאסע, זיין ציל איז ביזנעס נישט מוסדות, נא, אין ביזנעס מעג יעדער טון וויאזוי ער פארשטייט.
קלויזנבורג האט דאך מורא אז איינער וועט בויען א בית מדרש אין געגנט...
באבוב 45 פלאנט צו בויען בקרוב, עס שטייט נישט ליידיג פאר גארניטש.
סאטמאר דארף עס פאר פארקינג. פארוואס? גייט עס זיי צונעמען מענטשן אויב וועלן זיי אויפגעבן אויף די צוואנציג סלאטס? איך ווייס אויך נישט.
באבוב מעג דאך טון וואס ער וויל, און שוין.

נו, פון וועמען רעדסטו?

נשלח: פרייטאג יוני 30, 2017 12:13 am
דורך וואלווי
יהודי פשוט האט געשריבן:
בערל_פרוכטבייסער האט געשריבן:איך זאג נישט די תירוצים זענען געוועהן גוטע מיטן אויסנאם פון איין קהילה וועלכע האט דאס באמת פאר שוואולטאג

וועלכע???


איסר האטלקי האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:זייער גרינג צו כאפן וועלכע...

איך הייב נישט אן צו כאפן:
מונקאטש איז עס נישט די קהילה, עס איז דעם רבי'נס פריוואטער קאסע, זיין ציל איז ביזנעס נישט מוסדות, נא, אין ביזנעס מעג יעדער טון וויאזוי ער פארשטייט.
קלויזנבורג האט דאך מורא אז איינער וועט בויען א בית מדרש אין געגנט...
באבוב 45 פלאנט צו בויען בקרוב, עס שטייט נישט ליידיג פאר גארניטש.
סאטמאר דארף עס פאר פארקינג. פארוואס? גייט עס זיי צונעמען מענטשן אויב וועלן זיי אויפגעבן אויף די צוואנציג סלאטס? איך ווייס אויך נישט.
באבוב מעג דאך טון וואס ער וויל, און שוין.

נו, פון וועמען רעדסטו?


א מין רעבישע סארט שוואולטאג וואס אונז עמער קיינמאל נישט פארשטיין....

נשלח: פרייטאג יוני 30, 2017 3:13 am
דורך איך אויך
איך גלייב נישט דו וואלט דיך געוואלט טוישן דיין פעקל מיטן קלויזענבארגער.... פארגין עם עפעס אויף די וועלט.

נשלח: פרייטאג יוני 30, 2017 6:14 am
דורך diff
די מעשה מיט די פעלד מיט צוויי ברידער

נשלח: פרייטאג יוני 30, 2017 3:18 pm
דורך איסר האטלקי
איך אויך האט געשריבן:איך גלייב נישט דו וואלט דיך געוואלט טוישן דיין פעקל מיטן קלויזענבארגער.... פארגין עם עפעס אויף די וועלט.

ווער רעדט דא פון זיך טוישן מיט אים? ער פארשטייט נישט פארוואס ער נעמט נישט עפעס א בעסערער טייל אין עולם הזה, נאר אזעלכע אומפארשטענדליכע תענוגים....

נאר צרות און נישט קיין שום עולם הזה, און דו פרעגסט נאך וועגן זיך טוישן מיט אים? חס ושלום!

נשלח: זונטאג יולי 02, 2017 9:31 pm
דורך וואלווי
איך אויך האט געשריבן:איך גלייב נישט דו וואלט דיך געוואלט טוישן דיין פעקל מיטן קלויזענבארגער.... פארגין עם עפעס אויף די וועלט.


חס ושלום, און נישט נאר דאס, כ'קען אפילו נישט משיג זיין פעקל, אויף אלע שונאים געזאגט אזא פעקל, און א מענטש וואס האט נישט זיין פעקל פארגין איך אויך כל טוב וטוב ווייל די באשעפער האט גענוג פאר א יעדען. נאר טו ראנגס דאנט מעיק וואן רייט, דער מין ביזנעס איז נישט צו אונזער עוורידעי פיפלס פארשטאנד. אפגעהוטן זאל מען ווערען אויב אונז וועל מען דארפן האבן א פארשטאנד צו דעם.

נשלח: זונטאג יולי 02, 2017 9:46 pm
דורך קאמענטירער
איך אויך האט געשריבן:איך גלייב נישט דו וואלט דיך געוואלט טוישן דיין פעקל מיטן קלויזענבארגער.... פארגין עם עפעס אויף די וועלט.

ברוך האט געוואלט קאווינסען זיין ווייב ברכה אז יעדער איינער מאכט מיט עפעס אויף דער וועלט, און סאיז נישטא קיין אויסנאם.
''כ'זאג דיר'' זאגט ברוך ''אפי' געציל דער עושר מאכט זיך אויך מיט זיין פעקיל צרות''
כגלייב נישט סקעו נישט זיין!!
"פיין לאמיר אים אליין פרעגן"
ברוך שפאנט מיט זיכער טריט און קלאפט אויפן שיינעם מאהעגעני טיר פון געציל, דער עושר עפענט דער טיר ''יא וואס איז?"
איז וואהר אז די האסט אויך א פעקיל?
" וואסערע פעקיל רעדסטו פון?"
געבט זיך ברוך א דריי אויס צו זיין עקרת "זעסט ער האט נעבעך אזויפיל צרות אז ער האט ליידער שוין עטליכע פעקליך...

נשלח: זונטאג יולי 02, 2017 10:25 pm
דורך [NAMELESS]
איך אויך האט געשריבן:איך גלייב נישט דו וואלט דיך געוואלט טוישן דיין פעקל מיטן קלויזענבארגער.... פארגין עם עפעס אויף די וועלט.

נישט קלויזענבורג

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 11:57 am
דורך בערל_פרוכטבייסער
נאכאמאהל לפי סדר הא'ב
באבוב (48) האט די מערסטע ליידיגע שטחים אין בארא פארק ווייל געלט איז גארנישט
באבוב (45) פארמאגט א ריזן ליידיגע שטח אויף 62 וואס זיי האבן נישט קיין שום פלאן עפעס צו טוהן דערמיט דאס איך רעד שוין נישט פון די בילדינג אליינס וואס איז דריי פערטל נישט אקאפירט זיי ניצן הייזער אינמיטן בארא פארק פאר די חדר ווען זיי האבן אויף 58 ערגעץ א בלידינג צו בויען א חדר עב איז אויך א גרויסע ליידיגע שטח ווי דער רב האט געוואונט אויף 15 ביי 49
די לאט אויף 14 ביי 49 ידער שרייט זיי גייען בויען
מונקאטש האלט איך נישט ביים אריינגיין רעדן
סאטמאר פארקינג איז נישט קיין תירוץ
קלויזנבורג האט אין פאקט געבויעט א בילדינג פאר צוויי יאהר אויף 50 לעבן זייער סקול דאס אויסגעניצט דעם שטח אינגאנצן זיי האסן צוגעקויפט א בילדינג
די חורבה אויף 14 ביי 50 גייט אראפ פאר א געוויסע זאך וואס זיי דארפן, למעשה באלאנגט עס נאכנישט פאר זיי אינגאנצן זיי בויען מיט א חשבון אום איבער אלעם פארקויפן וואס זיי דארפן נישט

יעצט שטעלט זיך א שאלה ווי זענן די רב'עס אינגעלייט בלוטיגן, בוי פראיעקטן שיק ארויס אדער קיין סטעטן אלליענד אדער קיין ווי אמיער
נאר סאטמאר האט געמאכט פראיעקטן ר' אהרן אין קרית יואל ר' זלמן לייב אין בלומינבירג און אוזי אויך אין לעקוואד
בעלז אין לעקוואד
קלויזנבורג אין לעקוואד
אט די קהילות האבן צוגעשטעלט פאלאצן פאר זייער ציבור פאר ביליג אזוי אויך העלפט מען מיט געלט צו קענען קויפן
איצט שטעלט זיך די פראגע ווי זענען אלע אנדערע מען זארגט זיך די קינדער זאלן האבן הייזער אבער די חסידים לאזט מען בלוטיגן
דער עיקר איז די בגדי צבעונין... די קאלירטע בעקיטשעס מיט די גרויסע הייזער און די שיינע יוקאנ'ס

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 12:31 pm
דורך גראף
פארוואס? ווייל ס'וועט פעלן מענטשן ביי טיש.