בלאט 3 פון 3

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 2:11 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
גוט אז דו זאגסט מיר וואס איך וויל דא טוהן.

מיר גייט נישט אן די ביטול תורה, נאר די שקרים וואס מ'פרעדיגט דא. קודם בעש"ט, נאכדעם זיידעס, נאכדעם סתם אן עצה פאר יונגע בחורים. קיין איין זאכליכע טענה נאך נישט געברענגט.

און די טענה פון [tag]בן ישי[/tag] ודעימיה אז מ'דאר, צושטעלען ענטערטיינמענט פאר בחורים, האט מען שוין ארוםגערעדט אין די לעצטיגע וועקער בשם הגר"י לעבאוויטש, עיי"ש. בקצרה, דער תורה בעט נישט קיין הילף. היט איהם און טו ווי ער הייסט, און אזוי וועט מען מצליח זיין. ווען מ'הייבט אן אין זייטיגע וועגען, דעמאלס דארף מען עצות מעצות שונות.

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 8:28 am
דורך אישתישבי
ליטוואק
איין שאלה צו דיר,
ביסטו א מנהל דא אין שטיבעל אדער נישט?

Re: חסידים ביים רבין׳ס שמחה, וויפיעל איז אמת און וויפיעל איז

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 8:34 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אישתישבי האט געשריבן:ליטוואק
איין שאלה צו דיר,
ביסטו א מנהל דא אין שטיבעל אדער נישט?

מיין תאווה איז צו ענטפערען אז יא, ווייל אזוי האב איך א געשטעל פון א צדיק המעביר על מגותיו, ווען רוב די אטאקעס וואס איך באקום ווערען נישט פארראכטען.
למעשה אבער, בין איך נישט און אפילו בימי ׳גבאי החודש׳ האט מען מיר קיינמאל נישט מכבד געווען מיט דער שטעלער

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 1:17 pm
דורך אישתישבי
ווייל איך קען נישט זעהן א צווייטע זאל באדערען ווען מען שרייבט אז א ליטוואק איז א מפריס פרסה ביזען אחור (א רמז אויף א פראק) חוץ דיר.

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 1:47 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווען האסטו געזען אז ס'זאל מיר באדערען? אדרבא, דאס טוט ארויס ברענגען וואס פאר א שטעלונג ענק מתנגדים האבען. נאר מיט לאזונגען ווי צלם אין הארץ וכדו' קענט עטץ בארעכטיגען ענקערע שנאת התורה. ווייזט זיך אויס פון דעם אליינס אז קיין זאכליכע טענות האט מען נישט. נאר די בעש"ט\זיידעס\אלע יארען\ענטערטעינמענט טענות.

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 2:10 pm
דורך cictim
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נאר די בעש"ט\זיידעס\אלע יארען\
טענות.


אונז רופן דאס אן "מסורה" וואס איז "פרייאריטי" אין אידישקייט, א זאך וואס די מתנגדים האבן אויסגעריסען.

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 4:18 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אנדערע האבען ליעב צו זאגען 'משנה ברורה איז פאר יתומים'. איך זאג 'מסורה איז פאר עמהארצים'.
והן הן הדברים שכתב [tag]citcim[/tag]

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 4:59 pm
דורך יעקב מענטש
דאס פארן צו א רבי איז אלץ געווען א חסידישע זאך, מ'פלעגט פארן הערן דעם רבינ'ס תורה, און אזוי האט מען זיך רעטשארדזט אין עבדות ה'.

דאס גיין צו א חתונה פונעם רבינס אייניקל, איז פשוט אז דער עולם וואס האט א נאנטן קשר מיטן רבין פרייט מען זיך מיט און מ'קומט לכבודו, דארף נישט זיין אנדערש ווי ליטוואק מיט זיין ראש ישיבה. אבער ווי פארשטענדליך איז עס היינט מער א מיטל צו 'בויען' דעם רבין נישט אזוי ווייט מבחינת רצוננו לראות את מלכנו, והא ראיה, אויב די חסידים ווייסן מיט א וודאות אז ס'גייט נישט זיין קיין גרויסער 'עולם', געשעהט ממש וואונדער אז נאר א קליינער ציבור קומט אן... פון די אנדערע זייט, ברגע די חסידים ווייסן אז ס'גייט זיין אין נעסוי קאליסיום קומט אן אזא גרויסער עולם אז ס'שפילט זיך איבער דעם עומדים צפופים ומשתחוים רווחים.

די גאנצע רעביסטעווע טראגט גאנץ א זויערן פנים היינטיגע צייטן, אפי' א דור צוריק ווען אמתע צדיקים האבן פארנומען דעם אויבן אן, און מ'האט נאך געהאט צו 'וועמען' צו קומען, האט דער גאנצער טראסק ארום, חתונות, צאתכם/בואכם לשלום מעמדים, און די כלליותדיגער לופט ארום, נישט געהאט קיין אידישן חן, היינטיגע צייטן האבן שוין א באדייטענדע טייל חסידים מיטן רבין גארנישט איינגעלייגט (ביי יעדע חסידות לויפן די פראצענטן אביסל אנדערש), און מ'זיצט דארט ווייל ס'איז עכט נישט דא קיין סיבה אוועקצוגיין. און אויב זוכט מען אמתע סיפוק, איז דא היינט א שפע פון אינטערנאצינאלע משפיעים מיט אן אפיל צום ברייטערן ציבור וואס בליען און וואקסן.

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 6:00 pm
דורך תורה ומדע
די רביס זענען זיך רובע דרובא זיך אלייןס שולדיג אינעם דיקליין פון דער מושג. אבער נאך אלעמען זענען זיי די איינציגע וועלכע טראגען דעם עול הציבור. ווען די אללע משפיעים למיניהם וואלטן געדארפט נושא בעול זיין אזוי ווי די רביס וואלטן זיי אללע געזאגט מוחל טובות... האלטען דרשות מיט פארגלייזטע אייגעלעך איז נישט קיין קונץ..

נשלח: מיטוואך יוני 07, 2017 3:56 am
דורך אישתישבי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אנדערע האבען ליעב צו זאגען 'משנה ברורה איז פאר יתומים'. איך זאג 'מסורה איז פאר עמהארצים'.
והן הן הדברים שכתב [tag]citcim[/tag]


ערשטע מאל איך הער עס אויף משנה ברורה.

מען זאגט עס אויף חזון איש שיעורים מיטמגר"ח נאה, כאילו ביז זיי האט מען נישט געוויסט​ ווי גרויס איז א כזית, ממילא איז עס נאר פאר בעלי תשובה וואס האבן נישט קיין מסורה.

און צו זאגען אז מסורה איז פאר עמיראצים איז א נארישער סטעיטמענט, בפרט פאר א ליטוואק, ווייל כידוע זענען ליטוואקעס נאך מער מיט מסורה מיט דער מעתיקי השמועה [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל].

נשלח: מיטוואך יוני 07, 2017 7:51 am
דורך דערבער
גיט גיט

נשלח: מיטוואך יוני 07, 2017 7:59 am
דורך דערבער
אייז א רבי זאגט אייז אלע קענען גיין. אין מיט דעם וויל מען מאכען ענק יעדער איינער. דאס הייסט אייז די דינסט מיר 100 פערסענט איז גיט אייז נישט קענסט גיין פין דא .
אין דעם וועג איז נישט אויסגעהאלטן דאס קימט פשוט אייז אלעס קימט זיך מיר..

נשלח: מיטוואך יוני 07, 2017 8:21 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
'מעתיקי השמועה' איז אויך פאר עמהארצים

נשלח: מיטוואך יוני 07, 2017 3:50 pm
דורך [NAMELESS]
אישתישבי האט געשריבן:ווייל איך קען נישט זעהן א צווייטע זאל באדערען ווען מען שרייבט אז א ליטוואק איז א מפריס פרסה ביזען אחור (א רמז אויף א פראק) חוץ דיר.

מיר שטערט אויכעט ווען אזעלעכע ווערטער ווערן געמעקט, ענדערש זאל מען עס לאזן שטיין והדברים יעידו על עצמן ועל כותבן...

ס'וואלט געווען גענוג אז מען זאל דיסעיבלן דעם לייק קנעפל פון אזא הודעה כדי אנדערע אויבער-חכמים זאלן נישט גיסן קיין אויל. אדערווייז זעה איך נישט קיין סיבה צו מעקן...

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2017 12:02 am
דורך שמעקעדיג
לאמיר אייך מגלה זיין די אמת'ע סיבה און מטרה פון די שמחות ביים רבי'ן.

די חסידים הערן א גאנץ יאר פונעם רעבין באיזה דרך ישכון אור, את המעשה אשר יעשון ואת הדרך אשר ילכון בה, וכדו' די אלע שיינע פראזן. מען גיבט אכטונג שלא תכבה גחלת החסידות. מען פירט זיך נאר לויט די מסורה פון די רבי ז"ל און די הייליגע זיידעס המקובל לנו מדור דור. מען איז נישט משנה קיין זיז כל שהוא ח"ו. און דאס טוט דער רבי חזר'ן כסדר פאר די תלמידים, ביי די שאלעשידעס תורה און די שבת שובה דרשה און ווען אימער ס'שייך.

אז דער רבי זז"ג מאכט ענדליך חתונה, שטייטעך שוין אז די זיידעס קומען אראפ פונעם עולם העליון, זאגאר מען פארשיקט זיי פון ג"ע (וואס דעריבער איז מען זיך נוהג ביי די חסידים אפצושפארן די הויפט גאסן כידוע), נו אז די הייליגע זיידעס און רביה"ק זי"ע קומען אראפ, איז דאך נאר יושר אז די חסידים - וועלכע זענען זיך כסדר מוסר נפש זיך פירן בדרכיהם הק' - זאלן אויסנוצן די געלעגנהייט און זיי מקבל פנים זיין, און בשעת מעשה וואונטשן מז"ט און זיך פרייען מיט זייער שמחה, ווי אויך זאלן די זיידעס און רביה"ק שעפן נחת דקדושה ווי טויזענטער חסידים פירן זיך אין זייערע הייליגע וועגן על דרך ישראל סבא. ביי די חתונה קומט ארויס די התרגשות כמים פנים אל פנים, פון די חסידים צו די זיידעס און אבות הק' און ווייס-ווערסע פון די זיידעס צו די לעכטיגע דורות. די גאנצע התקשרות צו די די פריערדיגע רבי'ס און כוחות וואס מען לייגט אריין זיך צו פירן אין זייערע וועגן שיסט יעצט אויס ווי א וואלקאן בארג, און די שמחה איז עד אין לשער! נישט אומזיסט שרייבן די צייטונגען נאך יעדע רעבישע חתונה אז די חסידים ואנשי מעשה לאזן טרערן ביי דער חופה! און דאס איז אויך פשט אין די עלקטראנישע שטראם וואס לויפט אדורך ווען די מוזיק הייבט אן קול רנה און דער רבי מיט זיינע זיידעס הק' באווייזן זיך אינעם זאל. אודאי טאנצט מען אזש וינועו אמות הסיפים!

איז דען מעגליך נישט צו גיין צו די חתונה? עת לעשות לה' הפרו תורתך! (וואס פארשטייט דען א ליטוואק??)

(כ"ז כתבתי בדרך אפשר ובדרך צחות, וה' הטוב יכפר).

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2017 10:05 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דו דערמאנסט מיר. ווען איך האב געלערנט אין בריסק, האט ר' אברהם יהושע חתונה געמאכט און די תלמידים זענען געגאנגען. ס'איז געווען א נארמאלע גרויסע חתונה, נישט קיין רבישע, אבער ס'איז געווען א גרויסע עולם. ביים טאנצען האב איך באמערקט אויף זיין פנים, ווען מ'האט אנגעהויבען דער ניגון י-ה זכות אבות, ווי אן ערנסטע מינע גייט אריבער זיין פנים און ער נעמט דער זאך זייער צום הארצען. איך האב געפלאצט פון געלעכטער, און איך האב איהם געוואלט אנכאפען און זאגען אז 'זכות אבות' מיינט די שלשת אבות אברהם יצחק ויעקב, נישט עפעס פערזענליך נייטיג צו איהם מער ווי א צווייטען.

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2017 11:54 am
דורך cictim
היינט האבן זיי שוין יא מקבל געווען די מסורה, מ'נעמט שוין קוויטלעך, מיגייט אויף קברים, מ'שטופט זיך צו כאפן א בליק, אמאל אפילו טישן (לעיקוואד פורים), יהי רצון ס'זאל אריין גין אין פרטי'שן לעבן זיך צו פירן ע"פ חסידות.

Re: חסידים ביים רבין׳ס שמחה, וויפיעל איז אמת און וויפיעל איז

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2017 7:03 pm
דורך יהודי פשוט
דער שטיקל דברי תורה איז נוגע דא (כמובן נאר פאר חסיד׳ישע אידן און נישט פאר קיין ליטפאק׳ס וואס וועלן נאר זיכן אפצולאכן דערפון)בילד

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2017 7:49 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אינטרעסאנט, די אונגארישע לאכען דאך פון דער מנחת אלעזר. נאר ביי די ליטווישע רעדט מען פון איהם מיט כבוד.

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2017 7:52 pm
דורך דעת זקנים
לא היה ולא נברא, דער מנחת אלעזר איז געשעצט און פארהייליגט איבעראל.

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2017 7:53 pm
דורך וואלווי
ייש"כ יהודי פשוט טאקע א פיינע צושטעל, אבער ס'איז סך הכל א דרוש און א גוט ווערטעל, ע"פ פשט איז דא בעסערע תירוצים פארוואס ר' יהושע איז געגאנגען, סיי אז א נשיא זאל נישט גיין אן א באגלייטער, סיי אז ר' יהושע האט למעשה נישט מבטל תורה געווען נאר גערעדט אין לערנען, און ווער זאגט זיי האבן צוגרינד געלייגט א נאכט לימוד התורה פאר'ן שידוך שליסען, תנאים, אויפרוף, חתן מאהל, חתונה, לאקאלע שבע ברכות, לעצטע שבע ברכות וכו' וכו'.

עכ"פ, דער פותח האשכול איז געבליבן מיט'ן קשיא למעשה.

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2017 8:27 pm
דורך אישתישבי
ריכטיג האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:ווייל איך קען נישט זעהן א צווייטע זאל באדערען ווען מען שרייבט אז א ליטוואק איז א מפריס פרסה ביזען אחור (א רמז אויף א פראק) חוץ דיר.

מיר שטערט אויכעט ווען אזעלעכע ווערטער ווערן געמעקט, ענדערש זאל מען עס לאזן שטיין והדברים יעידו על עצמן ועל כותבן...



ס'וואלט געווען גענוג אז מען זאל דיסעיבלן דעם לייק קנעפל פון אזא הודעה כדי אנדערע אויבער-חכמים זאלן נישט גיסן קיין אויל. אדערווייז זעה איך נישט קיין סיבה צו מעקן...


ביסט נעבעך אנגעווייטאגט פין דער גט מעושה אשכול.

בארואיגט אייך, ס'געשעהט גארנישט אז מען איז אמאהל אויפגעוויזן צו זיין א עם הארץ.

נשלח: פרייטאג יוני 16, 2017 11:42 am
דורך [NAMELESS]
איך בין גראדע אנגעווייטאגט אויף דיר, אבער נישט וועגן די מאסרי פרשה. נאר צוליב דעם וואס איינער פון די שענסטע ניקס דא אין שטיבל האט מיר געשריבן אין אישי אז "דו" ביסט איינע פון די סיבות פארוואס ער איז ווייניגער אקטיוו דא ווי אמאל.