בלאט 3 פון 3

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 8:50 am
דורך לעיקוואד
נתן סליפקין האט באשריבען דער נושא לפי דרכו ענליך לדברי יידל

ענגליש
https://www.biblicalnaturalhistory.org/ ... enWars.pdf

עברית

https://www.biblicalnaturalhistory.org/ ... %D7%99.pdf


ועיין
http://www.rationalistjudaism.com/2017/ ... heory.html

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 9:14 am
דורך איך אויך
אישתישבי האט געשריבן:מיט איין נקודה אנדרעש, די וואס זענען קובע די הלכות היינט, זענען נישט די גרעסטע תלמידי חכמים בדורנו, און דאס מאכט דער פראבלעם, נישט אז יעדער לערנט.

צ.ב.ש. אויב וואלט בעלזער רב געהאלטען פין בראקעל, וואלט געוועהן צענדליגע תשובות פין אלע בעלזער דיינים אז בראקעל איז כשר און די ברוילערס זענען טריפה און נבילה, אם אלע סאטמארער דיינים וואלטן געשריבן תשובות פארקערט בבירור גמור.

כלומר, נישט די תורה איז די קובע, נאר איין בעלזער רבי וואס איז לאו דוקא אן עם הארץ (אקעי, אפשר יא) אבער ער האט מיט א א ווארט קובע געוועהן די תשובות אויף די שאלה.

און דאס איז נאר א דוגמא, ווייל ביי די עירוב און אריזאנע ווייץ און די טריפות הכרס, האט די הלכה קובע געוועהן אלעס אויסער אמת'ער דעת תורה.

און אדרבה, לאז דער המון עם לערנען, האבען זיי כאטש א טשאנס איינצוזעהן דער חורבן הדור.

וע"ז אמר שלא ימצאו הלכה ברורה במקום אחד, אפילו דער חלה של תרומה וועט מען ווארטען צו הערען וואס דער רבי אדער יענער רבי זאגט, צו וויסען אויב צו שרייבען תשובות כדבריו אדער פארקערט.

די ס''ח מוז אייביג ארויסשפראצן הא?

נשלח: זונטאג יוני 13, 2021 4:42 pm
דורך מי אני
ומענין לענין באותו ענין בנוגע גדרו של ״מין״ שרייבט דר. צבי לאנגערמאן:
[left]Perhaps the most critical problem from the point of view of Maimonides’ religious philosophy concerns the definition of “species,” specifically, does humanity constitute a species? Though Maimonides does speak of the human species, he intimates that in the case of humans the concept is not exact. Instead, he appears to hold that those people who succeed in actualizing their humanity form a collection of individuals so different from the other that the term “species” must be stretched considerably in order to apply to all. Allusions to this position are found in the chapter of the Guide (2:40) where Maimonides speaks of man as a political animal:

[T]here are many differences between the individuals belonging to it [the human species], so that you can hardly find two individuals who are in accord with respect to one of the species of moral habits... Nothing like this great difference between the various individuals is found among the other species of animals, in which the difference between the individuals belonging to the same species is small, man being in this respect an exception.[/left]

נשלח: דינסטאג יוני 15, 2021 7:43 am
דורך berlbalaguleh
מי אני: נו, דר. לאנגערמאן איז גערעכט. דער מענטש איז דער בחיר היצורים. למשל א בער וועט אייביג עקטן ווי א בער. אדער א וואלף די זעלבע. מ'וועט זיך נישט קענען איינטענה'ן מיט א חיה פון וואלד אז ער זאלל טוישן זיינע אינסטינקטן. די איינציגע וועג צו סטאפן א חיה פון ווילדעווען איז שיסן אויף איהם מיט א ביקס...! משא"כ א מענטש.מיט איהם קענמען זיך איינטענה'ן. אויסער אויב ער איז מענטאללי נישט אין ארדענונג.

ומעשה שהיה. (אזוי האביך געליינט) ביי א געוויסן צדיק און גאון איז זיך (אנגעבליך) פארלאפן די פאלגנדע געשיכטע.

ער איז אריינגעקומען אין א צימער אויפ'ן צווייטן שטאק. דארט איז געזיצן א איד, ל"ע א צודרייטער. רופט ער זיך אן צום רב..."דער רבי איז דאך באוואוסט פאר א בעל מופת. איך ווילל אז די רבי זאלל אראפשפרינגען פון דעם 2'טן שטאק אויף די גאס. און ער זאלל באווייזן אז ס'גארנישט געעהן צו איהם. ער האט פארשפארט די טיר. און נישט געלאזט דעם רב ארויסגיין. דער רב האט פרובירט איינצוטענה'ן מיט יענעם פארשוין. ס'האט אבער גארנישט געהאלפן. יענער האט זיך פארעקשנ'ט. ער מוז אראפשפרינגען...! רופטציך אן דער רב צו איהם..."אראפשפרינגען איז נישט קיין קונץ. דאס קען א יעדער. לאז מיך ארויס און איך וועלל ארויפשרינגען פון די גאס. דאס איז א קונץ"...! ס'האט געהאלפן. און דער משוגע'נער האט איהם ארויסגעלאזט...!