נשלח: דינסטאג אפריל 10, 2018 2:02 am
וואס איז די היסטאריע פון די מאנסי עירוב וואו די וויזניצע רב האט יא געטראגן אדער זיך געלאזט טראגן? עפעס האביך אמאל געהערט אז ס'געווען פסול פאר א וויילע? ווי אויך האט עס געהאט מערערע מכשולות און קילות? מאנכע האבן אמאל געשמיסט אז די וויזניצע רב האט דאן געלאזט רופן הרב פישעלע אויסצוארבעטן א היתר אויף די מאנסי עירוב? אנדערע האבן נך געזאגט בשם הרב פישעלע אז ער האט זיך אויסגעדרוקט אז די עירוב אין וויליאמסבורג איז אסאך מער מהודר און לכתחילה ווי די מאנסי עירוב. אויב איינער האט מער פרטים אדער קען קלאר מאכן אדער קאנפירמירן די היסטאריע דא ביטע.