בלאט 3 פון 8

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2019 10:13 am
דורך יין שרף
וועלכע בעל דרשן? און פון וועלכע רבנים האט ער באקומען היץ? (קען זיין אין אישי)

חוץ מזה הייסט אז ער האט געגעבן א קאנטרעווערשיל דרשה שבת נאכמיטאג. איינער מיט מער אינפארמאציע?

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2019 10:41 am
דורך זאפטיג
איך האב ליב צי הערן פון אזא רב
מיין שאלה איז נאר צי ער טיט עפעס אויף למעשה מי זיין אויפגעקלערטקייט אדער סתם קאנטרעווערסיא אזוי ווי אנדערע

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2019 11:15 am
דורך berlbalaguleh
לפענ"ד איז הרה"ג ר' שמואל ניימאן שליט"א איינער פון די (ווייניג) דיינים וואס רעדן און פארשטייען דעם היינטיגן דור. און האבן נישט קיין אגענדא מיט פארטיי אנגעהעריגקייטן (ווי סאטמאר, וויזשניץ וכדו'). ער רעדט גראד צו די זאך און ער באלאנסירט אלע זיינע מאמרים מיט מענטשליכקייט אין די ראמען פון די הלכה...!
לגבי די אנפיהרערס פון קרבתנו. איך האב פארלוירן 90% פון מיין רעספעקט פאר זיי. ס'ווייזט אז זיי האבן נישט קיין שטאנדהאפטיגקייט. און סיי וואס אימער זיי זאגן האט נישט קיין ווערד. ווייל זיי לאזן זיך בייגן פון פארשידענע אינשי דלא מעלי. וועלכע האבן אן אגענדא. און זייער הויפט מאטיווירונג איז נישט מער ווי געלט און ביזנעס...!

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2019 11:45 am
דורך calculator
berlbalaguleh האט געשריבן:לפענ"ד איז הרה"ג ר' שמואל ניימאן שליט"א איינער פון די (ווייניג) דיינים וואס רעדן און פארשטייען דעם היינטיגן דור. און האבן נישט קיין אגענדא מיט פארטיי אנגעהעריגקייטן (ווי סאטמאר, וויזשניץ וכדו'). ער רעדט גראד צו די זאך און ער באלאנסירט אלע זיינע מאמרים מיט מענטשליכקייט אין די ראמען פון די הלכה...!


ב"ה ר' בערל איז אויף מיין זייט

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2019 5:52 pm
דורך זאפטיג
איך זעה עפעס אויף זיין נאז א געוויסע הנאה פון זיין אנדערש
DONT LIKE THIS

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2019 9:31 pm
דורך calculator
זאפטיג האט געשריבן:איך זעה עפעס אויף זיין נאז א געוויסע הנאה פון זיין אנדערש
DONT LIKE THIS


@זאפטיג איך בין נאך קיינמאל געווען לייוו ביי זיין שיעורים האב איך נישט געקענט קוקן אויף זיין נאז בשעת'ן פאר לערנען צי זעהן וואסערע הנאה ער האט, אויף תורה-עני-טיים זעהט מען נישט אזוי קלאר, פין זיינע רעדן זעהט מען עס נישט, איך ווייס נישט וויפיל שיעורים די האסט געהערט פין אים, איך האב מורא אז אויף דיין נאז קען מען זעהן עפעס אן הנאה פין כשר'ן אונזער קרומע אידישקייט סיסטעם.

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2019 10:14 pm
דורך קאצקע ציקער
יין שרף האט געשריבן:די גאנצע וואס ער פארמאגט אליינס איז א סעלפאן וואס איז אייביג אויף סיילענט, וואס ער נוצט נאר אויף ארויסצורופן בעת הדחק, און א אימעיל קאנטע וואס מען קען אנפרעגן שאלות, און עס קען נעמען אפאר טעג ביז ער עפענט עס..

ביי מיר האט ער גענטפערט יענע טאג!

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2019 10:52 pm
דורך יין שרף
אמת, מאכט זיך. אבער ער איז זיך אינגאנצן נישט משעבד דערצו

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2019 11:07 pm
דורך קאצקע ציקער
א גיטע קאנדידאט פארן וועקער

Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 6:28 am
דורך נעגעל וואסער
וואס איז זיין אימעיל אדדרעס?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 8:54 am
דורך זאפטיג

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 6:44 pm
דורך רביה''ק זי''ע
כ'הער זאגן אז ס'קומט א חרם.

Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 8:29 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
זאפטיג האט געשריבן:https://pricelessknowledge.com/contact-us/

Blocked by משומר

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 9:01 pm
דורך רוסישער
.

Re: הרה

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 2:52 pm
דורך שיטה הקדושה
לגבי פאריגע קרבתנו האט ער זיך אפגעזאגט ווייל ער האט נישט געוואלט מען זאל ארויסקומען קעגן זיי.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2020 2:53 pm
דורך שיטה הקדושה
אויכעט ער האט שוין נישט קיין סעלפאון בכלל
ער האט זייער פיינט היינטיגע טעכנאלאגיע

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 8:41 pm
דורך calculator
איך גיב א קליק אויף מיין גוגל בראזער יעצט, און איך דריק אויף מיין בוקמארק הרב ר שמואל ניימאן'ס שיעורים, און איך גיב א קרעכטץ, אוי תורה תורה, נעם דיך שוין אן פאר די כבוד! ווי איז די שיינע בעגראנד פון די פערנוטשער מיט די אלטע אויסגענוצטע ספרים?? אלעס פארוואס? ווייל ער וויל זיך נישט צושטעלן צו די פארקרימטע סאסייעטי?

אגב דא קען מען הערן זיין געזעגנס דרשה פאר וויזניץ, וואס ער האט נעכטען געזאגט, די יסוד פון די היינטיגע חסידות'ן

http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=42&t=13065

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 9:34 pm
דורך [NAMELESS]
איינער וויסט ווי מקען באקומען זיינע שיעורים אויף הלכות נדה?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 10:01 pm
דורך יין שרף
אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:איינער וויסט ווי מקען באקומען זיינע שיעורים אויף הלכות נדה?

1) אויף די טעלעגראם טשענעל פון אלע זיינע הלכה שיעורים. https://t.me/dailychimushshiur/662


2) torahanytime.com

3) אויפן וועב זייטל פון אלע זיינע שיעורים priceless knowledge

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 10:52 pm
דורך יין שרף
ווי געברענגט אין די אנדערע אשכול, נאך קרוב צו דרייסיג יאר וואס רבי שמואל ניימאן האט פארגעלערנט שיעורי תורה ברבים, בגמרא, הלכה ותנ"ך אין ביהמ"ד וויזניץ אויף דר. פרענק, וועט ער פארלאזן די פלאץ צוליב פרעשור פון וויזניץ. (י"א דירעקט פון ר"י מוויזניץ מאנסי, איך קען עס נישט וועריפייען). אנשי ותלמידי רבי שמואל האבן געפענט א נייע ביהמ"ד פאר אים צו קענען ווייטער געבן זיינע שיעורים מיט הרחבת הדעת.

די נייע צייטווייליגע מקום איז Six Yale Dr. Monsey NY (איין גאס אוועק פון דר. פרענק, ווי די וויזניצע ביהמ"ד ווי ער האט פארגעלערנט ביז היינט געפינט זיך).


די נייע ביהמ"ד האט מען א נאמען געגעבן "אבני החושן" נאך די ערשטע ספר וואס רבי שמואל האט פארפאסט אלס אינגערמאן, אויף די ספר קצות החושן. (אבני החושן ר"ת שמואל בן אברהם ניסן ניימאן, די איבריגע אותיות געדענק איך נישט...).

היינט דאנערשטאג, כ"ו טבת תש"פ איז פארגעקומען די ערשטע שיעורים און תפילות אין די נייע ביהמ"ד, מיט די השתתפות פון בערך 30 אינגעלייט וואס זענען מיטגעקומען מיט אים פון די אלטע ביהמ"ד.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 10:52 pm
דורך יין שרף
די זמנים פאר די שיעורי תורה ותפילות

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 10:56 pm
דורך יין שרף
א בילד פון די Cookies וואס זענען געברענגט געווארן דורך איינע פון די מתפללים, ביי די נ"ך שיעור פאר מעריב...

נשלח: פרייטאג יאנואר 24, 2020 9:48 am
דורך אישתישבי
איז דאס א רעספאנס אויף דער קול קורא, אדער עס איז שוין לאנג געפלאנט?