בלאט 3 פון 3
נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2023 11:59 pm
דורך berlbalaguleh
שאלתיאל: ייש"כ. די אייבישטער זאל העלפן אז די אהבה זאל אנהאלטן פאר א לאנגע , לאנגע צייט.
זיין געוועזענע ווייב, די אומפארגינערין האט זיך שוין א ביסל בארואיגט. זי פלעגט ארומלויפן אויף אלע מידיא שאוס און בארעדן איהר געוועזענעם מאן און זיין נייע ווייב. מ'האט איהר איבעראל אויסגעלאכט.
(אפשר באלאנגט דאס אין דעם רכילות אשכול.)
נשלח: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 2:02 am
דורך כספי
מ'לאזט עם ארויף אין די חרדי'שע ממסדי'שע סטאנציעס, ווי ראדיא און צייטונגען?
אמאל פלעגט ער זיין, כ'בין נייגעריג צו נאך די חתונה לאזט מען נאכאלץ אדער נישט?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 5:35 am
דורך כספי
תוהו ובוהו האט געשריבן:
אין קאנטראסט צו אנדערע פולקאמע חוזרים בתשובה א שטייגער ווי אורי זוהר, האט שולי נישט אויפגעגעבן זיין קאריערע נאר נאך א שטיק צייט צוריקגעקומען אין ארויסגעגעבן זיין אייגענע פילם
מדי דברי בהם, האב איך אמאל געזען א
שיינע שמועס פון הרב אורי זהר ז"ל מיט להבחל"ח ר' שולי רנד
נשלח: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 12:40 pm
דורך Lesser
פלאס עס איז וויכטיג צו באטאנען אז זיין נייע רעבעצין האט זיך ארויפגעכאפט אויפן באן, און איז געווארן א בעלת תשובה, זי גייט שוין נישט מיט אייגענע האר וכדומה..
נשלח: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 7:13 pm
דורך לך לך
האט אקארשט ארויסגעגעבן א שיינע ניגון'דל 'אחד כמוך'
נשלח: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:12 pm
דורך סקעפטיקער
Lesser האט געשריבן:פלאס עס איז וויכטיג צו באטאנען אז זיין נייע רעבעצין האט זיך ארויפגעכאפט אויפן באן, און איז געווארן א בעלת תשובה, זי גייט שוין נישט מיט אייגענע האר וכדומה..
מיינסט אויפגעדעקטע האר
נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 8:04 pm
דורך berlbalaguleh
ס'א חילוק? צוגעדעקט כהלכה איז פונקט אזוי גוט.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 8:51 pm
דורך סקעפטיקער
berlbalaguleh האט געשריבן:ס'א חילוק? צוגעדעקט כהלכה איז פונקט אזוי גוט.
דאס זאג איך. פון זיין אזוי צוגעוואוינט צו אונזער פארקרומטע מהלך זאגט זיך אטאמאטיש אייגענע האר אנטשטאט אויפגעדעקטע האר