בלאט 3 פון 55

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 11:02 pm
דורך זר זהב
ס'איז א קינדערישע קאלארינג בוק. און איך וועל קאמענטירן אקארדינגלי. דו האלטסט אנדערש? פיין און וואויל! איי מעי דיסאגריע.

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2012 11:32 pm
דורך איחוד פעלד
עס רעגט אויף די סקול באסעס וואס לאזען די סטאפ סיין אפען שלא לצורך, און אלע קארס מוזען בלייבען שטיין ווי לאנג ער קראצט זיין נאז.
בכלל רעדען זיי זיך איין אז די גאס געהער צו זיי. פראביר נאר פאר די פאן צו געבען א פייף אויף א באס דרייווער, און ער וועט דיר אויסשטרעקען אלע פינעף מיטעלע פינגער בלויז פאר די חוצפה. אזעלכע זינלאזע באס דרייווערס, נע.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 12:04 am
דורך שמעקעדיג
דא קלאגט שוין "געפילטע פיש" דערוועגן:
viewtopic.php?p=44542#p44542

טייל מיר נישט קיין הבטחות!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 2:44 am
דורך שמעקעדיג
דינסטאג אווענט. א קלאפ אויפן טיר.

איך עפן אויף, צוויי אידן באווייזן זיך ביים שוועל.

- א גוטן! מיר קענען אריינקומען רעדן מיט אייך פאר א פינף מינוט?

- עממ, פונקט א שווערע צייט, כ'האלט אינמיטן סאפער...

- נישט קיין פראבלעם (פאר ענק, אבער פאר מיר יא!), איר קענט ווייטער רואיג (?) עסן, און מיר וועלן זיין די רעדנערס...

- אבער מיין הויז איז אזוי אנגעווארפן, די קינדער האלטן פונקט ביים גיין שלאפן, און, און...

- נעע, איר מאכט אייך נאריש, דאס איז דאך א אידישע שטוב קע"ה! מיר פארשטייען דאס אלעס, מיר האבן נישט קיין אישו דערמיט.

- אקעי, נו שוין (כ'קען דאך נישט פטור ווערן פון די נודניקעס), קומט אריין, לאמיר גיין דא אין עק פון דיינונג רום.

- אודאי, נישט קיין פראבלעם.

- בא"ה אמ"ה שהכל נהי' בדברו... (איך עס מיין פלייש מיט די פאטעיטעס).

- אמן! אקעי, אונז האמיר געוואלט רעדן מיט דיר זייער א וויכטיגע ענין היינט, וואס קען דיר אויך ברענגען גרויס נוצן (אה, די זענען גוטע סעילסלייט, מען האט זיי פיין אריינגעטרעינט).

- נו, אדרבה, שלינג איך אראפ, לאמיר הערן.. איר קענט נעמען דא אביסל קאלטע סעלטצער...

- אה, שקויעך! איז אזוי. מיר רעדן וועגן דעם מוסד "קומי אורי" וועלכע העלפט יתומים פון אפריקע לערנען משניות ביינאכט ביי מתמידים. עס איז א געוואלדיגע מוסד, נישטא נאך אזוינס אויפן כדור העולם, אלמלא אונזער מוסד, ווער ווייסט וואו די נשמה'לעך וואלטן אנגעקומען.

- פשיהא, קיינמאל נישט געהערט!

- טאקע? עס איז וועלט בארימט! איבער 7 קינדער האבן מיר שוין ארויסגעגעבן מלא תורה וחכמה.

- באמת? טאקע זייער חשוב! ווי אזוי קען איך העלפן?

- אה, איר פרעגט דאך ווי א חכם. איז אזוי: דער מוסד פלאגט זיך לעצטנס געפערליך פינאנציעל. בפרט אין די עקאנאמיע האבן מיר פארלוירן די עשירים וועלכע פלעגן טיילן סכומים הגונים. דער מוסד איז ממש א סכנה פון זיך פארשפארן (אוי, איך האב מיר שיער געשטיקט פון מיין פאטעיטא נאכן הערן די שרעקליכע בשורה), און מיר דארפן האבן אידן נדיבים וועלכע פארשטייען די חשיבות הענין.

- עהעם, עמממ... איך הער. אבער כ'וועל אייך זאגן, מיין מצב איז נישט אזוי פויגלדיג, איך פלאג זיך מיט מיינע אייגענע חובות, איך ווייס נישט, איך זעה נישט כ'זאל אייך קענען העלפן..

- נעהה, הא הא, מיר בעטן בכלל נישט קיין גרויסע זאכן. מיט בלויז 600 דאלער א יאר קענט איר ווערן א "שר הנחושת"! (אה! א שר הנחושת! אזא געלעגנהייט!)

- זע..זע..זעקס הונדערט דאלער..!!! וואס?? דאס איז דאך א פארמעגן!!

- איר מוזט נישט געבן אויף איינמאל. איר קענט עס צוטיילן פער חודש, א קנאפע פופציגער א חודש, ביני ובינך מה היא...

- איך מוז אייך זאגן, עטץ האטס א גוט פיסקל! אבער איך בין באמת געדריקט יעדן חודש! איך וואלט זיך גערן משתתף געווען מיט א סכום הגון, אבער פשוט "אין לי", כ'האב נישט פון וואנעט צו נעמען!

- אהא. ממש אזוי? אפשר קענט איר כאטש מאכן האלב? איר קענט אויך צאלן מיט א קרעדיט קארטל אויב איר האט נישט.....

- אבער איך זאג אייך קלאר, איך האב נישט ווי אזוי צו ענדיגן דעם חודש! איך האב שוין איצט א דאגה אנצופילן דעם לאך, ווי אזוי קען איך צולייגן נאך? אויף וועמענס חשבון??

- איי, אזוי רעדט א איד? איר האט נישט קיין בטחון אין באשעפער? ער וועט אייך נישט פארלאזן!

(אקעי, יעצט קומט עס.. איך ווייס!)

- רעב שמעקעדיג, אין דעם זכות וואס איר העלפט ארויס דעם חשוב'ן מוסד, וועט איר געהאלפן ווערן מיט כל מיני ישועות, איר וועט זעהן הצלחה בכל הענינים, נחת פון די קינדער.. איר וועט זעהן!

(שוין מיין 8'טע הבטחה דעם יאר! איך מוז זיי צוריקענטפערן!)

- פון וואו נעמט איר מיט אזא זיכערקייט אז איך וועל געהאלפן ווערן?

- וואס'א שאלה? איר האט דען א ספק דערין?

- הערט מיך אויס, ליבע אידן! לעצטע חודש איז שוין געווען דא א פארשטייער פון אן אנדערן חשוב'ן מוסד, און א יאר צוריק פון אן אנדערן מוסד, און די אלע האבן מיר מבטיח געווען כל מיני ישועות, אבער ליידער קען איך נאך אלץ נישט געבן א "קנאפע פופציגער א חודש" פאר אייער מוסד! ס'איז נישט אז איך גלייב נישט אין כח פון צדקה, אודאי ברענגט עס השפעות טובות, אבער אין פאקט באווייזט זיך עס נישט אין די געלט, טראץ וואס איך בין אנגעלאדענט מיט הבטחות פון 8 מוסדות!

- שוין, מר. שמעקי, מאכט אייך נישט נאריש. 50 א חודש איז א קלייניגקייט, די הצלחה וועסטו זיכער זעהן, בלי שום ספק!

- דאן וואו זענען די אלע הבטחות פון ביז היינט?

- וואס הייסט? ווייסטו דען ווי אזוי וואלסט געשטאנען ווען נישט די הבטחות פון זיי? ס'וואלט געקענט זיין אסאך ערגער!!


אקעי, טייערע חברים. איך וועל ענק נישט באלמוטשען מיט די מעשה ווייטער.

איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען מיין פארדרוס, ווי יעדער ראצערל גייט ארום סעילס'ן פאר געוויסע מוסדות (פארשטייט זיך אז 75% גייט פאר די אייגענע טאש, אבער דאס איז א שמועס בפני עצמו), רייסן ארויס געלט פון ארימע אידן אן רחמנות (אויך א באזונדערע שמועס פאר זיך), און ועל כולם, די פוסטע יונגאטשן טיילן הבטחות אין גרויסן אן קיין דעקונג! וואס מיינען זיי, ווער זענען זיי? קערעסטירער אייניקלעך? אויף וועמענס חשבון שלעפסטו געלט פון מיר וואס כ'האב נישט, אויפן סמך פון הבטחות וואס דו קענסט נישט דעליווערן??!!

יונגערמאן, ביטע סטאפ טיילן הבטחות אין די וועלט אריין, פארשטאנען?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2012 10:10 am
דורך איך אויך
שמעקי איך ערלעדיג שוין 2 קרעסטירער אייניקלעך (פאר די רייט פרייס קען זיין א מנין פון זיי) זאלן קלאפן ביי דיר אין טיר, וויפיל גייען זיי באקומען?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 4:02 pm
דורך berlbalaguleh
ווען איך בין איינער אדער אפילו ביידע פון די משולחים וואלט איך געזאגט כהאי לישנא: הערט מיך אויס ר' שמעקעדיג. אזוי ווי אונז קומען שוין ממילא אינוועידן דיין פרייוועסי וויל איך דיר געבן א קורצע רשימה פון וואס אונז האבן באמערקט אז דו טוסט נישט ריכטיג: (א) דו האסט נישט געמאכט א ברכה אויף די פאטעיטאס בורא פרי האדמה. אלס דין קדימה בברכות: ב)( אונז האבן באמערקט אז ס'וואלגערט זיך ארום ביי דיר אויפ'ן פלאר א טמא'נע ענגלישע ציוניסטישע צייטונג המודיע: ג) אין ספרים שאנק ליגט ביי דיר א מעשה ביכל געדרוקט דורך הוצאת ירושלים איבערגעדרייט: ד) דיין קליין יונגל וואס איז נאך נישט אינגאנצן טוילעט טרעינד דרייט זיך ארום אן א טלית קטן. די רשימה איז נאך לאנג. ווען איך בין אויף דיין פלאץ, כאפ איך אן די צוויי יונגעלייט ביי די האנט און זאג אז זיי זאלן פארמאכן די טיר אויף די אנדערע זייט. אדער כ'וואלט זיי לכתחילה נישט אריינגעלאזט. קעיס קלאוז'ד. גוט שבת.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 4:26 pm
דורך לאדיך אפ
מחוצפים. א וואלט זיי געזאגט. עטס כאפטס נישט קיין רמז? געט אוט!!!

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 7:46 pm
דורך שמעקעדיג
לצים.... רוב פון די זאכן איז נישטא ביי מיר. המודיע האט נאך נישט איבערגעטרעטן די שוועל פון מיין טיר...
און איך האב נישט א קינד דעי עידזש.

דעם שבת בינעך געווען ביי א קידוש פון א חבר. מען האט געענדיגט דאווענען, זעץ איך מיר אראפ ביים טיש, נעקסט צו א פיינעם טאץ קעיק. נאך איידער איך האב עספיעט צו נעמען א סלייס, זענען אנגעפאלן א באנדע בחורים און אינגלעך, און פארצוקט דעם גאנצן טאץ, אן איבערלאזן אפילו איין סלייס פאר די בעלי בתים וועלכע זענען געזעצן דארט ביים טיש.

דאס זעלבע האט פאסירט ביי די קוגל. מען האט אראפגעלייגט א טעלער קוגל ממש נישט ווייט פון מיר, און איך האב שוין אויסגעשטרעקט מיין גאפל צו נעמען א סלייס, און פון אונטער מיין האנט האט א בחור ארויסגעשלעפט דעם טעלער און אויסגעליידיגט דעם אינהאלט!

מחוצפים? חזירים? יו נעים איט!

וואו איז אביסל דרך ארץ? פארוואס ווען איך בין געווען א קינד וואלט איך זיך נישט געוואגט צו טון אזוינס! כ'האב מיך דאן געטרייסט אז ווען איך וועל ווערן א טאטע וועלן די ראצערס האבן דרך ארץ פאר מיר!

Poor שמעקעדיג! :roll:

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 7:48 pm
דורך שמואל הלוי
הה"ד בעקבתא דמשיחא חוצפא יסגי, ונערים פני זקנים ילבינו.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 8:08 pm
דורך berlbalaguleh
לאדיך אפ האט געשריבן:מחוצפים. א וואלט זיי געזאגט. עטס כאפטס נישט קיין רמז? געט אוט!!!

איך וואלט נאך צוגעלייגט א פאר גלענצנדע לשונות צווישן די צוויי ווערטער געט און אוט.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 8:14 pm
דורך berlbalaguleh
שמואל הלוי האט געשריבן:הה"ד בעקבתא דמשיחא חוצפא יסגי, ונערים פני זקנים ילבינו.

ברוך שכיוונתי. כ'האב אים געוואלט געיבן דעם זעלבן ענטפער נאר ד'האסט מעך מאקדעם געווען.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 8:19 pm
דורך איחוד פעלד
עס רעגט אויף די שטאטע בעלי תפילות וואס מיינען זיי טוהן דעם אויבערשטען א טובה ווען דער עולם קראכט פין זיי.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 8:29 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:לצים.... רוב פון די זאכן איז נישטא ביי מיר. המודיע האט נאך נישט איבערגעטרעטן די שוועל פון מיין טיר...
און איך האב נישט א קינד דעי עידזש.

דעם שבת בינעך געווען ביי א קידוש פון א חבר. מען האט געענדיגט דאווענען, זעץ איך מיר אראפ ביים טיש, נעקסט צו א פיינעם טאץ קעיק. נאך איידער איך האב עספיעט צו נעמען א סלייס, זענען אנגעפאלן א באנדע בחורים און אינגלעך, און פארצוקט דעם גאנצן טאץ, אן איבערלאזן אפילו איין סלייס פאר די בעלי בתים וועלכע זענען געזעצן דארט ביים טיש.

דאס זעלבע האט פאסירט ביי די קוגל. מען האט אראפגעלייגט א טעלער קוגל ממש נישט ווייט פון מיר, און איך האב שוין אויסגעשטרעקט מיין גאפל צו נעמען א סלייס, און פון אונטער מיין האנט האט א בחור ארויסגעשלעפט דעם טעלער און אויסגעליידיגט דעם אינהאלט!

מחוצפים? חזירים? יו נעים איט!

וואו איז אביסל דרך ארץ? פארוואס ווען איך בין געווען א קינד וואלט איך זיך נישט געוואגט צו טון אזוינס! כ׳האב מיך דאן געטרייסט אז ווען איך וועל ווערן א טאטע וועלן די ראצערס האבן דרך ארץ פאר מיר!

Poor שמעקעדיג!

איך בין נאך קיינמאל נישט געווען ביי דיר אין שטוב צו וויסן דעם פונקטליכן מצב. אבער כ'האב געוואלט אראפלייגן א בילד וויאזוי ס'זעהט אויס ווען מ'איז עובר אויף די כללים פון מענטשליכקייט, אפילו מיט גוטע כוונות. די יודן וואס גייען נאך געלט זענען צדיקים און איך נעם זיי אויף בסבר פנים יפות. אבער ס'איז דא צייטן ווען מ'קען נישט. דאס דארף מען פארשטיין.
לגבי דעם צווייטן ענין פון וואס דו רעדסט דיך אפ, האב איך געגעבן דעם זעלבן ענטפער וואס שמואל הלוי שליט"א.

נ.ב.: איך זעה אז איך האב שוין ב"ה פיר רינגעלעך האב איך געוואלט מקיים זיין דעם מאמר חז"ל: אינו דומה לשונה פרקו שש מאות פעמים לשונה פרקו שש מאות פעמים ואחד.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 8:35 pm
דורך berlbalaguleh
איחוד פעלד האט געשריבן:עס רעגט אויף די שטאטע בעלי תפילות וואס מיינען זיי טוהן דעם אויבערשטען א טובה ווען דער עולם קראכט פין זיי.

כ'האב שוין מציע געווען פאר די גבאים אין מיין ביהמ"ד אז ווען ס'גייט צו צו מוסף א בעל תפילה וואס האט ליב צו הערן זיין אייגענעם קול און ער ציעט אויס דאס דאווענען זאל מען קודם געבן קידוש.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 12:05 pm
דורך קאווע טרינקער
שמעקעדיג האט געשריבן:דאס זעלבע האט פאסירט ביי די קוגל. מען האט אראפגעלייגט א טעלער קוגל ממש נישט ווייט פון מיר, און איך האב שוין אויסגעשטרעקט מיין גאפל צו נעמען א סלייס, און פון אונטער מיין האנט האט א בחור ארויסגעשלעפט דעם טעלער און אויסגעליידיגט דעם אינהאלט!

קוגעל?
דיין שוהל האט נישט קיין "תקנות"?
נו, קיין וואונדער אז מחוצפים וואקסען דארט אויף

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 10:15 am
דורך sunbar
עס רעגט מיך אויף אז עס איז נאכנישט דא קיין app פאר קאווע שטיבל.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 2:55 pm
דורך ונבנתה העיר
אז נאכ'ן מצטט זיין און שרייבן א תגובה איז מיר די סיסטעם מודיע אז מען קען נישט מצטט זיין מער ווי פיהר, ער האט מיר דאס נישט געקענט מודיע זיין גלייך ביים מצטט זיין, פאר איך האב געשריבן?

נו שוין, יו ליוו ענד לורן.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 11:42 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:דאס זעלבע האט פאסירט ביי די קוגל. מען האט אראפגעלייגט א טעלער קוגל ממש נישט ווייט פון מיר, און איך האב שוין אויסגעשטרעקט מיין גאפל צו נעמען א סלייס, און פון אונטער מיין האנט האט א בחור ארויסגעשלעפט דעם טעלער און אויסגעליידיגט דעם אינהאלט!

קוגעל?
דיין שוהל האט נישט קיין "תקנות"?
נו, קיין וואונדער אז מחוצפים וואקסען דארט אויף

ס'פעלט נישט קיין "מחוצפים" בעיקבתא דמשיחא אפילו וואו ס'איז יא דא "תקנות". איך האב אליין געזעען אין א היימיש ביהמ"ד וואו בחורים וואס זענען אנגעקומען צו מוסף האבן זיך גענומען איבער'ן טשאלנט און האבן עס ערלעידיגט נאך פאר די עלטערע אידן האבן "געהאט א טשנס" טועם צו זיין דערפון.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 11:45 pm
דורך sunbar
איך זע די עולם האט אסאך זאכן וואס דאס רעגט זיי אויף... עטץ נעמטס אלע פילן פאר די בלוט דרוק?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 4:26 am
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר האט געשריבן:אז נאכ'ן מצטט זיין און שרייבן א תגובה איז מיר די סיסטעם מודיע אז מען קען נישט מצטט זיין מער ווי פיהר, ער האט מיר דאס נישט געקענט מודיע זיין גלייך ביים מצטט זיין, פאר איך האב געשריבן?

נו שוין, יו ליוו ענד לורן.

רוב מאל לאזט ער עס יא אדורך. נאר אמאל, פונקט ווען דו האסט א גוט'ס פארטשעפעט ער זיך.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 02, 2013 10:35 pm
דורך petergrifin
ברוך השם סאיז לעצטענס זײער רואיג שוין א לענגערע צײט װאס קײנער רעגט זיך נישט
אינז האמיר זעט אויס אלעס מתקן געװען פארשטײט זיך צוליב אינזערע גרויסע עבודה דעם שובבים
והכל על מקומו יבא בשלום

נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 5:48 am
דורך נייגעריגער
sunbar האט געשריבן:עס רעגט מיך אויף אז עס איז נאכנישט דא קיין app פאר קאווע שטיבל.

קענסט דיך רעגן ביז מארגען, אפילו די גרויסע מעכטיגע איי-וועלט-דאט-קאם האט נאכנישט קיין עפפ, דארט האט מען שוין כמה פעמים פראבירט עפעס אויסצוארבעטען ולא עלתה בידם וועגן די פילע שוועריגקייטן מיט וואס עס איז פארבינדן.
טו בעד!

נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 9:55 am
דורך טעפל
petergrifin האט געשריבן:ברוך השם סאיז לעצטענס זײער רואיג שוין א לענגערע צײט װאס קײנער רעגט זיך נישט
אינז האמיר זעט אויס אלעס מתקן געװען פארשטײט זיך צוליב אינזערע גרויסע עבודה דעם שובבים
והכל על מקומו יבא בשלום

אוי האסטו מיר אויפגערעגט יעצט :twisted: :twisted: :twisted: :twisted: