בלאט 3 פון 3

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 8:53 pm
דורך פישל
שמן למאור האט געשריבן:
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:איך וואלט געזאגט מען זאל זיך האלטן צו מאווי קלוב׳ס guidelines. סתם אינטערטעניג מאוויס איז דא אין די אלפים, בנוסף האט יעדער זיין אייגענע טעיסט.!
איך זיך זיי מיט לעכט, יא פשוטע אינטערטעינינג מאוויס. אדרבה אפשר זאל מען עפענען א פרישע אשכול פאר דעם, און אזוי אויך אויב איינער גרייט זיך צו קוקן א מאווי, זאל מען דארטן קענען אנפרעגן אויב א צווייטער האט עס שוין געזען און וואס מען זאגט דערויף.
דאס וואלט סתם אזוי געוועהן א שטארקע געדאנק, מ' זאל האבן אן אשכול ווי מען זאל קענען זיך קענען נאכפרעגן ביי אנדערע וואס האבן שוין געזעהן א געוויסע פילם און הערן פון זיי וואס זייער ערפארונג איז געוועהן דערמיט. איך האב אסאך מאל פראגעס אויף געוויסע פילמס צו ס'לוינט זיך זיי צו זעהן.
I'm fully in for this!

נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 6:49 pm
דורך שאלתיאל
יעצט געענדיגט וואטשן Breaking Bad. ווארשיינליך פון די בעסטע טי ווי סעריעס כ'האב אמאל געוואטשט. עס רעדט זיך איבער א מיטעליעריגע בריליענט קעמיסטרי לערער וואס ווערט דייעגנאזד מיט קענסער און צוזאמען מיט א געוועזנע סטודענט הייבט ער אָן צו קאכן Methamphetamine מיטן ציל צו פארזיכערן די פינאנציעלע צוקופנט פון זיין פאמיליע. פון דארט הייבט אלעס אן גיין קאפויער. פון א שעמעדיגע פארמאכטע מענטש, א געשעצטע מאן און טאטע ווערט ער צוביסלעך פארוואנדלט צו א פראפעסיאנאלע קרימינעל און מאכטפולע דראג-דילער. ער דארף פארזיכטיג מאנעווירן צווישן די אונטערוועלט און זיין פאמיליע ווען דערצו איז זיין שוואגער א געריבענע DEA אגענט.
עס איז קריים-דראמע סטייל, זייער פליסיג און טייט סטארי, אבער אויך קאמפליצירט און טיף. דראמאטיש און שוידערליך אבער גלייכצייטיג אויך מענטשליך, געפיליש און סענסיטיוו ביז גאר. ס'פארט צוישן קריים און ראמאנס צווישן גוטע כוונות און שלעכטע מעשים און ברענגט אירע קערעקטערס צו אוממעגליכע סיטואציעס און שווערע דילעמעס. עס פירט דיך אריבער א ראלעקאוסטער פון געפילן ביז צום פאנטאסטישן ענדע. וועל דאן.

עס האט געווינען פילצאליגע פרייזן, און האט געבראכן רעקארד אלץ ''highest rated TV series''.
p8696131_b_h10_aa.jpg

נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 6:55 pm
דורך צקון לחש
שאלתיאל האט געשריבן:פון די בעסטע טי ווי סעריעס
פיריאד. און אזוי איז אנגענומען אויך אויף IMDB למשל.

זעה אויך דא.

נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2023 7:44 am
דורך בונה של טוב
פאליטיקאנט האט געשריבן:The bucket list.

א תוכנ'דיגע מאווי וואס וועט אייך איבערלאזן עמאציאנעל און מיט א שטערקערע געפיל פאר משפחה און פריאריטיס אין לעבן.

די לעצטע צען מינוט האב איך פשוט געוויינט.

בילד
דאס איז א גוטע מאווי.
איך האב אויך געהאט אן ענדליכע רעאקציע פון די מאווי
Away From Her

Re: וועכנטליכע מאווי רעקאמענדאציע - תשפ"ג

נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2023 4:42 pm
דורך טראפעלע
שאלתיאל האט געשריבן:יעצט געענדיגט וואטשן Breaking Bad. ווארשיינליך פון די בעסטע טי ווי סעריעס כ'האב אמאל געוואטשט. עס רעדט זיך איבער א מיטעליעריגע בריליענט קעמיסטרי לערער וואס ווערט דייעגנאזד מיט קענסער און צוזאמען מיט א געוועזנע סטודענט הייבט ער אָן צו קאכן Methamphetamine מיטן ציל צו פארזיכערן די פינאנציעלע צוקופנט פון זיין פאמיליע. פון דארט הייבט אלעס אן גיין קאפויער. פון א שעמעדיגע פארמאכטע מענטש, א געשעצטע מאן און טאטע ווערט ער צוביסלעך פארוואנדלט צו א פראפעסיאנאלע קרימינעל און מאכטפולע דראג-דילער. ער דארף פארזיכטיג מאנעווירן צווישן די אונטערוועלט און זיין פאמיליע ווען דערצו איז זיין שוואגער א געריבענע DEA אגענט.
עס איז קריים-דראמע סטייל, זייער פליסיג און טייט סטארי, אבער אויך קאמפליצירט און טיף. דראמאטיש און שוידערליך אבער גלייכצייטיג אויך מענטשליך, געפיליש און סענסיטיוו ביז גאר. ס'פארט צוישן קריים און ראמאנס צווישן גוטע כוונות און שלעכטע מעשים און ברענגט אירע קערעקטערס צו אוממעגליכע סיטואציעס און שווערע דילעמעס. עס פירט דיך אריבער א ראלעקאוסטער פון געפילן ביז צום פאנטאסטישן ענדע. וועל דאן.

עס האט געווינען פילצאליגע פרייזן, און האט געבראכן רעקארד אלץ ''highest rated TV series''.
p8696131_b_h10_aa.jpg
דאס איז א מעסטערפיעס, כ'האלט נאך אנפאנג, אבער אזאנס האב נאכנישט געזען.
ממש איך קען עס נישט אויפהערן וואטשן, שכויח @שאלתיאל

Sent from my SM-G996U using Tapatalk

Re: וועכנטליכע מאווי רעקאמענדאציע - תשפ"ג

נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2023 4:44 pm
דורך טראפעלע
שמן למאור האט געשריבן:
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:@שמן למאור די וואך לאזטו אונז גיין ליידיג?
איך קען מיך נישט אינטערנעמען צו לייגן דא פרישע סחורה יעדע וואך...

אבער אז דו בעטסט אזוי שיין...

עס איז ארויסגעקומען א מאווי אין יאר 2014, מיטן נאמען
the interview.
די מעשה איז איבער אן אמעריקאנע שוי וואס איז געוואר געווארן אז קים יאנג אן פון צפון קארעא איז א שטארקע פען פון זייער שוי, האבן זיי באשלאסן אז זיי וועלן אפהאלטן אן אינטערוויו מיט אים און אזוי שטארק ארויפברענגען זייער רעיטינגס. למעשה האט זיך די CIA אריינגעמישט, און זיי האבן רוקראטירט די רעפארטערס אז זיי זאלן אראפרוימען קים יאנג אן פון וועג.
די מעשה האט עקשאן און אביסל קאמעדי אויך...

סתם פאר אינטערסאנטקייט, צפון קארעא האט זיך שטארק גערעגט ווען די מאווי איז ארויס, און האבן געשריבן אן אפעציעלע מחאה סטעיטמענט. די קאמפעני וואס האט עס דיסטריביוטעד האט שפעטער געליטן א שטארקע העקינג אטאקע, און זיי האבן אראפגענידערט פון עס פארשפרייטן...

אט דא קענט איר עס אראפלאדענען.
איך וואלט דאס נישט רעקאמענדירט, זייער נידריג, און די בייסן פינגערס?? פוי, א עקל. כ'האב עס ממש נישט געקענט קוקן.
על טעם וריח....

Sent from my SM-G996U using Tapatalk

the hangover

נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2023 8:11 pm
דורך מתבודד
.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2023 12:57 am
דורך טראפעלע
וואס איז די שטילקייט דא? איינער האט רעקאמענדאציעס ביטע? יישר

Re: וועכנטליכע מאווי רעקאמענדאציע - תשפ"ג

נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2023 4:52 am
דורך פאליטיקאנט
The big short

א מאווי וועגן די 2008 פינאנציעלע קריזיס, זייער זייער גוט אראפגעשפילט, עס האט אויך זייער א גוטע 'קעסט'.בילד

נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2023 10:07 am
דורך Just be Happy
פאליטיקאנט האט געשריבן:The big short

א מאווי וועגן די 2008 פינאנציעלע קריזיס, זייער זייער גוט אראפגעשפילט, עס האט אויך זייער א גוטע 'קעסט'.בילד

Re: וועכנטליכע מאווי רעקאמענדאציע - תשפ"ג

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 4:04 pm
דורך דיכטער
איך ווייס נישט טאמער דער עולם איז נאך טונ'ד אין, אין דעם אשכול, אבער איך האב נישט לאנג צוריק געוואטשט דער בייגעלייגטע מאווי.
עס באציט זיך צו די אנגייענדע שלאכטן אין אוקרייאינע און קען עטוואס ווערן אנגעקוקט ווי פראפאגאנדע.
טראץ דעם איז עס לדעתי זיייער גוט געשפילט.
Sniper. The White Raven https://g.co/kgs/LVW5gN