בלאט 3 פון 3
נשלח: זונטאג מערץ 12, 2023 9:40 pm
דורך [NAMELESS]
עמקות המחשבה האט געשריבן:טאמבל סאס האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס קען נישט פארשטיין די גרויסע מעלות פון - און די שבחים אויף - עמיצער וואס אזוי געטריי דעם שבט אז ער וועט גרייט זיין צו הרגענען יעדער פרעמדער וואס דוכט זיך נאר אז ער שטעלט פאר א טרעט?
דאס איז פלעין אינסטינקט. מיך קומט א מי-שבירך אז איך האב נישט פארלוירן די מעגליכקייט פון עסן, שלאפן, קאקן און מאכן קינדער?
די סיבה פארוואס מענטשען גלייכן איהם אזוי שטארק, איז לענ"ד ווייל ער ברענגט צום טיש א געוויסע ענערדשי פאר טויש און אינגע בלוט, אביסל אזוי ווי טראמפ אין 2016, ער איז קיינמאל נישט געוועהן קיין פאליטישן, ער רעדט אונזער פשוטע שפראך אן קיין הויעך באשפריצטע ווערטער, און מענטשען גלייכן דאס זייער שטארק.
בן גביר'ס אפענע קריגעריי מיט'ן יועץ המשפטי גלי מהרב-מיארה, דערמאנט מיר טאקע פון טראמפ'ס אפענסיווע אנקעגען אטירני דזשענעראל דזשעפ סעשענס....
נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2023 12:25 am
דורך שמעקעדיג
כוואליעס האט געשריבן:יעצט ווען מיר שטייען אין די געהויבענע טעג צווישן די הייליגע יום טוב פורים און די פארכטיגע יום טוב פסח איז נישט מער ווי פאסיג זיך אראפצוזעצן און א בליק טון איבער די גדולים פון די דור, די ראשי העם, נשיאים דורינו, די בעלי מסירות נפש פונעם דור.
עס איז דא איין איד (און אפשר מער ווי איין) וואס גייט אריין אין יעדע פון די קאטעגאריעס וואס מען האט דא אויסגערעכנט, און דאס איז נישט קיין צווייטער ווי דער וועלט בארימטער אלעמען באקאנטער קדוש אלוקי שכל כולו מסור לשי"ת ה"ה הרב הצדיק "איתמר בן גביר" שליטא יהא זכרו ברוך.
איך רייס מיך שוין פאר געלעכטער 10 מינוט פון דעם פורים תורה,
ראשי העם, נשיא בדורינו, בעל מסירות נפש, קדוש אלקי, כל כולו מסור להשי"ת, הרב הצדיק, לאל
איך פארשטיי נאר נישט פארוואס דו האסט אים גע'הרג'עט צום סוף, שרייבנדיג "יהא זכרו ברוך"...
סתם א עוכר ישראל דער. האט אזויפיל פארגאסן אידיש בלוט אויף זיינע הענט.
נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2023 12:40 am
דורך ליימדארפער
בלוט?
ס'איז קעטשאפ
נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2023 4:33 am
דורך טאמבל סאס
ס'הערט זיך ווי אהרלע סאמעט. איכס.
נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2023 5:38 am
דורך [NAMELESS]
נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2023 11:43 am
דורך דערהויבענע איד
שמעקעדיג האט געשריבן:כוואליעס האט געשריבן:...
סתם א עוכר ישראל דער. האט אזויפיל פארגאסן אידיש בלוט אויף זיינע הענט.
דאס איז דיין אפיניען. 70 פראצענט כלל ישראל האלט פארקערט, אז דאס ראטעוועט אידן.
עניוועי.