אלס איינער וואס האט שוין געטרינקן היבש אפאר מאל און זיך באקענט מיט אסאך געטרינקענע, פיהל איך פאר וויכטיג ארויס צו געבן די אינסייד אינפאו. כפי ראות עיני ושמועת אזני.
מ'רעדט דא פון מענטשן וואס ווערן צושאקלט.
קודם כל וואס מיינט צושאקלט? וויפיהל פראצענט? וואס איז די סיבה?
א חלק פון דאס "משוגע" ווערן מיינט אז ביסט מער נישט אזוי דערשראקן צום טויט פון וואס דיין שכן גייט זאגן, דו טוהסט וואס דו שפירסט איז גוט פאר דיך.
דא ווערט די שאלה ווי איז די באלאנס. האסט געכאפט אז אלעס איז שטותים, יעדער האט סתם מורא פון יעדער. קיינער איז נישט זיך. אבער אין יעדע קאמיאנעטי איז דא דשאדשמענט, הלכות נארמאלקייט און קאמין סענס (פירוש. וואס איז פאר זיי קאמין..)
אויב לעבסטו אין די דשונגל מיט שבטים וואס יעדער גייט אהן א העמעד, ביסטו אנדערש אויב דו גייסט מיט דיין העמעד.. ס'הערשט אויכעט דארטן סדר הלכות געפיהראכט'ץ.
ווי לאנג די וואוינסט אין וויליאמסבורג בארא פארק, אויב דו האסט הארץ און געפיהל, ביסטו מאדנע. זיין געזונט, אפן מיט זיך, איז א ווילדע חידוש. (שטייצעך כ'רעד פון א גרויסע טייל פון זיי, נישט פון יעדעם).
געוויסע היימישע וואס טרינקן, ברענגן אריין דעם לאוו און פּיעס'פול'נעס אין ביהמ"ד. די נישט געטרינקענע ווייסן נישט ווי אזוי מ'עסט דאס. מ'זעהט עפעס וואס מ'האט נישט די כלים צו אויפנעמען. מ'פסק'נט גלייך, ער איז משוגע געווארן.
פון דעי סארט משוגע, רעד איך נישט, ווייל קענסט אלעמאל מחליט זיין וואס צו טוהן ווי. כ'בין אפן מיט געטרינקענע (און מיט געזונטע אפענע נישט געטרינקענע.) אבער נישט מיט די גאנצע וועלט. און זיכער נישט מיט מיינע היימישע פארמאכטע שכנים.
כמעט אלע געטרינקענע וואס איך קען, זענען פשוט אמת'דיג זיך, ישרות'דיג, פרייליכע צופרידענע געזונטע מענטשן.
דאס מיינט אז דו זאלסט טרינקן? בכלל נישט! ס'ווענד זיך וואס דו ווילסט עררייכן פונעם מעדעצין!
Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז
נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2024 4:30 am
דורך טאמבל סאס
איך וויל נישט דזשאדזשן חלילה אבער די געטרוקנטע וואס איך קען ווייסן א פייג, קלעפן ווי טייטלען און רעדן ווי א שלשול נאך געטרוקנטע פלוימען.
סאר'א מין שפראך, 'געטרונקענע'
Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז
נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2024 11:56 am
דורך מן הארץ
שעפטאל איך בין דיר שטארק דאנקבאר פאר דיין קלארע סך הכל.
עס העלפט מיר אסאך.
איך וואלט דיר געגעבן א קיש יעצט, נעמעס אליין…
Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז
נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2024 10:24 am
דורך אלפא
זייער אן אינטרעסאנטע ווידיאו דורך ריטשערד דאוקינס וואו ער רייסט אראפ סופערסטישען און ספיריטואליטי (ספעציפיש, ביי מינוט 38:00). ער טענה'ט אז די פאסט-מאדערן אינדיווידואליסטיק השקפה האט אונטערגעברענגט ריזען און סייענס און פירט צו סופערסטישאן און זעלבסט דעקלערטע דמיונות.
ער אינטערוויו'ט פירערס פון געוויסע סופערסטישעס גרופעס, ווי אסטראלאגן, דאוזינג, און דוברי אל המתים. ער פירט אפי' דורך אפאר דאבל-בליינדעד שטודיעס צו טעסטן די קראנטקייט פון די טעאריעס...
(קען באמת אויך אריינגיין אין אן אשכול איבער אלטערנאטיווע מעדיצין/כישוף והמסתעף. נאר נישט געטראפן איינס.)
Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז
נשלח: מיטוואך מאי 29, 2024 7:13 pm
דורך איינשטיינער
וואלף בער האט געמאכט א ווידין ווי ער זאגט אז א אינגערמאן איז נפטר געווארען. איינער קען באשטעטיקן?