בלאט 3 פון 3

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 1:16 am
דורך חאצקל
אז מ'רעדט שוין, וועלעכער טעיפ'ס פון אברהם פריד און מרדכי בן דוד גלייכט איר די מערסטע?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 7:34 pm
דורך קווארטין
פון אברהם איז דא צוויי... וועכע כ'גלייך ס'בעסטע, און דאסיז 'תניא' און 'אדרבה', צווישן אלע זיינע גוטע, פון מרדכי גלייכיך 'דאבל אלבוים' צווישן אלע זיינע גוטע. נאר פון א רואיגע סיגעיט קען מען מאכן אזא דאבל אלבוים.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 7:42 pm
דורך קאווע טרינקער
שמעקעדיג האט געשריבן:רועה צאן נאמן
אנשטאט
צאן רועה נאמן...


WOW
כ'האב קיינמאל נישט אריינגעטראכט.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 11:01 pm
דורך חאצקל
קווארטין האט געשריבן:פון אברהם איז דא צוויי... וועכע כ'גלייך ס'בעסטע, און דאסיז 'תניא' און 'אדרבה', צווישן אלע זיינע גוטע, פון מרדכי גלייכיך 'דאבל אלבוים' צווישן אלע זיינע גוטע. נאר פון א רואיגע סיגעיט קען מען מאכן אזא דאבל אלבוים.

זייער גוט געזאגט, נאר פון א רואיגער סיגעיט קען מען מאכן אזאנס (דא קען מען אריין קריכן אין אן אנדער שמועס, וויאזוי רואיגקייט איז משפיע אויף די סחורה וואס די בעלי נגינה גיבן ארויס).
איך באטראכט דעם דאבל אלבום אלס דער בריליאנט פון במד'ס טעיפ'ס, הגם איך פערזענליך גלייך די מערסטע "תמיד בשמחה", און אויב מרדכי איז ווירקליך די גרעסטע זינגער איז עס ביי מיר בעיקר צוליב תמיד בשמחה און אין עוד מלבדו. (אויפן מאמענט איז מיין אויסדרוק פעאיקייט שוואך אויף ארויסברענגען די אייגנשאפטן פון די דערמאנטע טעיפ'ס און אנטאפן זיי ביים פונטל)

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 1:51 pm
דורך חאצקל
וויפיל טעיפ'ס האט קאפי עלבויגן ארויסגעגעבן? איך ווייס נאר פון "פליאה דעת ממנו", און ווער ס'מאכט די מוזיק דארט ווייס איך אויך נישט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 1:56 pm
דורך גלות יוד
ישראל לאם מאכט די מוזיק איך האב ספעציעל ליב די פליאה ניגון א אנדערע סארט ניגון זייער פאסיג פאר די ווערטער, איך געדענק ער האט ארויסגעגעבן א סידי נישט צי לאנג צוריק איך געדענק נישט די נאמען.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 2:16 pm
דורך חאצקל
שלום עלכם גלות איד, איך האב דאכט זיך שוין לאנג נישט געהערט פון דיר, איך האב הנאה אז דו ביסט צוריק דא מיט אונז.

דעם ניגון פליאה האב איך נאר געהערט אויף די פלעי (דיכט זיך) "א בליק אויף צוריק", איך פלעג עס איבערהערן נאכאמאל און נאכאמאל.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:18 pm
דורך שמעקעדיג
חאצקל האט געשריבן:וויפיל טעיפ'ס האט קאפי עלבויגן ארויסגעגעבן? איך ווייס נאר פון "פליאה דעת ממנו"

איך ווייס אויך נישט, אבער אויף אומצאליגע אנדערע טעיפס ווי ער זינגט, בפרט אויף די קינדער טעיפס (ברכות והודאות, א.א.וו.), און אויף פארשידענע אנדערע אלבומ'ס, ווי צב"ש "א גוטע שעה" פון ר' יונתן שווארץ, זינגט ער "טלית'ל".

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 6:23 pm
דורך חאצקל
איך האב נאר געוואלט וויסן צו ער האט אן אייגענע סעריע פון סידי'ס