בלאט 3 פון 3

נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 9:31 pm
דורך לשוא הכיתי
דעתי הענייה האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:
גוטע פינטעלך האט געשריבן:הגאון הרב שלמה יעקב יאזעפאוויטש שליט"א, וואס וואוינט היינט און מאנסי און איז רב אין עפעס א געגנט.

ער איז נישט אזוי באקאנט אבער איך מיין אז ער איז פון די גרעסטע בקיאים בכל התורה ממש דהיינו נגלה ונסתר, פרד"ס, ער האט מייסד געווען די ש"ס כולל 'ים התלמוד' און וומס"ב.

צווישען די אויבענדערמאנטע ליסט, פארשטייט זיך

איך בין מחולק!!!!
נישט נאר אויף די ליסטע, נאר אין די וועלט!!!!
איך האב שוין גערעדט מיט אסאך תלמידי חכמים, אבער אזוינס צו גאט און צו לייט, א בקי אין יעדער מקצוע אין די תורה, און בד בבד, א בקי אין השקפה, אבער מיט א להפליא'דיגע קלארקייט און אפענקייט, א בקי אין אלה חכמות העולם, אלע רעליגיעס, און נאך דעם אלעם א גאלדען הארץ וואס איז נישט בנמצא.
איך בין נישט מגזם אויב רוף איך אים א קליינער ר' שמעונלע זעליחובער.

אבער, ער קען נישט אנגערופן ווערן סאטמאר....


ער האט פיינט סאטמאר! מיטן "אלטן רבי'ן" כלשונו

טאקע א ידען, אבער היבש איינגערעדט אין זיך זעלבסט.

נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 9:33 pm
דורך יואליש
ער איז היבש פארקאכט אינעם אלטן רעבי'ן.

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 2:32 pm
דורך [NAMELESS]
בונעס איירעס האט געשריבן:ווייסט איר וואס לאמיר ווארפען אפאר נעמען (אין מוקדם ומאוחר) (דערווייל פארט עס ניקסט אינעם ריכטונג וואס איך האב געוואלט)
איך האב געוואלט פשוט א שטיקל אנצקלפדיה איבער די רבנים דיינים משפיעים תלמידי סאטמאר

רבי יצחק אייזיק הוראוויץ מספינקא

רבי דוד אייכנשטיין מבור

רבי אביגדור דניאל פיש מהאדס

רבי יואל מארגענשטערן משארמאש

רבי ישעי' אנשיל וויייס מגיד

רבי אלעזר הורוויץ מבאלקעני אברכים

האדמורים מבית לאבין - זידיטשוב

רבי אהרן גד כ"ץ מקאפיש

רבי חיים דויד ווייס דומ"ץ אנטווערפען

רבי שמואל דויד קרויז מאודווארי

רבי יחאיל מעכל לעבאוויטש מניקלשבורג

רבי יצחק לעבאוויטש מוואודרידזש

רבי יוסף מאיר מאיער מליזענסק

רבי ישראל חיים הוראוויץ דומ"ץ מאנטשעסטר

רבי חזקאל גאלד ממונסי

רבי זיידא לעיזר זאב ראזנבוים מקרעטשנעיף

רבי אהרן טובי' שפיץ מסערעט

רבי חיים רובין מראפשיץ

רבי ארי לייביש ראטענבערג מפארשעי

רבי אברהם אביש הוראוויץ מספינקא

רבי נפתלי הוראוויץ מקראלי

רבי משה אהרן רייך מפשעווארסק

רבי בערל כ"ץ מדושינסקי


אילו ידעתי, ידעתי אז אזא הערליכע גאלעריע פון גאונים, עמקנים, פוסקים, קלוגע מענטשן, בעלי חסד און געטרייע איבערגעגעבענע מנהיגים, און טאקע הויפטזעכליך רבי משה אהרן רייך מפשעווארסק, וועלן ארויסקומען, און נאכדערצו אז סיי דער סאמבורער רב און סיי לאשאנצער רב פעלן, הייתי מנשק עפר רגליו הטהורים.
אבער באמת, דעם רבי'ן וואס האט ערצייגט אזא ליסטע - במחילה מכבוד תורתם הקדושה והטהורה, ושינת צהריים דילהון - דארף מען שיקן פלאנדזשן טוילעטס, ניין?

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 8:00 pm
דורך משכיל
פארגעסען הרב נחום ראזענבערג שליט"א א מח עצום, א פה מפיק מרגליות

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 8:09 pm
דורך קאווע טרינקער
בדוקא אויסגעלזאט, די רשימה איז בעיקר פון כ"ק'ס.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 9:12 am
דורך משכיל
קאווע טרינקער האט געשריבן:בדוקא אויסגעלזאט, די רשימה איז בעיקר פון כ"ק'ס.


א שוואכע תירוץ

ער קען מער לערנען ווי א גרויסע טייל פון די ליסטע

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 9:56 am
דורך שמואל הלוי
נחום איז בכלל א סענדז סטריט פראדוקט? דאכט זיך אז אלס בחור האט ער געלערענט אין וויזניץ אין אר"י.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:28 am
דורך משכיל
געהערט פון זיין קאזין אז ער האט געלערענט אין סאטמאר און אין ווישניץ, אבער זיין "דרך" ווייסט איר ווי ער האט געלערענט,י

satmar talmidim

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 12:57 am
דורך koidesh
rebbe chezkel roth is not a satmar talmid

נשלח: מיטוואך יוני 19, 2013 10:05 am
דורך בעריש
koidesh האט געשריבן:rebbe chezkel roth is not a satmar talmid

א תלמיד פון סאטמארע ישיבה און י"ם.