בלאט 3 פון 7

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 2:41 pm
דורך לעמיל
קאווע טרינקער האט געשריבן:לעמיל, זעהסט ווי שטיל ס'איז געווארן דא... די לייבן זיצן אין שרייבן מפני אימת יום הדין.

עס ווערט מיר גוט ביז יעצט האט מען נאר געקענט רעדען פון וועבערמאן יעצט גייט זיין 103 אשכלות אויף די פארמעסט? איך האף אז נישט מיר איז אוזי אינטערסאנט א פאעזיע פארמעסט דארף איך אויך האבען ווי אריין צו רעדען

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 2:41 pm
דורך לעמיל
לעמאן דזשוס האט געשריבן:די מיטינג איז ב״ה צייטליך און איצט אין קראפט.

ווי בין איך? :(

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 2:42 pm
דורך משה געציל
איך האב דעם כבוד מכבד צו זיין אונזער הויכגעשעצטער הרב לעמאן דזשוס שליט״א אלטס מאדערעטעיר פונעם פארמעסט! סטעי טאונד אי״ה אין די קומענדיגע מאמענטען וועט ער אי״ה פארלייגען די פארשריפטן אין רעגעלאציעס פונעם פארמעסט.
החותם בכבוד ובהערצה
הק׳ משה געציל בן....

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 2:43 pm
דורך לעמאן דזשוס
לעמיל האט געשריבן:
לעמאן דזשוס האט געשריבן:די מיטינג איז ב״ה צייטליך און איצט אין קראפט.

ווי בין איך? :(


כ׳קען דיר אריינשלעפן דורך א אונטער טיר, יעצט רעדט יואליש מטעם די ליטעראטור דפט. נעקסט איז קופערניקוס פון וועד הארצי!

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 2:44 pm
דורך לעמיל
לעמאן דזשוס האט געשריבן:
לעמיל האט געשריבן:
לעמאן דזשוס האט געשריבן:די מיטינג איז ב״ה צייטליך און איצט אין קראפט.

ווי בין איך? :(


כ׳קען דיר אריינשלעפן דורך א אונטער טיר, יעצט רעדט יואליש מטעם די ליטעראטור דפט. נעקסט איז קופערניקוס פון וועד הארצי!

אוקעי איך וועל דיך רופען ווען איך בין דארט, איך בין אויפען וועיג עס איז פשוט דא טרעפיק

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 2:46 pm
דורך לעמאן דזשוס
@געציל, האט נישט געדולד צו די פראסעס, האט ער ארויסגערוקט די גע׳איילטע מעלדונג

דערווייל ווארט מען אז די פיליבאסטער זאל געבראכן ווערן, קופערניקוס וויל נישט ענדיגן רעדן

אט זעה איך ׳געפילטע פיש׳ מיט א גרויסע סיין

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 3:18 pm
דורך לעמיל
קופערניקוס האט נאך נישט גענדיגט?
יאנקל האקט
איך בין דארט און אפאר מינוט ווארט פאר מיך

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 3:35 pm
דורך לעמאן דזשוס
אפדעיט;

די וואל איז אריבער,

איצט גייען אלע אריין צום מנהל שתדל׳ן פאר די נויטיגע שליסלען פאר די פארמעסט סעזאן

מ׳האמיר שמעקעדיג און נאך איינער אלס פארשטייער פון די דעלעגאציע

אפדעיט, פרטי-כל

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 4:38 pm
דורך לעמאן דזשוס
אלע וויצן אין זייט געלייגט...

כעוורע, נעמט ארויס אייערע בלייען, באטלען טינט און הייבט אן באשפריצן א שטיק געשרייבאכט׳ס די פארמעסט איז אפיציעל אין גאנג!

דא האט איר עטליכע פרטים,

א׳ איר פארטיאכעט זיך און פארקאטשקעט א שטיקל וואס איז ראוי לעלות, כמבואר לעיל, קענט איר שרייבן אין יעדן נושא אויף דער וועלט. אהבה, יראה, סיסטעם, קינדערלעך, ביי ביי ווינטער, ביימעלעך, באשעפענישן, און צו תפיסה יודן. מיטן הגבלה פון לפנים מהפרגוד! עס דארף האבן א קעפל (כדרכם של פאעטרי)

ב׳ איר שיקט עס אפ צו מיר אין אישי אדער אין אימעיל Lemonjuicekaves@Gmail.com סאבדזשעקט, ׳פארמעסט׳

ג׳ די פארמעסט גייט אן ביז זונטאג נאכט פרשת תרומה, אדר״ח אדר. שפעטסטענס מאנטאג ב׳ דר״ח אדר

ד׳ מאנטאג גייען אלע ארטיקלען ווערן ארויפגעשטעלט אן קיינע ניק נעמען, כפי סדר קבלתן!! (איילט אייך צו) יעדע ארטיקל אין א עקסטערע תגובה מיט א נומער, ביטע נישט לייקן אין יענעם אשכול און נישט תגב׳ענען

ה׳ חברי הפארום וועלן אפגעבן זייער שטימע במשך דריי טעג, פון מאנטאג ביז דאנערשטאג

ו׳ במשך די וואלן וועט ווערן גע׳עפנט א באזונדערע אשכול ווי מען וועט קענען נושא ונותן זיין אין די ארטיקלען און סיבות פארן שטימען פאר דעם אדער יענעם ארטיקל

ז׳ פרייטאג פ׳ תרומה וועט בעזר השם ארויסגעשטעלט ווערן די ניק נעמען פון די אשכולות און אזוי ארום דערקלערט ווערן א געווינער

חברה, פוילטס אייך נישט, שרייבט שוין אפ און שיקט צו

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 4:55 pm
דורך בן תמליון
ייש"כ לעמאן פאר אייער געטריישאפט דא אזוי צו דער זאך. נאר צו זיין קלאר, מאנטאג איז נאכנישט פארשפעטיגט, גערעכט? ביי אונז האט דאך די לעצטע מינוט עפעס א ספעציעל שוויית.

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 5:06 pm
דורך [NAMELESS]
צוערשט צו די אלע וואס האבן אפגעשפעט פון מיין דרשה: איך בין אייך נישט מוחל נישט בזה, נישט בבא, און נישט איבער בבא. סארא כיצפע, מען מאכט א פנימי מיטינג און אנשטאט רעספעקטירן מיין דרשה מיט אלע צעטלעך וואס איך האב זיך פארגעשריבן, גייט מען און מען מאכט חוזק פון מיר? וואסארא סומאטאכע איז דאס?
נעקסט טיים איך לאז פאררופן אזא מיטינג נעם איך צו אלע סעלערי פאנען, און לאז נישט די הפקירות, מען קען נישט טון ביזנעס מיט די היינטיגע יונגעלייט. א קוטשא פייא נעקי.
און יעצט לגבי די טיים-ליין פון קומענדיגע מאנטאג, געב עס א טאג צוויי מער, וואס איז די יאגעניש?
איך ווייס נישט אויב כ'על האבן צייט פאר מאנטאג. דארפסט פארשטיין, כ'בין נישט מנשה לוסטיג, כ'מיין, כ'בין נישט א משונה'דיגע בעל כשרון וואס קען גיסן סחורה און ארויסגעבן בוקס אזוי מאחורי השרוול, איך דארף זיצן שבעה נקיים פלוס, אויף אזא שטיקל פאעזעכץ.

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 5:13 pm
דורך קאווע טרינקער
ג"א מצטרף.
איך ווארט פאר נשמה-פארקלעמפטע מינוט.
אפשר שטיפט מען אפ דעם גמר החתימה?

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 8:30 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
למעשה זעה איך אז כמעט דער גאנצע חבורה איז אינעם פארמעסט, עס בלייבט באלד נישט איבער ווער עס זאל שטימען, האב איך דיסיידעוועט אז איך צי מיך ארויס פונעם פארמעסט אזוי זענט איר פארזיכערט מיט איין שטימע.

פאר איך צי מיך ארויס וויל איך פארשלאגן אביסעל אן אנדערע מהלך ווי לעמען זאפט ווי פאלגענד:

1) יעדער זאל פארעפנטליכן דאס שטיקל פאעזיע אונטער דעם אייגענעם ניק.
2) דער עולם זאל וואטען דורך לייקס
3) מען זאל מעגן לייקן מער ווי איין פאעזיע (אפילו א פאר)
4) אפילו די באטייליגטע אונעם פארמעסט זאלן מעגן לייקן איינעם דעם צווייטן
5) ווער עס וועט האבן די מערסטע לייקס וועט זיין דער געווינער

די רווחים פון אזא סיסטעם וועט זיין פילפאכיג:
1) די באטייליגטע, אפילו נישט די געווינער, וועלן כאטשיג האבן עפעס דערפון (לייקס ! נישט קיין קלייניקייט)
2) אז איינער האט הנאה פין צוויי (אדער מער) פאעזיעס וועט ער קענען לייקן ביידע
3) עס וועט זיין א צווייטער אין ראנג, א דריטער אין ראנג, א פערטער און אזוי ווייטער
4) אז די באטייליגטע אונעם פארמעסט וועלן אויך קענען לייקן און אנלעזירן איינעם דעם צווייטן
5)אני הקטן בענדזשעמין וועט זיך נישט מוזן ארויסציען פונעם פארמעסט...)


ווער עס איז מסכים מיט מיין מהלך זאל מיך געבן א לייק... just kidding

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 8:40 pm
דורך געפילטע פיש
איך קריג זיך מיט דיר הער פרענקל, אויב איז עס אנאנים האט קיינער נישט קיין זכות קדימה, און די וואוטס וועלן זיין אומבייעסד.
און פון ווי נעמסטו אז אויב איינער באטייליגט זיך קען ער נישט וואוטען?

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 8:53 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
ווייל אויב האט נאר יעדער איין בארעכטיגטע שטימע וועט דאך יעדער וואטען פאר זיין אייגענע שטיקעל, קומט אויס אז יעדער פאנגט אן מיט איין שטימע וואס איז כמי שאינו, ווייל עס איז פונעם מחבר אליין, און כדי אז עס זאל בלייבן א צווייטע שטימע פארן געווינער מוז איך בענדשעמין בלייבן און דרויסן.
זיי מיר אויך מסביר וואספארא בייעסד פאסירט ווען מען זעהט דעם נאמען פונם ניק ?

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 9:08 pm
דורך בן תמליון
איך האלט אויך ענדערש פון לעמאנ'ס מהלך. בנימין אייער געדאנק קען מען ניצן א צווייט מאל דא האט לעמאן די לייצעס לאמיר איהם פאלגן א גאנג.

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 9:33 pm
דורך יאיר
יאנקל, אבער אויב דו ביסט א גוטער פריינט מיט בנימינ'ען, קענסטו דאך מאכן א יד אחת מיט אים און אויסזאגן וועלכע פאעם דו האסט געמאכט כדי ער זאל שטימען פאר דיר, אזוי וועט ער דיר אויסזאגן און דו וועסט קענען שטימען פאר אים!
ווייסט וואס, בנימין, איך בין גרייט צו בלייבן אינדרויסן. דו שרייב נאר עפעס גוטס, אבער נישט אויף לשון הקודש ווייל דעמאלט וועט מען כאפן פון וועמען עס קומט, און דיין גוטער פריינט יאנקל וועט מוזן שטימען פאר דיר, נאכדעם וועסטו מוזן צוריקשטימען פאר אים, נאכדעם וועלן יאנקל'ס אנדערע פריינט פארשטיין אז אויב בנימין האט געשטימט פאר איינעם מוז זיין אז ס'איז יאנקל, זיין גוטער פריינט. און זיי וועלן אויך שפירן געצווינגען צו שטימען פאר אים, נאכדעם וועט יאנקל מוזן שטימען פאר זיי, וחוזר חלילה, און איך וויל נישט ווייטער מאריך זיין פון וואספארא מכשולות ס'קען אלס ארויסקומען פון אזא שמור לי ואשמור לך אונטערערדישע מאפיא ביזנעס. דאס איז שוין אויסער די טריפה'נע גילויים וואס קענען דא פארקומען. כ'האף אז יעצט זעט מען שוין מיינע ווייטע אויגן ווען איך האב מוחה געווען אויף די גאנצע זאך, דעמאלט נאך אין אנהויב, ווען קיינער האט נישט פארשטאנען דעם פראבלעם, האט מען שוין אין מיינע קהילות אויסגערייניגט פון יעדן נדנוד פון אזעלכע מכשולות וואס פירן מיט א לאנגע שארט קאט צום שאול תחתית.

אפדעיט 2

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 9:39 pm
דורך לעמאן דזשוס
קודם א עפענטליכן דאנק פאר׳ן חשובע׳ן מנהל וואס שטעלט צו די נויטיגע הילף וואס די פארמעסט פארלאנגט, יישר כח אין נאמען פון אלע אלימפיאנערן!

חברה! איר שלאפט אבער אייער אפאנענט שלאפט גארנישט, אנו רצים והם רצים, אייערע מיטלויפער האבן שוין דעם מיטאג אריינגעשיקט אפאר הערליכע מייסטער שטיקער, די וועד הפועל קוקט איצט איבער די ״כל כתבי ביאליק״ צו מאכן זיכער אז עס איז פרישע ווארע!

הערט אויף דעבאטירן און שפעקולירן, כאפט א בליק אינעם טונקעלן נאכט מיט׳ן פארשטויבט׳ן לבנה און לאזט די בליי קריצן!

לשאלת הרבים, פאר אן עקסטענטשאן, מעלדן מיר א שינוי אינעם קאלענדער; סוף זמן שליחת הטעלעגראמען איז אי״ה מיטוואך לסדר וכל חכם לב יבואו, און די שטום בודקעס וועלן זיין אפן ביז זונטאג דערויף!

@בנימיןפרענקלין, כדברי יאנקל

@יאיר, איך ציטער פון די ידאחת׳ןס אבער נישט מוותר אויף דיינע ווערק.

און ווי שוין ערווענט אלע באטייליגטע זענען געווינער! די שאלה פון בעסער איז בלויז נוגע אויף ארויסצוברענגן די כוחות, נישט צו פארמינערן קיינעם חלילה..

וליתר שאת וועט מען קענען נאך די אויסגאנג פון די וואלן אפגעבן די לייקס וואס קומט זיך, די לוזערס זענען די וואס שרייבן נישט, און מיט ראמני

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 10:04 pm
דורך יאיר
יאנקל, נעם עס נישט ערנסט. ביסט כשר גערעכט אז ס'איז שייך בייעס, נישט דוקא ביי גוטע פריינט, נאר צוליב פסיכאלאגישע סיבות, ווייל ווען מען זעט א פריש אויסגעקוועטשטע גלעזל לעמאן זאפט אדער א שיר השירים פון בן תלמיון טראכט מען גלייך אז דאס איז פיל בעסער ווי אן ארימע שטיקל 'יאיר'. (ביי די וועי, איר גייט נישט קענען מאכן ליצנות פון מיין ווערק, איך קלער צו נעמען פרשת משפטים פאר מיין פאעזיע. כפי פסקו של הגר"מ שליט הייסט עס פאעטרי).
אגב, מען דערציילט עפעס אזא מעשה אויף אבן עזרא, אז עס זענען געווען מענטשן וואס האבן אים נישט פארגינען און פלעגן אייביג חוזק מאכן פון זיינע פיוטים, איינמאל האט ער זיי געברענגט זיין פיוט און געזאגט אז דאס קומט פון א צווייטן משורר, און אלע האבן עס אויסגערימט, ביז ער האט זיי מגלה געווען אז ס'איז זיינער א שטיקל, און מען האט אנגעהויבן קרומען מיט די נאז... ווער עס ווייסט מער פרטים זאל זיך ביטע מעלדן.

אפדעיט 3

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 10:10 pm
דורך לעמאן דזשוס
מיר מוזן מאכן נאך א אפדעיט היינט נאכט!

אומגעהויערע הילפ׳ס אנבאטן פליסן אריין פון אלע ווינקלען ק״ש און מן החוץ, משה געציל, אט זעה איך פארוואס האסט דיך אפגעזאגט

רעדאגירער, קארעגירער, אויסשטעלער, פראגראמירער שרייבן פרישע קאוד!

עטליכע גרויסע פון דרויסן ווילן שיקן סחורה, און נאך איינער האט איצט אריינגעשיקט גאר א מייסטערשטיק

@יאנקל, איך געטרוי מיך נישט צו וויסן ווער ס׳שטימט פארוועם, מיינאיך איז בעסער אז קיינער ווייסט נישט, עס רופט זיך פארמאכטע וואלן!

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 10:39 pm
דורך [NAMELESS]
הער אויף מיט די פראפאגאנדע!
חתוך את צואת השור!
די הייסט אפשר יחיאל ברוך שפיצער?

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 11:21 pm
דורך געפילטע פיש
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:ווייל אויב האט נאר יעדער איין בארעכטיגטע שטימע וועט דאך יעדער וואטען פאר זיין אייגענע שטיקעל, קומט אויס אז יעדער פאנגט אן מיט איין שטימע וואס איז כמי שאינו, ווייל עס איז פונעם מחבר אליין, און כדי אז עס זאל בלייבן א צווייטע שטימע פארן געווינער מוז איך בענדשעמין בלייבן און דרויסן.
זיי מיר אויך מסביר וואספארא בייעסד פאסירט ווען מען זעהט דעם נאמען פונם ניק ?

איז דא א פשוטע עצה, מ'טאר נישט וואוטן פאר די אייגענע ווארע, ווייל אויב מעג מען יא שטייעל אלע סייווי גלייך.
און לגבי בייעס מיין איך נישט דוקא ביודעים, נאר בעיקר סאב-קאנשעסלי, איינער זעט א פיוט פון איינעם פאר וועם ער האט הערכה וועט ער אוטאמאטיש זען אין דעם טיפערע כוונות און שענערע לשונות, וכן להיפך. און יאנקל האט א פוינט מיט די פארמאכטע וואוטס, ס'דא אזא מושג ווי די Herd behavior.

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 11:28 pm
דורך משה געציל
@יאנקל איך האב פונקט פארגעשלאגן פאר לעמאנען די געדאנק אז מען זאל נישט וויסן פון די אויסגאנג ביז די שטים בודקעס פארשפארן זיך. אפשר וואלט מען געדארפט אנעלירען די ״זעה די רעזאלטאטן אויסגאנג״ ביז די בודקעס ווערן פארשלאסן.
@יאיר דו מיינסט אז מיט דיינע אשר קרחניק׳ע טאקטיקן גייען מיר זיך נאכשלעפען?! א פייג! ממנו ניקח לעבוד את ה׳! ווי מער דו דרייסט אן פיסלעך אלטס מער ווארים ווערן מיר.