בלאט 3 פון 10
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 5:03 pm
דורך מאראנצןזאפט
איך בין גרייט צו קריטיקירן.
פארשטייט זיך נאר אויב ס'וועט נישט האבן קיין צורה, און די גראמאטיק און אויסוואל פון ארטיקלען וועלן ענדלען אויף שוין בעסער מ'רעדט נישט.
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 5:04 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך געב נאך פאר מורינו הרב.
איך וועל שרייבן '' גרויסע מעשיות אויף קליינע מענטשען''.
דאס דערמאנט מיך א מעשה. כ'על עס מיטטיילן מיט'ן עוילעם. ס'געווען א קאפל וועלכע האבן געפייערט זייער פופציג'סטע יאר פון די חתונה. .ווען מ'האט זיי געפרעיגט וויאזוי זיי האבן געקענט אנהאלטן שלום בית פאר פופציג יאר האט זיך די פרוי אנגערופן: "זייער פשוט. א טאג נאכ'ן חתונה האבן מיר געמאכט א הסכם, איך מיט מיין מאן. ער וועט אנפיהרן די גרויסע זאכן. און איך, די קליינע. ווען מ'האט איר געפרעיגט וואס מיינט די גרויסע און וואס מיינט די קליינע. האט זי געענטפערט. די גרויסע זאכן מיינט וואו די אמעריקאנער מיליטער זאל שטיין.וואו ענגלאנד זאל שטיין וכו'. "און וואס מיינט די קליינע. האט זי געענפערט. "דאס באנק ביכל...."
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 5:08 pm
דורך [NAMELESS]
איינער וועט דארפן זיין א בעל מגיה (אפשר צוויי-דריי, זיך איינטיילן ארטיקלן), א גרעפיקס דיזיינער.
גייט עס זיין וועכענטליך? יעדע צווייטע וואך? יעדע חודש?
אפשר זאל איינער שרייבן א פאזיע אויך
אבער חוץ פון די פי די עף, זאל יעדע ארטיקל ווערן עקסטער ארויפגעלייגט אז מ׳זאל דאס קענען דן זיין.
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 5:13 pm
דורך קאווע טרינקער
ממי_ דו נעמסט עס זייער ערענסט...
וואס איז מיט א נאמען פארן גליון?
"מבאר רבותינו" איז שוין פארנומען.
אפשר
"מבאר חברינו"?
אדער
"ושאבתם קאווע בששון"?
אפשר אין אידיש:
"פון אונזער אייביגער קאווע קוואל"?
אדער מער ביתרחל'דיג:
"צוקערלעך פון אונזער הייליגע שטיבל"?
אפשר מער מאדערן:
"קפה עם חיוך"?
"שטיבלינו"
"קפה לעם"
אז מ'פרעגט מיך:
ניצוצי הגאולה והחירות.
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 5:15 pm
דורך חזקיהו המלך
ממי_שאמרו האט געשריבן:איינער וועט דארפן זיין א בעל מגיה (אפשר צוויי-דריי, זיך איינטיילן ארטיקלן), א גרעפיקס דיזיינער.
דערווייל וועל איך עס פשוט אויסשטעלען אין מסדר זיין אויף א פי די עף, מיט די צייט וועט עס ווערען מער סאפיסטיקירט, אין ס'וועט מסתם זיך מעלדען א גראפיקער,
ממי_שאמרו האט געשריבן:גייט עס זיין וועכענטליך? יעדע צווייטע וואך? יעדע חודש?
ממי_שאמרו האט געשריבן:כ'וויל עס זאל ערשיינען יעדען פרייטיג ציפרי
אפשר זאל איינער שרייבן א פאזיע אויך
אדרבה
----
כ'האב זיך פארשטענדיגט מיט די הנהלת הקאווע שטיבעל אז זיי זאלען צילייגען א זייטיגע פארום וואס וועט זיין אפען פאר די שרייבער ווי זיי זאלען קענען דיסקיטירען צווישען זיך, אין אזוי אויך דארט ארויף לייגען די ארטיקלען פין ווי די רעדאקטאר וועט עס נעמען צי אויסשטעלען, כ'האף אז ס'וועט זיין אין באנוץ ווי שנעלער, כ'וויל דאס בלעטעל זאל שוין בעזר ה' דעי וואך ערשיינען ,
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 5:19 pm
דורך קאווע טרינקער
כ'וויל דאס בלעטעל זאל שוין בעזר ה' דעי וואך ערשיינען ,
אויב האסטו איין צל של ספק צו מו"ל זיין אזא גליון, ביטע יאג זיך נישט.
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 5:20 pm
דורך [NAMELESS]
לגיונות מגיליונות
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 5:24 pm
דורך berlbalaguleh
ממי_שאמרו האט געשריבן:לגיונות מגיליונות
נאר "לגיונות" איז נישט טייטש וואס אונז זאגמער. "ויבלעוה לגיונות". חוץ אז ס'איז געווען פאלטשע רעפארטס ביים חורבן ביהמ"ק.
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 5:32 pm
דורך [NAMELESS]
ורמינהו.
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 5:37 pm
דורך berlbalaguleh
ממי_שאמרו האט געשריבן:ורמינהו.
תא שמע!

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 5:44 pm
דורך נייגעריגער
איך וויל בעטן זייער שטארק אז לתועלת הבלעטל זאל מען זיך נישט צולאזן דארט אנקעגן דער סיסטעם והמסתעף [וואס איך ווייס אויכעט ווי שלעכט דער סיסטעם איז.....], כדי ס'זאל נישט גלייך ארויסקומען א קול קורא און א ים מיט הערשיל קלאר סטייל פאשקעווילן דערקעגן [וואס כ'ווייס אוודאי אז אונזערע גיבורים שרעקן זיך בכלל נישט פון דעם!!!! אבער אעפ"כ קען עס אנדעם אסאך מער מצליח [כ'בין ח"ו נישט מדמה צום אויסגאבע....] זיין אנדעם]…
און דער באשעפער זאל העלפן אז אונזער קעניג [=חזקיהו המלך] זאל מצליח זיין, און ס'זאל זיין להגדיל שמי'ה ד'שטובל'ינו המפואר, אזש ס'זאל זיין דער נאמבער וואן דאונלאוד אויף לדעת!!!!
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 5:44 pm
דורך בן תמליון
מיינע צוויי צענט זאגט א קביעות'דיקער גליון קען נישט אנהאלטן וועכנטליך אפשר חודשליך אפילו מער איינמאל אין צוויי חדשים. אויך באדארף זיך א טויגליכער יושב ראש חזקיהו עס קומט אייך קרעדיט אבער שרייבן "אין" במקום "און" למשל וועט פארקלאפן דאס אפעטיט.
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 5:44 pm
דורך זר זהב
איך וועל עס דיסטריבוטען.
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 5:45 pm
דורך קאווע טרינקער
זר, דו ווייסט וואו ס'דא א שוהל בכלל?
נייגעריג:
גליונות וואס זענען אין ראם פון די סיסטעם זענען שוין דא.
מבאר רבותינו ועוד
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 5:46 pm
דורך זר זהב
יא, כעל אראפלייגן 3000 שטיק ביי KW און סעט זיין א מחיה
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 5:49 pm
דורך לעמאן דזשוס
פארוואס האלט מבאר רבותינו און שולחן מלכים אן און ׳שבת בלעטטעל׳ איז געגאנגן קיפען קאמפאני פאר שלום עליכם און ילפרץ?
חזקיהו וסייעתו וואס פונקטליך איז דיין/ענקער/ציהל מיט דיין/ענקער/אונזער גליון?
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 5:50 pm
דורך קאווע טרינקער
ווייל דער'עולם האט ליב פלאטשיגע סחורה.
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 5:50 pm
דורך [NAMELESS]
משולחן מלכים וועלן מיר מאכן א שמועס צווישן קופירניקוס און בנימין פרענקלין.
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 5:51 pm
דורך לעמאן דזשוס
קאווע טרינקער האט געשריבן:ווייל דער'עולם האט ליב פלאטשיגע סחורה.
משא״כ גליון שטיבלנו וועט זיין פלאטשיג?!
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 5:52 pm
דורך זר זהב
עפעס א רש"י בלעטל איז יא אונטערגעגאנגען. פארגעסן די נאמען
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 5:52 pm
דורך קאווע טרינקער
אבער קופערניקוס עסט דאך נישט קייין טרויבען?
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 5:53 pm
דורך קאווע טרינקער
לעמאן דזשוס האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:ווייל דער'עולם האט ליב פלאטשיגע סחורה.
משא״כ גליון שטיבלנו וועט זיין פלאטשיג?!
חלילה.. איך טראכט נאר: די וואס האבן נישט קיין ניקס דא, זענען ווערט צו ליינען די "הידעת" און "דבר יום ביומו"...
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 5:54 pm
דורך זר זהב
"הידעת" וואלט געדארפט צולייגן אן עדוויל אין יעדן בלעטל