בלאט 3 פון 4
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:06 am
דורך מאטי
זר יישר פאר די קאמפלומענט רעדנדיג פון לייקס קען איך מיר נישט צירוקהאלטן פון אנווייזן אז ביי דיינע ערשטע 5000 תגובת ביזטו אנגעקומען צו סך הכל 1100 לייקס (איינער האט דאס פאראייביגט ערגעץ דא אין שטיבל) און בלויז מיט 1500 תגובת מער האט דאס דיר א שטופ געגעבן פאר אויס צו דיין צווייטען אלף דאס איז בערך א 42% העכערונג לייקס פער תגובה
so whatever you do to improve your quality of posting keep it up....
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:21 am
דורך געפילטע פיש
ער שרייבט ער דאך און זיין חתימה, "כ'האב טאטאלי געטוישט פערסאנאליטעט".
(די און אנשטאט אין איז ספעשל פאר דיר, זר)
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:23 am
דורך זר זהב
געפילטע פיש האט געשריבן:(די און אנשטאט אין איז ספעשל פאר דיר, זר)
ניין, גראדע דאס טאלעריר איך נישט...!!
----
אה הערשט יעצט (1:30) כאפעך וואס דו מיינסט... לאל
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 4:41 am
דורך טאמבל סאס
זר זהב האט געשריבן:טשי הא, כאב הנאה פון מאטי, ער האט ארויס אן עסק. כ'וויל קומען צום פוינט בנוגע דאס לייקן און מיין לייקן. קודם כל לעצטענס איז מיין משוגעת פון אפשטופן דאס ליינען געווארן ערגער און שווערער, דאדורך קען אויסקומען אז איך לייק עימעצן 2 וואכן שפעטער. און ס'אמת אז איך לייק נישט אויבער חכמישע תגובות ווייל דאס איז מיר נישט קיין נייעס, אויב זאל מיר איינער צאלן צו זיין אן אויבער חכם (דעווילס עדוואקעט) וועליך טון א בעסערע דזשאב פון רוב אויבער חכמים דא, ס'קארני, קינדעריש, קריכט פון די נאז. -- אסאך מאל דארף מען בלויז קוקן וועכע גרופ האט געלייקט איטליכן תגובה צו וויסן אז דער תוכן איז נישט פאר מיר און מ'קען גיין ווייטער... אבער אסאך מאל באדערט מיר ווען איינער שרייבט גאר זאפטיג און גוט, אבער ווי א נער ווארפט ער אריין עפעס א קיהלקייט און פיניש.. כ'קען מער נישט לייקן, ווייל קיין האלבע לייקס איז נישט פארהאנען.
איינער האט דא דערמאנט פון פעיווארטיזם, עפעס אזוי. ביי מיר איז עס זיכער דא, און כ'בין דאך נאר א מענטש, אויב איז א ניק בדעה אחת מיט מיר אויף כמעט אלע נושאים, ווערט ער אויטאמאטיש א אונזעריגער (א מיינ'ער) און ס'לייקט זיך אים גרינגער ווען ער שרייבט עפעס זאכליך וואס אויב וואלט יענער זעלבע זאכליכע תגובה געשריבן געווארן דורך 'היימישער ליטוואק' וואס בן גריונ'ס קיבוץ גליות קריצט מיר נאך אין די אויגן וואלט זיך עס זיכער שווערער גע'לייקט, און כ'האב גארנישט קעגן היימישער ליטוואק איי עקשועלי לייק הים, ער איז מער טאלאנטפול ווי מיר.
יעצט נאך איינער וואס פארלירט מיינע לייקס, איז למשל קאך-לעפל, לעצטענס האב איך אים עטליכע מאל געוואלט לייקן אינעם עירמאנט אשכול למשל, (איינס האט ער יא באקומען). -- אבער מיינע פרינציפן לאזן מיר נישט לייקן איינעם וואס האט שוין 100 לייקס און געלייקט האט ער נאר 4 מאל... דא פיל איך ווי יענער אפרישיעט נישט א לייק, איז עס סתם ארויסגעווארפן ענערגיע, יעדער איבעריגער דרוק מיט'ן מייזל ברענגט נענטער די גלאבאלע ווארמינג.
ווייטער האט מיר לעצטענס א נייער שגעון אנגעכאפט, ווען איינער שרייבט צו פערפעקט איז עס דייקא נישט אן אינוויטעישאן פאר א לייק, כ'קען נישט פונקטליך פינפוינטן די סיבה, כעל עס דארפן דורך רעדן מיט מיין לאקאלן פסיכיאטער. עפעס יא סימנים זענען דא אז ס'גייט סינאנים מיט קיהלקייט, איי וועט שמעקעדיג זיך רעגן וואס איז ער שולדיג, דארף מען יעצט אנהייבן שרייבן קרום? ניין, אבער פון קרום ביז דייטשישע פונקטליכקייט איז א מהלך. און כ'מיין נישט קיינעם, ווי באקאנט האמיר דא אסאך אזעלכע גאר פערפעקטע שרייבערס. כ'זאג נאר את אשר אם לבבי. און אויב וועט איר באמערקן האב איך שוין א שטיק צייט אנגעהויבן שרייבן דוקא נישט אזוי פערפעקט, א 'נולד מאחור' סטייל תגובה האט אנגעהויבן נושא חן זיין ביי מיר, ס'שרייט פון זיך עניוות.
און ווען איינער שרייבט הומאר, א אייגענעם וויץ אדער סארקאסטיש אויב ער ענדיגט עס צו מיט 3 פינטעלעך האט עס מער טשאנסן פאר א לייק ווי אויב ער ענדיגט עס צו כאילו דא איז גארנישט פארגעקומען... אפילו איך כאפ דעם וויץ פארשטייטזעך. דאס איין פינטעלע נאך סארקאזם שמעקט פון פוסטע גאוה.
יעצט וואו זענען מיינע טאבלעטן?
נאו! דאס איז נישט אונזער אלטע זר זהב .
ער האט טאקע געטוישט פערסאנאליטעט. כ'האב מורא ער טיילט בשותפות זיין ניק.
אבער כאטשיג איז עס עוואלווט געווארן. אנטוויקלט צו בעסערונג. אבער סופער בעסער.
זר'ל כ'האב מיך געווארפן פאר געלעכטער.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 2:52 pm
דורך יואב
יאיר האט געשריבן:איך האלט מ'זאל מאכן אן עקספערימענט. קופערניקוס זאל אויף איין וואך שרייבן אלע זיינע הומאריסטישע תגובות אונטער א פרישע ניק, אזא סארט ניק וואס נעמט זיך אייביג אן פאר רבנים, און מאכט זיכער צו זיין גענוג אויפגעקלערט צו אויפרעגן די ערליכע אידן בתוכנו, אבער גענוג פארפרומט צו אויפרעגן די אויפגעקלערטע בתוכינו. העמער זען צו ער וועט נאכאלס קריגן די זעלבע צאל לייקס. דער עולם איז מסכים?
קופערניקס האט שוין דיין עצה לאנג געטאהן, עד כדי כך אז ער איז אזוי פארנומען צו שרייבן אונטער אנדערע ניקס, אז דאס איז טאקע די סאמע סיבה פארוואס ער ווערט פארשווינדן פאר חדשים. די קאנספיראציע גייט נאך ווייטער. ער שרייבט אונטער אזוי פיל ניקס, אז ס'קיין ווינדער ווען ער וועקט זיך אויף ווי דער בער נאך ווינטער קריגט ער אזויפיל לייקס. איך גלייב נישט ער זיצט אין א קאמענד צענטער מיט פילע קאמפיוטערס איינגעשפאנט פאר דער מיסיע, קענסטו זיך פארשטעלן ס'איז קיין לייכטע ארבייט זיך אויסצושרייבן און אריינשרייבן אזוי פיל מאל, מיט יעדע ניק באזונדער לייקן.
אבער דער יואב ניק איז א זעלבסשטענדיגע, (אשאד) און איך רעדט בלויז פאר קנאה, און איך לייק אים באמת פשוט ווייל ער שאקעלט אויף מיינע לעפצן. הלוואי בין איך איינע פון זיין פארצווייגטע ניק פליפעריי.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 3:02 pm
דורך מאטי
און ווער זאגט אז איך דארף גלייבן יואב׳ן ווען ער דיקלערט זעלבסטשטענדיגקייט? אפשר איז דאס א חלק פונעם קאווער? איז דען דא א וועג פאר א ניק צו פראווען אינדעפענדענסי פון אן אנדערן ניק?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 3:15 pm
דורך יואב
moti107 האט געשריבן:און ווער זאגט אז איך דארף גלייבן יואב׳ן ווען ער דיקלערט זעלבסטשטענדיגקייט? אפשר איז דאס א חלק פונעם קאווער? איז דען דא א וועג פאר א ניק צו פראווען אינדעפענדענסי פון אן אנדערן ניק?
אפשר זאל מען זיך פארבינדן מיט דער מייסטער קאנספיראציע וועבער
Alex Jones.
מ'קען אפשר בעהטן זר זאל נוצן זיין פראטעקציע ביי מייקל סעוועדש, סעוועדש פלעגט טרייבן לצנות אמאל פון אים, נאך אלעם איז ער אן אנדערן טאוק שאו האוסט, אבער לעצטנס האבן זיי געהאט א ווארימען אינטערוויו איבער א קאנספיראציע וועלעכע האט אויפגעריסן איבער זיין בוך
"A TIME FOR WAR".
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 5:04 pm
דורך [NAMELESS]
moti107 האט געשריבן:און ווער זאגט אז איך דארף גלייבן יואב׳ן ווען ער דיקלערט זעלבסטשטענדיגקייט? אפשר איז דאס א חלק פונעם קאווער? איז דען דא א וועג פאר א ניק צו פראווען אינדעפענדענסי פון אן אנדערן ניק?
יא, גענוג געווען מיט די שקר, איך גיי ענק יעצט דא מגלה זיין אז איך בין אויך א געשפילטע ניק פון קופערניקוס!
------------ אה, אה,...... יוי, ביג מיסטעיק, איך האב מיר טאקע איינגעשריבן אונטער קופערניקוס ניק, איך האב געוואלט מסדר זיין מיין טאטע ניק און דערציילן ווער איך בין עכט, אבער, יו, איך האב מיר איינגעשריבן אונטער מיין עכטע הויפט ניק,, סארא בישעס!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 7:21 pm
דורך מאטי
איך האב מיר טאקע איינגעשריבן אונטער קופערניקוס ניק, איך האב געוואלט מסדר זיין מיין טאטע ניק
דערמאנסט מיר פון דעם ventriloquist Terry Fator נאך א show ווי ער האט געזונגען מיטן מויל פרעגט אים איינער דו קענסט אויך זינגען?
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 11:02 am
דורך לעמאן דזשוס
לייק.

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 11:03 am
דורך [NAMELESS]
moti107 האט געשריבן:איך האב מיר טאקע איינגעשריבן אונטער קופערניקוס ניק, איך האב געוואלט מסדר זיין מיין טאטע ניק
דערמאנסט מיר פון דעם ventriloquist Terry Fator נאך א show ווי ער האט געזונגען מיטן מויל פרעגט אים איינער דו קענסט אויך זינגען?
זיי מסביר וואס די מיינסט
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 12:46 pm
דורך מאטי
קופערניקוס האט געשריבן:moti107 האט געשריבן:איך האב מיר טאקע איינגעשריבן אונטער קופערניקוס ניק, איך האב געוואלט מסדר זיין מיין טאטע ניק
דערמאנסט מיר פון דעם ventriloquist Terry Fator נאך א show ווי ער האט געזונגען מיטן מויל פרעגט אים איינער דו קענסט אויך זינגען?
זיי מסביר וואס די מיינסט
א Vantriloquist איז איינער וואס רעדט/זינגט מיטן גארגל אן דעם וואס ער רירט זיין מויל/צונג צו די זעלבע צייט מאנאווירט ער פאפעטס וואס רעדן זינגען צום טאקט פון זיין באהאלטענע גערעדאכטס.
Terry Fator איז א יחיד בדורו נאכצומאכן פאפולערע זינגערס וואנטרילאקוויסטיש בעת ער מאנאווירט א פאפעט וואס איז פארשטעלט ווי דער וועם ער מאכט נאך.
דער פרעגער אין אונזער עפיזאד איז הפנים געווארן אזוי פארגאפט און מקושר צום דאמי זינגער אז ווען ער האט געהערט Terry זינגען נארמאל מיטן מויל האט ער נישט גלייך צוגעשטעלט דעם פאפעטס געזינגאכץ ווי א ראייה און א כל שכן אז terry אליין קען זיכער זינגען.
די זעלבע אופן ווי דער subnik וויל חרוב מאכן דעם טאטע ניק זיך נישט כאפענדיג אז זכור ושמור בניק אחד אמרו.
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 1:20 pm
דורך קינות גירושין
בדחן האט געשריבען:
אויב די לייק סיסטעם איז געמאכט געווארען צו געבן א שטיפ פאר שרייבערס צו שרייבען, וואלט מען געדארפט מאכען ווי איך האב פריער געזאגט אז לייקס זאל עקספייערען פיר מאל א יאר און עס זאל זיין אמת׳ע קאמפעטישען. העכסטענס זאל מען צולייגען א vol.נומבער, למשל יידל וועט האבן 45 עקטיוו לייקסכך וכך לייק׳ס, טאטעל 2334 וואס די לעצטע נומבער וועט זיין די עקטיוו לייק׳ס אינאיינעם מיט די אוםעקטיוו לייק׳ס עכ״ל
איך מיין אז אויב א טויש וואלט ענדערשט בעסער געווען, אז מזאל מאכען א סיסטעם אז מזאל קענען זעהן די ״לייקס פער תגובה״ ד.ה. וויפיל פערסענט פון די ניקס תגובה ווערן גלייקט אזוי וועט א פרישע ניק קענען האבען די זעלבע כבוד ווי א אלטע, בדחן מסכם?
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 1:36 pm
דורך לעמיל
ביסט נישט גערעכט קוק אזא ניק ווי ממי שאמרו און אזא קורצע צייט האט ער שוין איבער 1000 לייקס
נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 3:42 pm
דורך קינות גירושין
איך וואלט צוגלייגט נאך א גדר (וואס איז געבליבען ממעג לערנען די בריסקע מהלך?)
סאיז דא שרייבערס וואס זענען מער שטחיותדיג דהיינו זיי זענען גוט געשמעק, אבער לייגען נישט אריין ספיציעל מחשבות אין זייערע תגובת, לאידך גיסא קען מען זען שרייבערס וואס זענען משקיע אסאך מחשבה פאר זיי זאגען ארויס א ווארט
איך וואלט מדמה געווען דעם ערשטען מער צו סאטמער רב וואס האט גערעדט און גערעדט 90 יאר און נישט אויף גהערט רעדן, און די צווייטען מער צו די סטייפלער וואס האט זייער געוואשט אויף יעדע ווארט זיינעם, ביידע זענען גיט אבער פון דעם צווייטען טיפ האבען מענטשען מער רעספעקט, און זיינס א ווארט האט מער חשיבות.
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 2:41 pm
דורך [NAMELESS]
ווי ערווענט טוט מיר וויי אז איך האב אזויפיל לייקס, מי אנכי, ווער בין איך א ראצער בן ראצער בן בנו של אותו ראצער, א גארנישט אפר ועפר ופער, ערום יצאתי מבטן אמי וערום אני שב לבטנים, א אסקופה הנדרסת און דורס הנסקפת, ארי דורס ובועל, דוב אורב, נחש הקדמוני, תם המתמם עם תמימים, פטיש החזק און ווי קומט מיר אזויפיל לייקס?
קוקנדיג אזוי אין די לייקס ראנגען זעה איך אז מיינע מערסט געלייקטע תגובות ערשיינען נישט מער און נישט ווייניגער ווי פערצן מאל, ואנא אני בא פון בושות?!
האט רחמנות!
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 3:26 pm
דורך יואב
-
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 3:32 pm
דורך שמעקעדיג
קופערניקוס האט געשריבן:ווי ערווענט טוט מיר וויי אז איך האב אזויפיל לייקס, מי אנכי, ווער בין איך א ראצער בן ראצער בן בנו של אותו ראצער,
מילא אויף דיין חשבון ביסטו א עניו, שיין פון דיר! אבער אויף דיינע עלטערן'ס חשבון פראוועסטו אויך עניוות? דאס האסטו אינזין ביי "אבל אנחנו ואבותינו חטאנו"?
קופערניקוס האט געשריבן:א גארנישט, אפר ועפר ופער, ערום יצאתי מבטן אמי וערום אני שב לבטנים, א אסקופה הנדרסת און דורס הנסקפת, ארי דורס ובועל, דוב אורב, נחש הקדמוני, תם המתמם עם תמימים
דאס איז דאך יעדער מענטש אייניג, אלע זענען ערום יצאו מבטן אמם...
קופערניקוס האט געשריבן:פטיש החזק
נישט געוואוסט אז דו האסט א שטארקע פעטיש... זאפארט אריין אין מאחורי!
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 4:31 pm
דורך טעפל
קופער זיי ממשיך שרייבען אזעלכע זאפטיגע מליצות מיט לשונות און מיר וועלן דיר באלייקען (כלשונך הטהור..)
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 6:01 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:קופערניקוס האט געשריבן:א גארנישט, אפר ועפר ופער, ערום יצאתי מבטן אמי וערום אני שב לבטנים, א אסקופה הנדרסת און דורס הנסקפת, ארי דורס ובועל, דוב אורב, נחש הקדמוני, תם המתמם עם תמימים
דאס איז דאך יעדער מענטש אייניג, אלע זענען ערום יצאו מבטן אמם...
יא, אבער נישט יעדער איז שב ערום לבטנים [וד"ל].
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 1:09 pm
דורך מאראנצןזאפט
שוין, כאסקופה נדרסת, והוי זנב לאריות.
והוא רחום יכפר עון וכו'.
ולא - און אז נישט, דעמאלט פיך!
פלעזענט האספיטעליטי מיסטער קופי.
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 1:24 pm
דורך שמעקעדיג
Wow
מאראנצן זאפט, אז מען קען, קען מען!
פאר די וועלכע כאפן נישט:
viewtopic.php?p=115616#p115616viewtopic.php?f=23&t=3647
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 3:45 pm
דורך מאטי
נא יעצט איז שוין קופרניקוס צופרידן ?