בלאט 3 פון 5

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 11:30 pm
דורך גוגל
כהאב חס ושלום קיינעם נישט אראפגעריסן, ער איז א שיינע רעדנער, גוטע מנהיג, איך האב שוין אויך געהערט זיינע שיעורים אפאר מאל ,אבער איינער וואס דרייט זיך דארט דארף סך הכל זיין א מכיר את מקומו

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 12:47 am
דורך חזנים
גוגל האט געשריבן:איך מיין די קינדערגארטן וואס ער האט דארט פארגינט אים יעדער איינער

די קינדערגארטן וואס איר פארגינט טרעפט זיך ביי די בעסטע און שענסטע, הכל כפי המצב, אדער לויט די פירסענעליטי, אא"וו.

וואס הערט זיך מיט די בעלזא קינדערגארטען?
לרגל די חתונה האט מען געשטעלט צוויי דיינים אלס סאפסעטאטס... (הרב ציננער פון נטעי גבריאל, און הרב דייטש פון קלויזענבורג)
ח"ו פרעגען אן אנדערע דיין, אפילו ווען די רבי גייט ארויס פון חדר.

אדער די באבוב'ער קינדערגארטען?
ראה שם תקנות התפילה של מהרב"צ השני, ער דרייט זיך ארום און ארום...
איינער וואס קומט שפעט דארף ברענגען א צעטיל...

בקיצור איך זעה נישט קיין גרויסע דיפרענטס, אבער מ'טוט לויט די מצב וואס עס פעלט אויס.

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 4:43 am
דורך איינגעמיירעט
מיין דעתי הפעוט אויף דעם ידיד ד׳
א מענטש וואס האט שטארק ליב צו קאנטראלירען מענטשען
און היות סמערט זיך לעצטענס מער און מער און אונזערע געזעלשאפט מענטשען וואס האבען נישט די יכולת (אדער ווילען נישט) נעמען אליינס קאנטראל אויף זייער לעבן בין חלקי הרוחני ובין חלקי הגשמי, פאקט מען זיך ארויף אויף אזא איינעם און מזאגט נעם מיר אריין תחת כנפיך,וויש און וואש מיר, געמיר צועסן און נעם מיך דערנאך און בית כסא כפשוטו ממש, פארשטייט זיך ער נוצט אויס דיע מענטשענס שוואכקייט אויף מפרנס צוזיין זיין שוואכקייט וואס ער האט צו קאנטרלירען אנדערע human beings זייטס מיר מוחל אויב בין איך צו נעגעטיוו אבער דאס זעעט מיינע אויגען.
והדברים ארוכים למבינים ודו״ק כי קיצרתי מאד

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 7:58 am
דורך קאווע טרינקער
שוואכע אויגן, אין מיינע אויגן.
דער חתם סופר האט אויך געליטען פון דעם? רבן גמליאל?
יא, ס'דא מענטשן וואס האבן ליב צו זיין א משפיע, און דאס איז א גוטע זאך. פונקט ווי ס'דא מענטשען וואס האבן ליב צו זינגען.
"קאנטראלען מענטשן" לייג אוועק פאר יענקי מייער פון מתעסקים... אה, דאס נישט! א איד וואס טוט פאר אנדערע.. חסד... מ'טאר נישט חוזק מאכן. אבער פון א איד וואס מענטשן בעטען אים צו משפיע זיין אביסל תורה און מוסר, איז פשוט א must חוזק צו מאכן, ווייל אויב נישט וועט דאס פעלען אין הלכות אויפגעקלערטקייט.

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 3:03 pm
דורך shem-tov
קאווע טרינקער שרייבט
"ר' בנימין גיבט א שעור אין ספר נתיבות שלום יעדן זונטאג"

די מיינסט אוודאי ספר נתיבות עולם פונעם מהר"ל ווייל אויב לערנט ער פאר אין נתיבות שלום - וואס איז בדרך אגב א הערליכער עבודה ספר מיט א גרינגער לשה"ק פון אדמו"ר רבי שלום נח מסלאנים ז"ל און דער נאש-ספר פאר פילע בעלי דרשנים - מיין איך אז ער איז נישט דער גרויסער מח פון וואס מ'רעדט דא, ווייל אזא זאפטיגער נתיבות שלום טשולענט וואלט ער ווען אליינס געקענט צאמשטעלן.

די שעורים בספר נתיבות עולם פונעם מהר"ל דאס ליגט מיר נאך גוט אין די ביינער. דאס פלעגט מען לערנען ביי אונז אין פראגער ישיבה אלץ מוסר ספר, משולב מיט לומדות און אלעס וואס די זוכסט און אויך גאנץ גרינג לגבי די אנדערע ספרי מהר"ל

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 3:08 pm
דורך קאווע טרינקער
shem-tov האט געשריבן:קאווע טרינקער שרייבט
"ר' בנימין גיבט א שעור אין ספר נתיבות שלום יעדן זונטאג"

די מיינסט אוודאי ספר נתיבות עולם פונעם מהר"ל ווייל אויב לערנט ער פאר אין נתיבות שלום - וואס איז בדרך אגב א הערליכער עבודה ספר מיט א גרינגער לשה"ק פון אדמו"ר רבי שלום נח מסלאנים ז"ל און דער נאש-ספר פאר פילע בעלי דרשנים - מיין איך אז ער איז נישט דער גרויסער מח פון וואס מ'רעדט דא, ווייל אזא זאפטיגער נתיבות שלום טשולענט וואלט ער ווען אליינס געקענט צאמשטעלן.



איך מיין יא נתיבות שלום פון ר' שלום נח זצ"ל.
און געבן א שיעור אין דעם ספר, מאכט מיר נאר אים מער ארויפקוקען. טאקע וועגן דעם, אז "ס'פאסט" אים צו לערנען בקביעות, וברבים, אין א ספר פון בן זמנינו.
בד"וו, די שיעור איז נישט פאר אים פערזענדליך, - ס'איז פאר אנדערע, בעלי-בתים וואס ארבעטן נישט זונטאג, און קומען הערן זיין שיעור. - ע"כ ווייס איך נישט צו מ'קען פון דעם ארויסדרינגען די מוסטער פון זיין מוח.

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 4:55 pm
דורך חזנים
אהא! לערנען גוטע ספרים פון א אנדערע בעל כשרון איז אויך מיר א פראבלעם!?

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 9:09 pm
דורך אויס מענטש
[justify]אה א מחי' מען ליינט און מען ליינט מיט גרויס שפאנונג יעדע ווארט פון דיינע ארבייט, מאראנצענזאפט.
איך קען שוין לאנג מיט א בלינק פון דערנאנט די חבורה, איך האב אויף זיי אויך אזא בליק, ווי אביסל קינדעריש וכו', איך מיין אבער אז אלעס האט שוין הער מאראנצן זאפט מרמז געווען, אדער גאר בקיצור ארויסגעברענגט, אין זיין ארטיקל, און עס איז איבעריג עס איבער צוגייען און מרחיב צו זיין, און אויך ווען מען זעהט די גאנצע בילד איז עס אנדערש.
וזהו המיוחדת שבהארטיקלען, סיי עס האט די פאקטן סיי עס האט די נארמאלע קריטיק, און דער חלק ההומאר שבהן, בקיצור א מושלמתדיגע ארבעט, ריכטיג בדרך הפרד"ס. {ה"א פאר הומאר}

איך וואלט געוואלט פארשלאגן מען זאל נעמען אלע שיינע באשרייבונדען פון די משפיעים, ביינעזאם מיט די שיינע נויטיגע הערות און צוזאם פארן און איינשליסן אין אן אשכול, אזוי אז מען זאל נישט קענען אריינגיסן "לימונע זאפט" אין די געשמאקע מארנצן זאפט.[/justify]

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 10:57 pm
דורך איחוד פעלד
אפשר קען איינער להשלמת האשכול שרייבען די מצוות וואס מען ברויך מקפיד זיין אין די קהילת רב אייזענבערגער?

למשל אין סאטמאר איז דא די שלש שבועות.

אין באבוב איז דא שיינע פיאות וכו'.

און אזוי יעדעס מקום האט זיך זיינע שלש חמורות וואס זענען ביהרג ואל יעבור.

וואס זענען די חמורות דארט?

איך ווייס לגבי א פילטער אויף די אינטערנעט, האט ער שוין איינגעפירט די לעצטע פאר יאר אז אלע מענטשען דארט דארפען האבען דער פראגראם קאווענאנט אויגען וואס שיקט א לאג פין אלע מקומות ווי מען איז געוועהן צו אים אליין.

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:42 am
דורך שרייבער
לכאורה מירון....

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 12:44 am
דורך יאיר
אה, אזעלכע זאפטיגע לשון הרע'ס האב איך שוין לאנג נישט געליינט... ביי קלעצקי'ס לויה האב איך שוין אנערקענט אז עפעס שטימט נישט דער טראסק ארום אים. מכירו הייתי לשעבר ועכשיו ביותר.
גאלדענע מאראנצן זאפט, ווי אלעמאל!

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 1:21 am
דורך בדחן
@
איחוד פעלד האט געשריבן:אפשר קען איינער להשלמת האשכול שרייבען די מצוות וואס מען ברויך מקפיד זיין אין די קהילת רב אייזענבערגער? למשל אין סאטמאר איז דא די שלש שבועות. אין באבוב איז דא שיינע פיאות וכו'. און אזוי יעדעס מקום האט זיך זיינע שלש חמורות וואס זענען ביהרג ואל יעבור. וואס זענען די חמורות דארט?


לערנען תורה, לערנען אלע פרייע צייטען איז יסוד היסודות, ער שטייט דערויף מיט א פעסטקייט.

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 3:11 am
דורך איינגעמיירעט
קאווע טרינקער האט געשריבן:שוואכע אויגן, אין מיינע אויגן.
דער חתם סופר האט אויך געליטען פון דעם? רבן גמליאל?
יא, ס'דא מענטשן וואס האבן ליב צו זיין א משפיע, און דאס איז א גוטע זאך. פונקט ווי ס'דא מענטשען וואס האבן ליב צו זינגען.
"קאנטראלען מענטשן" לייג אוועק פאר יענקי מייער פון מתעסקים... אה, דאס נישט! א איד וואס טוט פאר אנדערע.. חסד... מ'טאר נישט חוזק מאכן. אבער פון א איד וואס מענטשן בעטען אים צו משפיע זיין אביסל תורה און מוסר, איז פשוט א must חוזק צו מאכן, ווייל אויב נישט וועט דאס פעלען אין הלכות אויפגעקלערטקייט.

ס׳איז א גרויסע חילוק צווישען איינער וואס וויל משפיע מן הרצון להשפיע און פון איינער וואס מוז משפיע צו ממלא זיין,זיין קרענק פון קאנטרעלירען אנדערע מענטשען.

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 3:35 am
דורך טעפל
מאראנצען זאפט, הערליך שיין, געוואלדיג אראפגעלייגט,ש כוח פאר דיין ארבייט, לגבי ר' בינימין ס'זעהט טאקע אויס אביסל קינדעריש, אבער כ'מיין אז ס'נעמט גאר נישט אוועק פון זיין גוטע זאך וואס ער טוהט מיט די אינגעלייט.

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 8:06 am
דורך קאווע טרינקער
איינגעמיירעט האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:שוואכע אויגן, אין מיינע אויגן.
דער חתם סופר האט אויך געליטען פון דעם? רבן גמליאל?
יא, ס'דא מענטשן וואס האבן ליב צו זיין א משפיע, און דאס איז א גוטע זאך. פונקט ווי ס'דא מענטשען וואס האבן ליב צו זינגען.
"קאנטראלען מענטשן" לייג אוועק פאר יענקי מייער פון מתעסקים... אה, דאס נישט! א איד וואס טוט פאר אנדערע.. חסד... מ'טאר נישט חוזק מאכן. אבער פון א איד וואס מענטשן בעטען אים צו משפיע זיין אביסל תורה און מוסר, איז פשוט א must חוזק צו מאכן, ווייל אויב נישט וועט דאס פעלען אין הלכות אויפגעקלערטקייט.

ס׳איז א גרויסע חילוק צווישען איינער וואס וויל משפיע מן הרצון להשפיע און פון איינער וואס מוז משפיע צו ממלא זיין,זיין קרענק פון קאנטרעלירען אנדערע מענטשען.

אמת, זייער גוט ארויסגעברענגט די חילוק פון ר' בנימין vs סאדאם כוסעין. ייש"כ.

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 12:04 pm
דורך חזנים
איינגעמיירעט האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:שוואכע אויגן, אין מיינע אויגן.
דער חתם סופר האט אויך געליטען פון דעם? רבן גמליאל?
יא, ס'דא מענטשן וואס האבן ליב צו זיין א משפיע, און דאס איז א גוטע זאך. פונקט ווי ס'דא מענטשען וואס האבן ליב צו זינגען.
"קאנטראלען מענטשן" לייג אוועק פאר יענקי מייער פון מתעסקים... אה, דאס נישט! א איד וואס טוט פאר אנדערע.. חסד... מ'טאר נישט חוזק מאכן. אבער פון א איד וואס מענטשן בעטען אים צו משפיע זיין אביסל תורה און מוסר, איז פשוט א must חוזק צו מאכן, ווייל אויב נישט וועט דאס פעלען אין הלכות אויפגעקלערטקייט.

ס׳איז א גרויסע חילוק צווישען איינער וואס וויל משפיע מן הרצון להשפיע און פון איינער וואס מוז משפיע צו ממלא זיין,זיין קרענק פון קאנטרעלירען אנדערע מענטשען.

קאט די קרעפ
איינער טוט א גוטע זאך, וואס רייסט מען אים אזוי אראפ
די האלטס נישט דערפון (ווייל די ביסט שוין זייער מעטשאר) גיי נישט אהון,
איינער וואס ווייסט נישט און גייט אהון וועט ער מחליט זיין נאך אפאר מאל מיטהאלטען אויב קען ער בענעפיטירען דערפון - הי וויל טעיק איט, טאמער נישט - הי וויל דראפ איט.

ער האט עס עפעס גענומען מוט די אייגענע הענט?
ס'האט זיך צוגעשארט אפאר צעבראכענע אינגערלייט און ער האט זיי דעליווערט...

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 12:56 pm
דורך אביגדור
שיעורים ב?

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 1:04 pm
דורך קאווע טרינקער
נניח אז נאר צעבראכענע נפשות זענען בהאי חבורה, איז עטיש צו רעדן אזוי ווען ס'יתכן אז זיינע אינגערלייט דרייען זיך דא אין שטיבל?
אויסער וואס דאס איז שקר מוחלט.

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 1:08 pm
דורך אביגדור
.

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 1:08 pm
דורך זר זהב
און ווער איז דען נישט א צובראכען נפש. נעמטס אלע אראפ די מאסקעס. אוי קלי קלי קלי למה א זאפט טונא

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 1:48 pm
דורך חזנים
איז הערשל שרייבער א צעבראכענע איד? אדער אפשר אייזיק לעפקאוויטש?
מתלמידי הרב בנימין שליט"א

אבער זעהט אויס אז איעדער קען ניצען א גיטע ווארט

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 1:52 pm
דורך אביגדור
יא.

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 7:29 pm
דורך מאראנצןזאפט
ער זוכט נישט קיין אויבערחכמים און ער איז זיי מרחק.
דערקענט דא איינער קאווע טרינקער? פנים חדשות באו לכאן.
א הערצליכן דאנק פאר הרב קופערניקעס פאר'ן באזוכן דא ליהנות מפרי עמלי, עס איז מיר א כבוד!