בלאט 3 פון 3
נשלח: פרייטאג יולי 12, 2013 7:48 pm
דורך [NAMELESS]
זר זהב האט געשריבן:וואס איז געווען זיין פענע-נאמען?
איך ווייס נישט
)איך מיין אז ערגעץ דא אין שטיבעל האט מען אמאל גערעדט פון עס)
נשלח: פרייטאג יולי 12, 2013 8:00 pm
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:וואס איז געווען זיין פענע-נאמען?
ער האט געשריבן מיט זיין עכטע נאמען.
שרײַבן פֿאַר מעלות
נשלח: מוצ"ש יולי 13, 2013 11:51 pm
דורך שלום בערגער
גוט־װאָך!
יאָ, געשריבן אײן מאָל פֿאַר מעלות, אפֿשר 2000? עס געדענקט זיך מער נישט אַזױ פּינקטלעך. די מוח־קעמערלעך, אױ זײ שטאַרבן אַװעק.
כ׳װאָלט זײער געװאָלט שרײַבן פֿאַר זײ װידער.
װעגן מײַן זעלבסט־דעפֿיניציע: איר קענט מיך רופֿן װאָס איר װילט. איך בין שומר־שבת און -כּשרות און איך דאַװן אין אַ קאָנסערװאַטיװער שול.
רוף מיך אָבער נישט שפּעט צו װעטשערע...
אגבֿ, באַלד (הײַנט אױף דער נאַכט) װעל איך פּאָסטן אַ מעשׂה צו דער „קונסט“־קאַטעגאָריע. ביטע לײענט און לאָזט װיסן אײַער מײנונג!
שלום מ־באַלטימאָר
נשלח: מוצ"ש יולי 13, 2013 11:54 pm
דורך זר זהב
שלום עליכם שלום, גוטע וואך. וואס האסטע געשריבן אין מעלות, וועלכע סארט ארטיקלען? כ'טריי מיר צו דערמאנען. שכח
אױף יענער זײַט: אַ מעשׂה פֿון אַן איבערגאַנג
נשלח: מוצ"ש יולי 13, 2013 11:59 pm
דורך שלום בערגער
אופּס, יענער לינק איז נישט צו מעלות נאָר צו מײַן מעשׂה אױף ק
נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 12:00 am
דורך שלום בערגער
אָנגעשריבן אײן קלײן שטיקל װעגן שלאָפֿגײערײַ/סאָמנאַבוליזם. סליפּװאַלקינג.
ס׳איז נישט געװען דער גרעסטער מײַסטערװערק פֿון אַלע צײַטן. נאָר נוצלעך לע“ד.
נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 12:11 am
דורך בן תמליון
ידען האט געשריבן:ווער זאגט מע טאר נישט שרייבען דעס און יענץ?
ביסט נאר ביזי שרייען און דו זאגסט נישט גארנישט. כאב נישט א אנונג וואס דיר שטערט דא.
איך בין די איינציגע וואס פארשטייט נישט אדער די אנדערע מאכען זיך נישט וויסענדיג ווען מע שרייבט און שרייט סתם אזוי ווי איינער שרייט אין שיל און מע לאזט איהם זיך אויס שרייען?
יא ער שרייט עפעס קולות און קיינער ווייסט נישט וואס קוועטשט איהם. ער סטראשעט זאגאר אז ער גייט זיך אפטראגן פון דא..
נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 12:53 am
דורך שמעקעדיג
שלום, די נקודות דרייען אונז א קאפ. דו שרייבסט אויטאמאטיש מיט די מאדנע קאנסערוואטיווע נקודות?
נײן, ס׳הײסט אײנהײטלעכער אָדער ייִװאָ־אױסלײג
נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 1:13 am
דורך שלום בערגער
זײ האָבן אַזױ פֿיל צו טאָן מיט קאָנסערװאַטיװקײט װי מיט אַ טעלער לאָקשן. לײענט דאָ.
http://en.wikipedia.org/wiki/Yiddish_orthographyהאָט נישט קײן מורא אָבער, איך גײ דאָס באַלד בײַטן און כ׳װיל קײנעם נישט חלילה שטעכן די אױגן.
נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 1:40 am
דורך DotCom
שמעקעדיג האט געשריבן:שלום, די נקודות דרייען אונז א קאפ. דו שרייבסט אויטאמאטיש מיט די מאדנע קאנסערוואטיווע נקודות?
די נקודות מאכן נאר מיינען כאילו דאס איז דער פראבלעם, גלייב מיר אז אן די נקודות וועט זיין פונקט אזוי שווער אים צו פארשטיין.
נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 2:29 am
דורך טעפל
שלום עליכם ר' שלום איך זעה איר שרייבט ווי די אלטע אידישיסטן, נישט אזוי?
בכל אופן מאכט אייך באקוועם דא און זייט מהנה דעם עולם!
נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 9:51 am
דורך ידען
שמעקעדיג האט געשריבן:שלום, די נקודות דרייען אונז א קאפ. דו שרייבסט אויטאמאטיש מיט די מאדנע קאנסערוואטיווע נקודות?
אזוי געט מען שלום עליכם פאר א נייע גאסט?
שמעקעדיג שרייבט געווענטלעך אנדערש
נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 9:57 am
דורך איך אויך
ר' בירגער ווי זעהסטו איך האב אטאקיריט פערזענליך? האביך דען א בלאסן אהנונג ווער שלום בערגער איז ? איך האב מיר נאר מצטרף געווען מיט דאטעלע'ס באמערקונג אז מען פארשטייט נישט קיין ווארט וואס ער שרייבט.