בלאט 3 פון 3
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 5:58 pm
דורך זר זהב
איך אגריע. און וואלטן מהרא''ס חומרא'ס צוגעגאנגען אן א טומל וואלט איך אים געשטיצט. איך זעה דו פארשטייסט אויך דעם געדאנק.
דערווייל איז אלעס צוגעגאנגען מיט פאמפע כבוד, און אין אן אראפקלאפערישן וועג צום אנדערן. מיט א HOLIER THAN THOU טאן
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 6:09 pm
דורך נצבד
לאמיך אביסעל צוריקשטעלען די שמועס אויף די רעלסען,
איך האב נישט געפרעגט צו א גאסט האט א רעכט נישט צו עסען מיין פלייש צו נישט, אויף זיין מויל בין איך נישט בעל הבית "אפילו" ער זאל ווען מיינען כשרות, נישט דאס איז די דיון דא.
די דיון דא איז, צו איך אלס גאסטגעבער אדער בעל שמחה, זאל זיך צושטעלען צו די מענטשען וואס "מוזען" מאכען א "פאליטיקעל סטעיטמענט" (פאר די פאר פראצענט פערד פון ביידע זייטען,וואס מיינען נעבעך לשם שמים, "וויל איך" זיך נישט צושטעלען) ביי מיין שמחה?
צו איך זאל זאגען פאר אט דער זעלביגער פאליטיק שפילער, ביי מיין הויז/שמחות זאלסטו לאזען דיין רבין און די הייליגע פאליטיק ביים טיר אינדרויסען(אזוי ווי איך טוה שטענדיג), און אז דו קענסט נישט, דאן בלייב הינגעריג אדער עס אינדערהיים.
אדער זאל איך זיך הייבען העכער פאליטיק, און צופרידענשטעלען יעדעמס פאליטישע קאפריזען? וואס זאגט א קאלטע שכל?
געדענקט, דאס אז איך טייטש דאס אריין און פאליטיקס, איז א לימוד זכות...
אין יעצט אביסעל צימעס.... האט שוין איינער געהערט- און א נאן אפיליעטעד שמחה זאל,ווי יעדע נאכט קאכט מען און די זעלבע טעפ, אנדערע פלייש- למשל אן ארוני וואס באקומט סערווירט ארונישע פלייש, "זאגטס נאר הרב בעל המכשיר, האט איר גע'כשר'ט די טעפ זינט די נעכטיגע שמחה?" ווייסט איר פארוואס איר האט דאס נישט געהערט קיינעם פרעגען? ווייל די "פאליטיקעל סטעיטמענט" איז שוין געמאכט געווארען מיטען סערווירען "זיין הייליגע פארטיי'ס" פלייש, און דאס זעלבע איז מיט א זאלי וואס באקומט סערווירט זאלי פלייש.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 9:26 pm
דורך גאנצל
בקיצור יעדער איז מודה אז ביי ביידע מחנות זענען דא וואס מיינען בלויז פאליטיק ס'איז נאר געלונגען פאר ר' אהרן אז ער געט פאר זיינע מענטשן פלייש מיט מער הידור נא זאל זין אזוי מסכים
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 10:28 pm
דורך berlbalaguleh
שמו יגער האט געשריבן:שרייבער האט געשריבן:איך וואלט געטוישט דעם קעפל "ברויך מען זיך רעכענען מיט כשרות ביי א שמחה"
ווייל מיט פאליטיק דארף מען זיך זיכער נישט רעכענען, די שאלה איז דא א געהעריגע כשרות שאלה (חומרות ביי כשרות)
ווי באקאנט איז דא א חסידות וואס האבן גרויסע חומרות ביי די שחיטה אין עס קאסט טייער זייער פלייש. זיי עסן נישט ביי קיין שמחות וואס מען סערווירט נישט זייער הכשר, ווען מען טראגט אן א שידוך איז דאס איינע פון די נושאים וואס ווערן גווענדליך גוט אויסגעשמועסט פון פריער למשל קען איך מער פון איינער פון דעם קרייז וואס איינער איז געווארן א איידעם אין די ״פרעמד״ אין פאר די שידוך שליסן האט מען גערעדט וועגן די פלייש שחיטה נושא אין דער מחותן האט געזאגט אז ער וועט טוישן אלע טעפ אין שטוב אין אנהייבין צו קויפן נאר זייער פלייש. ער האט זיך נאכדעם געמאכט א חשבון עס קאסט אים סך הכל א אלף דולר מער א יאר אין ער באצאלט מיט א שמייכיל
לענייני אז מען מיינט די כשרות נושא אין נישט פאליטיק וועלן זיך רוב בעלי שמחה צושטעלן
אבער ביי די סאקמערע מחלוקה (אהרוני-זאלי) איז עס נישט קיין ענין פון כשרות. ביידע זענען כשר. ס'נאר אן ענין פון מחלוקת און פאליטיק. אבער מ'איז עס תולה אין אידישקייט. כאילו דעם צווייטן צד'ס פלייש איז טריפה.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 10:37 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס ער האט. צו מיר איז ער אויך א פאליטישען, וואס מיינט זיך מער ווי די תורה.
וואו איז דער דיסלייק באטט'ן? ער מיינט אמאל פאליטיק אויך. אבער נישט אז פאליטיק שטייט ביי איהם העכער פון די תורה.

ונהפוך הוא

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 10:42 pm
דורך גאנצל
berlbalaguleh האט געשריבן:שמו יגער האט געשריבן:שרייבער האט געשריבן:איך וואלט געטוישט דעם קעפל "ברויך מען זיך רעכענען מיט כשרות ביי א שמחה"
ווייל מיט פאליטיק דארף מען זיך זיכער נישט רעכענען, די שאלה איז דא א געהעריגע כשרות שאלה (חומרות ביי כשרות)
ווי באקאנט איז דא א חסידות וואס האבן גרויסע חומרות ביי די שחיטה אין עס קאסט טייער זייער פלייש. זיי עסן נישט ביי קיין שמחות וואס מען סערווירט נישט זייער הכשר, ווען מען טראגט אן א שידוך איז דאס איינע פון די נושאים וואס ווערן גווענדליך גוט אויסגעשמועסט פון פריער למשל קען איך מער פון איינער פון דעם קרייז וואס איינער איז געווארן א איידעם אין די ״פרעמד״ אין פאר די שידוך שליסן האט מען גערעדט וועגן די פלייש שחיטה נושא אין דער מחותן האט געזאגט אז ער וועט טוישן אלע טעפ אין שטוב אין אנהייבין צו קויפן נאר זייער פלייש. ער האט זיך נאכדעם געמאכט א חשבון עס קאסט אים סך הכל א אלף דולר מער א יאר אין ער באצאלט מיט א שמייכיל
לענייני אז מען מיינט די כשרות נושא אין נישט פאליטיק וועלן זיך רוב בעלי שמחה צושטעלן
אבער ביי די סאקמערע מחלוקה (אהרוני-זאלי) איז עס נישט קיין ענין פון כשרות. ביידע זענען כשר. ס'נאר אן ענין פון מחלוקת און פאליטיק. אבער מ'איז עס תולה אין אידישקייט. כאילו דעם צווייטן צד'ס פלייש איז טריפה.
וואס האסטו דא מחדש געווען? סתם ארויסגעשאסען ווייטאג? די בלוט פרעשור נעבעך ארויף? זאג, דו האסט א רייע צו דיינע ווערטער אדער סתם משמיץ געווען א וואוילע גרויסע קהלה פאר דיין שוואוילטאג?
צד מהר"א שרייט אונזער רבי האט אריינגעלייגט א גרויסע עבודה אין כשרות השחיטה ווי למשל בדיקת צומת הגידין און נאך
צד מהרז"ל שרייט איך וויל נאר אזעלכע פלייש וואס ס'איז געווען כשר ביים רבינ'ס צייטן
נו איז ווי זעהסטו דא פאליטיק? יעדער וויל כשר אויף זיין אופן וואס זיינע רבנים האלטן אז ס'איז מער אויסגעהאלטן, נו מאי כל הרעש?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 11:31 pm
דורך נצבד
אויב שוין יא צימעס,זאל עס שוין זיין שמאלציג אויכעט...
צד מהרז"ל איז נאך נעבעך צוריקגעשטאנען מיט א גוטע דרייסיק יאר, זיי האלטען היינט וואס די ארונים (חסידים) האבען געהאלטען בשעת דער קאשויער רב זצ"ל האט געוואלט אביסעל פיקסען די שחיטה, אבער עכט זענען די זאליס סתם צודרייט, ווייל דער קאשויער רב זצ"ל האט "יעדער" געוויסט אז ער-געהעצט פון זיינע קינדער- מיינט בלויז פאליטיק, און בכלל שרייבט מען נישט אינטער צוזאמען מיט אים אפילו די עשרת הדברות, ווידעראום דער סאטמאר רבי שליט"א ווייסען אפילו די לעקוואדער גדולים אז ער טוט ממש אלעס לשם שמים...
יא זיכער מיינען עס די זאליס לשם שמים,אמער זיי זענען דאך די עכטע תלמידי רבינו,נאך פון ארשיווע, זיי האבען נישט היינט געלאנדעט פון קוממיות...נו ווי קענען זיי עסען פלייש פון א יונגאטש וואס טראכט אז סאיז אים נאך געבליבען א מקום הניח לי אבותי להתגדר בו,און אפילו לאמיר אננעמען אז א קליינע פראצענט זאליס מיינען דאס נישט עסען קר"י'לע פלייש אלס ריין פאליטיק, איז אבער די עצם זאלי פאליטיק א שטיק לשם שמים, ווייל פון וואס נאך קען דער אייבערשטער מער הנאה האבען ,אווי אינטערברענגען דעם געוועזענעם קרית יואל'ער רב...
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 12:19 am
דורך גאלד
נאכאמאל, KJ איז בודק צומות הגידין, 82 נישט, דאס איז אזאך וואס ביידע זענען מודה, צומות הגידין קען זיין א פראבלעם, איך זאג נישט אז ס'איז אבער ס'קען, נו פארוואס זאל א מענטש נישט קענען מחמיר זיין אנע דעם מ'זאל איהם באשולדיגן אלס פאליטיק, בלויז ווייל ער איז א חסיד פון א געוויסער רבי, טאר ער נישט מקפיד זיין אויף א געוויסער לעגיטימער הידור? לאן הגענו?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 12:46 pm
דורך גאנצל
נצבד האט געשריבן:אויב שוין יא צימעס,זאל עס שוין זיין שמאלציג אויכעט...
צד מהרז"ל איז נאך נעבעך צוריקגעשטאנען מיט א גוטע דרייסיק יאר, זיי האלטען היינט וואס די ארונים (חסידים) האבען געהאלטען בשעת דער קאשויער רב זצ"ל האט געוואלט אביסעל פיקסען די שחיטה, אבער עכט זענען די זאליס סתם צודרייט, ווייל דער קאשויער רב זצ"ל האט "יעדער" געוויסט אז ער-געהעצט פון זיינע קינדער- מיינט בלויז פאליטיק, און בכלל שרייבט מען נישט אינטער צוזאמען מיט אים אפילו די עשרת הדברות, ווידעראום דער סאטמאר רבי שליט"א ווייסען אפילו די לעקוואדער גדולים אז ער טוט ממש אלעס לשם שמים...
יא זיכער מיינען עס די זאליס לשם שמים,אמער זיי זענען דאך די עכטע תלמידי רבינו,נאך פון ארשיווע, זיי האבען נישט היינט געלאנדעט פון קוממיות...נו ווי קענען זיי עסען פלייש פון א יונגאטש וואס טראכט אז סאיז אים נאך געבליבען א מקום הניח לי אבותי להתגדר בו,און אפילו לאמיר אננעמען אז א קליינע פראצענט זאליס מיינען דאס נישט עסען קר"י'לע פלייש אלס ריין פאליטיק, איז אבער די עצם זאלי פאליטיק א שטיק לשם שמים, ווייל פון וואס נאך קען דער אייבערשטער מער הנאה האבען ,אווי אינטערברענגען דעם געוועזענעם קרית יואל'ער רב...
wow wow
אוי ער האט געכאפט אן ערנסטע אטאקע אקעי וועל מיר אים לאזן זיך דיסקאווערן און מיר וועלן צוריק קומען נאך יו"ט א גיט געבענטשט יאר
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 1:03 pm
דורך [NAMELESS]
די וואס קוועסטשענען די כשרות עמי בבית און פרעגן אויף די הכשרים, זענען די זעלבע וואס בעטן אויסלעשן מוזיק\ראדיא אין א היטש. חזירים.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 1:08 pm
דורך זר זהב
אמת ס'האט דעם זעלבן קלאנג. אבער איין חילוק איז דא, ביי א היטש לאדענט זיך יענער אליינס אריין אין דיין קאר און ביי א שמחה לאדאנטסטו יענעם צו דיר.