בלאט 3 פון 7

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 6:15 pm
דורך נאר,,פרייליך
קאווע טרינקער האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:נער,,,פרייליך. בבקשה ממך,
גיי דיר אין א בית שמש קבר, לאז די אשכולות נארמאל.

איך בעהט אייך מחילה.
איר דארפט נישט גיין אין ערגעץ, כ'האב מיך אן עצה געגעבן.

ייש"כ [tag]java[/tag]


שכויעח פאר'ן פיוס כ'בעט אייך אויב אזוי
פעלט שוין ניש אויס איר זאלט גיין צו די מוחים מיט נאגייקעס

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 6:24 pm
דורך נאר,,פרייליך
לעיקוואד האט געשריבן:[tag]מאראנצןזאפט[/tag]
באשרייב בן ציון ליפשיץ, און עלמיר זעהן צו ער פארמעסט זיך מיט הרב לאבין אדער פארקערט.


צו די אלע גרויסע חכמים און געשוואלענע מוחות וואס ערלויבען זיך צו רעדן איבער אזא גברא רבא ווי הגרב''צ:

ביטע פרעגט אייך נאך בעפאר איר רעדט פון דעם יוד ווייל דער יוד איז כגובה ארזים גבהו און זעירין אינון אין דעם דור וואס קאנען זיך צו אים פארמעסטן בקדושה וצדקות ותורה וחסידות אדרבה
טשעק איט אוט

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 7:35 pm
דורך יואב
הרב פרייליך, איך קאן נישט הרב ליפשיץ, ס'איז יתכן ער איז טאקע א חשובער מאן. איידער מ'שמירט ארויף אויף א היימישער איד אזא טיטול ווי אפיקורס, ברויך מען שרייבן עפעס א זאכליכע סיבה דערפאר. מ'קען נישט סתם אזוי כאפן אן אינגערמאן, און זיך ווארפן מיט אזאנע סענסעטיווע טיטולן. אז איר ווילט פארטיידיגן הרב ליפשיץ, כל הכבוד. זייט נאר עטוואס מער ספעציפיש.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 7:40 pm
דורך יואב
און אגב, ווי ס'ווייזט זיך ארויס האט איר הרב רק בשמחה נישט אזא פראבלעם מיטן רעדן אויף א גברא רבא. ווארים אויב יא, דאן וואלט איר נישט געהאט 459 תגובות. ווער ס'לויפט אנטקעגן דיין אידילאגיע ווערט צוהאקט צו די מאקסימום ק"ש תקנות ערלויבט, צו ערלויבט נישט.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 12:23 am
דורך נבון
כל דבריו של הגאון הקדוש של רבי בן ציון ליפשיץ ברוח הקודש נאמרו.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 12:30 am
דורך קאווע טרינקער
געמיינט האב איך אז צאנזע רב איז געווען דער לעצטער בעל רוח הקודש..

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 12:30 am
דורך בעל הבית
די אלע וואלע יודן וואס ווילן רעדן פין ר'בן ציון ליפשיץ שליט''א זאלן פליז אפוצון פין דא אין עפנען א אשכול איבער עם ישר כח

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 12:56 am
דורך [NAMELESS]
מאראנצןזאפט האט געשריבן:[quote=
ער הייסט יואל אשר לאבין. באקאנטער פיגור אויף 13 עוו. און יוסיס סוויט האוז, מיט א קליין אויסגעפליקטן רויטן בערדל,

דאס איז וואס איך האב צוזאגן אויף דער מינוט צו פארענטפערן בעל הבית'ס קשיא, און באמת וואלט געדארפט נאכקומען א לענגערע אנאליז איבער זיין געדאנקענגאנג, זיינע אידעלאגיעס לויט וויפיל מ'קען ארויסהאבן פון זיינע שריפטן, און זיין דרך ואופן הכתיבה, ולא עלי המלאכה לגמור.
און פאר די אלע אישי'ס וואס גייען יעצט נאכקומען. איך בין לאבין, אייזנבערגער, וועבער, זילבער, שפילמאן, ראלינצקי, און אויך ארוש פון בגן. און אודאי חידא ווייס און אויך זיין איידעם וכו'.

פשוט צוריק צוברענגן די נושא האשקול,
נקודה למחשבה!!!
1)וואס האט פאסירט אז די איידעלע מאראנצן איז ארויס ון זיין גדר? עה! אויפ א א צווייטן וואלט ער עס ווען נישטגעשריבן...
2)קען איינער אנצייגן ווי נאך מאראנצען שרייבט ולא עלי המלאכה לגמור?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 5:13 pm
דורך zurich
ווייסט איינער צו יואב און מאראנצן זאפט זענען קאזינס?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 9:38 pm
דורך ממרום שלח אש
[tag]עמעזאן[/tag]
אויב מיין שאצונג אויף אהובנו [tag]מאראנצןזאפט[/tag] איז ריכטיג - דהיינו ער איז א איידעלער ערליכער מענטשליכער טיפ, גלויב איך אז ער האט גענומען רשות ביי לאבין'ן איידער ער האט אים באשריבן.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 10:14 pm
דורך מאראנצןזאפט
וכך הוה, דער ארטיקל איז געשריבן געווארן בהורמנא. איך האב געקריגן רשות פון הרב לעווין מיט א צייט צוריק, דורך א חשוב'ער ניק דא וואס גיט זיך אן אלס נאנטער חבר זיינער.
ער האט אויסגעדרוקט פולסטער צופרידנהייט דערפון.

(עמעזאן, איך ווייס נישט וואס דו ווילסט, ענליכע פארשטעלענישן ווי אן אויסגעפליקטן בארד קענסטו טרעפן אינעם פינקי ארטיקל. איך האב דעם אשכול נישט געעפענט (די גבאים האבן עס אפגעטיילט) נאר געשריבן א קורצע תשובה צו בעל הבית'ס קשיא, נישט בתורת פולע ביאגראפיע, וואס דאן לייג איך אריין אסאך מער כוחות און אסאך מער ריסורטש צו וואס די צייט און געדולד ערלויבט מיך נישט יעצט. דער לשון ולא עלי המלאכה לגמור האב איך שוין געשריבן פאר לעיקוואד אין אישי ביים באשרייבן רבי מאטל, ווען ער האט גע'טענה'ט אז איך באריר נישט פארשידענע עיקרים וואס רבי מאטל פארקויפט. עיין שם וועסטו זען אז לעיקוואד האט טאקע איבערגענומען די מייק און גומר געווען די מלאכה. די זעלבע האט פאסירט יעצט און יואב האט געשריבן א הערליך שטיקל. עניוועיס איך על בלייבן אן איבעי איבעי קאסטומער און לאמרי בלייבן גוטע פריינד)

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 11:02 pm
דורך אביגדור
.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 11:14 pm
דורך רויטע וואנצעס
שמעקעדיג איז א מגיד. א מייסטער אויף די באדייט און טיפקייט פון א ווארט, אות, אדער פאראגראף. און שפילט מיט זיי כ"תיבה" ביד הריח.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 9:59 am
דורך נאר,,פרייליך
יואב האט געשריבן:און אגב, ווי ס'ווייזט זיך ארויס האט איר הרב רק בשמחה נישט אזא פראבלעם מיטן רעדן אויף א גברא רבא. ווארים אויב יא, דאן וואלט איר נישט געהאט 459 תגובות. ווער ס'לויפט אנטקעגן דיין אידילאגיע ווערט צוהאקט צו די מאקסימום ק"ש תקנות ערלויבט, צו ערלויבט נישט.


ווען איר העט זיך אביסעל נאכפרעגן פון וועם ס'רעדט זיך דא העט איר אויך פארשטיין במה דברים אמורים.

דאס וואס איר ברענגט דא אריין תגובות פון צימעס איבער געוויסע מחריבים האט ניש אהער צום שמועס איבער די מיינונג פון הגרב''צ ליפשיץ אויף א.לעווין

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:09 am
דורך I'm back
ס'דא נייעס אין בית שמש היינט?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:12 am
דורך נאר,,פרייליך
I'm back האט געשריבן:ס'דא נייעס אין בית שמש היינט?


פרעג קאווע טרינקער ער איז היבש באקאנט אינעם מצב

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:14 am
דורך יואב
נאר,,פרייליך האט געשריבן:
יואב האט געשריבן:און אגב, ווי ס'ווייזט זיך ארויס האט איר הרב רק בשמחה נישט אזא פראבלעם מיטן רעדן אויף א גברא רבא. ווארים אויב יא, דאן וואלט איר נישט געהאט 459 תגובות. ווער ס'לויפט אנטקעגן דיין אידילאגיע ווערט צוהאקט צו די מאקסימום ק"ש תקנות ערלויבט, צו ערלויבט נישט.


ווען איר העט זיך אביסעל נאכפרעגן פון וועם ס'רעדט זיך דא העט איר אויך פארשטיין במה דברים אמורים.

דאס וואס איר ברענגט דא אריין תגובות פון צימעס איבער געוויסע מחריבים האט ניש אהער צום שמועס איבער די מיינונג פון הגרב''צ ליפשיץ אויף א.לעווין

איך ברויך זיך נאכפרעגן יעצט? הייסט דאס דו וועסט ווארפן סטעיטמענטס, און איך וועל דארפן טוהן די פארשט ארבייט. קומסט אריין אין יענעמס אשכול, ווארפסט סענסעטיווע רייד, זיי מוחל און מאכט אייך קלאר. איך האב בכלל נישט א פראבלעם מיט אייער מיינונג, מיר קענען זייער רעספעקטפול דיסעגריען, אדער אפילו עגריען. צווייטענס, איך ברענג נישט אריין תגובות נישט פון צימעס, און נישט פון אידיש אלגעמיינע נייעס. איך זאג נאר 'לאק הו איז טאלקינג'. אדער ווי חז"ל וואלטן זיך אויסגעדריקט 'קשוט עצמך ואחר כך קשוט אחרים'. אדער ווי לומדים וואלטן געזאגט 'די לבא מן הדין להיות כנידון'. אז איר ווילט מ'זאל פון אייך הערן מוסר, דאן ברויכט איר זיין גענוג מסודר דערין. אגב, איך האב קיין אהנונג ווער הרב ליפשיץ איז. אדרבה, עפען אויף אן אשכול איבער איהם.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:16 am
דורך טעפל
אוי דער [tag]מאראנצןזאפט[/tag] איז נאך פיל מיט זאפט, ס'גיסט זיך אמחיה..

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:29 am
דורך נאר,,פרייליך
יואב האט געשריבן:
נאר,,פרייליך האט געשריבן:
יואב האט געשריבן:און אגב, ווי ס'ווייזט זיך ארויס האט איר הרב רק בשמחה נישט אזא פראבלעם מיטן רעדן אויף א גברא רבא. ווארים אויב יא, דאן וואלט איר נישט געהאט 459 תגובות. ווער ס'לויפט אנטקעגן דיין אידילאגיע ווערט צוהאקט צו די מאקסימום ק"ש תקנות ערלויבט, צו ערלויבט נישט.


ווען איר העט זיך אביסעל נאכפרעגן פון וועם ס'רעדט זיך דא העט איר אויך פארשטיין במה דברים אמורים.

דאס וואס איר ברענגט דא אריין תגובות פון צימעס איבער געוויסע מחריבים האט ניש אהער צום שמועס איבער די מיינונג פון הגרב''צ ליפשיץ אויף א.לעווין

איך ברויך זיך נאכפרעגן יעצט? הייסט דאס דו וועסט ווארפן סטעיטמענטס, און איך וועל דארפן טוהן די פארשט ארבייט. קומסט אריין אין יענעמס אשכול, ווארפסט סענסעטיווע רייד, זיי מוחל און מאכט אייך קלאר.


איך בין ניש היצט אין די פארש ארבעט אויף הגרב'צ ליפשיץ ווייל יעדער וואס רירט נאר אהן זיין קלאמקע ווייסט במה דברים אמורים בפרט ווען ס'קומט צו אזא נושא איבער זאגען א דעה אויף יענעמס בהירות אין אמונה וכדומה

איך בין ניש בכוח אפצושרייבען היצט אן אנאליז איבער דעם אדם גדול בענקים און איר זענט אויך ניש מחוייב צו גיין זיך נאכפרעגן איבער דעם יוד

נאר בעפאר איר טיילט דעות פאר א צווייטען איבער יא אדער ניש זיך אנעמען פאר א גברא רבא

ביטע במחכ''ת הרמה זייט מוחל און מאכט ריסערטש איבער וועם מ'רעדט און דערנאך בין'ך גרייט צו הערן דעם קשוט עצמך מיט אלע אירע פארמען לומדיש ספאניש אפריקאניש אבער ביטע קודם מברר זיין איבער וועם די נושא איז

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:39 am
דורך שמעקעדיג
און דו גיי ארויף אין הימל און זיי מברר אויב העלפן אידן אין פדיון שבויים וועגט איבער 50 בלעטער גמרא. ס'טו געהערט אזוינס? לאז דעם בורא פירן זיינע חשבונות איבער ווער עס איז חשוב'ער.
ווען דו וועסט ח"ו זיין אין טראבל, וועסטו לויפן צו הרב ליפשיץ אדער צו לאבין/דרור?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:50 am
דורך נאר,,פרייליך
הרב שמעקעדיג קודם כל ביי אונז אידען איז מען ערשט געלאפען צו א ערליכע איד צו באקומען א ברכה וואס דאס איז בעפאר אלעם והשנית
נאכען ארויסגיין פון אזא געהויבענער יוד פאר א ברכה וואלט איך ניש געראטען קיינעם צו גיין נעמען עדווייס און הילף פון דרור נאר אדרבה קלינגט אהן אזעלכע מסירות נפש'דיגע עסקנים ווי לאסורים און פרעגט אייך נאך גענוי איבער די אזוי געריפענע פעולות הצלה פין דעם דרור פי אר קאמפעני העט איר זעהן וואס ליגט אינטער דעם באגראבען
ותחתיה יעמוד הבהרת

סא הרב שמעקעדיג אפילו נאכען ראטען פאר א יוד צו נעמען קודם א ברכה ביי אן אמת'ר ערליכער יוד ביטע אים ניש שיקען צו אן ארגענעזעישען וואס באשטייט פון פי אר און פובליסעטי צו דעקן אויף אנדערע עוולות פרעגט אייך קודם נאך פאר אמת'ע באשיידענע עסקנים ואישי החסד אינעם פעלד פון פדיון שבויים

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:54 am
דורך געפילטע פיש
אה, סא די גאנצע סומאטוכע און די אגענדע פון אח,,,שמח איז אינגאנצן א לאסורים\דרור פאליטיק. ניחמתני.
עפען דיר א אשכול אין צימעס איבער דיין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] מיט לעבער אויף דרור און לאז דא פאר נארמאלע שמועסן. א דאנק.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:56 am
דורך א שוויצער
איך זעה נישט די נחיצות דא זיך אויסצוטענה'ן איבער צוויי מענטשען וואס וואוינען סך הכל דא א שפאן אוועק פון די קאווע
כאפט א פליגער קיין בארא פארק און קוקט אייך אום אין טאהש און אין תורה ותפלה און באטראכט די צוויי אידען זאל יעדער אליין בוחר זיין אין וועמען ער וויל

צו וואס באשמירען און משוגע מאכען דעם עולם ווער ס'איז על עליונה?

גייט אריבער והבוחר יבחר