בלאט 3 פון 3
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 11:34 am
דורך וואלווי
mevakesh האט געשריבן:עס איז דא לעצטנס א נייע מאדערנע ארטאדאקסישע וועבזײַטל מיט שיינע ארטיקלען
http://www.thelehrhaus.comדי וואך האב איך געזען דארט א שיינער ארטיקל מיטן קעפל דעם רביןס זוהן
http://www.thelehrhaus.com/commentary-s ... abbis-sonsבתוך הדברים ברענגט ער ארויס אן אינטערעסאנטע הערה אז די תורה שרייבט כמעט גארנישט איבער יצחקס פערזענליכקייט און לעבן חוץ פון די בארות וואס ער האט געגראבן
אויף וויקיפדיה שרייבן זיי
את דמותו של יצחק מאפיינת תכונת הפסיביות. אברהם עוקד אותו על גבי המזבח וקולו לא נשמע במחזה המבעית. עבד אביו בוחר בעבורו את אשתו, בניגוד ליעקב שמתאהב ברחל ובוחר אותה. הוא חופר את הבארות אשר חפר אביו, וקורא להם בשמות שקרא להם אביו.[6] אפילו את הברכות שרצה לתת, הוא לא יכל לתת למי שרצה. וגם לבסוף הוא שולח את יעקב לחרן לא בשל רצונו אלא בשל הפצרותיה של רבקה
די הערה ווערט שוין געברענגט און פארשידענע פלעצער אבער מער מיט אן ערענסטע שטימינג פארוואס און פארווען. די וויקיפידיע הערה איז סתם פראסט כאילו מ'רעדט דא פון קערעקטערס פון א movie און יצחק אבינו ע"ה האט באקומען א אויסגעשפילטע ראלע פון א לוזער.
Re: ותן חלקנו בתורתיך -- חידושים וביאורים על פרשיות השבוע
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 11:39 am
דורך mevakesh
וואלווי האט געשריבן:mevakesh האט געשריבן:עס איז דא לעצטנס א נייע מאדערנע ארטאדאקסישע וועבזײַטל מיט שיינע ארטיקלען
http://www.thelehrhaus.comדי וואך האב איך געזען דארט א שיינער ארטיקל מיטן קעפל דעם רביןס זוהן
http://www.thelehrhaus.com/commentary-s ... abbis-sonsבתוך הדברים ברענגט ער ארויס אן אינטערעסאנטע הערה אז די תורה שרייבט כמעט גארנישט איבער יצחקס פערזענליכקייט און לעבן חוץ פון די בארות וואס ער האט געגראבן
אויף וויקיפדיה שרייבן זיי
את דמותו של יצחק מאפיינת תכונת הפסיביות. אברהם עוקד אותו על גבי המזבח וקולו לא נשמע במחזה המבעית. עבד אביו בוחר בעבורו את אשתו, בניגוד ליעקב שמתאהב ברחל ובוחר אותה. הוא חופר את הבארות אשר חפר אביו, וקורא להם בשמות שקרא להם אביו.[6] אפילו את הברכות שרצה לתת, הוא לא יכל לתת למי שרצה. וגם לבסוף הוא שולח את יעקב לחרן לא בשל רצונו אלא בשל הפצרותיה של רבקה
די הערה ווערט שוין געברענגט און פארשידענע פלעצער אבער מער מיט אן ערענסטע שטימינג פארוואס און פארווען. די וויקיפידיע הערה איז סתם פראסט כאילו מ'רעדט דא פון קערעקטערס פון א movie און יצחק אבינו ע"ה האט באקומען א אויסגעשפילטע ראלע פון א לוזער.
ריכטיג עס איז גראב געשריבען אבער זייער קלאר ארויסגעברענגט די נקודה
און מיר קוקט אויס צומאל אז מען קוקט אהן די סיפורים פון א צו ווייטע בליק און דעמאןטס איז עס נישט רעלעוואנט צו אונז פראסטע מענטשן וועגן דעם איז אמאל גוט צו לערנען די סיפורים ווי א פראסטע פאסירונג
בכל אופן די עיקר נקודה וואס איז מיר אינטערעסאנט איז לאו דוקא אז ער איז פאסיוו נאר אז עס ווערט ממש גארנישט דערציילט אויף איהם
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 11:50 am
דורך וואלווי
אמת די גאנצע יצחק אבינו איז אנדערש ווי די אנדערע אבות, ס'איז עפעס מער מיסטעריעז. כגון דאס אז ער האט זיך גע'נערט' פון עשו כאילו ער האט נישט געוויסט ווער עשו איז, אדער ביי די ברכות ווייטער אפגענערט געווארען. אזוי אויך די באוויסטע פלגי עלי ופלגי עלך. ביי די אנדערע אבות מאכט די סיפור סענס אפילו ווען מ'לערנט עס אפ פשוטערהייט.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 4:01 pm
דורך ברוך שאמר
געהערט בשם רבינו י' מסאטמער זצ"ל פחד יצחק אבער ער וועט משפטינו האירה מיט זאגן פלגי עלי וכו'
נשלח: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 12:09 am
דורך וואלווי
ברוך שאמר האט געשריבן:געהערט בשם רבינו י' מסאטמער זצ"ל פחד יצחק אבער ער וועט משפטינו האירה מיט זאגן פלגי עלי וכו'
קען זיין דאס איז טייטש מוציא אורה מאי"ן תמור"ה פחד יצחק משפטנו האירה, ווייל אזא מוציא אורה פון חסד שבגבורה איז מאין תמורה און מ'קען דאס נישט טרעפן אפילו ביי אברהם און יעקב אויך נישט.
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 10:04 am
דורך מיר'ער בחור
די מדרש די וואך (שמו"ר פ"א לב) ברענגט אזוי :
"שבשעה שיצא משה אל אחיו וראה בסבלותם ולא היה להם מנוחה, נתקשה לו הדבר הרבה, והלך ואמר לפרעה, אדוני המלך דרך העולם אדון שיש לו עבדים הוא רוצה בקיומם ואתה רוצה לכלות את עבדיך, אמר לו האיך, אמר לו מתןך שאתה משתעבד בהם תמיד ואין להם מנוחה יכלו. אלא תן להם יום א' בשבוע שינוחו בו ויתחזקו ויוכלו לסבול השעבוד, א"ל בחר להם איזה יום שתרצה למנוחה בכל שבוע, א"ל תן להם יום השבת, מפני שכל מלאכה שיעשו בו אין בהם סימן ברכה לפי ששולט בו שבתאי, והיו נוחין בו בכל שבוע מסבלותם, וכשיצאו ממצרים ניתן להם השבת, וכיון שראה משה שהסכימה דעתו לדעת יוצרו שמח שמחה גדולה ולכך תיקנו ישמח משה במתנת חלקו, לפי שהשבת ניתן להם בלשון מתנה שנאמר (שמות טז כט) ראו כי ה' נותן לכם השבת ...."
עכ"פ שטייט דא, [אין און טור או"ח הל' שבת סי' רפא] אז פשט פון ישמח משה איז ווייל ער האט צוגעטראפען צו דעם אז שבת וועט זיין שבת קודש, ולכאורה ק"ק ווייל וועלכע אנדערע טאג האט ער געמיינט וועט זיין שבת אויב נישט דעם זיבעטן , אין דעם טאג האט דאך דער באשעפער אליינס שוין גערוהט, אין די אבות וואס האבן מקיים געווען די תורה וכו', וצ"ע ?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2017 10:26 pm
דורך ונבנתה העיר
וַיְהִי כְהוֹצִיאָם אֹתָם הַחוּצָה וַיֹּאמֶר הִמָּלֵט עַל נַפְשֶׁךָ. זאגט רש"י [אין פריערדיגען פסוק], א' מהם היה שליח להצילו וחבירו להפוך סדום לכך נאמר ויאמר המלט ולא נאמר ויאמרו.
איי ס'שטייט דאך 'כהוציאם' לשון רבים? י"ל, וויבאלד אז דער שליח להפך איז געווען מצווה איבערצודרייען א סדום-אן-לוט איז די הוצאה א טייל פון זיין אויפגאבע, אבער צו זאגן דערנאך המלט, דאס איז שוין ריין הצלה לשמה און געהערט בלויז פאר'ן שליח להציל.
[בטעם בריסקאי.]
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 04, 2017 11:03 pm
דורך chosen people
וועגן דעם פארשטייט אויכט פארוואס עס שטייט נאכאמאל וַיְהִי֩ כְהוֹצִיאָ֨ם אֹתָ֜ם הַח֗וּצָה, ווען אין די פריערדיקע פסוק ענדיגט זיך שוין מיט וַיֹּצִאֻ֥הוּ וַיַּנִּחֻ֖הוּ מִח֥וּץ לָעִֽיר.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 1:06 am
דורך וואלווי
בכלל איז אינטערסאנט אז מ'לערענט פון דא ארויס אז ס'האט אויסגעפעלט דריי מלאכים ווייל אין מלאך אחת עושה שתי שליחיות. פארוואס האט האט נישט געקענט דער זעלבער מלאך וואס האט מבשר געווען שרה נאכ'ן ענדיגען די בשורה אריינגעבן א מעסעדזש אז ער האט גע'ענדיגט די יעצטיגע שליחות און באקומען די נעקסטע דזשאב פונ'ם דיספעטשער? ער דארף אריינפאנטשען פיסיקלי אין העדקווארטערס?
אפשר מיינט עס אז דער ספעסיפיק מלאך טוט נישט צוויי שליחיות בכלל? ער איז מיוחד נאר פאר די סארט ענינים וואס מ'האט עם יעצט געשיקט?
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2020 11:29 am
דורך יוסף בן טוביה
ס'איז מיר אלעמאל שווער געווען וואסי פשט וישע ה' אל הבל ואל מנחתו, ואל קין ואל מנחתו לא שעה ווען לכאורה אין קין'ס פרוכט און ירקות ליגן מער ארבעט ווי אין שחט'ן אפאר קיען און אקסן און פארברענען. די ערשטע ברויך מען פלעגן און בעארבעטן ווען קיען און אקסן געט מען ס"ה אביסל שטרוי און קארן ביז מ'שחט זיי.
נאר אפשר, ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך צו זיין א וועגיטעריען און ער זונדיגט נישט איז נישט אזא געוואלדיגע הקרבה ווי א מענטש וואס עסט בקר וצאן און דאך טשענעלט ער די חומריות און פארשטארקערטער יצר, אריין אין עבודת השם אנשטאט צו זונדיגן ביתר שאת...
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2020 11:59 am
דורך יוסף בן טוביה
אין אור-אלטע גלויבונגען האבן זיי געהאלטן אז זרע קומט פונעם מח און איז דער חכמה פון דעם מענטש. און חכמה, ווי אמת'ער זי איז אלץ ווייניגער געהערט עס/איז עס דער מענטש וואס איז דאך א דבר האבוד. וואס דען איז עס? עס איז געטליכקייט, הקדש. ע"פ זה קען מען אפשר מבאר זיין אז חוה האט צוגערעדט און מגלה געווען אדם'ן אז מ'קען און ווי אזוי הנאה צו האבן פון זיין חכמה... א מעילה בהקדש אזוי צו זאגן. אוודאי, ווער דען זאל אים צורעדן דערצו אויב נישט די פרוי? (דאס רעדט מען פון ביידע, סיי חוה און סיי דער חלק הנשי שבו) און דאס האט געפירט ער זאלן ווערן זעלבסט-באוואוסטזיניג וואס אויטאמאטיש ברענגט צו בושה וכו' וכו'. און טאקע דעמאלט זעט מען די ערשטע מאל, אדם הערט גאט דירעקט רעדן צו אים. ווי א מחשבה אין מח. וד"ל. (ביז דעמאלטס איז נאר געווען 'ויצו על האדם')
און וואס האט גאט געזאגט? אזוי? דו האסט אויסגעפונען דעם סוד? יעצט, קענט איר גיין עוסק זיין בפריה ורביה ליישב העולם...
ואולי זה סוד חטא עץ הדעת.